אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

IMG-20190410-WA0011.jpg
IMG-20190410-WA0011.jpg (94.7 KiB) געזען 3498 מאל
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

שמועס #95

אן אנאליז איבער די הימל-שרייענדע פרייזן פון האנט מצות
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ר' אליעזר איך האב אויסגעהערט די שמועס נאכן פסח מאכן 2 אזייגער ביינאכט מיט פארמאכטע אויגן, אבער איך מיין אז מצות האט מיט 20 יאר צוריק געקאסט פיל ווינציגער ווי 20 דאללאר פער פונט. אויב איך מאך נישט קיין טעות, איז דאס געלאפן ביי בערך $12 א פונט. (איך ווייס נישט צו גענוי 20 יאר, ס'קען זיין אז ס'איז געווען 23 יאר צוריק.) און עס איז זינט דאן יעדע יאר געשטיגן מיט $1 א פונט.

עס איז פאראן א קול אז פילע פירער און קאסע-זיצער ביי גרויסע מצה בעקערייען האבן אויסגעצאלטע דירות פאר די קינדער.

א מצה בעקעריי איז א היימישע אינדעסטרי ביזנעס. זיי וואלטן פונקט אזוי געקענט בעטן $50 א פונט, אויב דאס זאל ווען זיין די אויסגאנג פון אן 'איין דאללאר פער יאר' העכערונג.

דאס אז זיי קענען ערלויבן צו טיילן טיפע דיסקאונטס פאר מאנכע, איז בלויז נאך א באווייז אז זיי זענען נישט מער ווי די פרויען קליידונג געשעפטן, וועלכע געבן אוועק כמעט בחינם א $280 דאסטער א טאג נאכן סעזאן.

איך האב א קרוב משפחה וואס ארבייט דארט, מען צאלט גארנישט פאר ארבייטער, עפי"ר בחורים, און מען נוצט זיי אויס עד כלות.

און וועגן הידורים: מיר זענען צופרידן מיט די הידורים וואס מיר האבן געזען ביי מיין טאטן, הגם עס וואלט נישט געשאדט אז מען פירט איין א הידור וואס קאסט נישט, אויב ס'פאראן אזא מציאות.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

איך ווייס אז אפשר איז עס נישט קיין טענה ,און וואלט עס אויך נישט אזוי אנגענומען , אבער אלע אידישע דזשאבס וואס זענען נישט אזאך וואס מען קען ציען פרנסה א גאנצע יאר האבן דעם פראבלעם , זאל עס זיין א בדחן, שדכן, שפילער , זינגער , פסח פראדוקטן מענפעקטיור , מצות, אתרוגים וכו'....

בעטן טייער פאר זייער סערוויס ווייל זיי דארפן דעקן דאס יאר , אדער כל כל פנים דעקן ביז זיי הייבן אן זייער נעקסטע סיזאנעל דזשאב .

כנלע"ד
ברוקלינער יונגערמאן
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 08, 2015 1:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלינער יונגערמאן »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך האב א קרוב משפחה וואס ארבייט דארט, מען צאלט גארנישט פאר ארבייטער, עפי"ר בחורים, און מען נוצט זיי אויס עד כלות.

כ'ווייס נישט פון וועלכע בעקערי דו רעדסט אבער.. מיין נאנטער ידיד א פרישער יונגערמאן איז אריין די ווינטער באקן אין בראדוועי, ער איז א וועלגערער און ביי זיין דריטע וואך איז ער שוין אהיים געקומען מיט זעכצן מאות..
ער האט מיר געוויזן זיין טשעק וויל מיינע אויגן האבן אים געזאגט אז כ'גלייב אים נישט
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:

עס דארף אפשר זיין א באזינדערע אשכול פאר מצה בעקעריי. אז די רעדטס פין בראדוועי זיי האבן געטוישט די לעצטע פאר יאר אז א גיטע וועלגרער איז די וויכטיגסטע פאר זיי אין קען מאכן זייער שיין אינגעלייד פארן פין ק' 'י
איך האב אסאך וואס צי שרייבן נישט פאר יעצט
אגב פאר א געוויסע סיבה קען איך טיילווייז די היימישע אקאנעמי, ווי אויך וויפל פראפעט א חלק מאכן, אסאך היימישע ביזנעסער אין סטארס וואס מענטשן מיינען אז זיי שארן גאלד מאכן גאר ווייניג אדער אפילו דערלייגן א טייל יארן , אין עס איז דא וואס מאכן זייער שיין אפילו עס קיקט אויס אז נישט
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

בבל האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איך האב א קרוב משפחה וואס ארבייט דארט, מען צאלט גארנישט פאר ארבייטער, עפי"ר בחורים, און מען נוצט זיי אויס עד כלות.

כ'ווייס נישט פון וועלכע בעקערי דו רעדסט אבער.. מיין נאנטער ידיד א פרישער יונגערמאן איז אריין די ווינטער באקן אין בראדוועי, ער איז א וועלגערער און ביי זיין דריטע וואך איז ער שוין אהיים געקומען מיט זעכצן מאות..
ער האט מיר געוויזן זיין טשעק וויל מיינע אויגן האבן אים געזאגט אז כ'גלייב אים נישט

עס דארף אפשר זיין א באזינדערע אשכול פאר מצה בעקעריי. אז די רעדטס פין בראדוועי זיי האבן געטוישט די לעצטע פאר יאר אז א גיטע וועלגרער איז די וויכטיגסטע פאר זיי אין קען מאכן זייער שיין אינגעלייד פארן פין ק' 'י
איך האב אסאך וואס צי שרייבן נישט פאר יעצט
אגב פאר א געוויסע סיבה קען איך טיילווייז די היימישע אקאנעמי, ווי אויך וויפל פראפעט א חלק מאכן, אסאך היימישע ביזנעסער אין סטארס וואס מענטשן מיינען אז זיי שארן גאלד מאכן גאר ווייניג אדער אפילו דערלייגן א טייל יארן , אין עס איז דא וואס מאכן זייער שיין אפילו עס קיקט אויס אז נישט

אמת ויציב ונכון
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:איך האב א קרוב משפחה וואס ארבייט דארט, מען צאלט גארנישט פאר ארבייטער, עפי"ר בחורים, און מען נוצט זיי אויס עד כלות.

כ'ווייס נישט פון וועלכע בעקערי דו רעדסט אבער.. מיין נאנטער ידיד א פרישער יונגערמאן איז אריין די ווינטער באקן אין בראדוועי, ער איז א וועלגערער און ביי זיין דריטע וואך איז ער שוין אהיים געקומען מיט זעכצן מאות..
ער האט מיר געוויזן זיין טשעק וויל מיינע אויגן האבן אים געזאגט אז כ'גלייב אים נישט

וואו קען מען זיך לערנען גוט וועלגערן? :lol:
אז מ'לעבט דערלעבט מען
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

ר' יום טוב האט געשריבן:ר' אליעזר איך האב אויסגעהערט די שמועס נאכן פסח מאכן 2 אזייגער ביינאכט מיט פארמאכטע אויגן, אבער איך מיין אז מצות האט מיט 20 יאר צוריק געקאסט פיל ווינציגער ווי 20 דאללאר פער פונט. אויב איך מאך נישט קיין טעות, איז דאס געלאפן ביי בערך $12 א פונט. (איך ווייס נישט צו גענוי 20 יאר, ס'קען זיין אז ס'איז געווען 23 יאר צוריק.) און עס איז זינט דאן יעדע יאר געשטיגן מיט $1 א פונט.

עס איז פאראן א קול אז פילע פירער און קאסע-זיצער ביי גרויסע מצה בעקערייען האבן אויסגעצאלטע דירות פאר די קינדער.

א מצה בעקעריי איז א היימישע אינדעסטרי ביזנעס. זיי וואלטן פונקט אזוי געקענט בעטן $50 א פונט, אויב דאס זאל ווען זיין די אויסגאנג פון אן 'איין דאללאר פער יאר' העכערונג.

דאס אז זיי קענען ערלויבן צו טיילן טיפע דיסקאונטס פאר מאנכע, איז בלויז נאך א באווייז אז זיי זענען נישט מער ווי די פרויען קליידונג געשעפטן, וועלכע געבן אוועק כמעט בחינם א $280 דאסטער א טאג נאכן סעזאן.

איך האב א קרוב משפחה וואס ארבייט דארט, מען צאלט גארנישט פאר ארבייטער, עפי"ר בחורים, און מען נוצט זיי אויס עד כלות.

און וועגן הידורים: מיר זענען צופרידן מיט די הידורים וואס מיר האבן געזען ביי מיין טאטן, הגם עס וואלט נישט געשאדט אז מען פירט איין א הידור וואס קאסט נישט, אויב ס'פאראן אזא מציאות.

דערפאר האב איך געקויפט מצות היי יאר פאר 13 דולר א פונט סקוירא מצות
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

זייער שיינע אנאליז איבער די מצות.
איך האב אריינגעטראכט, ע''פ עיקר הדין ברויך מען נישט גונז זיין קיין אלטע ציצית, מען קען עס לייגן אין גארבעטש בדרך כבוד, מיר פירן זיך אבער יא דאס צו גונז זיין.
פילייכט וואלט ע''פ הלכה געווען מער אויסגעהאלטן, אויב איינער וואס נעמט מן הקופה, ער האט נישט פון זיך וויאזוי שבת צו מאכן נאר ברויך אנקומען לידי אחרים, אפשר דארף ער אוועקווארפן די ציצית, ווי איידער זיין א נצרך לבריות.
מען ברויך פרעגן א דיין.
*
מען קען אבער קוקן אויך פון א צווייטע ריכטונג בנוגע וואס איר רעדט אזויפיל ארום וועגן די וויכטיגקייט פון שפארן און זיך נישט אנלייגן אויף יענעם.

יעדער איד וואס וויל קויפן א דירה אין די היימישע געגנטן, זעהט וויאזוי דער פרייז איז זייער הויעך, און א גרויס חלק זענען שולדיג אין דעם היימישע אינוועסטירער, וואס קויפן זיך אן מיט אומצאליגע דירות און דאס מאכט דעם דימענט זייער הויעך, אזוי אז די פרייזן זענען אסטראנאמיש.

מען האט געזעהן אין דזשערזי סיטי, ווי דער רב הקהלה האט געבעטן זיך ברחמים און געווארנט אז מען זאל אוועקשטיין פון די געגנט אויב מיינט מען ביזנעס אינטערעסן, און געווארנט די וואס זענען מיקר השער.

אויב אזוי, אונזער אידעלע וואס טוט זיין ארבעט באמונה, ער האט זיין 9-5 דזשאב ווי ער ארבעט בנאמנות, און ווען ס'קומט צו קויפן א הייזקע טוט ער זיך מוטשען מיט די אומגעהויערע קאסטן, וואס זאל ער טון, דאס איז נישט זיין שולד אז ער וויל זיין אידיש און וואוינען אין א מקום תורה, ווי עס געפונען זיך ערליכע אידן און מוסדות התורה, נו ווען עס קומט פסח און ער דארף שטעלן מצות און וויין אויפן טיש, און ער האט נישט ווייל זיין שכן האט זיך אנגעקויפט מיט דירות נאות אזוי אז די פרייזן זענען נישט צום אויסהאלטן, איז נישט מער ווי רעכט ער זאל אריינקלאפן צום שכן און זאגן, ''שכן טייערער, גיב מיר מיין חלק וואס קומט זיך מיר ערליך, מיין מארטגעדזש קאסט מיר אסטראנאמיש צוליב דיין געלטגייציקייט, נו באצאלזשע ביטע מיין פסח ארדער''.

פילייכט וועט דער דיין דאס מתיר זיין.

אלזא ערליכער יונגערמאן וואס דו ארבעטס שווער אבער ס'קלעקט נישט פאר דיין געזונדל, פרעג אן דיין רב אדער דיין, פרעג אים אויב דו מעגסט - און דארפסט - נעמען פון דיין שכן וואס זיצט אויף דירה'לעך.

אפשר וועט ער מתיר זיין, ווייל דו נעמסט נאר צוריק וואס עס קומט זיך דיר ערליך.
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

א כלה זייגער פאר אינטער צוויי הינדערט דולער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

איך וויל נישט אונטערצונדן די היגע קאפיטאליסטן ובראשם ר' אליעזר, אבער כ'האף אז איר באמערקט אז ווען ס'קומט צו רעדן איבער איינציען דעם פאסיק ביי לוקסוס זענען די ארימע און מיטל קלאס ארבייטער שקצים פאר'ן עס נישט טוהן גענוג שטארק, אבער ווען ס'קומט צו רעדן איבער קארפארעט פראפיט פארענטפערט מען נאר פארוואס מ'קען עס נישט איינציען.

אפשר איז געקומען די צייט איינצוזען אז געוויסע ביזנעסער קענען נישט זיין פאר פראפיט (אזויווי די מצות ביזנעס וואס דארף רייסן געלט פונעם ציבור אז ס'זאל זיך לוינען צו זיין אין ביזנעס), אבער נאַ, דאס איז רחמנא ליצלן ס-א-צ-י-א-ל-י-ז-ם, און וועגן דעם דארף מען שטיין ווייט דערפון ח"ו נישט הנאה צו האבן דערפון...
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

און ווער וועט ארבעטן אין די לשם מצוה ביזנעסער? איינער וואס זיין שווער האלט אים אויס? איינער וואס דארף נישט עסן?
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

וואס הייסט? ארבייטער אין נאן-פראפיט ביזנעסער ווערן באצאלט ווייניגער ווי ארבייטער אין פאר פראפיט ביזנעסער?
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

איה"נ. די חילוק פון פאר-פראפיט און נאן-פראפיט איז נאר טעכניש. יעדער וואס ארבעט דארף בדרך כלל ברענגען פרנסה און שטוב.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

וואס הייסט טעכניש? א שיינע פאר דאלאר פון יעדע מצה גייט פאר פראפיט (וואס דער בעה"ב באקומט בלויז פאר'ן זיין בעה"ב) און האט גארנישט מיט ארבעט. וואלט די ביזנעס נישט געהאט קיין פריוואטע בעה"ב וואס זוכט ארויסצונעמען א פראפיט דערפון וואלט מען געקענט בעטן פאר א מצה פונקטליך וויפיל ס'קאסט עס צו שאפן.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

איינער דארף אנפירן די פלאץ, טרעפן אינוועסטערס, טראגן דעם עול וכו' וכו'. קיינער וועט דאס נישט טוהן פאר א ביליגע פרייז.

די עווערידזש וועידזש פון א נאנ-פראפיט CEO איז $118,678 (מקור). און א היבש ביסעל מאכן אין די מעלאונעס א יאר. בעה"ב פון ביזנעסעס מאכן נישט דוקא מער.

ווי געזאגט, די חילוק איז טעכניש, ווי אזוי מען נעמט ארויס דאס געלט.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

כ'האב אויסגעפארשט די זאך, און איך בין געקומען צו א מסקנא אז איך בין יא גערעכט...

ערשטנס, דו שרייבסט נישט וויפיל די עוורידזש נאן פראפיט (וואס האט אין 2014 געצאלט $118,678 פאר זייער CEO) האט אריין גענומען, וואס דאס איז וויכטיג כדאי צו קענען וויסן וויפיל זיי וואלטן גענומען אין דעם פאל פון וואס ר' אליעזר רעדט (2.2 מיליאן הכנסה אין 1999).

ביז איך האב געטראפן דאס וואס זאגט אונז אז אין יענע בעקעריי'ס פאל (וואס האט אריינגענומען 2.2 מיליאן דאלאר - וואס קומט אויס צווישן 2.5 און פינף מיליאן אין 2014 דאלארן) וואלט די CEO באקומען $88,599 (וויפיל $125,899 2014 דאלארן איז אויסגעקומען אין 1999), וואס דאן וואלט מען געקענט בעטן פאר א פונט מצה מיט 14% ביליגער.

צווייטנס, און מ'דארף אנהייבן מיט א גוט ווארט אויף די בעקערייען, אז אויב ס'איז אמת אז זיי האבן געבעטן 22 דאלאר פאר א פונט צוואנציג יאר צוריק, דאן זענען זיי אייגנטליך אראפ מיט די פרייז ווייל פאר צוואנציג יאר צוריק איז $22 געווען אזויווי היינט $33.57, אבער פון די אנדערע זייט האט זיך די היימישע באפעלקערונג מער ווי געדאפלט, וואס מיינט אז אויב יענע בעקעריי האט געהעריג פונקציאנירט און מיטגעוואקסן מיט די נאטורליכע וואוקס פארקויפן זיי היינט כאטש 200,000 פונט און האבן אן הכנסה פון 6.2 מיליאן דאלאר, וואס איז אין די רעינדזש פון פינף און צען מיליאן דאלאר וואס זייער CEO דארף באקומען $165,205 (וויפיל $153,858 2014 דאלארן קומט היינט אויס), וואס מיינט אז זיי וואלטן געקענט בעטן פאר א פונט מצה מיט באלד 10% ביליגער אפילו אויב די עקספענס פער מצה איז נישט אראפ (וואס געווענליך גייט עס אראפ ווען מ'מאכט גרעסערע קוואנטומס).

ס'קוקט אפשר אויס ווי קליינע חילוקים, אבער ווען עפעס קאסט אזוי טייער און מענטשן מוזן עס קויפן, וואלט זיכער געווען א מורא'דיגע תועלת ווען מ'קען אראפרוקן די פרייז פאר א פונט אפילו מיט בלויז 3-4 דאלאר.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

איך קען נישט זעהן דעם לינק. איך שטעל מיר פאר אז נאך אפאר אירע קענען נישט. אויב דו קענסט, זיי מזכה דערוילעם.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

אנטשולדיגט.

Capture.PNG
Capture.PNG (79.25 KiB) געזען 2502 מאל

ס'איז פון די זעלבע יאר וואס דו האסט געבעענגט (און די עווריטש איז טאקע די זעלבע), נאר זיי רעכענען אויך אויס וויפיל מ'האט באקומען לויט ווי גרויס די אראנאזאציע איז געווען.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

זאגט מיר מיין חשובע נעפיא החתן אז ער פארט מיט זיין טאטן צי מקומות הק' נאך יו' ט א לענגערע נסיעה מירן אין יוראפ.
אלע זיינע געשוויסטער האט מען געבעטן א טויזנטער פין די גאנצע משפחה כפי ידיעתי איז ער ליידער נאכנישט געווארן קיין עושר אז מען וועט יעצט בעטן וועט איך בעז'ה אויך געבן( אנשטאט שיקן מיין טאכטער אין קעמפ ). איך האלט אבער אז עס איז נישט 100% אויסגעהאלטן
Browsing
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Browsing »

איך האב אויסגעהערט די מצה פרייזן שמועס וויבאלד דאס איז מיר צום הארצן, גראדע האב איך הנאה געהאט די וועג וויאזוי דער לעיזער אנאלעזירט א זאך, אבער די נומערן אין פאקטן זענען היבש אףף.

איך בין אינוואלווד אין א מצה בעקעריי עטליכע יאר בלי תשלום גמול (אגב, דארף מען דאס אויך וויסן ווען מ'רעדט אויב ס'איז פראפיטעבל, אסאך עסקנים לייגן אריין כוחות און צייט אומזינסט, אויב וואלט נאר געווען באצאלטע מענטשן וואלט די פרייז געווען העכער...), כ'ווייס נאך אינפארמעישאן פון אנדערע בעקערייען, אי"ה חול המועד אדער נאך יו"ט העל איך מיר פרובירן צו מצמצם זיין און ארויסברענגן עטליכע נקודות.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

מיר ווארטן אויפן מאנטאג שיעור
וואספארא נושא גייט מען רעדן? א נייע זמן א נייע נושא. אדער מען דארף אריינלייגן די חתונה פלאן אין פאקט
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

Browsing האט געשריבן:איך בין אינוואלווד אין א מצה בעקעריי עטליכע יאר בלי תשלום גמול (אגב, דארף מען דאס אויך וויסן ווען מ'רעדט אויב ס'איז פראפיטעבל, אסאך עסקנים לייגן אריין כוחות און צייט אומזינסט, אויב וואלט נאר געווען באצאלטע מענטשן וואלט די פרייז געווען העכער...), כ'ווייס נאך אינפארמעישאן פון אנדערע בעקערייען, אי"ה חול המועד אדער נאך יו"ט העל איך מיר פרובירן צו מצמצם זיין און ארויסברענגן עטליכע נקודות.

איך טראכט אז מצות וואלט געווען ביליגער מיט ווייניגער עסקנים אינוואלווד, עס זאל ראנען מער ווי א סעמי פריוואטע ביזנעס

דאס איז זיכער אז עס איז אומדערהערט אז עס זאל נישט זיין קיין שום אקאנטעבילעטי פאר זאך וואס יעדער מוז האבן און גאר ווייניג קענענן באצאלן, עפעס טשעקס און באלאנס מוז זיין דא.

לאמיר רעדן פון קר"י בעקעריי

קהל זאגט אז זיי טיילען אוועק טויזענטער פונט פאר נצרכים.
ווער האט זיי געגעבן די רעכט צו נעמען פון איינעם און געבן פאר'ן צווייטען?! בעט יעדעם ביליגער און קיינער זאל גארנישט באקומען אוזינסט, פארוואס דארפן זיך הונדערטער אידן מיטשען צו באצאלן מצות אז אנדערע הונדערטער זאלן בקאומען פארפרי?! דערצו אז היי יאר - זאגט מען - אז זיי האבן גאר ווייניג פארטיילט אבער די פרייז איז געווען די זעלבע ווי פאר יאר.

די רב פסח מצות צריך תיקון גדול
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אויב איז די תירוץ פון די טייערע פרייז ווייל מ'טיילט אוועק, איז עס טאקע אומדערהערט
א גרויסע פראצענט וואס קומען בעטן קמחא דפסחא איז ווייל זיי קענען זיך נישט ערלויבן די הויכע פרייז, 10 דאלער ביליגער א פונט וואלט ער נארמאל געקויפט.
די עצם טיילן איז אויך נישט א בחינה פון כל הפושט יד נותנין לו, זיי מאכן אפ לויט די גרויס פון די משפחה וויפיל ס'קומט זיך דיר, געהערט פון ערשטע האנט.
והשלישית והוא העיקר, יעדער עסט די זעלבע מצה פון מעל און וואסער, מ'לייגט נישט אריין קיין שום אינגריעדיענס, ווי אזוי קען זיין א בעקעריי אין אמעריקא קען געבן פאר ביז 13 דאלער א פונט, און די זעלבע מצה זאל קאסטן מער ווי דאפעלט ביי א אנדערע בעקעריי, דאס לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל.

און דאס דארף א שטארקע הסבר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”