קול מבשר אנאליזן - אביעקטיוו אדער בייעס?

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Kiwi
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 1:06 am

קול מבשר אנאליזן - אביעקטיוו אדער בייעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kiwi »

ווער עס וויל לאכן און וויינען
זאל הערן די העצליכע פאני מאדנע
איך ווייס נישט וויאזוי דאס אנצורופן
פרשת בהעלותך
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

שונא ואוהב פסולין להעיד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

איך האב אים זייער ליב צו הערן. זיין וועג פון רעדן, וכו'
אבער ווען סקומט צו זיינע אנאליזן אויף טראמפ איז א אנדערע מעשה,,,,,,,

איך האב אים אסאך געהערט און די תמצית פון זיינע אנאליזן איז אזוי:
1) איך האב פיינט שנאת מוות מר. דאנעלד טראמפ!
2) צווייטנס איך האב ליב אהבת נפש מר. אבאמא,
3) יעדע פאנטאזיע און קאנספיראציע וואס איז דא קעגן טראמפ וועל איך בלי נדר האלטן פון עס און אויסשמועסן כאילו סאיז א זיכערע מציאות (ווען 9-11 וואלט געווען יעצט וואלט ער זיכער געהאלטן אז טראמפ האט עס אינטערגעשטעלט!)

ווער סוויל אים הערן קען אים הערן אבער ער זאל וויסן פאראויס אויף וואס ער גייט איין!
האטס הנאה!
איך פלעג אים זייער ליב צו הערן, אבער ווען ער האט אנגעהויבן צו רעדן פון אבאמא מיט טראמפ וואלט מען ווען געמעגט אריין רופן די האסן פארברעכן איינהייט.....

(מיין פרעזענליכע מיינונג! איך וויס ס'דא וואס האלטן אז ער איז כולו אמת אבער מיין מיינונג איז דאס)
לעצט פארראכטן דורך וואשינגטאן אום מיטוואך מאי 30, 2018 1:51 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9082
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

איך קאן אים אפילו נישט אויסהערן.

אפילו ש"ר'ס שמועסן, (שוין לאנג נישט געמאכט) זענען געווען גאר בייעס קעגן טראמפ, אבער נישט האסלעך.

עניוועי. מ׳טאר נישט נעמען פערזענדליך.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

שטארק לינקע אנאליז אין די היימישע נייעס ליניע.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

איינער קען מסביר זיין פאר קול מבשר אז די שטארקע לינקע אנאליזער פארטרייבט אסאך ציהערער פון די ליניע?
איך מיין אז ביי אונז אידעלעך לוינט נישט צו גיין מיט אזא מהלך, מע קען אונז נישט פארקויפן קיין לאקשען, אונז זענען נישט קיין פרויען פון די בראנק'ס,
אונז זענען חסידישע פארשטענדליכע היימישע מקוה אינגעלייט וואס מע קען אונז נישט פארקויפן קיין נארישקייטן.
דאס מיז קומען צו א ענדע, אדער מיז דאס זאגן פאר די קאמפעטישן אז סע איז שוין העכסטע צייט....
לעצט פארראכטן דורך בארואיגט-אייך אום דינסטאג מאי 29, 2018 10:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

אויפהערן רעדן פון נעמען!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

ווי איז די פלאץ פאר די וואס ווילן ברבים פארדאמען די דברי....?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:אויפהערן רעדן פון נעמען!

אוקעי איך גיי שוין זיין גוט...
(הגם איר האט אמאל געקאמענט אז ווען איינער קומט ארויס אין פאבליק דארף ער זיין גערישט אין אונגעגרייט אז מע גייט עם קרעטעקירן)
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:ווי איז די פלאץ פאר די וואס ווילן ברבים פארדאמען די דברי....?

אנטשולדיגט איך האב כמעט אויפגעהערט הערן קול מבשר ווייל די מח שווענקונג ביי 1-1-5 גייט מיר אויף די נערוון. אז ער וועט נאר האבן אייננזייטיגע אנאליזן פארלירט ער די רעספעקט. הער נישט וואס דו קענט נישט פארטראגן.

גענוג אייוועלט קען מען נישט רעדן נייעס וואס קען ארויפברענגן טראמפ'ס שטיצערס בלוט. קאנטראליר נישט די גאנצע אידישע מידיע.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

Goodmorning האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:ווי איז די פלאץ פאר די וואס ווילן ברבים פארדאמען די דברי....?

אנטשולדיגט איך האב כמעט אויפגעהערט הערן קול מבשר ווייל די מח שווענקונג ביי 1-1-5 גייט מיר אויף די נערוון. אז ער וועט נאר האבן אייננזייטיגע אנאליזן פארלוירן ער די רעספעקט. הער נישט וואס דו קענט נישט פארטראגן.

האסט געדארפט א תגובה אויף וואס אויסצוגעבן דיין ווייטאג בין איך געווען די קרבן?
האסט אפשר געליינט וואס איך שרייב?

זאל איינער ביטע אנווייזן די פלאץ ווי מען קען אויסשמועסן די טענות לכאן ולכאן "מיט נעמען"
ווייל דא איז זיכער נישט די פלאץ.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

ניין, איך ערקלער פשוט פארוואס קול מבשר דארף האבן אן אויסוואל און נישט אראפווארפן וועם דיר שטערט. גארנישט פערזענליך קעגן דיר, איך ענטפער אויף דיין דערקלערונג קעגן י.פ.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

Goodmorning האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:ווי איז די פלאץ פאר די וואס ווילן ברבים פארדאמען די דברי....?

אנטשולדיגט איך האב כמעט אויפגעהערט הערן קול מבשר ווייל די מח שווענקונג ביי 1-1-5 גייט מיר אויף די נערוון. אז ער וועט נאר האבן אייננזייטיגע אנאליזן פארלירט ער די רעספעקט. הער נישט וואס דו קענט נישט פארטראגן.

גענוג אייוועלט קען מען נישט רעדן נייעס וואס קען ארויפברענגן טראמפ'ס שטיצערס בלוט. קאנטראליר נישט די גאנצע אידישע מידיע.

אויף וואס דען גייט ארויף ווען אפאר אנטעסעמיטן שרייען אז יודעלעך קאנטרעלירן די מידיע? הא
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

Goodmorning האט געשריבן:ניין, איך ערקלער פשוט פארוואס קול מבשר דארף האבן אן אויסוואל און נישט אראפווארפן וועם דיר שטערט. גארנישט פערזענליך קעגן דיר, איך ענטפער אויף דיין דערקלערונג קעגן י.פ.

it wasn't me
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

שכח בארואיגט-אייך פארן בארואיגן די מצב :wink:
שויתי ה' לנגדי תמיד
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

די אידישע נייעס סטאנציעס שאצן אונטער די אינטעליגענציע פון אירע צוהערער, נישט דוקא קול מיט וואסער..

קיינער דארף היינט די צייטונג ווייל ער ווייסט נישט די נייעס, אדער ווייל ער האט נישט קיין מיינונג, אדער וועגן ער וויל הערן א אפיציעלע פראטעסט קעגן איינעם, מ'האט פשוט ליב צו זען מער דיטעלס, און עס זען געשמאק אראפגעשריבן.

איך האב געליינט גראדע "דער איד" די וואך נאך נישט ליינען פאר א שיינע שטיק צייט, עס איז מיר געקומען צו ברעכן, עס וואלט מיר נישט געבאדערט ווען שרייבער זענען קעגן טראמפ, זיי האבן אלע רעכטן, אבער דאס האלטן אז דער ליינער "כאפט נישט" און זיי דארף מסביר זיין, איז טפשות, ער איז מיר מסביר ווי דער אומפארשעמטער טראמפ, וואס אנשטאט זיך לאזן פון די אינוועסטיגעשן, טוט ער די אומדערהערטע זאך, און קראסט די רויטע ליניע, און רופט גאר פאר א אינוועסטיגשען קעגן די אויספארשער...

און... דאס שטינקט פון קאפ, ווייל מ'זעט ווי די יוסטיץ דעפארטמענט האט זיך נאך געבראכן, און ראזענשטיין האט פאריפען דאס צו טון, און ער ברענגט א גאנצע ליסט פון מבינים אז דאס איז נאך ערגער ווי וואטערגעיט, און הערט נישט אויף דערמאנען די ליינער זאלן זיך נישט פארלירן, (דער זעלבער טראמפ וואס האט קעלאדעט מיט ראשע, און האט געהאט א מיטינג מיט שפיאן בלא באל...)

קאם אן, וואקסט אויף, נישטא א מענטש וואס ווייסט נישט פונקטלעך וואס גייט פאר, דערצייל עס מיט זאפט, מעגסט צוגעבן דיין מיינונג, אז דו האלסט ס'איז א נערישקייט וועגן דעם אדער דעם, דאס איז יא גוט, דאס איז נישט גוט, פארוואס טאקע טוט דאס דשוליאני, וועגן זיי האלטן אז דאס איז א גוטע מהלך, אבער קען בעקפייערן.. וכו, געב אראפ א אנאליז ווי א מענטש.

עס איז אנבעליוועבל, ווי מ'קען זיך נישט דערלערנען, אז ביי די צייט ווען די צייטונג קומט ארויס, נישט נאר אז יעדער ווייסט שוין די נייעס, נאר יעדער האט שוין כמעט פארגעסן די נייעס, און כמעט יעדע וואך ווען ס'קומט ארויס, האט זיך שוין געטוישט די נייעס, וואס מאכסטו משוגע?

עניוועי, א שאד א שאד, למשל ווען מענטשן זענען געווען ברוגז אויף אבאמא און יעדע וואך איז געווען אנאליזן פארוואס ער איז נישט שלעכט, און מ'דארף נישט מורא האבן, דאס פארשטיי איך, האסט איינעם וואס איז עניוועי פרעזידענט, קוק אויף די גוטס, ער איז נישט אזוי שלעכט ווי מ'מיינט, פיין, אבער די העיט יעצט, איז נישט נארמאל, ממש טפשות, ס'עקלט צו ליינען, און נישט אידישלעך זיכער נישט.

וועקטס ענק אויף.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:ניין, איך ערקלער פשוט פארוואס קול מבשר דארף האבן אן אויסוואל און נישט אראפווארפן וועם דיר שטערט. גארנישט פערזענליך קעגן דיר, איך ענטפער אויף דיין דערקלערונג קעגן י.פ.

it wasn't me

אנטשולדיגט טאקע, זע איך יעצט....גערעכט איז גערעכט...
שויתי ה' לנגדי תמיד
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

יעדע צײטאונג אין יעדע אנאלזירער מעגען האבן זײער מײנאונג די פראבלעם איז אז זײ זענען ביזי מיט טראמפ׳ס מײנאונג אנטשטאס צי זײן ביזי מיט זײער אײגענע מײנאונג
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

צום ערשט א דאנק פאר די פירערשאפט פארן עפענען די אשכול דר'ולם זאל זיך קענען אביסל אויסגעבן אויף די מעינסטריעם מידיע.
איך ווייס נישט אויב דא מעג מען שוין ניצן נעמען אדער עס מוז דוקא זיין מיט ראשי תיבות... אויך וויל איך איינער זאל מיר ביטע מסביר זיין פארוואס די מענטשן אויף קולמע וואס קומען ארויף מיט עכטע אדער פאלשע נעמען צו געבן אנאליזן ברבים און שטיצן אדער רייסן אראפ ברבים געוויסע מענטשן, טאר איך נישט ברבים זאגן אז איך האלט אנדערש ווי דער און דער?
גייט עס אריין בגדר לשון הרע אדער בזיון ברבים? אפשר זאלן זיי אליין אויך מיזן ניצן ר''ת, טראמפ זאל זיין ד.ט. און ק.דז.א. פון נ.ק. אדער אויב אפשר נאר אויף אידן דארף מען נזהר זיין, דארף עס זיין דער פירערס איידעם דז.ק. אדער דער סאציאליסט פון סענאט ב.ס.? (נאכאמזל די הנהלה פון קולמע איז נישט אזוי פרים ווי די פונעם וועלטל דא..)

אלא מאי מיט דעם וואס איינער שטעלט זיך אויף ברבים זאגן ברבים זיין מיינונג, פראקלימירט ער ברבים אז יא, מיך גייט נישט אן וואס די זאגסט אויף מיר, אדרבה לאז מיך מעסעדזשעס, גיי ארום קאמפלימענטיר מיר אדער קריטיקיר מיר ווי די קענסט נאר, דער עיקר הער מיר אויס...

קיינער זאגט נישט אז א.ב.ג. איז א שוטה, פאנאטיקער, אדער איך ווייס וואס, וואס וואלט געווען לשה''ר וכדו', ס''ה איך גלייך יא אדער נישט זיינע אנאליזן, ער רעדט צו דער זאך אדער נישט, דעטסאיט, און דאס ווייסט יעדער וואס רעדט ברבים אז עס איז דא כל מיני מענטשן מיט כל מיני מיינונגען און זיי זענען גרייט פאר דעם.
און יא, אויב א גרויסע מערהייט האלטן אז פלוני רעדט נישט צו דער זאך מעג מען אפילירן ברבים אז מען זאל ברענגען עפעס בעסערס!

איך בין גאנץ א גרינער דא און איך פארשטיי אז דא דארף זיין די פלאץ זיך אויסצוגעבן אביסל, אבער קען זיין אז איך האב א טעות און אין די הויפטקוואטירן פונעם וועלטל איז יא אנגענומען אז יעדער וואס שטעלט זיך אויף ברבים רעדן דארף מען קלאטשן "יא אר דע בעסט!" אז נישט איז עס קעגן די תקנות , בעט איך אנטשילדיגונג.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

זייער שיין אז מע האט געעפנט אן עקסטערע אשכול אין דא גיי איך אראפ ברענגען אן תגובה וואס איך האב שוין געשריבן א שטיק צייט ציריק:
די צייטונג איז נישט אנטי טראמפ: שבת נאכמיטאג נאך די סעודה א מידער פאק איך זיך אריין אין ריקליינער וועלנדיג נהנה זיין פון די רייכע אידישע ליין מאטרייל וואס אונז פארמאגן, הייבן הייב איך אן מיט די בארימטע צייטונג וואס איז באקאנט מיטן ציענד-לייענד לשון וואס זי פארמאגט מיט די גרעסטע אין בעסטע קוואליטעט נייעס על טהרת הקודש, פארשטייט זיך אז די ערשטע צו ליינען איז די דריטע פעדזש, דארטן ליינט זיך ביים אונהייב פון א שורה ווי פאלגנד, "אויב זענט איר א שטיצער אין אונהענגער פון טראמפ דאן ליינט נישט די ארטיקל..."
שוין ווייס איך ווי יא צו ליינען, אין געליינט...
איך גיי נישט צירטירן קיין סטעיטמענט'ס, אדער שטיקלעך פון זיינע ארטיקלעך, איר קענט עס אליין נאכקיקן, אבער איין זייך יא,
ער האט צישטערט מיין רואיגע שבת נאכמיטאג ליינען-צייט, די ארטיקל איז פול מיט קאנספעראציעס אין דימיונת, שלעכטע רייד אויף די פרעזידענט, פארקערט פון רעספעקטפול,
אראפ געברענגט מאמרים וואס איך האב זיך געשמעט צו ליינען צילוב די קינדערישע תוכן, ווירדע לאז, ממש א שאנדע אז די עמך יודן פון די מסלתה וואס אונז פארמאגן זאלן אזוי אראפ רייסן א פרעזידענט פשוט ווייל ער איז קעגן די לינקע פארקראנקעט אגענדע וואס פירט דאס פאלק צום עזזאל בארג.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Goodmorning האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:ווי איז די פלאץ פאר די וואס ווילן ברבים פארדאמען די דברי....?

אנטשולדיגט איך האב כמעט אויפגעהערט הערן קול מבשר ווייל די מח שווענקונג ביי 1-1-5 גייט מיר אויף די נערוון. אז ער וועט נאר האבן אייננזייטיגע אנאליזן פארלירט ער די רעספעקט. הער נישט וואס דו קענט נישט פארטראגן.

גענוג אייוועלט קען מען נישט רעדן נייעס וואס קען ארויפברענגן טראמפ'ס שטיצערס בלוט. קאנטראליר נישט די גאנצע אידישע מידיע.

טראמפ איז שוין כמה פעמים קריטיקירט געווארן ביי 1 1 5, משא"כ......, און ווי אויך דארף מען קענען רעדן צום זאך, מען קען נישט שיסן סתם סטעטמענטס אהן קיין דעקונג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די אמת איז אז א אנאליז (נישט נייעס) מוז נישט זיין אביעקטיוו יעדער אנאלאזירער איז בארעכטיגט צו זיין פרעספעקטיוו, און אפי' די אנאלאזירער פונעם רעכטן לאגער זענען אויך בייעס צו זייער זייט, און עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם עז לאנג מען רעדט צום זאך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אויב 1 1 5 איז אביעקטיוו דאן איז wapo pro trump
שויתי ה' לנגדי תמיד
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5418
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

טראמפ איז נישט קיין איד און דערפאר גיי6 נישט אן הלכות פון לשון הרע ווי ביי קול מבשר אנאלעזירער
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

איך האב שוין אויך די טענות אייביג געהאט איך וויל עפעס הערן אויף קולמע אדער ליינען דארף איך הערן אזאלעכע קאנספיראציעס און מאדנע אנאליזן אקעגן אונזער ירום הודו ווי למשל ער איז דער וועלט משוגענער סא איך האב מורא'דיג הנאה אז מען האט געעפענט דעם אשכול
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

Goodmorning האט געשריבן:אויב 1 1 5 איז אביעקטיוו

קיינער האט דאס נישט געזאגט, ליין איבער ביטע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

נאך פונדערהיים האט געשריבן:צום ערשט א דאנק פאר די פירערשאפט פארן עפענען די אשכול דר'ולם זאל זיך קענען אביסל אויסגעבן אויף די מעינסטריעם מידיע.
איך ווייס נישט אויב דא מעג מען שוין ניצן נעמען אדער עס מוז דוקא זיין מיט ראשי תיבות... אויך וויל איך איינער זאל מיר ביטע מסביר זיין פארוואס די מענטשן אויף קולמע וואס קומען ארויף מיט עכטע אדער פאלשע נעמען צו געבן אנאליזן ברבים און שטיצן אדער רייסן אראפ ברבים געוויסע מענטשן, טאר איך נישט ברבים זאגן אז איך האלט אנדערש ווי דער און דער?
גייט עס אריין בגדר לשון הרע אדער בזיון ברבים? אפשר זאלן זיי אליין אויך מיזן ניצן ר''ת, טראמפ זאל זיין ד.ט. און ק.דז.א. פון נ.ק. אדער אויב אפשר נאר אויף אידן דארף מען נזהר זיין, דארף עס זיין דער פירערס איידעם דז.ק. אדער דער סאציאליסט פון סענאט ב.ס.? (נאכאמזל די הנהלה פון קולמע איז נישט אזוי פרים ווי די פונעם וועלטל דא..)

אלא מאי מיט דעם וואס איינער שטעלט זיך אויף ברבים זאגן ברבים זיין מיינונג, פראקלימירט ער ברבים אז יא, מיך גייט נישט אן וואס די זאגסט אויף מיר, אדרבה לאז מיך מעסעדזשעס, גיי ארום קאמפלימענטיר מיר אדער קריטיקיר מיר ווי די קענסט נאר, דער עיקר הער מיר אויס...

קיינער זאגט נישט אז א.ב.ג. איז א שוטה, פאנאטיקער, אדער איך ווייס וואס, וואס וואלט געווען לשה''ר וכדו', ס''ה איך גלייך יא אדער נישט זיינע אנאליזן, ער רעדט צו דער זאך אדער נישט, דעטסאיט, און דאס ווייסט יעדער וואס רעדט ברבים אז עס איז דא כל מיני מענטשן מיט כל מיני מיינונגען און זיי זענען גרייט פאר דעם.
און יא, אויב א גרויסע מערהייט האלטן אז פלוני רעדט נישט צו דער זאך מעג מען אפילירן ברבים אז מען זאל ברענגען עפעס בעסערס!

איך בין גאנץ א גרינער דא און איך פארשטיי אז דא דארף זיין די פלאץ זיך אויסצוגעבן אביסל, אבער קען זיין אז איך האב א טעות און אין די הויפטקוואטירן פונעם וועלטל איז יא אנגענומען אז יעדער וואס שטעלט זיך אויף ברבים רעדן דארף מען קלאטשן "יא אר דע בעסט!" אז נישט איז עס קעגן די תקנות , בעט איך אנטשילדיגונג.

איר קענט זיין הונדערט פראצענט גערעכט, אונזער פארום איס נאכאלץ נישט געמאכט געווארן פאר דעם צוועק, עיין בתקנות
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”