אז מדארף פייטן קאומאו אלל די וועי און אפילו מאכן א בויקאט אויב ספעלט אויס און די אלטע עסקנים זענען גוט צו טרינקען טיי, מדארף נעמען די אינגע וואס האבן ליב אייסקרים
נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען די חורבנות וואס אזא שיעור ברענגט אן פאר אונזערע מיינדס, אונטער א שלייער פון 'נישט מורא האבן צו זאגן די אמת'.
צייט פאר א 'חכמים הזהרו בדבריכם' פעטיציע צו זלמן ווידער. מ'מעג מאכן א ענדע צו די לופטיגע אומפאראנטווארטליכע העסליכע דרשות אויף די קול מבשר ליניע אין וואס רוב מנין ובנין פון כלל ישראל האט צוטרוי און ערלויבט די אינגע קינדערלעך דאס אויסצוהערן.
איבערזאגן איינמאל און נאכאמאל מיט זלזול 'אזוי-גערופענע עסקנים' איז א אטאקע אויף די אידן וואס 'שטרעקן זיך אויס די האלז פאר אונז', און זיי, יא זיי האבן אין בלויז די לעצטע יאר אהאלב מצליח געווען צו באקומען די שטיצע פון אט דעם גאווערנער ווען ס'איז אים בכלל נישט געווען אזוי פאפולער. א דאנק די ריזיקירנדע ארבעט פון אט די אזוי גערופענע אויטדעיטעד עסקנים האט זיך אט דער גאווענער ארויסגעשטעלט קעגן די אנטיסמעטיזעם און קעגן געוויסע פירער מיט אנטיסעמטישע אנטשויאונגען, וואס האט אונז געברענגט פיל פיל מער פון וויפיל ארבעט אויף סאשעל מידיא קען אונז ברענגען אין לאנגע יארן!
גיין אוועקמאכן די ארבעט פון פאליטישע קשרים פון די באזעסענע לאנגיעריגע עסקנים - ווי כאילו מ'קען דאס פארטוישן מיטן ארומלויפן זיך פארענטפערן אגאנצן טאג פאר די נעגעטיוו-הונגעריגע מידיא, אדער ריספאנדען אויף יעדע אנטיסעמיטישע בלאג'ער - מוז מען זיין אויט אוו טאטש...
- - -
פאר די רעקארד: די פאוינט אז מיר מעגן ווערן מער עדווענסד אויף די חלק פון ריספאנדען אויף די מידיא - וואס איז בכלל נישט זיינס... - איז גראדע א ריכטיגע, א שאד אז ער זאגט עס...
דיסקלעימיער: איך האב געהערט די ערשטע ווערסיע, מעגליך נאכן צענזור איז עס מילדער.