קול מבשר אנאליזן - אביעקטיוו אדער בייעס?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

איך בין א פרא טראמפ אבער איך האב נישט געקענט אויסהערן די אנאליז די וואך פון י. מייעראוויטש וואס רעדט און רעדט און זאגט גארנישט, אפילו ער לויבט אויס טראמפ ביזן הימל.
און די זעלבע איז מיט הרב פעלזן וואס איך פרוביר יעדע וואך מיט א פרישקייט אויסצוהערן, צוליב זיין שיינע און קלארע שפראך, אבער וואך איין וואך אויס לייג איך אראפ די טעלעפאון נאך די ערשטע פינף מינוט,
איך הער נישט קיין שום אינטערעסאנטע נייעס אדער קרישקעלעך ווי מען רופט עס, קיין שום זאכליכע אנאליז, ס''ה פון יעדע וואך איז "טראמפ פוי".
אויב וויל ער/דו פארשטעלן מיט דעם די צווייטע זייט מיין איך אז ער/דו זאל זיי קודם פרעגן אויב זיי זענען מסכים...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

צייט צו רעדן ספעסיפיקס
וועלכע זאך האלט איר איז נישט אנאליזירט נאר געהאקט אין קאפ??
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

פון אלע אנאליזירער גלייך איך נאר יצחק קלאר

א שאד ער איז אזוי זעלטן

חוץ וואס ער איז דער אייציגסטער וואס רעדט פארגעשריבן פון א צעטל

פארפארט נישט פון די נושא

קעקעצט נישט

אלעמאל חידושים אין זיין וועג פון טראכטן [כאטש איך בין פיל מאל מחולק ]
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6281
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:פון אלע אנאליזירער גלייך איך נאר יצחק קלאר

א שאד ער איז אזוי זעלטן

חוץ וואס ער איז דער אייציגסטער וואס רעדט פארגעשריבן פון א צעטל

פארפארט נישט פון די נושא

קעקעצט נישט

אלעמאל חידושים אין זיין וועג פון טראכטן [כאטש איך בין פיל מאל מחולק ]

און ווערט נאך פון די הערליך רייכע שפראך הוי גליסט איך מיר צו נאך אן אנאליז פון אים
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

יואל פעלזן האט געשריבן:איך בין בייעסד, און איך האלט עס אין איין זאגן, נישט ווי אנדערע וואס רעדן איין אז זיי זאגן נאר נייעס, אבער רעפארטירן, ווי מ'רופט עס דא אָן, אַן "אייגנארטיגע בליק"...

מיין ארבעט איז צו אראפרייסן דעם פרעזידענט, כדי דער עולם זאל האבן א מינדעסטע אנונג וואס מ'זאגט אין דעם צד שכנגד.

אויב ס'איז איינעם נוגע ללבבו, קען ער אריבערהיפן מיין טשענעל.

איז מען אזוי אומזיכער מיט כ"ק רבינו שליט"א אז מ'קען נישט הערן קיין קריטיק אויף אים?

איז דער פראבלעם אז איך בין בייעסד אדער אז מ'גלייכט פשוט נישט א צד קעגן ירום הודו?

אפגערעדט פון דעם אז גאנצע אכט יאר האט מען געשינדן די שווארצע הויט פונעם לעצטע רעספעקטפולער פרעזידענט וואס אמעריקע האט געהאט, און דאס האט קיינעם נישט געשטערט.

עס פּאסט בכלל נישט אז קלוגע אידן זאלן נישט וועלן הערן די אנדערע זייט פון די אמעריקאנער פאליטיק.

איך וויל נישט אריינגיין און די דיסקוסיע צו מ׳איז בייעסד אדער נישט, מ׳וועט קיינמאל נישט ענדיגן. אויב פילסטו אז דאס איז די וועג וואס ארבעט טוה עס געזינטערהייט און ווי אנדערע האבן פריער געזאגט אויב איינער איז נישט צופרידן דערמיט זאל ער נישט אויסהערן. מיט דעם בין איך אויף דיין זייט.

איין נקודה אבער. צו זאגן אויף אבאמא - א שמוציגער נידריגער גוי וואס אן רעדנדיג פין זיין פערזענליכקייט וואס קען זיין אז ער איז געווען אויסערליך מער אריסטאקראטיש, איז ער געווען איינער וואס האט געהאט אן אגענדע צו טראנפארמירן אמעריקע צו א נידריגע נידריגע מצב, אן קיין טראפ מאראל, געשטיצט און געשטיפט די ערגסטע עקל׳סטיגע געזעצן, און ס׳זאל קומען אידן און זאגן אז ער איז געווען די לעצטע רעספעקטפולע אמעריקאנער פרעזידענט איז א חרפה און א בושה.
יעצט קום מיר נישט זאגן אז טראמפ איז אויך נידריג, און אלע גוים, דעמאקראטן און רעפובליקאנער צוגלייך זענען פארדארבן ווייל איך און דו ווייסן אז ס׳איז טאקע אמת אבער אונז ביידע ווייסן אויך אז די דעמאקראטן זענען די וואס שטיפען עס ווייל זיי ווילן דעס איינפירן! זיי ווילן אז דער מין אנושי זאל פארלירן דאס ביסל מאראל און בושה וואס ער האט נאך. אבאמא האט געוואלט מאכן א חורבן אין אמעריקע, ווען די ליבעראלן האבן ווען אומקאנטאלירטע מאכט אין אמעריקע וואלטן אונזערע קינדער היינט נישט געקענט גיין אויפן גאס.

קענסט זאגן אז אבאמא׳ס פאליסיס זענען געווען גוט, אויב דו האלסט טאקע אזוי. אבער זאגן אז ער איז געווען ״רעספעקטפול״ מיין איך איז א סתירה מיט אידישקייט, ווייל ליבערליזם (מיט דעם מיין איך זייער אידאלאגיע, נישט עקאנאמישע אדער אנדערע פאליסיס) איז די גרעסטע חורבן פאר די מענטשהייט.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אין כל חדש האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:אן קיין נעמען
אבער דער אויף וועם דער עולם רעגט זיך דא האט שוין קלאר געשטעלט צענדליגע מאל אז ער שטעלט צו פאר די דעמאקראטישע צוהערער וואס צו הערן
סא וואס איז די ויצעקו? איך טאר נישט הערן די דעמאקראטישע זייט פון די מטבע??
מ'וואלט אים געדארפט געבן אויכעט א 1 1 5 אפטיילונג, מיט די יעצטיגע אביעקטיווקייט פון 1 1 5 ווער דארף נאך איינזייטיגקייט

ביזט א רעפובליקאנער האסט א ריזן אויסוואל פון י.ג, צו י.ק. און י.מ. און אפשר גאר מער

נישט גערעכט,

איך בין א רעפובליקאנער און איך וויל דייקא יא הערן די אנדערע זייט מטבע, אבער עס דארף מאכן סענס,

ועיין אין מיין פריערדיגע תגובה

אט אזוי, דאס איז געמאכט פאר דעמאקראטן!
איך האב די אלע טענות דא אבער אויף די אנדערע אנאליזירער אויף קול מבשר
און איך געדענק נאך זייער גוט די העיט אקעגן אבאמא'ן
די איינציגסטע חילוק איז אז י.פ. זאגט כאטשיג קלאר אז ער אנאלאזירט דעמאקראטיש גענויגט משא"כ אלע אנדערע

פאני. זייט ווען שטעלט מען צו א אנאליזירער פאר איין גרופע מענטשן? אנאליזן מיינט נישט זאגן מיין מיינונג איבערן פרעזידענט, אדער איבער סיי וואס פאר א נושא.

אנאליזן מיינט אז מ'נעמט א נייעס, מ'נעמט א ענין און מ'אנאליזירט עס. מ'צעלייגט עס שטיקל ביי שטיקל וואס איז געווען בעפאר, וואס גייט ארויס קומען דערפון , וכו' וכו'

און מיין טענה איז די זעלבע אויך קעגן די רעכטע אנאליזירער וואס זענען דא בלויז צו אוועק שטעלן דעם פרעזידענט/רעפאבליקאנער מיט זייער אגענדע. נישט דאס מיינט א אנאליזירער!!.. [טראץ וואס מיר-אלץ טראמפ שטיצער- שטערט מער די לינקע שטייצעך..]

לדעתי, דער איינציגער עכטע אנאלזירער וואס נעמט באמת א נייעס און פרובירט עס פארשטין, אן א הנחה פון פאראויס וואס ער גייט דא טרעפן [...] איז ר' הערשל פ.

שא!! שריי נישט אריין.. ניין, איך גלייך אים אויך נישט אזוי שטארק.. [ווי איך האב שוין אמאל ארויס געברענגט מיין ווייטאג דא אויף אייוועלט] איינס, נישט יעדער גלייכט זיין שניט פון רעדן, צוויי [והוא העיקר] ער נעמט זיינע נייעסן און פאקטן -ווי ס'שיינט- פון בלעטערן אין געוויסע מעינסטריעם לינקע נייעס קוועלער, און ער איז טייל מאל [לויט מאנכע רוב מאל] פשוט נישט אינפארמירט מיט די פאקטן..

ס'מאכט זיך כמה פעמים ווען איינער רופט אריין און לייגט אים צו א שטיקל פון די מעשה וואס די ניט האט אויסעגלאזט און די קומענדיגע וואך זאגט ער אז איינער האט אריין גערופן כך וכך, און לויט דעם קומט אויס אז דער פרעזידענט איז גערעכט.. וכדו'.

אבער בעצם אלץ וואס ס'מיינט אן 'אנאליז' איז ער לדעתי דער ריכטיגסטער ביישפיל.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

'אלצווייסער' זאגט צום זאך, רעספעקט איז אן אויסדרוק וואס קען בהחלט נישט גענוצט ווערן פאר דעם מושחת מיט זיינע פארקרומטע מיינונגען.

אבער מיר פארשטייען יא די נקודה פון דעם אינגערמאן המכונה 'יואל פעלזן', למעשה איז ער געווען אן אידעאלאג און א געלערנטער מאן, ווערסוס... נו שוין.
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

ר' הערשל קען טאקע אנאליזירן א זאך גאנץ פיין (כאטש נישט מיין טעיסט) ער האט די מעלה פון זיך האלטן זעלבסשטענדיג העכער פון אלע שטותים און טראכטן אליין.
די פראבלעם איז אז זייער ווייניג מאל האט ער געדולד דערצו, אסאך מאל קומט ער ארויף בלויז צו זאגן אפאר שיינע מליצות אויף די עניני דיומא....
עס זעט אויס ווי ער האט נישט אייביג צופיל נערוון צו די גאנצע זאך,
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

יואל פעלזן האט געשריבן:איך בין בייעסד, און איך האלט עס אין איין זאגן, נישט ווי אנדערע וואס רעדן איין אז זיי זאגן נאר נייעס, אבער רעפארטירן, ווי מ'רופט עס דא אָן, אַן "אייגנארטיגע בליק"...

מיין ארבעט איז צו אראפרייסן דעם פרעזידענט, כדי דער עולם זאל האבן א מינדעסטע אנונג וואס מ'זאגט אין דעם צד שכנגד.

אויב ס'איז איינעם נוגע ללבבו, קען ער אריבערהיפן מיין טשענעל.

איז מען אזוי אומזיכער מיט כ"ק רבינו שליט"א אז מ'קען נישט הערן קיין קריטיק אויף אים?

איז דער פראבלעם אז איך בין בייעסד אדער אז מ'גלייכט פשוט נישט א צד קעגן ירום הודו?

אפגערעדט פון דעם אז גאנצע אכט יאר האט מען געשינדן די שווארצע הויט פונעם לעצטע רעספעקטפולער פרעזידענט וואס אמעריקע האט געהאט, און דאס האט קיינעם נישט געשטערט.

עס פּאסט בכלל נישט אז קלוגע אידן זאלן נישט וועלן הערן די אנדערע זייט פון די אמעריקאנער פאליטיק.

עטליכע קליינטשיקע נקודה'לעך אויב איר זענט שוןין יא דא.. [און אויב ס'איז סתם א לץ אויף זיין נאמען תהא בושתי כפרתי]

כדי דער עולם זאל האבן די 'מינדעסט"ע אהנונ"ג אין דעם צד שכנגד' מוז מען 'אראפ רייסן דעם פרעזידענט' ? אתמהה

לגבי די שאלות אויב איז מען אזוי אומזיכער... לאמיר אייך שיין זאגן רבי יואל'יש, ס'איז שטותים והבלים... די זעלבע זאך קען מען זאגן אויף די אנדערע זייט, און אויף יעדע פאליטישע געפעכט.. יא, יעדער וואס הערט ווי מ'רייסט אראפ זיין קאנדידאט/פארטיי אויף א שטארקע פארנעם ווערט געבאדערט.. [יעדער? נישט ממש יעדער אויפן זעלבע דרגא, דאס ווענד זיך שוין אינעם טבע פונעם מענטש, אבער גארנישט מיטן קאנדידאט]

לאמיר אייך פרעגן, די אלע שמועסן וואו מ'האט אזוי צעמאלן אבאמא'ן ירום הודו האט אייך נישט געבאדערט?.. 1000 פראצענט אז יא.. איר דארפט דאס נישט קאנפירמען, מ'קענעס זעהן פון איינס פאר די לעצטע שורה אין אייער תגובה דא...

און ס'נאר נארמאל. ניין, מ'דארף נישט, און מ'טאר נישט, נעמען פאליטיק צום הארצן. אבער די מציאות איז ביי רוב געווענליכע מענטשן וואס ליגן אין פאליטיק אז אויב הערט מען א גאנצע שמועס ווי איינער רייסט אראפ זיין קאנדידאט בכל מיני לשונות וכו' צינדט עס אונטער..

יעצט, דאס איז ביי א געווענליכן פאליטיקאנט אויך, דא אבער ביי טראמפ'ן שטייגט עס איבער צוויי פאכיג.. איינס ווייל מ'איז כסדר פארנומען אראפ רייסן אים פערזענליך, [מעגליך ער איז זיך אליינס שולדיג ואכמ"ל] און צוויי, והוא העיקר, ווייל מ'איז כסדר פארנומען -אזוי ווי למשל אויך אין די תגובה- רעדן און חוזק מאכן [למחצה לשליש ולרביע] פון זיינע 'חסידים'.

און דאס וואלט זיך גראדע געמעגט סטאפן אויף א היימישע אידיש רעדנדע ליניע.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:זייער שיין אז מע האט געעפנט אן עקסטערע אשכול אין דא גיי איך אראפ ברענגען אן תגובה וואס איך האב שוין געשריבן א שטיק צייט ציריק:
די צייטונג איז נישט אנטי טראמפ: שבת נאכמיטאג נאך די סעודה א מידער פאק איך זיך אריין אין ריקליינער וועלנדיג נהנה זיין פון די רייכע אידישע ליין מאטרייל וואס אונז פארמאגן, הייבן הייב איך אן מיט די בארימטע צייטונג וואס איז באקאנט מיטן ציענד-לייענד לשון וואס זי פארמאגט מיט די גרעסטע אין בעסטע קוואליטעט נייעס על טהרת הקודש, פארשטייט זיך אז די ערשטע צו ליינען איז די דריטע פעדזש, דארטן ליינט זיך ביים אונהייב פון א שורה ווי פאלגנד, "אויב זענט איר א שטיצער אין אונהענגער פון טראמפ דאן ליינט נישט די ארטיקל..."
שוין ווייס איך ווי יא צו ליינען, אין געליינט...
איך גיי נישט צירטירן קיין סטעיטמענט'ס, אדער שטיקלעך פון זיינע ארטיקלעך, איר קענט עס אליין נאכקיקן, אבער איין זייך יא,
ער האט צישטערט מיין רואיגע שבת נאכמיטאג ליינען-צייט, די ארטיקל איז פול מיט קאנספעראציעס אין דימיונת, שלעכטע רייד אויף די פרעזידענט, פארקערט פון רעספעקטפול,
אראפ געברענגט מאמרים וואס איך האב זיך געשמעט צו ליינען צילוב די קינדערישע תוכן, ווירדע לאז, ממש א שאנדע אז די עמך יודן פון די מסלתה וואס אונז פארמאגן זאלן אזוי אראפ רייסן א פרעזידענט פשוט ווייל ער איז קעגן די לינקע פארקראנקעט אגענדע וואס פירט דאס פאלק צום עזזאל בארג.

זייער גוט ארויסגעברענגט וויאזוי עס ארבעט ביי אייך:

1. איר האלט אז די לינקע אגענדע איז פארקראנקט און פירט דאס פאלק צום עזזאל בארג
2. איר האלט אז ווען מ'רייסט אראפ טראמפ איז עס "פשוט" וועגן דעם
3. איר האט א פראבלעם ווען מ'איז נישט רעספעקטפול צו טראמפ'ן
4. איר האט געזען שלעכטע רייד אויף די פרעזידענט
5. אייער רואיגע שבת נאכמיטאג איז צושטערט געווארן

א וואונדער אז איר האט באשלאסן אז עס איז בלויז קאנספעראציעס אין דימיונת...
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

דאס וועט דיר אבער האפנטליך ברענגען צום מסקנא אז ליידער היינט צוטאג איז דאס דער מציאות ווי מיר שטייען אז רובא דרובא פון די היימישע אינגעלייט-וואס טוען אין פאליטיק שטייצעך- זענען רעכט געשטימט [כאפ א בליק אין די אשכולות דא אויף אייוועלט..].

יעצט ארויס געבן א צייטונג פאר דעם עולם אויף א ניו יארק טיימס סטיל איז ליצנות געמאכט פון זיך און פון די ליינער וואך נאך וואך.
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

יואל פעלזן האט געשריבן:איך בין בייעסד, און איך האלט עס אין איין זאגן, נישט ווי אנדערע וואס רעדן איין אז זיי זאגן נאר נייעס, אבער רעפארטירן, ווי מ'רופט עס דא אָן, אַן "אייגנארטיגע בליק"...

מיין ארבעט איז צו אראפרייסן דעם פרעזידענט, כדי דער עולם זאל האבן א מינדעסטע אנונג וואס מ'זאגט אין דעם צד שכנגד.

אויב ס'איז איינעם נוגע ללבבו, קען ער אריבערהיפן מיין טשענעל.

איז מען אזוי אומזיכער מיט כ"ק רבינו שליט"א אז מ'קען נישט הערן קיין קריטיק אויף אים?

איז דער פראבלעם אז איך בין בייעסד אדער אז מ'גלייכט פשוט נישט א צד קעגן ירום הודו?

אפגערעדט פון דעם אז גאנצע אכט יאר האט מען געשינדן די שווארצע הויט פונעם לעצטע רעספעקטפולער פרעזידענט וואס אמעריקע האט געהאט, און דאס האט קיינעם נישט געשטערט.

עס פּאסט בכלל נישט אז קלוגע אידן זאלן נישט וועלן הערן די אנדערע זייט פון די אמעריקאנער פאליטיק.

שלום עליכם ר' יואל,

בנוגע וואס איר ברענגט ארויס אז איר זאגט וואו איר שטייט מיין איך אז עס איז זייער א וויכטיגע נקודה.

געוויסע אנדערע וועלן דערציילן נייעס און א וועג וואס לויט 99% אמעריקאנער איז עס ראדיקאל גענויגט אויף איין זייט און ער וועט זיך שווערן אז ער איז אויפריכטיג און וועט גאר נישט קענען אויפהערן (במלא מובן המלה!) אראפצורייסן אנדערע פאר'ן נישט זיין אויפריכטיג...

פון וואס קומט דאס? נאר טאקע ווייל ער איז אזוי שטארק געבויגן צו יענע זייט "מיט אן אמת", האלט ער אז זיין מיינונג איז נישט "איין זייט" נאר דאס איז פשוט די איינציגסטע מציאות און יעדער וואס זאגט אנדערש "קען זיך די האר אויפשטעלן פון קאפ" וויאזוי ס'קען אפילו זיין אזאנס... כנלע"ד ודו"ק.

אבער די פשוט'ע וועג צו קוקן דערויף איז 1. וואו שטייט ער צווישן עוורידזש אמעריקאנער און 2. איז ער ביים אנערקענונג וואו ער שטייט (וואס אין אזא פאל איז א געשמאק אויסצוהערן סיי וואס אפי' מען איז ווייט נישט איינשטימיג - אויסער פאר מענטשן וואס האבן מורא ארויסצוקוקן פון זייער באבל).
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

שוין נישט געקאלט קול מבשר זייט צוויי יאר צוריק וועלענדיג הערן א טרעפיק אפדעיט, האב מיר יעצט לכבוד דעם אשכול זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע זיכען דעם שעדליכן אנאליזירער, דער וואס מאכט מיינע טראמפישע פריינט פארלאזן קול מבשר, עס האט מיר גענומען אביסל צייט צו כאפן דעם טאטער, באט איך בין אנגעקומען, און איך זעה נישט ער זאל זיין אזוי שלעכט, ער איז אנטי טראמפ, ער האט גאנץ גיט ארויסגעברענגט אפאר שוואכע נקודות פון טראמפ און זיין אדמיניסטראציע, באט בכלל נישט צו די פאוינט אז א מענטש פון די אנדערע זייט זאל מוזן אויפהערן קאלן קול מבשר, איך האב בשעת'ן הערן זיך פראבירט מצייר זיין ווען איינער זאל רעדן בערך אזא מהלך קעגן אן אנדערע אמעריקאנער פרעזידענט וואס איך האלט יא אויב עס וואלט מיך געבאדערט בכלל ענד איי דאנט טינק סא, איך מיין די זעלבע וואס שפירן אז אן אשכול וואס פארגלייכט טראמפ ליגענטס מיט מידיע ליגענטס איז טראלן, די זעלבע ווערן קראנק פון הערן א קרום ווארט אויף טראמפ, און עס איז ממש א שאד אויף געזונטע אינגע פרישע אינגעלייט נעמען פאליטיק אזוי צום הארצן.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

יואל פעלזן האט געשריבן:איך בין בייעסד, און איך האלט עס אין איין זאגן, נישט ווי אנדערע וואס רעדן איין אז זיי זאגן נאר נייעס, אבער רעפארטירן, ווי מ'רופט עס דא אָן, אַן "אייגנארטיגע בליק"...

מיין ארבעט איז צו אראפרייסן דעם פרעזידענט, כדי דער עולם זאל האבן א מינדעסטע אנונג וואס מ'זאגט אין דעם צד שכנגד.

אויב ס'איז איינעם נוגע ללבבו, קען ער אריבערהיפן מיין טשענעל.

איז מען אזוי אומזיכער מיט כ"ק רבינו שליט"א אז מ'קען נישט הערן קיין קריטיק אויף אים?

איז דער פראבלעם אז איך בין בייעסד אדער אז מ'גלייכט פשוט נישט א צד קעגן ירום הודו?

אפגערעדט פון דעם אז גאנצע אכט יאר האט מען געשינדן די שווארצע הויט פונעם לעצטע רעספעקטפולער פרעזידענט וואס אמעריקע האט געהאט, און דאס האט קיינעם נישט געשטערט.

עס פּאסט בכלל נישט אז קלוגע אידן זאלן נישט וועלן הערן די אנדערע זייט פון די אמעריקאנער פאליטיק.

א גוטן ר' יואל, אויב איר זענט עס טאקע.

דערשרעקט זיך נישט פון די אטאקעס, אייוועלט איז "טראמפלאנד"

איך אידענטעפעציר זיך נישט פערזענליך אלס דעמאקראט, אבער קען נישט פארשטיין די הערצה צום נידריגן פארשוין אין ווייסן הויז....
אבער איך האלט זיך געווענליך צוריק פון קאמענטירן, עס איז פשוט נישט געזונט פאר אסאך ניקס דא.... די בלוט דרוק שיסט ארויף

אויף די עכטע, נישט ווירטואלע וועלט ווייס איך פון אסאך וואס זענען איינשטימיג מיט מיר און האבן אויך הנאה פון אייער אנאליזן. גייט אן מיט א שטארקייט! You anyway won't win them over!
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אלצווייסער@ זאגט גוט, אבער לדעתי איז נאך אלס יצחק קלאר מיין פעוועריט אפי' ער איז געווען שטארק רעכט עכ"ז האט יעדע ווארט זיינע געהאט דעקונג מיט קראנטע פאקטן ער האט געוואוסט וואס ער וויל נישט סתם געשאסן שפעקולאציעס געבויעט אויף גארנישט, דאס איז חוץ זיין מאסיווע שפראך און הומאר, הלוואי ברענגט מען אים צוריק, הערשל פר"מ איז אויך פיין.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

פעיק נוז האט געשריבן:אלצווייסער@ זאגט גוט, אבער לדעתי איז נאך אלס יצחק קלאר מיין פעוועריט אפי' ער איז געווען שטארק רעכט עכ"ז האט יעדע ווארט זיינע געהאט דעקונג מיט קראנטע פאקטן ער האט געוואוסט וואס ער וויל נישט סתם געשאסן שפעקולאציעס געבויעט אויף גארנישט, דאס איז חוץ זיין מאסיווע שפראך און הומאר, הלוואי ברענגט מען אים צוריק, הערשל פר"מ איז אויך פיין.

ער איז טאקע גוט, אבער ער פארשטייט נישט אזוי גוט טראמפס מהלך.. לדוגמא עס איז געווען א וואך וואס טראמפ האט זיך ציווילדעוועט אויף סעשאנס אויף טוויטער, און הרב קלאר האט געהאט א גאנצע אנאליז פארוואס דארף טראמפ אראפרייסן זיין ״אייגענע״ aj אין פאבליק, פארוואס רעדט ער נישט צו אים פריוואט... וואס יעדער פארשטייט אז ניין טראמפ קען נישט רעדן צו סעשאנס פערזענליך צו פארהאלטן פארן נישט אויספראקן אבאמא׳ס סקאנדאלן, (עס קען נאך קומען א מוללער נאמבער 2 פארן אזוי טון)
און יא טראמפ האט נאר מצליח געווען מיט זיין ווילדע רעטאריק.. ווען טראמפ איז ווען א לעמעלע וואלט ער היינט נאכט געשלאפן אין טראמפ טאווער...
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

אין כל חדש האט געשריבן:און למעשה אויפן לעצטיגן אנאליז ברענגט ער ארויס א שטארק אמת'ע נקודה
טראמפ האט נישט אויף זיין רעקארד דערווייל קיין שום ערענסטע דיעל, נישט אינערהאלב אמעריקע מיט די קעגנערישע פארטייען און נישט אין אויסלאנד
איך ווייס הסברים איז דא איבערגענוג, אבער פריערדיגע פרעזידענטן האבן אויך געהאט הסברים, טראמפ האט קאמפיינט אז אלס מעסטער נעגאושיעיטאר, וועט ער ווייזן דיעלס און נישט ווי פריערדיגע וואס האבן געוויזן הסברים

אדרבה, אפשר צייגסטו אן וועלכע דיעלס אבאמא האט געמאכט עט דיס פוינט אין אפיס?
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

ר' יואל.
קודם זע איך א אינטערעסאנטע זאך אז יעדער אנאלעזירע אדער פאבליק פיגור ביי די היימישע עולם איז כדאי צו האבן א אייגענע ניק דא אופן וועלטל מיט זיין נאמען זיך צו פארטיידיגן פון אטאקע'ס, וואס דאס אליין ברענגט ארויף אייועלט צו א נעקסטע לעוועל וויסענדיג אז וואס מע שרייבט דא, קומט אן צו די אויערן וואס דארפן דאס הערן..
יעצט אזוי:
איך האב נישט קרעטעקירט יואל פעלזן איבער זיין בייעס אויפן פרעזידענט, ער מעג זיין פרא אבאמא, אבער וואס מיר באדערט אין אזוי אויך וואס מיר באדערט אין די צייטונג איז,
מע האט נישט קיין שום רעספעקט אדער אנערקענוג אופן פערזאן וואס פארפיגט אויף די מאכטפולסטע לאנג אין די וועלט!
מע האט נישט קיין שום סימפאטיע מיטן מאן וואס זיצט אין אוועל אופיס!
מע האט נישט קיין שום טאלעראנץ מיטן פרעזידענט וואס האט אויפגעטאן אין זיין לעבן מער ווי אונז אלע דא אופן וועלטל!
מע האט נישט קיין שום טראסט אין די אמעריקאנע ווירדן וואס די פאלקט האט אריין געשטימט!
אין דאס איז א פארברעך נאך דערצו פאר אונז היימישע אידעלעך וואס די פרק לערנט אונז שוין אז מיר זאלן האבן, אין מיר זאלן טיילן כבוד למלכים, וואס אויב נישט איז א דיזעסטער אין די וועלט,
עם גיין קרעטעקירן אויף א פערסענל וועג, איז אבסעלוטלי נישט קיין מהלך נישט פאר טראמפ שטיצער אין נישט פאר אבאמאס שטיצער!
אז אונז קענען ליינען די היימישסטע צייטונג, אין מיר זעען א געוואלדיגע אופענע שנאה קעגן ירום הודו, איז עס אבסעלוטלי א שאנדע!
אז א אנעלעזירע אין פובליק רייסט אראפ פערזינדליך די פרעזידענט אין פאבליק איז עס א שאנדע!
#נעמט עס נישט אן ערנסט.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6281
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:ר' יואל.

בקיצור ווי איך פארשטיי מיינסטו צו זאגן אז דו ווילסט הערן אן אנאליז נישט סתם א געשרייעריי אויב מיינסטו דעיס צו זאגן האלט איך ווי דיר

Guess why?
ווייל טראמפ איז נישט מכבד זיין אפיס. ער געט עס נישט די כבוד דורך כסדר זיך אראפלאזן צו פערזענליך קריגערייען אנדערש ווי פרעזידענטן בעפאר. זיין צוגאנג מאכט פארלירן רעספעקט.

BTW, אבאמא האט דיר אויך אזוי געשטערט אז:
מע האט נישט קיין שום רעספעקט אדער אנערקענוג אופן פערזאן וואס פארפיגט אויף די מאכטפולסטע לאנג אין די וועלט!
מע האט נישט קיין שום סימפאטיע מיטן מאן וואס זיצט אין אוועל אופיס
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:מע האט נישט קיין שום טאלעראנץ מיטן פרעזידענט וואס האט אויפגעטאן אין זיין לעבן מער ווי אונז אלע דא אופן וועלטל!

איך בין מוחה במוחאה נוראה ואדירה!!! ווי קען מען צוגלייכן דאס וואס א אידיש קינד טוט אויף יעדע רגע פין זיין לעבן צו די ׳סאו קאלד׳ סוקסעס פין א בריה שפילה ונבזה?? טראמפ האט מער אויפגעטוהן ווי אונז הייליגע אידן דא אויפן וועלטל? ווי קאן מען שרייבן אזוינע דיבורים?
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:מע האט נישט קיין שום טאלעראנץ מיטן פרעזידענט וואס האט אויפגעטאן אין זיין לעבן מער ווי אונז אלע דא אופן וועלטל!

איך בין מוחה במוחאה נוראה ואדירה!!! ווי קען מען צוגלייכן דאס וואס א אידיש קינד טוט אויף יעדע רגע פין זיין לעבן צו די ׳סאו קאלד׳ סוקסעס פין א בריה שפילה ונבזה?? טראמפ האט מער אויפגעטוהן ווי אונז הייליגע אידן דא אויפן וועלטל? ווי קאן מען שרייבן אזוינע דיבורים?

ווער רעדט דא פון א אידיש קינד???
אויב האסטו נישט גוט פארשטאנען מיינע דיבורים דאן פרעג איבער,
רייס נישט אראפ פאר די ביסט נישט 100 פארסענט קלאר וואס מע האט געשריבן
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

ישוב הדעת האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אלצווייסער@ זאגט גוט, אבער לדעתי איז נאך אלס יצחק קלאר מיין פעוועריט אפי' ער איז געווען שטארק רעכט עכ"ז האט יעדע ווארט זיינע געהאט דעקונג מיט קראנטע פאקטן ער האט געוואוסט וואס ער וויל נישט סתם געשאסן שפעקולאציעס געבויעט אויף גארנישט, דאס איז חוץ זיין מאסיווע שפראך און הומאר, הלוואי ברענגט מען אים צוריק, הערשל פר"מ איז אויך פיין.

ער איז טאקע גוט, אבער ער פארשטייט נישט אזוי גוט טראמפס מהלך.. לדוגמא עס איז געווען א וואך וואס טראמפ האט זיך ציווילדעוועט אויף סעשאנס אויף טוויטער, און הרב קלאר האט געהאט א גאנצע אנאליז פארוואס דארף טראמפ אראפרייסן זיין ״אייגענע״ aj אין פאבליק, פארוואס רעדט ער נישט צו אים פריוואט... וואס יעדער פארשטייט אז ניין טראמפ קען נישט רעדן צו סעשאנס פערזענליך צו פארהאלטן פארן נישט אויספראקן אבאמא׳ס סקאנדאלן, (עס קען נאך קומען א מוללער נאמבער 2 פארן אזוי טון)
און יא טראמפ האט נאר מצליח געווען מיט זיין ווילדע רעטאריק.. ווען טראמפ איז ווען א לעמעלע וואלט ער היינט נאכט געשלאפן אין טראמפ טאווער...

גראדע ביי יענע פוינט האב איך געהאלטן וויאים אז טראמפ דארף אים נישט ארפרייסן ברבים.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:מע האט נישט קיין שום טאלעראנץ מיטן פרעזידענט וואס האט אויפגעטאן אין זיין לעבן מער ווי אונז אלע דא אופן וועלטל!

איך בין מוחה במוחאה נוראה ואדירה!!! ווי קען מען צוגלייכן דאס וואס א אידיש קינד טוט אויף יעדע רגע פין זיין לעבן צו די ׳סאו קאלד׳ סוקסעס פין א בריה שפילה ונבזה?? טראמפ האט מער אויפגעטוהן ווי אונז הייליגע אידן דא אויפן וועלטל? ווי קאן מען שרייבן אזוינע דיבורים?

ווער רעדט דא פון א אידיש קינד???
אויב האסטו נישט גוט פארשטאנען מיינע דיבורים דאן פרעג איבער,
רייס נישט אראפ פאר די ביסט נישט 100 פארסענט קלאר וואס מע האט געשריבן

איך האב זייער גוט פארשטאנען. האסט זייער קלאר ארויסגעשריבן אז טראמפ האט אויפגעטוהן אין זיין לעבן מער ווי ״אונז אלע דא אויפן וועלטל״ און לפי ידיעתי דרייען זיך דא נאר אידן.

האסט געמאכט א טעות, און ציה צוריק.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:מע האט נישט קיין שום טאלעראנץ מיטן פרעזידענט וואס האט אויפגעטאן אין זיין לעבן מער ווי אונז אלע דא אופן וועלטל!

איך בין מוחה במוחאה נוראה ואדירה!!! ווי קען מען צוגלייכן דאס וואס א אידיש קינד טוט אויף יעדע רגע פין זיין לעבן צו די ׳סאו קאלד׳ סוקסעס פין א בריה שפילה ונבזה?? טראמפ האט מער אויפגעטוהן ווי אונז הייליגע אידן דא אויפן וועלטל? ווי קאן מען שרייבן אזוינע דיבורים?

ווער רעדט דא פון א אידיש קינד???
אויב האסטו נישט גוט פארשטאנען מיינע דיבורים דאן פרעג איבער,
רייס נישט אראפ פאר די ביסט נישט 100 פארסענט קלאר וואס מע האט געשריבן

אנטשולדיגט מיר זענען עפעס גוים דא אויפן וועלטל? :wink:
שויתי ה' לנגדי תמיד
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”