קול מבשר אנאליזן - אביעקטיוו אדער בייעס?

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג יוני 03, 2018 2:49 am

אודה ולא אבוש, ביסט גערעכט

אסור לספר בשבחן של עובדי כוכבים, אפילו לומר: כמה נאה עובד כוכבים זה בצורתו, קל וחומר שיספר בשבח מעשיו או שיחבב דבר מדבריו. אבל אם מכוין בשבחו להודות להקב"ה שברא בריה נאה כזו, מותר.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג יוני 03, 2018 3:21 am

שמואל בארג האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:Guess why?
ווייל טראמפ איז נישט מכבד זיין אפיס. ער געט עס נישט די כבוד דורך כסדר זיך אראפלאזן צו פערזענליך קריגערייען אנדערש ווי פרעזידענטן בעפאר. זיין צוגאנג מאכט פארלירן רעספעקט.

BTW, אבאמא האט דיר אויך אזוי געשטערט אז:
מע האט נישט קיין שום רעספעקט אדער אנערקענוג אופן פערזאן וואס פארפיגט אויף די מאכטפולסטע לאנג אין די וועלט!
מע האט נישט קיין שום סימפאטיע מיטן מאן וואס זיצט אין אוועל אופיס

זייער גוט געזאגט.

אבער מיר ברויכן נאכאלס רעספעקטירן דעם פרעזידענט.

גערעכט. נאר ערקלערט פארוואס עס געשעט אז מען רעדט אזוי.
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » זונטאג יוני 03, 2018 11:43 am

נאך א ציהיצטע פרייטיג, וועל איך טרייען עס אביסל אופציקילן אונהייב וואך, אין טרייען מסביר זיין מיינע פריעדיגע תגובה'ס, אין מיט דעם בין איך פארטיג מיט די גאנצע ענין.
איך האב געשריבן איבער רעספעקטירן די פרעזידענט פיריעד.
יעצט וואס מיינט רעספעקטירן?
איז אזוי, ווען אונז הערן א אנאליז אדער אונז ליינען אן ארטיקל פון א אידישע שרייבער, איז זייער נישט איידל אין אידישלעך צו אונטער רייסן די פרעזידענט דארטן אוף א פערסונאלע וועג, צו די פארשטייסט יא אדער נישט, דאס איז יעדער מודה.
יעצט לאמיר גיין א שטאפל ווייטער, איך האב מיר באצויגען אימיטן מיין תגובה מיט אזא שורה.
"מע האט נישט קיין שום טאלעראנץ מיטן פרעזידענט וואס האט אויפגעטאן אין זיין לעבן מער ווי אונז אלע דא אופן וועלטל!"
אוקעי, דאס האב איך אזוי געמיינט, ווען איך ליין א ארטיקעל אין די צייטונג איבער די פרעזידענט פערזינדלעך, קען מען אסאך מאך ברעכן וואס דארט שטייט.
ווען איך הער א אנאליז קען מען ברעכן ווען מען הערט.
זיי זאגן אז ער האט קיינמאל קיין גוטע מיינוג נישט געהאט! אה וועגן דעם איז ער א "ב"יליענער!
זיי זאגן אז ער האט קיינמאל קיין גוטע דיל נישט געמאכט! אה וועגן דעם האט ער טאקע די בעסטע דיעל אין די וועלט!
זיי זאגן אז מע קען עם נישט טראסטן! אה וועגן אלע בענק טראסטן עם מיט ביליונען!

זיי זאגן אז ער איז א אום מענטש! אה וועגן דעם טאקע איז ער פרעזידענט!
אין נאך פילע נארישקייטן וואס קומט פון אונגעגעסענקייט אין פארביטערטקייט,
אין טוט מיר א טובה קוק צירוק זיין רייכע היסטערי וועסטו נישט שרייבן אזוי אויף עם,
אין יעצט פאר די לאזט ארויס א סטעיטמענט פון דיין הענט/מויל/ פרעגט אייך די פאר קשיות, אין ווען די האסט א תירוץ דאן מאך/שרייב דיינע פארווארפענע סטעיטמענט.
האסטו שוין איינמאל אין דיין קורצע לעבן געדילט מיט פאבליק?
האסטו שוין איינמאל אין לעבן געהאט איין ריעל סטעיעט דיעל?
האסטו שוין איינמאל אין לעבן געהאט 50,000 דאלאר אין דיין באנק אקקאונט איבער נאכט?
האסטו שוין איינמאל געלאפן פאר א פאבליק פאזישען? אין געווינען?
האסטו שוין איינמאל געהאט אזוי פיל ארבעטער'ס?
האסטו שוין איינמאל אין דיין לעבן געדארפט נאכגעבן ביי א דיעל? (חוץ ערב פסח ביי די מצות)
האסטו שוין איינמאל אין לעבן געהאט אזוי פיל היט פון די DOJ?
אין נאך צענדליגע קשיות וואס מע דארף זיך אליין פרעגן פאר מע סטעמפלט יענעם אפ אלצט א שד.!
אין דאס האב איך געמיינט מיט מיין שורה.

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג יוני 04, 2018 5:17 pm

די שלח אנאליז פון ר' יואל פעלזן, א דראסטישע שינוי לטובה.
שטארק אנטי טראמפ אבער דעליווערט תוכן, באנעמט די גאנצע ספייגעיט מיט גוטע און קלארע אינפאו,
מען זעט אז עס איז אריין אסאך מער ארבעט ווי געווענליך, כה לחי!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג יוני 04, 2018 6:02 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:די שלח אנאליז פון ר' יואל פעלזן, א דראסטישע שינוי לטובה.
שטארק אנטי טראמפ אבער דעליווערט תוכן, באנעמט די גאנצע ספייגעיט מיט גוטע און קלארע אינפאו,
מען זעט אז עס איז אריין אסאך מער ארבעט ווי געווענליך, כה לחי!

גערעכט, ווען ס'איז גוט מוז מען זאגן אז ס'איז גוט, ער קומט אריין קלאר און רואיג אהן קיין היט, ר' יואל כה לחי!
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג יוני 04, 2018 6:03 pm

לחם לשובע האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:[
איר זאלט מיר זייער אנטשולדיגן חבר טייערער
אבער די נארישע גערעדעכץ פון רעספעקטירן א ביליאנער צוליב זיין געלט איז נולד געווארן ביי טראמפ
יא מ'קען הערן אז אין זיין ביזנעס ליין איז ווערט צו הערן וואס ער האלט און זאגט, אבער צו מאכן א כלליותדיגע געשעפט דערפון איז פריש פון ווען אדונינו דאנעלד טראמפ יר"ה האט געמאלדן זיין באשלוס צו לויפן פאר פרעזידענט
נענטסטע דוגמא איז מייק בלומבערג, אדער נעם דזשארדזש סאראס ועוד ועוד
און בכלל איך פערזענליך מיט מיין נארישע דעת גרוילט זיך צו הערן אזעלכע ווערטער "סייעתא דשמיא" אויף א גוי'ס סוקסעס אין לעבן, איך ווייס נישט אבער איך פיל מ'מאכט ביליג א הייליג באגריף

"אם עשיר הוא עליך לכבדו!" - ווער האט דאס געזאגט?

בנוגע סייעתא דשמיא, מיינסט צי זאגן אז ווען א גוי א שייגעץ האט סוקסעס איז עס א אייגען סוקסעס און נישט סייעתא דשמיא? ה"י

געווענליך וועל איך מיר נישט באציען אויף וויכוחים וואס עס איז גאנץ קלאר מיין כוונה, און הגם די דאזיגע וויכוח פאלט גרינג אריין אין די קאטעגאריע, אבער משום והייתם נקיים וועל איך מיר יא אויסקלארן
בוודאי האט קיינער נישט ח"ו קיין ספק אז השם מוריש ומעשיר, איך האמיר אפילו נישט באצויגן צו די ענין פון יש מזל לגוי

נאר וואסזשע דען?
געווענליך וועל מיר נאר הערן און ליינען די ווערטער "סייעתא דשמיא" ביי עניני הכלל צו ביי עניני קדושה, במילא האב איך דעוועלאפט אזא געפיל (און ווי געזאגט "איך פערזענליך מיט מיין נארישע דעת") אז די ווערטער ווייזט אויף א העכערע זאך, אז מן השמים איז דא א ספעציעלע אומגעווענליכע הילף

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג יוני 04, 2018 6:05 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:די שלח אנאליז פון ר' יואל פעלזן, א דראסטישע שינוי לטובה.
שטארק אנטי טראמפ אבער דעליווערט תוכן, באנעמט די גאנצע ספייגעיט מיט גוטע און קלארע אינפאו,
מען זעט אז עס איז אריין אסאך מער ארבעט ווי געווענליך, כה לחי!

נאכנישט געהערט מיט וועלכע ספעסיפיק ער איז געווען אזוי שלעכט, צו קענען פארשטיין אז שלח איז בעסער

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג יוני 04, 2018 6:10 pm

אין כל חדש האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:די שלח אנאליז פון ר' יואל פעלזן, א דראסטישע שינוי לטובה.
שטארק אנטי טראמפ אבער דעליווערט תוכן, באנעמט די גאנצע ספייגעיט מיט גוטע און קלארע אינפאו,
מען זעט אז עס איז אריין אסאך מער ארבעט ווי געווענליך, כה לחי!

נאכנישט געהערט מיט וועלכע ספעסיפיק ער איז געווען אזוי שלעכט, צו קענען פארשטיין אז שלח איז בעסער

אויב דו האסט נישט קיין צייט געדולד צו דורכליינען דעם אשכול פון אנהייב, האבעך דיר א שטיקל עצה ווי פאלגענד:
הער אויס די בהעלותך אנאליז, דאן הער אויס די שלח אנאליז,
וויל סי יו סאאן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג יוני 04, 2018 6:24 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:

אהא?
וואס זאל איך יעצט טון? צייגן אויף וועלכע פעידזש אין די אשכול איז מיין ערשטע תגובה?
דאס קען ער דאך אליינס זען..

אה דאס איז דזשאסט א וועג פון ענטפערן, נו איז ער דאך גערעכט, די גאנצע אשכול לויפט דאך אזוי, איך האף נאר אז די גאנצע שמועס דא זאל נישט האבן קיין שום עפעקט אויף א איד'ס פרנסה, (איך גלייב ר' זלמן ווידער איז קלוגער פון זיך לאזן שאנטאזשירן פון אפאר אינגע ניקים)

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג יוני 04, 2018 6:41 pm

אין כל חדש האט געשריבן: איך האף נאר אז די גאנצע שמועס דא זאל נישט האבן קיין שום עפעקט אויף א איד'ס פרנסה, (איך גלייב ר' זלמן ווידער איז קלוגער פון זיך לאזן שאנטאזשירן פון אפאר אינגע ניקים)

1) ממה נפשך, אויב איז די גאנצע זאך סתם א בלבול, נעוואדע זאל זיך קיינער נישט צוטון מאכן, ומע"כ תורתו בכלל.
און פאר די (רוב) אידן ווי מיר וואס האלטן אז עס האט געדארפט א תיקון, מיר האלטן אז די וואך איז בעסער, איז עס בסך הכל געווען קאנסטראקטיוו קריטיק, און דאס איז געווען די ציל.
יעצט על מה יצא הקצף?
2) א אידס פרנסה איז זייער א חשובע זאך, און ווען מען פרעגט אונז וואלטן מיר אלע געזאגט אז ר' זלמן זאל גאר העכערן זיין וועידזש. אבער ווי גייט נאר די מעשה מיטן משולח וואס איז אריין געקומען צום סוחר אין געשעפט בעטן פאר א נדבה, זאגט אים די בעה''ב: זיי מוחל גיי ארויס און קום אריין פון די צווייטע טיר, די טיר דא איז געמאכט פאר ביזנעס.
לענינינו, מען קען עפענען א עקסטערע אשכול צו וואס דער עולם האלט אז ר' זלמן זאל טון, די אשכול איז געמאכט די ציבור זאל אויסדריקן זייער מיינונג אויפן "פראדוקט".
3) סתם פאר נייגעריקייט: א עלטערע ניק אויפן וועלטל ברענגט מיט זיך קלוגשאפט, ערפארונג, ערליכקייט, מידות טובות, ? וואס מאכט דיר טראכטן אז א עלטערע ניק פארשטייט בעסער?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג יוני 04, 2018 7:28 pm

אפרש שיחתי
1) איך מאך מיר נישט צו טוהן אזוי ווייט, נאר איך האב שוין אפאר מאל פרובירט צו ברענגן די וויכוח צו פרטים אזוי וועל מיר קענען זען ווער ס'איז גערעכט, ווייל מיט סתמיות קען מען נישט דעבאטירן, אבער דערווייל אן ערפאלג.
2)
בארואיגט-אייך האט געשריבן:איינער קען מסביר זיין פאר קול מבשר אז די שטארקע לינקע אנאליזער פארטרייבט אסאך ציהערער פון די ליניע?
איך מיין אז ביי אונז אידעלעך לוינט נישט צו גיין מיט אזא מהלך, מע קען אונז נישט פארקויפן קיין לאקשען, אונז זענען נישט קיין פרויען פון די בראנק'ס,
אונז זענען חסידישע פארשטענדליכע היימישע מקוה אינגעלייט וואס מע קען אונז נישט פארקויפן קיין נארישקייטן.
דאס מיז קומען צו א ענדע, אדער מיז דאס זאגן פאר די קאמפעטישן אז סע איז שוין העכסטע צייט....

3) בדרך כלל ווי עלטער מען ווערט אלס ווייניגער ווערט מען איבערגענומען פון איינער וואס זאגט אנדערש, במילא האב איך דן געוועזן די שארפע רעטאריק אויף א איד'ס פרנסה אין אינגקייט

און צום סוף אויב קען די שמועס ווערן אריבערגעפירט צו פרטים, וועל מיר קענען בעסער דן זיין, ווייל רוב מאל ווען ס'קומט צו פאליטיק איז דא אזויפיל פריערדיגע הקדמות און החלטות וואס אן דאס ארויפברענגן פאשטייט מען זיך נישט (ווי לדוגמא, אז איינער האט אן הקדמה אז טראמפ וועט ארומפירן זיין שותף ביים פארהאנדלונג, בכוונה תחילה צו באקומען א גוטן דיעל, וועט ער אלעס תולה זיין אין דעם, דער צווייטער האט אן הקדמה אז טראמפ טוט ווילדע זאכן אן טראכטן, וועט ער אלעס תולה זיין אין דעם, הייבט זיך יעצט אן א פייערדיגן וויכוח, צו טראמפ טוט קלוג אדער נישט, בו בזמן וואס זיי גייען זיך קיינמאל נישט קענען פארשטיין ווייל זיי דינגען זיך נאר אין תוצאות פון זייער ארגינעלע מיינונגס צווישנשיידט)

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1715
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג יוני 04, 2018 8:21 pm

אין כל חדש האט געשריבן:3) בדרך כלל ווי עלטער מען ווערט אלס ווייניגער ווערט מען איבערגענומען פון איינער וואס זאגט אנדערש, במילא האב איך דן געוועזן די שארפע רעטאריק אויף א איד'ס פרנסה אין אינגקייט

זייער גוט ארויסגעברענגט.

אודה על האמת, אין מיינע אינגערע יארן האב איך זיך אויך ערלויבט אזוי צו רעדן / שרייבן, דוק ותשכח...

עס איז זיכער אז איינער וואס איז שוין אפאר יאר עלטער, נעמט זאכן מיט אביסל א לייכטערן געמיט, אפגעזעהן ווען ער האט ס'ערשטע מאל אריינגעטשעקט אויף אייוועלט. עס איז נאר נאטורליך עס זאל אזוי זיין.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג יוני 04, 2018 9:00 pm

למעשה מיין איך אז דער עולם זאל ווייטער ארויסקומען אין די מאסן זאגן זייער מיינונג. (אין א איידעלע און ערוואקסענע פורמאט)
און פאר די שליחי הציבור: זאלן מוחל זיין אויסהערן דעם דעת הציבור און זיך צושטעלן.
יא! ענק זענען די ריכטיגע מענטשן פאר די פאזיציע! אבער ענק קענען צומאל צושטעלן פיל א בעסערע פראדוקט, לייגטס נאר צו אן אויער צום פארלאנג.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג יוני 04, 2018 9:23 pm

זיי דארפן צושטעלן אלע סארטן. עס איז דא גענוג א גרויסע פראצענט, אפשר נישט אזוי loud, וואסיי האבן הנאה פון מיינונגען פונקט פארקערט פון דיר. . וואס קרענקט דיר אז איינער רעדט אנדערש ווי דו האלסט? ס'איז דא גענוג פאר דיר אויך. דרוק נישט די קנעפל און שוין.... עס איז נישט ווי אידישקייט אז עס דארף דיר וויי טון די כפירה אין טראמפיזם.
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג יוני 04, 2018 10:13 pm

Goodmorning האט געשריבן:זיי דארפן צושטעלן אלע סארטן. עס איז דא גענוג א גרויסע פראצענט, אפשר נישט אזוי loud, וואסיי האבן הנאה פון מיינונגען פונקט פארקערט פון דיר. . וואס קרענקט דיר אז איינער רעדט אנדערש ווי דו האלסט? ס'איז דא גענוג פאר דיר אויך. דרוק נישט די קנעפל און שוין.... עס איז נישט ווי אידישקייט אז עס דארף דיר וויי טון די כפירה אין טראמפיזם.

מיין טענה איז נישט געווען אז זיי זענען "בייעס", נאר אז עס פארמאגט בכלל נישט קיין תוכן נישט אויף די זייט און נישט אויף די זייט, נאר בלויזע העצע.
(אלס אן הגדרה: עס גיבט נישט קיין שום שטאף פאר אן אנטי טראמפ ביי אן ארגומענט מיט א פרא טראמפ)
קען זיין אז עס איז דא א פראצענט וואס האט ליב צו הערן "טראמפ פוי" און פארטיג. איז עס אבער א ליצנות זיך אויפצושטעלן אויף קולמע דאס זאגן א האלבע שעה און א צו, עכ''פ עס איז ווערט קריטיק.
עס איז דווקא דא אנטי טראמפ אנאליזן וואס איך האב שטארק הנאה, צבש די וואכעדיגע פון ר' יואל פעלזן כנ''ל.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג יוני 04, 2018 11:52 pm

מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג יוני 05, 2018 11:59 am

איך דארף נאך אלץ ציריק ציען פון מיין תגובה?

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יוני 05, 2018 12:04 pm

אז דו בעטסט דיך, נו דא האסטע, אין איינע פון די אנאליזן לעצטנס האט ער מסביר געווען מיט א סטרעיט פעיס אז די נ"ק מצב איז אינגאנצן טראמפ'ס קרעדיט, איר ווייסט פארוואס? ווייל דער ס"ק פירער האט זיך מוראדיג שטארק געבעטן ביי טראמפ ער זאל טוישן זיין צוגאנג און למעשה די לעצטע שטיק צייט האט ער טאקע געטוישט זיין מהלך און דאס האט צוגעברענגט אז קים זאל קומען צום טיש, נו איז דאך עס טראמפ'ס קרעדיט, ניין?, דאס מיינט געדרשנט אין די וועלט אריין זאכן וואס האבן נישט קיין דעקונג, דארפסט איך זאל דיר עס מסביר זיין אויך אדער דו פארשטייסט אליין וואס איך מיין?

נאכאמאל די שלח אנאליז איז ווייט נישט אזוי
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג יוני 05, 2018 12:31 pm

Goodmorning האט געשריבן:מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

קודם כל, איך האב געפיילט א פעטיענט אויף דעם, ביזט גרייט אויף א לעגאלע געראנגל אדער ווילסטו פאהאנדלען אוט אף קארט?...

צווייטנס כל, וויל איך בעטן יעדער וואס וויל זאגן א מיינונג אויף די נושא, זאל ביטע אויסהערן די בהעלותך אנאליז, אדער סיי וועלכע פון די לעצטיגע אנאליזן, און געבן אן עסטימעיט ווי לאנג עס נעמט זיך אנצוגרייטן פאר אזא שמועס, דערנאך זאל ער אויסהערן דעם שלח אנאליז און אויך מאכן אן עסטימעיט. דאן עמער זעהן ווייטער.

#נעקסט פליז.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דינסטאג יוני 05, 2018 1:28 pm

פעיק נוז האט געשריבן:אז דו בעטסט דיך, נו דא האסטע, אין איינע פון די אנאליזן לעצטנס האט ער מסביר געווען מיט א סטרעיט פעיס אז די נ"ק מצב איז אינגאנצן טראמפ'ס קרעדיט, איר ווייסט פארוואס? ווייל דער ס"ק פירער האט זיך מוראדיג שטארק געבעטן ביי טראמפ ער זאל טוישן זיין צוגאנג און למעשה די לעצטע שטיק צייט האט ער טאקע געטוישט זיין מהלך און דאס האט צוגעברענגט אז קים זאל קומען צום טיש, נו איז דאך עס טראמפ'ס קרעדיט, ניין?, דאס מיינט געדרשנט אין די וועלט אריין זאכן וואס האבן נישט קיין דעקונג, דארפסט איך זאל דיר עס מסביר זיין אויך אדער דו פארשטייסט אליין וואס איך מיין?

נאכאמאל די שלח אנאליז איז ווייט נישט אזוי

נו אז דו רעדסט שוין קלאר קען מען וויסן וואס דא גייט פאר
איך אלס דעמאקראטיש גענויגט האב גאנץ גוט פארשטאנען זיין טאלקינג פוינט
בשעת טראמפ האט געשריגן און געסטראשעט אויף טוויטער פלעגט ער (י. פ.) כסדר טענה'ן אז דאס איז נוצלאז, און מ'זעט ווען אימער טראמפ איז געווארן פארנומען מיט אנדערע אישוס און זיינע סעקרעטארן (טילערסאן צו אנדערע) האבן געשריבן אפ-עדס אויף א רואיגערן טאן האבן זיך זאכן גערוקט
במילא האלט ער אז טראמפ'ס ווילדע צוגאנג האט גארנישט געברענגט, די איינציגסטע זאך וואס האט עס געברענגט צום יעצטיגן שטאפל איז ס"ק וואס האט געארבעט איבערמידליך אויף פרידליכע וועגן, און נאר דאן, האט טראמפ זיך דערזעענדיג מיט א רואיגערע נ"ק ארויפגעטאנצן אויפן וואגן, במילא האלט י.פ. אז שרייען טראמפ זאל ווערן קרעדיטעד איז ליצנות

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יוני 06, 2018 6:32 pm

אין כל חדש האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אז דו בעטסט דיך, נו דא האסטע, אין איינע פון די אנאליזן לעצטנס האט ער מסביר געווען מיט א סטרעיט פעיס אז די נ"ק מצב איז אינגאנצן טראמפ'ס קרעדיט, איר ווייסט פארוואס? ווייל דער ס"ק פירער האט זיך מוראדיג שטארק געבעטן ביי טראמפ ער זאל טוישן זיין צוגאנג און למעשה די לעצטע שטיק צייט האט ער טאקע געטוישט זיין מהלך און דאס האט צוגעברענגט אז קים זאל קומען צום טיש, נו איז דאך עס טראמפ'ס קרעדיט, ניין?, דאס מיינט געדרשנט אין די וועלט אריין זאכן וואס האבן נישט קיין דעקונג, דארפסט איך זאל דיר עס מסביר זיין אויך אדער דו פארשטייסט אליין וואס איך מיין?

נאכאמאל די שלח אנאליז איז ווייט נישט אזוי

נו אז דו רעדסט שוין קלאר קען מען וויסן וואס דא גייט פאר
איך אלס דעמאקראטיש גענויגט האב גאנץ גוט פארשטאנען זיין טאלקינג פוינט
בשעת טראמפ האט געשריגן און געסטראשעט אויף טוויטער פלעגט ער (י. פ.) כסדר טענה'ן אז דאס איז נוצלאז, און מ'זעט ווען אימער טראמפ איז געווארן פארנומען מיט אנדערע אישוס און זיינע סעקרעטארן (טילערסאן צו אנדערע) האבן געשריבן אפ-עדס אויף א רואיגערן טאן האבן זיך זאכן גערוקט

ס'איז נישטא קיין שום פראוו אויף דעם, סתם געשאסן.
די איינציגסטע זאך וואס האט עס געברענגט צום יעצטיגן שטאפל איז ס"ק וואס האט געארבעט איבערמידליך אויף פרידליכע וועגן,

אויב אזוי פארוואס האט די מהלך די אלע יארן ביז יעצט נישט געארבעט? אוודאי האט מען אים געדארפט האבן אלס דער וואס זאל פירן די פאקטישע געשפרעכן אבער די סיבה פארוואס נ"ק זאל זיך ברענגען צו בייגן, איז אויסדריקליך אמעריקע'ס דרוק.
און נאר דאן, האט טראמפ זיך דערזעענדיג מיט א רואיגערע נ"ק ארויפגעטאנצן אויפן וואגן, במילא האלט י.פ. אז שרייען טראמפ זאל ווערן קרעדיטעד איז ליצנות

ער זאגט אז טראמפ האט געטוישט מהלך צוליב די בעטענישן פונעם ס"ק פרעזידענט, אויף דעם איז אויך נישטא קיין שום פראוו.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מיטוואך יוני 06, 2018 6:50 pm

פעיק נוז האט געשריבן:ס'איז נישטא קיין שום פראוו אויף דעם, סתם געשאסן.

בשעת דאס האט זיך אפגעשפילט (ווען טראמפ איז געווארן פארנומען אויך טוויטער מיט אנדערע פראבלעמען) האט ער דאס אנגעצייגט, אוודאי איז עס ס"ה זיין אנאליז אז נ"ק רעדט רואיגער ווייל טראמפ איז ביזי מיט עפעס אנדערש און מ'זעט רואיגע אפ-עדס אבער דאס הייסט נישט סתם געשאסן
אויב אזוי פארוואס האט די מהלך די אלע יארן ביז יעצט נישט געארבעט? אוודאי האט מען אים געדארפט האבן אלס דער וואס זאל פירן די פאקטישע געשפרעכן אבער די סיבה פארוואס נ"ק זאל זיך ברענגען צו בייגן, איז אויסדריקליך אמעריקע'ס דרוק.

1) מאן יימר עס האט נישט געארבעט איינער האט געפאוסט אויף דעם אשכול א שטיק צייט צוריק ני"ט הויפט בלאט פון א שיינע פאר מאל אז נ"ק איז מסכים אויפצוגעבן נוקלעאר
2) דער היצטיגער ס"ק פרעזידענט האט לעצטנס געווינען די וואלן דארט און ער האט שטארק קאמפיינט אז ער גייט טוישן ס"ק'ס צוגאנג איבער צפון זיך פארפליכטנדיע צו פרובירן מער פרידליך,

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך יוני 06, 2018 10:26 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

קודם כל, איך האב געפיילט א פעטיענט אויף דעם, ביזט גרייט אויף א לעגאלע געראנגל אדער ווילסטו פאהאנדלען אוט אף קארט?...

צווייטנס כל, וויל איך בעטן יעדער וואס וויל זאגן א מיינונג אויף די נושא, זאל ביטע אויסהערן די בהעלותך אנאליז, אדער סיי וועלכע פון די לעצטיגע אנאליזן, און געבן אן עסטימעיט ווי לאנג עס נעמט זיך אנצוגרייטן פאר אזא שמועס, דערנאך זאל ער אויסהערן דעם שלח אנאליז און אויך מאכן אן עסטימעיט. דאן עמער זעהן ווייטער.

#נעקסט פליז.

ווילאנג נישט געטרעידמארקט קען איך עס נוצן... ס'איז א גוט ווארט....
לויעל בינעך צום אייבערשטן און כ'געהער צום פארטיי הנקרא פאקטן. (קרעדיט: כאפצעם)

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm

תגובהדורך ישוב הדעת » מאנטאג יוני 11, 2018 12:35 am

ברעכעדיג!

@NewOnKM: #WorldNews: First time conference Interview between @YossiGestetner and @YoelFelsen analysing the news around the world, on 8-0. #KolMevaser

m.twi...

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג יוני 11, 2018 12:43 am

זייער א דרייסטע שריט מצד ר' יואל, זיך צו פארמעסטן פנים אל פנים מיט יוסי, זינט יוסי האט פיל מער ערפארונג אין וועלטליכע פאליטיק אנגעלעגנהייטן.
גיימער גיין אויסהערן.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט