אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

ר' יום טוב האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:אמאל געשטאנען און דעבאטירט מיט א קופקע אינגעלייט פארנט פון די תקנות מודעות אין ביהמ"ד אין קר"י, גייט דורך א מיטל יעריגע אינגערמאן מיט א בטלנות שמייכל אויף די ווייסע וואנצעס, וועלכע האבן שוין מיטגעלעבט א חתונה-מאכן אויף די אייגענע בארד, און בורדזשעט "אינגעלייט, כאפט אריין. דאס איז נאר אינטערעסאנט ווילאנג מען קומט אן אהין. ווען מען איז שוין דארט, וועט איר באצאלן גלייך ווי יעדן..."

איך האב באמת רחמנות געהאט אויף דעם איד, אבער איך האב מיך הייס פארשפראכן, ניין! איך וועל בעז"ה באצאלן נאר וואס איך וויל! סטאפ די מעדנעסס!

ווען קומט די פארזעצונג פון די מעשה?

די מעשה האט ווארשיינליך עפעס א המשך הגם איך ווייס נישט וואס, קען איך מיך אבער אריינלייגן אין דעם איד'ס שיך צו קענען פארשטיין וואס איז גלייך דערנאך פארגעקומען.

דער איד איז אוועקגעגאנגען פון די מחזה זייער צוקאכט, זעענדיג די גלייכגילטיגע רעאקציע פון די אנוועזנדע אינגעלייט. ער טראכט צו זיך "איך דריי מיך ארום אן א קאפ איך בין שוין שולדיג אין אלע גמ"ח'ן, די קרעדיט קארדס, ניין נישט יעצט! מיין שוואגער יענקלע'ן זאגט מיר מיין ווייב ברויך דריגענד צוריק די 10 טויזנט דאללאר. וואס טוט מען דא? און דא אזא פאנטשער. די תקנות. ד.מ. איך האב אראפגעפלאשט איבריגע צענדליגער אלפים פאר גארנישט??? ניין מען טאר דאס נישט צולאזן, דעיס איז נישט רייט! מען זאגט דאך נאך פון ערגעץ אז ווען מ'מאכט א חתונה א קינד קומט אראפ א השפעה און מברויך אריינכאפן ווי לאנג די שערי שמים זענען אפען.., עפעס אזוי האט מיך בעריש ראשעקאעל נאכגעזאגט מיט א מראה מקום בשעת'ן אבזעווירן די 'בענד' ביי מיין אברמי'ס חתונה.

ניין, נישט דאס מיינעך
כ'וויל וויסן וואס האציך אויסגעלאזט מיט דיין הייסע פארשפרעכונג, האסטיך שוין מתיר נדר געווען?.....
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

עס איז מיר גיט האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:די מנהג אין אלע מקומות איז געווען צו געבען א זייגער פארען חתן, ווער א טאשען זייגער און ווער א האנט זייגער
אז איר ווילט זאגען עס קימערט אייך נישט קיין מנהגים, פיין און וואויל
אבער טאנצט נישט אויף ביידע חתונות

האלטס אויך אז די מנהג אין אין אלע מקומות איז געגאנגען אויף אזוי ווייט אז מען דארף זיך פאר חובות'ן (גנבנען), פאר דעם?

ואס די מנהג איז געווען ווייס איך נישט, בינעך נישט אזא בקיא אין מנהגים,
יאך ווייס אבער יא פון א גמרא פשוט נבלה בשוק ואל תצטרך לבריות
און איך ווייס אויכעט פון תקנות וואס גדולי ישראל האבען איינגעפירט צו מצמצם זיין די הוצאות החתונה פאר די וואס קאנען זיך עס נישט ערלויבען
איך ווייס אבער נישט פון קיין עהרליכע אידען וואס מאכען חוזק פון מנהגי ישראל שיסודתם בהררי קודש
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

פאראויס האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:ולטעמיך פון די אידען וואס זענען אזוי ברוגז וועגן די צאינה וראינה דעבאטע
אויב עס איז דא 3% פון כלל ישראל וואס לערנט עס יא. דארף עס שוין יעדער שיקען פאר א מתנה??? וועמען וויל מען נארען דא
ר' אליעזר וויל ארויסברענגען א פוינט אז רוב אידענעס לערנען דאס נישט, אפילו די ערליכע תמימות'דיגע.
אניש די עמי ליינט מען פאמיליע אפטיילינג אין די איד אא"וו, אדער זאגט מען תהילים, אבער זעירון אינון וואס ליינען צאינה וראינה
אבער אפי' פאר די וואס ווילן יא ליינען, זאלען זיי עס אליינס קויפען נאך די חתונה, נישט צווינגען די מחותנים און מאכען א סטענדערט פון דעם

די טענות דא איז בפירוש נישט געווען צו מ'דארף עס קויפן צו נישט. (און אוודאי לכו''ע נישט קיין טייערע). מ'רעדט דא צו ס'איז אויסגעהאלטן צו רעדן אזוי גראב און חוזק מאכן דערפון. מיט אזא געפיל ווי ''וועלכע נארמאלע פרוי קוקט היינט אריין דערין?!" וכלשונו ''איז דא ''איין'' פרוי אינעם גאנצען כדור העולם וואס קוקט אריין אין די צאינה וראינה?!!" ...''מ''נעמט ארויס די עמי, די משפחה און די בינה!!''. עד כאן פון די הייליגע דברי הדרכה.

(וואס אגב, דאס איז זייער זייער מוגזם. ווייל יא, ס'איז דא. און מער ווי איין פרוי וואס קוקט נאך אריין אין צאינה וראינה. און נישט נאר אלטע אידענעס.).

ער האט קיינמאל נישט געזאגט ''נארמאלע פרוי'' אדער אלטע אידענעס,
אגב ביי מיר אין שטוב קויפט מען נישט קיין איינס פון די אויסגאבעס אפי נישט די מעלות, אין ווען מען זאגט די מציאות וואס רוב מענטשן טוען ווערט מען נישט אפגעקילט, פונקט פארקערט מען פילט זיך גוט צו טוען עפעס וואס ווייניג טוען
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

איך מעג זאגן מיין מיינונג?

איך האב קיינמאל נישט אריינגערעדט אין דער נושא, ווייל איך האב א פערזענליכע נעגאטיווע נגיעה צו דער גאנצער 'אליעזר קרויס' און זיין צוגאנג. איך האב דעריבער קיינמאל נישט געוואלט קאמענטירן. אבער איך קען זיך שוין נישט איינהאלטן.

קענט איר מיר זאגן וואס איר ווילט פונקטליך פון דעם אליעזר קרויס'ן? - יא, דער סטאנדארט פון חתונה מאכן איז א בראך - וועט איינער זאגן פארקערט? - דער מצב שרייעט אז מען דארף עפעס טון דראסטיש און שנעל. האט ער געזאגט א ווארט ארויף, א ווארט אראפ, יא צענערענע, נישט צענערענע... כ'מיין, מאכסט זיך נאריש? - ער ברענגט ארויס א גוטע און וויכטיגע נקודה, אשרי לו ואשרי חלקו פארן דאס ברענגען צום אויבערפלאך און פראבירן צו טון עפעס אין דער נושא.

אנשטאט אים אראפצורייסן, גיב אים מאראלישע ספארט, א גוט ווארט. האסט א הערה? - זאג עס אויף א שיינעם נוסח. עפעס רעספעקט פאר א מענטש וואס וויל אויפטון פאר דיר, דיינע קינדער און קרובים... זאג אים נישט "מי שמך"?! - קבל את האמת ממי שאמרו.

אביסל איז דאס איינע פון די פראבלעמען ביים היימישן ציבור. עס קומט א יונגערמאן און וויל עפעס אויפטאן, קודם הויבט מען אן דן צו זיין ווער ער איז, ווער זיין טאטע און באבע זענען געווען, אין וועלכן שטעטל האט ער געגעסן גאלאש, און דאן - אויב אלעס שטימט, קען מען אנהויבן דן צו זיין אין דער עצם זאך אליין.

ווען לעזער קרויס וואלט געווען א רבי'ש אייניקל, מיט א ברענד נעים און קאמפאני נאמען, וואלסטו ווייניגער בודק געווען די ציצית און אלעס וואלט געווען כשר.

ער וויל דאך גוט, און האט מעגליך די כוחות אויפצוטון, שטער אים נישט... וועמען מיינט ער דא? - ער מיינט דאך דו מיט דיינע קינדער. נישט אזוי? - העלף אים ארויס, נישט שטעל אים פיסלעך אין וועג...
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

חסדי אבות האט געשריבן:איך מעג זאגן מיין מיינונג?

דאס גופא איז די טענה
אז דו סערווירסט עפעס, פארוואס עס סערווירן אויף א נוסח וואס ברענגט אז מען זאל נישט וועלן עס מקבל זיין? [האסט נישט געוויסט א מענטשן זענען פאני?]
מען קען דאך די זעלבע זאך זאגן אויף א נוסח וואס זאל זיין דבר נאה ומתקבל און באמת דערהערט ווערן
פארוואס דארף מען עס זאגן מיט א נוסח וואס טוט אויפרעגן מענטשן?
דו ווייסט פארוואס?
לעצט פארראכטן דורך ראספשע אום מאנטאג אקטאבער 15, 2018 3:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

ראספשע האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:

ווערט נאר שווער די משנה וואס יעדער פרומער איד זאגט יעדן ציפרי, אלו דברים וכו' והכנסת כלה
אויב חתונה מאכן האט טאקע נישט געקאסט, דאן וואספארא גמילות חסדים איז דאס?

און בעיקר האט איר פארגעסן,
אמאל האט מען געגעבן 'קעסט' איינער א יאר, און איינער פינף יאר

פאר 15,000 קען מען אויך מאכען גמילות חסדים(אבער פאר 50,000 ווייס איך נישט צו עס איז שייך)

קעסט האבען נאר די גבירים געגעבען אין די ארעמע האבען עס נישט נאכגעמאכט
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

ראספשע האט געשריבן:
עס איז מיר גיט האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:די מנהג אין אלע מקומות איז געווען צו געבען א זייגער פארען חתן, ווער א טאשען זייגער און ווער א האנט זייגער
אז איר ווילט זאגען עס קימערט אייך נישט קיין מנהגים, פיין און וואויל
אבער טאנצט נישט אויף ביידע חתונות

האלטס אויך אז די מנהג אין אין אלע מקומות איז געגאנגען אויף אזוי ווייט אז מען דארף זיך פאר חובות'ן (גנבנען), פאר דעם?

זייט די וועלט שטייט האט מען זיך פאר'חוב'וצט חתונה צו מאכן... פרעג דעם עלטסטן איד אויף דער וועלט צו ער געדענקט אזוי, ער וועט דיר זאגן א גרויסע 'יא'!!
[יש ספר קטן הנקרא 'חומש' יש שם סיפור עם רבקה כשנעשית כלה, נתן לה המחותן מתנות, אוצרות זהב, ובנה יעקב עבד י"ד שנים זיך חתונה צו מאכן, ווייל זיין נעפיו אליפז האט עם בא'גנב'ט וואס זיין טאטע האט עם געגעבן אויף חתונה צו מאכן....]

מען האט זיך פארחובות פאר זאכען וואס מען האט געמוזט, ווי איך האב געשריבן פריער פאר 15,000 דארף מען זיך אויך פאר חובותן אבער מיט א חשבון נישט אין די וועלט אריין אן קיין חשבון
עס איז מיר גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס איז מיר גיט »

גולם פון פראג האט געשריבן:
עס איז מיר גיט האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:די מנהג אין אלע מקומות איז געווען צו געבען א זייגער פארען חתן, ווער א טאשען זייגער און ווער א האנט זייגער
אז איר ווילט זאגען עס קימערט אייך נישט קיין מנהגים, פיין און וואויל
אבער טאנצט נישט אויף ביידע חתונות

האלטס אויך אז די מנהג אין אין אלע מקומות איז געגאנגען אויף אזוי ווייט אז מען דארף זיך פאר חובות'ן (גנבנען), פאר דעם?

ואס די מנהג איז געווען ווייס איך נישט, בינעך נישט אזא בקיא אין מנהגים,
יאך ווייס אבער יא פון א גמרא פשוט נבלה בשוק ואל תצטרך לבריות
און איך ווייס אויכעט פון תקנות וואס גדולי ישראל האבען איינגעפירט צו מצמצם זיין די הוצאות החתונה פאר די וואס קאנען זיך עס נישט ערלויבען
איך ווייס אבער נישט פון קיין עהרליכע אידען וואס מאכען חוזק פון מנהגי ישראל שיסודתם בהררי קודש

פון זאגען מען דארף זיך נישט פארחובותן ביז חוזק מאכען איז דא א היבשע מהלך, איך ווייס נישט פון קיין ערליכע אידען וואס זיכען צו זאגען אויף איינער אז ער מאכט חוזק ווען ער פאנגט נישט אן צו
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

עס איז מיר גיט האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
עס איז מיר גיט האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:די מנהג אין אלע מקומות איז געווען צו געבען א זייגער פארען חתן, ווער א טאשען זייגער און ווער א האנט זייגער
אז איר ווילט זאגען עס קימערט אייך נישט קיין מנהגים, פיין און וואויל
אבער טאנצט נישט אויף ביידע חתונות

האלטס אויך אז די מנהג אין אין אלע מקומות איז געגאנגען אויף אזוי ווייט אז מען דארף זיך פאר חובות'ן (גנבנען), פאר דעם?

זייט די וועלט שטייט האט מען זיך פאר'חוב'וצט חתונה צו מאכן... פרעג דעם עלטסטן איד אויף דער וועלט צו ער געדענקט אזוי, ער וועט דיר זאגן א גרויסע 'יא'!!
[יש ספר קטן הנקרא 'חומש' יש שם סיפור עם רבקה כשנעשית כלה, נתן לה המחותן מתנות, אוצרות זהב, ובנה יעקב עבד י"ד שנים זיך חתונה צו מאכן, ווייל זיין נעפיו אליפז האט עם בא'גנב'ט וואס זיין טאטע האט עם געגעבן אויף חתונה צו מאכן....]

מען האט זיך פארחובות פאר זאכען וואס מען האט געמוזט, ווי איך האב געשריבן פריער פאר 15,000 דארף מען זיך אויך פאר חובותן אבער מיט א חשבון נישט אין די וועלט אריין אן קיין חשבון

מנין לך?
יעדער דור האט זיך זיין סטענדערד, וואס מען האט אמאל געמוזט, מוז מען נישט היינט, און וואס איז היינט א מאסט איז אמאל נישט געווען [דוגמא לדבר, א עכט גאלדענע זייגער, אמאל האט מען עס געגעבן און היינט נישט]
אז איר ווילט אראפ ברענגען דעם גאנצן סטענדערט, דאן הייבט זיך עס נישט אן ביים חתונה מאכן, קענסט צוריק גיין צום שטעטלישן לעבן, מעלקן די קו יעדן ציפריה

און אגב, כ'זעה נאך נישט די גרויסע עשירים וואס זענען אויסגעשטיגן דורך די בעלאו סטענדערט חתונה מאכן, סאו מוז דאך זיין אז דער סוד פון מאכן געלט ליגט נישט דארט....
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

למעשה כאפ איך נאכנישט וואס רב קרויס איז דא מחדש, וואס איז זיין לייזונג?
דאס אז מברויך טוישען די "עעעריטוד" און ספענדען ווייניגער איז נישט קיין חידוש, דאס האבען שוין טויזענטער מענטשען געשריגען, די מציאות איז אבער אז ווען סקומט למעשה וויל יעדע הייסען א שיינע בעל הבית.
דאס אז מקען חתונה מאכען אין שול האט שוין ר' יואל ראטה מחדש געווען, און אדערווייל מאכט עס דרעוילעם נישט נאך.
א זייגער האב איך באקומען א גאלד באדעקטע טאשען זייגער ביי מיין אייגענע חתונה.
איין זאך האט רב קרויס אויפגעטוהן: א צענע רענע ברויך מען מער נישט קויפען.
סאו א קרויס חתונה פלאן וועט בלויז אפקאסטען $49,800 אנשטאט פופציג אלפים ווייל מ'שפארט זיך צוויי מאות אויף די צענע רענע.
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

גולם פון פראג האט געשריבן:למעשה כאפ איך נאכנישט וואס רב קרויס איז דא מחדש, וואס איז זיין לייזונג?
דאס אז מברויך טוישען די "עעעריטוד" און ספענדען ווייניגער איז נישט קיין חידוש, דאס האבען שוין טויזענטער מענטשען געשריגען, די מציאות איז אבער אז ווען סקומט למעשה וויל יעדע הייסען א שיינע בעל הבית.
דאס אז מקען חתונה מאכען אין שול האט שוין ר' יואל ראטה מחדש געווען, און אדערווייל מאכט עס דרעוילעם נישט נאך.
א זייגער האב איך באקומען א גאלד באדעקטע טאשען זייגער ביי מיין אייגענע חתונה.
איין זאך האט רב קרויס אויפגעטוהן: א צענע רענע ברויך מען מער נישט קויפען.
סאו א קרויס חתונה פלאן וועט בלויז אפקאסטען $49,800 אנשטאט פופציג אלפים ווייל מ'שפארט זיך צוויי מאות אויף די צענע רענע.

רבי איד, וואס כאפט איר הייסע לאקשן? ער האט דאך קוים אנגעהויבן?
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

עס חידושט מיר וואס זאכן וואס זענען ביי מיר דברים ידועים ווערט עפעס נישט ארויסגעברענגט דא
כ'האב געהערט פון מיין באבען תחי' לאוי"ש אז פארן קריג זענען געווען פילע פילע עלטערע מוידן ווייל זייערע עלטערן האבן פשוט נישט געהאט קיין נדן
ערשט נאכן קריג ווען עס איז געווען אן איבערפלוס פון מענער (צוליב וואס מענער האט מען ל"ע געשיקט לינקס נאר פון 40 און ארויף, אבער פרויען האט מען ל"ע געשיקט ווער עס האט געהאט א קינד) איז געווארן א שטארקע פארלאנג אויף מיידלעך איז נדן אונטערגעגאנגען
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ראספשע האט געשריבן:
דאס פארן יאר יערליך קינד און קייט, און ספענדן אויף דעם צענדליגער טויזנטער דאלערס איז א פלעינע משוגעת פון די ברסלב'ע חסידים,

די מיינונג פון איין מאן, וואס איז אזוי אבסעסירט מיט ברסלב, אזש אז א גרויס חלק פון זיינע תגובות, מניק זה ומשאר ניקיו ששל"ח, במשך אלע יארן כולם שוים לטובה, זענען עוסק צו פארדאמען און פארשרייען די ברסלב'ערס, דערווייל אן ערפאלג.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

מענטשען טוען דא וויי אונזער טייערע רבי אליעזר׳ן.

וויל איך אריין ווארפען א ווארט צו מחזק זיין רבי אליעזר׳ן. רבי אליעזר טייערער, חזק ואמץ ס׳גוט און וויכטיג וואס איר רעדט און איר האט א געוואלדיגע השפעה, און אייער קול קומט אן זייער ווייט אן.

ווי מער מען וועט רעדן פון די חתונה הוצאות, און ווי מער מענטשען וועלן רעדן דערפון, אלטס מער וועט עס אויפטוהן און האבן אן השפעה.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

להודיע האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
דאס פארן יאר יערליך קינד און קייט, און ספענדן אויף דעם צענדליגער טויזנטער דאלערס איז א פלעינע משוגעת פון די ברסלב'ע חסידים,

די מיינונג פון איין מאן, וואס איז אזוי אבסעסירט מיט ברסלב, אזש אז א גרויס חלק פון זיינע תגובות, מניק זה ומשאר ניקיו ששל"ח, במשך אלע יארן כולם שוים לטובה, זענען עוסק צו פארדאמען און פארשרייען די ברסלב'ערס, דערווייל אן ערפאלג.

איר פילט שוין בעסער?
לעצט פארראכטן דורך ראספשע אום מאנטאג אקטאבער 15, 2018 3:58 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

אין כל חדש האט געשריבן:עס חידושט מיר וואס זאכן וואס זענען ביי מיר דברים ידועים ווערט עפעס נישט ארויסגעברענגט דא
כ'האב געהערט פון מיין באבען תחי' לאוי"ש אז פארן קריג זענען געווען פילע פילע עלטערע מוידן ווייל זייערע עלטערן האבן פשוט נישט געהאט קיין נדן
ן

וועלכע שטאט האט באבי געוואינט גאליציע פוילן אנגארן רומעניע
שוין געפרעגט 2 אידן פין אנגארין זיי געדענקען נישט אזא זאך ווי נדן
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

שוין, ער האט געזאגט אפאר איבעריגע ווערטער. ער גייט תשובה טאן און נעקסטע שמועס וועט ער זאגן אז נישט דאס האט ער געמיינט. און שוין...
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

גולם פון פראג האט געשריבן:
אפשר זאל מען אנהייבען גיין קאשקעטלעך אין די וואכען ווייל די הוט קאסט צו טייער?

הלואי מי יתן והי'.
פארוואס דארף א טאטע מיט דריי בחורים קויפן דריי באזונדערע היטלעך פאר 200 דאלער איטש, וואס מדארף ריפלעיסן יעדן נייעם זמן ?
אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיווי סטראבערי »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:מענטשען טוען דא וויי אונזער טייערע רבי אליעזר׳ן.

וויל איך אריין ווארפען א ווארט צו מחזק זיין רבי אליעזר׳ן. רבי אליעזר טייערער, חזק ואמץ ס׳גוט און וויכטיג וואס איר רעדט און איר האט א געוואלדיגע השפעה, און אייער קול קומט אן זייער ווייט אן.

ווי מער מען וועט רעדן פון די חתונה הוצאות, און ווי מער מענטשען וועלן רעדן דערפון, אלטס מער וועט עס אויפטוהן און האבן אן השפעה.

גם אני מצטרף
די גריסן וואס מ'הערט איבעראל זענען אומבאשרייבלעך, מענטשן קייען איבער די שמועסן אלל אווער, מענטשן פילן באמת אז ס'איז די אנהויב פון א דורכברוך!
אליעזר טייערער, לך בכחך זו והושיע את ישראל!
Spokesman
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Spokesman »

ר' לעזער'ן, עס גייט זיין א שיעור היינט? אדער ביסט פארטינקען מיט די טענות אויף אונזער וועלטל?

רבותי הערט אויף מיט די ווילדע ריטאריק, איך זעה עס שוין אין חלום ווי עס גייט שטיין אויף די חתונה בריוולעך:

באולם שמח תשמח
באולם מנוחה ושמחה
באולם שאפינג סענטער
באולם המספיק
באולם רענעסאנס
באולם טאשנאד

איך האף איך האב געדעקט אלע שטעט.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

להודיע האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
דאס פארן יאר יערליך קינד און קייט, און ספענדן אויף דעם צענדליגער טויזנטער ם,

דיט ברסלב, לג.

איר קענט שרייבן אין די אשכול
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=34312
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

Spokesman האט געשריבן:ר' לעזער'ן, עס גייט זיין א שיעור היינט? אדער ביסט פארטינקען מיט די טענות אויף אונזער וועלטל?

רבותי הערט אויף מיט די ווילדע ריטאריק, איך זעה עס שוין אין חלום ווי עס גייט שטיין אויף די חתונה בריוולעך:

באולם שמח תשמח
באולם מנוחה ושמחה
באולם שאפינג סענטער
באולם המספיק
באולם רענעסאנס
באולם טאשנאד

איך האף איך האב געדעקט אלע שטעט.

בעליוו איט אר נאט
כהיום איז נישטא קיין דעיטס אוועליבל אין טייל פון די דערמאנטע זאלן

קאנטינענטאל איז אוועיליבל, ווי אויך עטרת אברהם און עטריום
אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 6:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין כל חדש »

בבל האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:עס חידושט מיר וואס זאכן וואס זענען ביי מיר דברים ידועים ווערט עפעס נישט ארויסגעברענגט דא
כ'האב געהערט פון מיין באבען תחי' לאוי"ש אז פארן קריג זענען געווען פילע פילע עלטערע מוידן ווייל זייערע עלטערן האבן פשוט נישט געהאט קיין נדן
ן

וועלכע שטאט האט באבי געוואינט גאליציע פוילן אנגארן רומעניע
שוין געפרעגט 2 אידן פין אנגארין זיי געדענקען נישט אזא זאך ווי נדן

טראנסילוואניע-מארמאראש
אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גולם פון פראג »

להודיע האט געשריבן:
גולם פון פראג האט געשריבן:
אפשר זאל מען אנהייבען גיין קאשקעטלעך אין די וואכען ווייל די הוט קאסט צו טייער?

הלואי מי יתן והי'.
פארוואס דארף א טאטע מיט דריי בחורים קויפן דריי באזונדערע היטלעך פאר 200 דאלער איטש, וואס מדארף ריפלעיסן יעדן נייעם זמן ?

אהא.... אפשר באלט וועט איר אויכעט מחדש זיין אז מדארף אויך נישט גיין אין קאנטרי און מקען בלייבען אין די שטאט אין די זומערדיגע היצען ווען די גאסען זענען מלא זוהמא נארישקייט? אמער מקען זיך איינשפארען אפאר טאלער
יאך זעה שוין וואס דא טוצעך.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

נע, מ'זאל בלייבן אין קאנטרי א גאנץ יאר...
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”