בלאט 1 פון 416

אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 6:35 am
דורך ישוב הדעת
א נייע אפטיילונג, קומט אריין קלאר אויף היימישע אישוס..

ישר כח!

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 9:05 am
דורך טשעירמאן
די ערשטע נושא איז איבער די נייע ישובים און שטעטליך

מקען אריינשיקען קאמענטארען אדער סיי וואס אויף [email protected]

כבין נאר נייגעריג איז עס א פען נאמען, אדער די רעדנער הייסט טאקע אזוי?

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 10:40 am
דורך moishy56
אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס
קול מבשר
Press 3, 9, 4 on the Main Menu

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 11:17 am
דורך נתנאל מינצבערג
קומט מיר פאר ווי א ווערבל אייוועלט

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 1:41 pm
דורך דברים אלו
יעצט אויסגעהערט סאיז געוואלדיג

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 1:45 pm
דורך למדן וחסיד
רעדט זייער שיין און בעיקר זייער מסודר

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 1:49 pm
דורך ישוב הדעת
איך האב נאכנישט אויסגעהערט די גאנצע אבער דער איז אזוי גערעכט מיט די מציאות אז די האוזינג עקספענס וואס אונז האמיר שטימט נישט.. און ניין לעיקוואד מאנסי מאנרא והגלילות איז נישט קיין ישועה.. אפשר דזשערסי סיטי..

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 2:08 pm
דורך זכאי
זייער א שיינער געדאנק. אבער ער וואלט געמעגט מאכן א משהו ריסערטזש פאר רעדן צום ציבור.
דזעשרסי סיטי וואוינען נאכנישט קיין איבער ניינציג משפחות
א הויז דארט נאכן פעינטן סקרעיפן כשר׳ע קאך קאסט שוין היינט מיט א מאה׳לע מער ווי 250 (ביליג גערעכט)
זיינע פרייזן פון לעיקוואד זענען אויך זייער נישט אפ טא דעיט.

אבער חזק ואמץ, מיר דארפן אויפמערקזאם אין די פארווייטאגטע נושא.

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 2:24 pm
דורך שבתי בוים
ער איז א סטרעיט שוטער וואס רעדט פליסיג און געשמאק, זייער אויפריכטיג, כידבר איש אל רעהו.
מתוק מתוק.

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 3:21 pm
דורך שליו ודגים
איבער עקסיידיט פון זיין ראלע...

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 3:33 pm
דורך שטאלצער יוד
דעת הקהל המבואר...

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 3:47 pm
דורך בארואיגט-אייך
ער האט א גרעסער טשענ'ס צו בלייבן מיט זיין שופר דארטן ווי אונז דא אויף אייועלט ביים בארירן אזאנעכע טעמע'ס,
די הויפט סיבה איז ווייל עם קען מען נישט מעקן.
ער זעט אויס ווי סע' איז טו סטעי.
ער האט אונז געלאדענט צו קומען זאגן אונזער דעה.
עניוועי ער זאל האבן הצלחה

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 6:10 pm
דורך ממש אזוי
פרובירט צו גייען אין שטייגער פון מיכאל סאבאג. כקלער אז ער גייט מצליח זיין. די שאלה איז נאר אז מיכאל׳ן איז לייווו און ער איז נישט, נא צו וועט ער קענען ציען לאנג?

געשריבן: זונטאג אפריל 29, 2018 6:50 pm
דורך ישוב הדעת
ווי עס זעהט אויס פון זיין רעדן וויל ער ארויפברענגען מענטשן אויפן ליין.. כשרע ראדיא שאו..

געשריבן: דינסטאג מאי 01, 2018 12:03 pm
דורך ברוינע באנאנע
שוין דא א נייע אנאליז פון נעכטן

געשריבן: דינסטאג מאי 01, 2018 12:34 pm
דורך קיווי סטראבערי
דער איז פיינע פרישע נייעס!
איך האף ער גייט עווענטשעלי עפעס אויפטון אויף למעשה פאר כלל ישראל!

געשריבן: מיטוואך מאי 02, 2018 12:08 pm
דורך זזה
קיווי סטראבערי האט געשריבן:דער איז פיינע פרישע נייעס!
איך האף ער גייט עווענטשעלי עפעס אויפטון אויף למעשה פאר כלל ישראל!

;l;p-

געשריבן: מיטוואך מאי 02, 2018 12:22 pm
דורך נאך פונדערהיים
ביזדערווייל מאכט ער אוועק יעדע אויפגעברענגטע סאלאשן צום פראבלעם,
איך קען נישט טראכטן מיט וואספארא באמבע ער גייט אויפקומען

געשריבן: מיטוואך מאי 02, 2018 12:31 pm
דורך ישוב הדעת
נאך פונדערהיים האט געשריבן:ביזדערווייל מאכט ער אוועק יעדע אויפגעברענגטע סאלאשן צום פראבלעם,
איך קען נישט טראכטן מיט וואספארא באמבע ער גייט אויפקומען

עס איז דא איין סעלאשען.. גיין אביסל ווייטער.. פון איין זייט איז דא ראטשעסטער ני וואס איז אבער א שטיקל מדבר.. אבער מען קען גיין קיין פענסילוועניע ווי מען צאלט טעקסעס אונטער 2 אלפים א יאר און סגאנצע הויז קאסט אזא הונדערט פופציג..

געשריבן: מיטוואך מאי 02, 2018 12:37 pm
דורך נאך פונדערהיים
ווילסט מיר זאגן אז צו דעם וויל ער ציקומען?
אפשר א ריכטיגער געדאנק אבער דאכצעך א שאד יעדעס ווארט

געשריבן: מיטוואך מאי 02, 2018 12:45 pm
דורך זזה
ישוב הדעת האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:ביזדערווייל מאכט ער אוועק יעדע אויפגעברענגטע סאלאשן צום פראבלעם,
איך קען נישט טראכטן מיט וואספארא באמבע ער גייט אויפקומען

עס איז דא איין סעלאשען.. גיין אביסל ווייטער.. פון איין זייט איז דא ראטשעסטער ני וואס איז אבער א שטיקל מדבר.. אבער מען קען גיין קיין פענסילוועניע ווי מען צאלט טעקסעס אונטער 2 אלפים א יאר און סגאנצע הויז קאסט אזא הונדערט פופציג..

50k

געשריבן: מיטוואך מאי 02, 2018 12:55 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
אנגעהויבן הערן נעכטן נאכט אביסל, ער איז פריש ווי א ציקאדע, און יא, כ'דארף צו אים רעדן...

געשריבן: מיטוואך מאי 02, 2018 1:01 pm
דורך דברים אלו
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:אנגעהויבן הערן נעכטן נאכט אביסל, ער איז פריש ווי א ציקאדע, און יא, כ'דארף צו אים רעדן...

מה זה ציקאדע?

געשריבן: מיטוואך מאי 02, 2018 1:12 pm
דורך נאך פונדערהיים
אוואקאדא נאכן ברוין ווערן...
דזשאסט קידינג, דער קרויס איז גאר גוט בין נייגעריג צו דאס איז זיין אינציגע פלאטפארמע,
א שאד אויף אזאנע טאלאנטן.

געשריבן: מיטוואך מאי 02, 2018 1:12 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
א סארט היישעריק (קרעקעט) וואס שרייט ביינאכט מיט א געוואלדיגע פרישקייט...