אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צעגראדזשעט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:02 am
לאקאציע: אין מיין שוך

תגובה דורך צעגראדזשעט »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:ס׳זעהט אױס אז איר זענט פושט אין די גיסטע פון א גוט װארט אין א קאמפלאמענט װי גיט אין מעכטיג אינז זענען אין איר װילט אז ר׳ אליעזר זאל אייך עס געבען, אפשר בעהט איהם פאר געלט אז ער זאל אײך באזינגען מיט קאמפלאמענטען פראװיט ביז איר פילט אז ער האט ערפילט אײער שטארקע תאװת הקאמפלימענט אבער אױף ק״מ איז לכאורה נישט זײן פליכט אײך צײ געבען די סערװיס.
װען אײער רב רעדט א פלאם פײערדיגע תקעות שופר אדער א כל נדרי דרשה אין מוסר׳ט יעדעם אױס סאנד עס אױך װי די שטן ווען ער איז מקטרג? (אפשר איז טאקע די תקעות שופר דרשה געמאכט צי צמישען די שטן)

ס'דא א שטיקל חילוק צווישן א רב וואס איז מעורר דברי כיבושין פאר כל נדרי ווי איינער וואס נעמט א שופר אין האנט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג און לאזן הערן ווי משוגע יעדער איז און וואס כלל ישראל דארף זיך פארבעסערן.

ביז יעצט האב איך פארשטאנען אז עפעס צילט איר און אז מענטשן הערן אים אויס וועלן פאלגן זיינע לעזונגען. למעשה נאך 100 שמועסן זע איך קיין שום רעזולטאטן פון קיין לעזער קרויס חתונה פלאן. און יעצט קומט ער מיט א נושא וואס איז בכלל נישט נוגע די ק"מ צוהערער. רוב צוהערער האבן ממילא גארנישט צו טון איבער דעם.

איך בין מודה אז די זאכן דארפן זיך טוישן, אבער אויב זוכט ער לעזונגען - ס'איז דא בעסערע עצות ווי קול מבשר. ער קען עס דורכשמועסן מיט די טויזנטער רבנים מיט וועמען ער שמועסט דורך זיינע וועכנטליכע 'שיעורים'. זיי וועלן בעסער וויסן וואס צו טון. איך פארשטיי באמת נישט זיין סטראטעגיע.

איך האב אויך אזוי געקלערט אזויווי דו זאגסט. אז מילא די פריעדיגע נושאים איז נוגע יעדעם פערזענליך דהיינו יעדער דארף צולייגן א פלייצע צו מאכן דעם טויש. אבער דער נושא איז נישט יעדער ביכולת בכלל צו טון עפעס.
נאך א פוינט: בחורים הערן די שמועסן און נישט אלע [רוב אינגע] בחורים כאפן נישט פונקטליך וויאזוי אפצוטייטשן וואס ר' לעזער זאגט.
און איך האב שוין געהערט ווי עטליכע אינגע בחורים'לעך שמועסן צווישן זיך צו מען האט שוין געהערט לעזער קרויס'ס שמועסן וואו ער האקט אויף די ישיבות...
בין איך צוגעגאנגען צו איין בחור און אים געפרעגט צו ער האט עס שוין געהערט, זאגט ער מיר יא. פרעג איך אים וואס זאגט ער דארט, זאגט ער מיר בזה"ל: "ער זאגט אז די ישיבות זענען נישט גוט און די ראשי ישיבות און מנהלים זענען רשעים...". יעצט פונקטליך וויאזוי דארף דער בחור'ל נאך צו האבן אין זיך א ברעקל דרך ארץ פאר זיין ראש ישיבה?....
ווי זאגט ר' לעזער: מה יעשה הבן שלא יחטא?...
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

נייע שמיעס 102 איך הייב יעצט אן הערן

תגובה דורך בבל »

102 שמיעס איז ארויף.
דירות און vv עקספא

אנהייב רעדט ער פון חתונה ער האט אפגעשריבן א חשבון 1000.000.00$ וואס ער האט שוין געשפארט פאר אידן וואס האבן געקאט הוצאות א דאנק אים
דערנאך א מעשה פון פאריגע זמן ווי 3 מציונים האבן געסטראשעט אויב מען נעמט אריין א בנינים אדער שוואכע בחור און די ראש ישיבה האט נישט געפאלגט און אריינגענומען די נשמה די 3 מציונים זענען געגאנגען ערגעץ אנדערש צום סוף איז איינער פון די3 אזוי גערופענע מציונים געפלויגן ישיבה אינמיטן זמן
יעצט הייב איך אן צי הערן א אינטערוויא אום מיט יואל פעלזן וועגן vv
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובה דורך לא לנו »

בבל האט געשריבן:102 שמיעס איז ארויף.
דירות און vv עקספא

אנהייב רעדט ער פון חתונה ער האט אפגעשריבן א חשבון 1000.000.00$ וואס ער האט שוין געשפארט פאר אידן וואס האבן געקאט הוצאות א דאנק אים
דערנאך א מעשה פון פאריגע זמן ווי 3 מציונים האבן געסטראשעט אויב מען נעמט אריין א בנינים אדער שוואכע בחור און די ראש ישיבה האט נישט געפאלגט און אריינגענומען די נשמה די 3 מציונים זענען געגאנגען ערגעץ אנדערש צום סוף איז איינער פון די3 אזוי גערופענע מציונים געפלויגן ישיבה אינמיטן זמן
יעצט הייב איך אן צי הערן א אינטערוויא אום מיט יואל פעלזן וועגן vv

ביטע האלט מיר ווייטער אינפארמירט מיט די אפדעיטס וואו דו האלסט מיט'ן שיעור
ייש"כ פון פאראויס
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובה דורך סארקאזי »

זיידי בערלע
סמאכט מיר אביסל נערוועז. ווי איר האלט אין איין איבערחזר'ן אז דער פראבלעם איז בעיקר פאר מענטשען וואס זענען קהלהלאז. און כאילו די וועלכע זענען איינגעגלידערט האבען נישט קיין שום פראבלעם אודאי איז ביי זיי דער פראבלעם ערגער
אבער סאיז דא אסאך מענטשען וואס זענען ''געווארען'' קהלהלאז. ווייל מען האט זיך געבאדען אין זייער בלוט .

און בכלל רוב פון די פראלעמען פון וואס רעבלעזער רעדט.זענען זאכען וואס דער יחיד קען כמעט נישט מאכען קיין שינוי אן קיין מאוומענט פון כח הרבים. אדער א כח הנהגה.חתונה תקנות. דירות. ישיבה'ס. פארקעט גאר דער פראבלעם איז. אז דער יחיד וויל זיך צושטעלן צום נארם און ער וויל נישט טראכטען אוט אוו די באקס.
רעב לעזער האט אין איין אינקארידשען אז מענטשען זאלען טוען אליינס וויאזוי זיי פארשטייען אז סאיז ריכטיג סאו ווי קומט אריין קהלה'לאז?
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
בטיש בטישין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובה דורך בטיש בטישין »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:ס׳זעהט אױס אז איר זענט פושט אין די גיסטע פון א גוט װארט אין א קאמפלאמענט װי גיט אין מעכטיג אינז זענען אין איר װילט אז ר׳ אליעזר זאל אייך עס געבען, אפשר בעהט איהם פאר געלט אז ער זאל אײך באזינגען מיט קאמפלאמענטען פראװיט ביז איר פילט אז ער האט ערפילט אײער שטארקע תאװת הקאמפלימענט אבער אױף ק״מ איז לכאורה נישט זײן פליכט אײך צײ געבען די סערװיס.
װען אײער רב רעדט א פלאם פײערדיגע תקעות שופר אדער א כל נדרי דרשה אין מוסר׳ט יעדעם אױס סאנד עס אױך װי די שטן ווען ער איז מקטרג? (אפשר איז טאקע די תקעות שופר דרשה געמאכט צי צמישען די שטן)

ס'דא א שטיקל חילוק צווישן א רב וואס איז מעורר דברי כיבושין פאר כל נדרי ווי איינער וואס נעמט א שופר אין האנט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג און לאזן הערן ווי משוגע יעדער איז און וואס כלל ישראל דארף זיך פארבעסערן.

און יעצט קומט ער מיט א נושא וואס איז בכלל נישט נוגע די ק"מ צוהערער. רוב צוהערער האבן ממילא גארנישט צו טון איבער דעם.

איך בין מודה אז די זאכן דארפן זיך טוישן, אבער אויב זוכט ער לעזונגען - ס'איז דא בעסערע עצות ווי קול מבשר. ער קען עס דורכשמועסן מיט די טויזנטער רבנים מיט וועמען ער שמועסט דורך זיינע וועכנטליכע 'שיעורים'. זיי וועלן בעסער וויסן וואס צו טון. איך פארשטיי באמת נישט זיין סטראטעגיע.

אסדר, ייש''כ פאר'ן מיך שפארן שרייבן דיינע ווערטער.
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובה דורך געוואלדיג »

ר' אליעזר ביטע זיי ממשיך צו רעדן, אפילו אויב איהר זעהט נישט וואס דער יחיד קען טוהן,
נאר ווען עס ווערט א אויפוואכונג, וועלן מיר יחידים פאדערן תשובות פון די וואס סיפק בידם לעשות
לך בכחך זה והושיע את ישראל
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

תגובה דורך בר דעת »

איין זאך וואס דער יחיד קען זיכער טוהן איז נישט אריינלייגען זיין בחור אין א ברענד נעים מצויין ישיבה. וועט עס טאקע געשעהן? לאמיר אזוי האפן
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

אליעזר קרויס חתונה פלאן

תגובה דורך בבל »

טיט מען עפעס אויף מיט רעדן,?
איך האב געטראפן 2 אלטע אשכול'ת מין וואלן צי מען דארף מופן פין וויליאמסבורג. און צו מ'איז גרייט צי מופן 90% האבן געענטפערט
'' יא'' סהאט אויסגעקיקט ווי א זיסע חלום
viewtopic.php?t=26692&start=150
viewtopic.php?f=3&t=22777
http://www.ivelt.com/forum/viewt ... 98&t=30913
סאיז אריבער עטליכע יאר און ממיז וואוינען האט געקראכט ב'' ה, בלומינגבערג. דשערזי סיטי. סטעטן איילענד. לינדן. לעיקוואוד והגלילות. מאנסי והגלילות. קרית יואל והגלילות. מקען זאגן אז טויזנטער האבן שוין געמופט די לעצטע געציילטע יאר און טויזנטער גייען מופן

די זעלבע איז ביים חתונה מאכן 90% ווילן חתונה מאכן נוסח יואל ראטה לויט א אנקעטע דא
( עס איז מאמענטאל צי געשפארט viewtopic.php?f=3&t=34312 ווייל מען האט ציפיל געדארפט מעקן שלא באותו ענין. )
סא מען האלט נאך אזוי ווי וויליאמסבורג 5 יאר צוריק ביי די שפיץ פינעם קריזיס אבער פין דא גייט קימען די ישועה עס גייט באסטאן ווי א באלאן פינקט ווי עיר ואם בישראל
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

סארקאזי האט געשריבן:זיידי בערלע
סמאכט מיר אביסל נערוועז. ווי איר האלט אין איין איבערחזר'ן אז דער פראבלעם איז בעיקר פאר מענטשען וואס זענען קהלהלאז. און כאילו די וועלכע זענען איינגעגלידערט האבען נישט קיין שום פראבלעם אודאי איז ביי זיי דער פראבלעם ערגער דאס האב איך געמיינט
אבער סאיז דא אסאך מענטשען וואס זענען ''געווארען'' קהלהלאז. ווייל מען האט זיך געבאדען אין זייער בלוט .

שופך דם האדם באדם דמו ישפך, אבער אלץ עצה טובה זאג איך פאר די אפגעבריטע, טוט זיך נישט אליין אפ, אפילו סאיז שרעקליך שווער, סלוינט זיך צו בלייבן אפיליאירט מיט די קהלות סאיז יצא הפסדו בשכרו, מיט גאר אסאך זאכן פונעם געבוירן ועד אחר מאה ועשרים שנה ועד בכלל. כ'וועל זאגן צוויי משלים פון מיר מיט מיין שכן קודם ווען מיין זיידע ע"ה אין וויליאמסבורג איז נפטר געווארן, מיין טאטע זז"ג האט מיך מכבד געווען "קעיר צו נעמען" ס'האט סך הכל פארלאנגט איין טעלעפאן קאל צו ר' שלמה שמש, און פון דארט איז אלעס געפארן ווי א פידעלע (פארשטייט זיך ס'קען זיין יוצא מן הכלל, ביטע טענה'ט נישט) דערנאך איז געווען א קליינע סכסוך פאר הקמת מצבה, דער זיידע האט געהאט פארשטאנען אז ער האט אלעס אלעס אויסגעצאלט, כ'מיין אפילו די מצבה, און למעשה איז די חברה קדישא געקומען מיט א ביל פון 1800 פאר די הקמת מצבה, איך בין בשעתו געווען גערעגט און ברוגז, למעשה האט מען האלב מברר געווען האלב מוותר געווען איך בין שוין נישט געווען בעובי הענין ווען מ'האט זיך פארגליכן סאמהאו איך געדענק נישט די פרטים.
עכ"פ כ'האב אויך געהאט א ברירה צו בלאזן און טענה'ן לויט מיין מיינונג איז עס טאקע געווען שלא ביושר, און פון מיין קוק ווינקל זייער נישט רעספעקטפול עפעס א ראצער האט גערופן מ'קען נישט שטעלן די מצבה ווייל סאיז דא א ביל. וכו' וכו' (ביטע נישט פארדרייען דעם שמועס, [אסדר, כ'לאז עס פאר רעבלעזער'ן] איך וויל פראוון דא א פוינט) איך וואלט מיך געקענט קריגן, שאפן שונאים און ווערן א שונא פאר האלב די באהערדע.
למעשה, כ'האב קודם געזען ביי מיין שכן וואס האט געהאט א ענין דומה ער איז דורך הונדערט מענטשן מיט א געוואלד שוועריקייטן ביז ער האט מסדר געווען ביי זיין משפחה א בר מינן, און ווייט נישט אזא חשוב פלאץ (אפילו לפי השגתו) וואו מיין זיידע ז"ל וואס ליגט צען צוועלף שורות אוועק פון אהל רביה"ק מסאטמאר.
אבער העיקר איז ווען ער האט געהאט די קלענסטע פראבלעם מיט זיין מיידל וואס ער איז דורך שבעה מדורי גיהנום איז א שפיל, און איך ב"ה צווישן אלע טעכטער וואס זענען דורך ר' אהרן וועלץ, אמת מיר האבן זיך גע'טענה'ט אויפן סכום שכר לימוד מיט ר' יעקב לאנדא אפאר מאל, און נאך קלייניקייטן ברוחניות ובגשמיות במשך אלע יארן, אבער קיינמאל קיינמאל האב איך נישט געהאט קיין מחשבה אז מיין טאטער וועט ח"ו בלייבן אינדערהיים, אנגעפאנגען פון קינדערגארטן ביז נאך די צוועלפטע קלאס וואס איך האב אפאר מאל אפילו נישט געוואלט שיקן און געבלאזן ... :oops: פארוואס די הנהלה שטופט עס מיט כח
בשעת ווען מיין שכן האט געהאט סאך קלענערע שוועריקייטן און אסאך מער געלט געספענדט אויף שכר לימוד וואו מיר, און ער מיט זיין אידענע האבן שוין געהאט אן א שיעור שלאפלאזע נעכט אז זיי וועלן נישט האבן קיין סקול פאר זייער טאכטער.
סארקאזי האט געשריבן:און בכלל רוב פון די פראלעמען פון וואס רעבלעזער רעדט.זענען זאכען וואס דער יחיד קען כמעט נישט מאכען קיין שינוי אן קיין מאוומענט פון כח הרבים. אדער א כח הנהגה.חתונה תקנות. דירות. ישיבה'ס. פארקעט גאר דער פראבלעם איז. אז דער יחיד וויל זיך צושטעלן צום נארם און ער וויל נישט טראכטען אוט אוו די באקס.
רעב לעזער האט אין איין אינקארידשען אז מענטשען זאלען טוען אליינס וויאזוי זיי פארשטייען אז סאיז ריכטיג סאו ווי קומט אריין קהלה'לאז?

ווייל אין די קהלה איז עס למעשה ווייניגער וויכטיג ווייל מ'דארף בלויז אפשמועסן מיטן מחותן מגיימער מיט תקנות, און מ'שפארט זיך ארום פופצן אלפים אינסטענטלי. פער צד, כ'רעד שוין נישט אויב מקען ניצן אזא זאך ווי אולם עקשטיין שפארט מען זיך צוואנציג פלאס.
כ'האב מאריך געווען פשוט ווייל כ'האלט סאיז לתועלת פאר די אינגעלייט, און אפשר ברבות הימים וועט עס אפילו איינער פון מיינע אייניקלעך ליינען וועט ער האבן א פרי לעסאן פון זיידי און סוועט מיר נישט קאסטן א לאלי. :grin:
הערה: כ'האב פרובירט מסדר צו זיין מיין תגובה דא און סאיז עפעס נישט געגאנגען סאיז צוזאמגעמישט מיט סארקאזי'ס תגובה, איר מוזט אליין קוקן מיינע ענטפערס, זעט אויס די נערוועזעקייט איז קעטשי סארי חברה
שוין פאראכטן.
יענקל אחראי
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

תגובה דורך היימישער הייקער »

עס מאכט זיך יעצט ערענסטע זאכן בנוגע חתונה מאכן פאר ביליג אין מאנסי. ווער עס איז ערנסט אינטערסירט אריין צו לייגן גוף/ממון אין דעם געשעפט, קען מיר שיקן אן אישי.
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

היימישער הייקער האט געשריבן:עס מאכט זיך יעצט ערענסטע זאכן בנוגע חתונה מאכן פאר ביליג אין מאנסי. ווער עס איז ערנסט אינטערסירט אריין צו לייגן גוף/ממון אין דעם געשעפט, קען מיר שיקן אן אישי.

גאנץ א גוטע איידיע מ'וועט חתונה מאכן אין וואלד אויפן פעלד נעבן דיינע טרעילס
שוכני עפר
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 11, 2018 5:18 pm

עצה טובה קמ"ל

תגובה דורך שוכני עפר »

עצה איז מ'דארף אנהייבען פין חדר כתה ה' התחלת גמרא ,מאכען קלאסען פון 10 תלמידים וועלען אלע קענען -
ביז 5 יאר פון יעצט וועט נישט זיין קיין שוואכע תלמידים אין כתה ה' התחלת גמרא - 10 תלמידים -
אומר ועושה - נישט דא קיין אנדערע עצה - אין חכם כבעל נסיון - מלמדים פון כתה ה' זענען מודה.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ס'איז דא סאך א בעסערע עצה:

מ'זאל אויסדרייען אלע בענק פון בית המדרש צו מערב זייט, יעדער וועט קוקן אויף די פארקערטע זייט און אויטאמאטיש וועט דער עולם ווערן נארמאל. אלע שמשים זענען מודה.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובה דורך רב טקסט »

דא איז נישט קיין שאלה פון ווער עס איז מודה, שוכני עפר איז הייליג גערעכט. זייענדיג א מלמד האב עך אביסל גערעדט דערוועגן מיט אנדערע וואס זענען אין די ליין, און אנגעוויזן אין שלחן ערוך הרב הלכות ת"ת (בפנים ובקו"א) אז אויף די וועג וי מען לערנט בזמנינו זענען אפילו 2 מלמדים נישט גענוג פאר 25 תלמידים. און אזוי ברענגט אויך דער פתחי תשובה אין יו"ד (הלכות כבוד רבו אויב געגענק איך ריכטיג) צו א תשובה (כ'געדענק נישט פון וועם) אז היינט קען מען נישט לייגן מער ווי 10 \ 12 קינדער ביי א מלמד. די מסקנה איז געווען אז אזוי ווי היינט פאדערט מען פון א מלמד גאר אסאך, איז פשוט נישט שייך צו טרעפן גענוג מלמדים. אבער לדעתי איז קלאר אז פאר די ריכטיגע פרייז וואלט מען עס שיין געקענט מסדר זיין.
דא קום מיר צוריק צו געלט, עס פאדערט זיך צו דאפלען מלמדים, און אין אסאך פעלער אויך ארויפגיין מיט וואס מען צאלט זיי.

נישט קיין ספק אז די גאנצע וועלט וואלט אויסגעקוקט אנדערש. און דאס האט נישט די הודאה פון מלמדים, נאר עס פעלן נישט מלמדים (מומחים) וואס שרייען דאס, און ווי געזאגט איז עס א שטארקע מקור אין פוסקים.
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1198
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובה דורך אליעזר קרויס »

בבל האט געשריבן:ווי איז די שמיעס פון די וואך?


געשיקט א טעקסט פאר זלמן - זעט אויס ער האט נישט באמערקט אז איך האב עס אריינגעשיקט. (אדער אפשר איז........)
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובה דורך טיכטיגער »

א נייע שמועס אדער פון VV?
ס'דערקענט זיך שטארק אויפ'ן וועלטל אז ס'איז בין הזמנים אויפ'ן וועלט!
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובה דורך בבל »

אליעזר קרויס האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:ווי איז די שמיעס פון די וואך?


געשיקט א טעקסט פאר זלמן - זעט אויס ער האט נישט באמערקט אז איך האב עס אריינגעשיקט. (אדער אפשר איז........)

ר'אליעזר וויזיט מיין אנקעטע עס וועט אייך זיין אינטרעסאנט
viewtopic.php?f=3&t=39641
hoipt1
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

תגובה דורך hoipt1 »

אליעזר קרויס האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:אבער איך האב מורא אז נעקסטע שיעור פון ר' לעיזער
וועט שוין זיין אויף זיין אייגענע (געאסרטע) האט ליין.

;l;p-

את אשר יגורנו בא????
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובה דורך בבל »

בבל האט געשריבן:יעצט איז עס ארויף אויף קול מבשר
103#

זייער הנאה געהאט פון די שיעור. גיט אריינגעזאגט פאר די '' אזוי קימט א אידישע שמחה''. איך מיין יעדן שיעור זאלסטו זאגן אויפן וועג זאגסט בעסער

איך האב אייך געשיקט א מעסיטש אין אישי
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

תגובה דורך פארשער »

איך ווארט מיט שפאנונג צו הערן די רעקארדירונג פון די VV EXPO דרשה.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אליעזר קרויס האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:ווי איז די שמיעס פון די וואך?


געשיקט א טעקסט פאר זלמן - זעט אויס ער האט נישט באמערקט אז איך האב עס אריינגעשיקט. (אדער אפשר איז........)

ער האט עס פשוט געדארפט איבערהערן אפאר מאל פארדעם...

אגב, האסט שוין צוגעגרייט א האטליין פאר דזשאסט אין קעיס?...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
פארשפארט

צוריק צו “קול מבשר”