אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג מאי 05, 2019 10:35 am

קודאס רעב לעיזער. פארן אנרירן דעם נושא

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » זונטאג מאי 05, 2019 10:40 am

איך קען זיך נישט איינהאלטן, ביי ר' יואל ראטה אין ישיבה האט ער געהאט א בחור שמעי ענדצווייג ע''ה פאר 4 יאר ער האט געליטן אויף די מחלה MS און נישט נאר מען האט עם אנגענומען נאר מען האט זיך אפגיגעבן מיט עם אלעס וואס פעלט אויס.
מען האט געבויעט ספעציאל א רעמפ פאר עם, ער איז געהעריג געווען אין קעמפ.
ממנו ילמדו!!
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג מאי 05, 2019 11:56 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איך האב נישט געהערט די שמועס פון ל.ק., אבער איך קען א מעשה פון א דיסעיבעלד בחור וואס איז נישט געווארן אנגענומען. איך בין געזעצן ביים אסיפה ווען די ישיבה האט דן געווען אזא נושא, זיי האבן געהאט גאר שטארקע סיבות יענעם נישט אנצונעמען, ווי למשל אז די עס זאל איז א שטאק אראפ און זיי האבן מורא אז די בחורים וועלן זיך נישט נוהג כבוד זיין צן אים וכדו'.
אן אריין צו גיין אין די גאנצע דעבאטע, א ישיבה וואס גייט נישט די עקסטערע מייל אריין צו נעמען א דיסעיבלד בחור איז קיין ישיבה, איך וואלט נישט געוואלט מיין קינד זאל דארט לערנען, מ'קען נישט אזוי מקבל תורה זיין, נישט רביה"ק מסאטמאר און קיין שום ערליכער איד וואלט נישט געלאזט אזא ישיבה שטיין קיין איין רגע!!!!!

איך קען נישט די מעשה וואס ל.ק. פארציילט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

אליעזר קרויס חתונה פלאן

תגובהדורך בבל » מאנטאג מאי 06, 2019 10:52 am

עס טיט מיר וויי.
איך האב געהאפט א גאנצע ווינטער אז עס גייט עפעס ווערן, נאך א סעריע פון רייכע שמיסען, יעצט זע איך אז מען גייט צו אנדערע נושא.
מען טאר נישט לאזן די ברענעדיגע פראבלעם. מען קען זיך העלפן מען דארף אינץ פשוט ארויפלייגן אויף די טרעקס
איך טראכט פין א איידיע.
קרן עזר מאכט יעצט א דירות עקספא. נעקסט דארף זיין חתונה קריזיס.
ס'מיז געשען


Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » מאנטאג מאי 06, 2019 1:43 pm

וואס איז געווארן מיט מאכן חתונה קארד?
מ׳זוכט א אינוועסטער?

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג מאי 06, 2019 2:12 pm

בבל האט געשריבן:איך האלט אינמיטן אנהייב הערן

שוין גענדיגט, מען רעדט פון א אנעמען און ווארפן. צום סוף פארציילט ער פון א האר אויפשעלנדע מעשה. '' דיסקרימינאציע בתפארתו '' וואס מען האט נישט אנגענומען א ספרדישע משפחה אין שולע איך וואלט אים נישט געגלייבט ווען נישט איך בין געווען ביי איינעם אין מאנסי אינדערהיים עטליכע יאר צוריק און געזען א אינגלשוין מיט פיאות אוף מיין פראגע פארוואס ער איז נישט געגאנגען אין חדר איז געווען די אומגלויבלעכן תירוץ אז ער האט נאך נישט קיין חדר די טעכטער זענען שוין ביי יענע פאל געווען מסודר אבער די יונגליך נאך נישט

נעקסטע וואך שיעור מיסטו איינווארפן א פאזעטיווע מעשה, איך דערהייב עס שוין נישט

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג מאי 06, 2019 4:11 pm

צוגעהערט צו ר' לעיזער זייער זייער זייער שארף דער האט גאטס
ווייס איך נישט די מצב אפשר דערפאר פארשטיי איך נישט צו די שארפקייט

א קליינע פראגע וואס איז די נושא 'אקטועל' צום ציבור ? קען דען דער צבור עפעס טון צו דעם ? דאס ליגט דאך אין די האנט פון רבנים ומנהלי הישיבות ? מילא חתונות דירות אבער ישיבות ?

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג מאי 06, 2019 4:35 pm

שליו ודגים האט געשריבן:צוגעהערט צו ר' לעיזער זייער זייער זייער שארף דער האט גאטס
ווייס איך נישט די מצב אפשר דערפאר פארשטיי איך נישט צו די שארפקייט

א קליינע פראגע וואס איז די נושא 'אקטועל' צום ציבור ? קען דען דער צבור עפעס טון צו דעם ? דאס ליגט דאך אין די האנט פון רבנים ומנהלי הישיבות ? מילא חתונות דירות אבער ישיבות ?

הינדערט פראצענט
אויב די ציבור איז וואך דערצו און מען וועט אויפהייבן א קול צו שטיין לימין אינזערע טייערע ברידער וואס ווערן על לא דבר גע'רודפט אויף א שוידערליכער פארנעם וועט ווערן ארדענונג, ווילאנג די נושא איז אינטערן קארפעט טוען זיי ווייטער אנהאלטן די רדיפה אויף אינזער טייערע ברידערלעך.

שליו ודגים
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג מאי 06, 2019 4:50 pm

אבער טון דארף מען וויטער אויך נאר צו די ראשי ישיבות עס איז נישט עפעס וואס יעדע אינווידזאל קען עפעס טון ביי זיך אז דער מצב זאל זיך טוישן ווי חתונות וכדו'

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » דינסטאג מאי 07, 2019 2:58 am

מקען רעדן אין רעדן. די איינציגסטע וועג צו מאכן סדר איז צו מאכן א Name of shame list א יעדע ישיבה וואס ווארפט זיך מיט בחורים על לא דבר. זאלן ארויף גיין אויף די ליסט אין דער עולם זאל זיי נישט שטיצען. לאמיר זעהן די כח הרבים. מדארף ווייזען א power.
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דינסטאג מאי 07, 2019 3:45 am

דער ריכטיגע עצה איז אז דער טאטע וואס שיקט זיין מציון בחור אין א מצוינים ישיבה זאל מען נישט אננעמען זיין נעקסטע נישט אזא געלונגענע זון אין קיין שום אנדערע ישיבה

ווערטס נישט ווילד אבער דער מציות איז אז דער אנדערע ישיבות קענען נישט אנגיין נאר אויב זיי האבן אויך מצוינים סא אויב ער האט געשיקט זיין מצוין זון אין א מצוינים ישיבה דארף דער מצוינים ישיבה זיך אן עצה געבן מיט זיין בינונו/שוואכע קיין שום אנדערע ישיבה האט נישט קיין שם התחייבות

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » דינסטאג מאי 07, 2019 3:30 pm

גוטגעזאגט האט געשריבן:מקען רעדן אין רעדן. די איינציגסטע וועג צו מאכן סדר איז צו מאכן א Name of shame list א יעדע ישיבה וואס ווארפט זיך מיט בחורים על לא דבר. זאלן ארויף גיין אויף די ליסט אין דער עולם זאל זיי נישט שטיצען. לאמיר זעהן די כח הרבים. מדארף ווייזען א power.

Take Out a phonebook and this list of yeshivas is already also the list u wanna make :lol:

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

מיינע צוויי צענט

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג מאי 07, 2019 3:38 pm

דער גרעסטער פראבלעם פון די ישיבות איז ממש אידענטיקל צום גיוס פראבלעם אין ארץ ישראל (כהאף מקען לאזן דעם נושא נייטראל, ווייל איך גיי לשיטת כו"ע בנושא הגיוס) די גרויסע שטארקע קהלות זענען מער ווייניגער כמעט מסודר, און וואו מער ביזט אוועק פונעם גרויסן צענטראלן בריח התכון, אלץ גרעסער ווערט דיין פראבלעם, און דאס זענען מענטשן וואס האבן נישט קיין פאליטישע אדער ערנסטע געלט כוחות. און אז די גרויסע רבי'ס האבן נישט דעם פראבלעם ביי זייערע קהלות איז נישטא ווער סזאל געהעריג טון דערין
די קשיא איז נאר, פונקט ווי טוסט פאר תימן, צרפת, ארגענטינע ילדי רוסיא וכו' גיוס ארץ ישראל וכו' דארפסטו אויך לכל הפחות מיט דעם אייפער און פלייס טון פאר די אין דיין בעק אדער פראנט יארד (כ'האב נישט קיין תירוץ אויף די קשיא)
אויך איז דאס געווען די דעבאטע ווען די גדולי עולם הישיבות מדור הקדום האבן געלעבט (כ'רעד נאך בזמן לאפיד) איין צד האט גע'טענה'ט קענסט נישט שטערן דעם לימוד הישיבה ביי די פלייסיגע און מצויינים בשעת די עיקר פראבלעם שטעלט זיך אויס ביי די מער שוואכערע - בשעת די אנדערע צד האט געשריגן וואו קענסטו שיקן בחורים צום שמד.
בערך די זעלבע זאך זאגן די שטיצער פון מצויינים ישיבות אז די שוואכערע האלטן אראפ די לימיטעד ריסארסעס און די גוטע קענען נישט שטייגן, און מיר שרייען געוואלד ווי קענסטו שיקן בחורים צו די גאס וואס איז א טיר צו צה"ל וכל הדומה לזה.
למעשה איין טענה האבן אסאך מצויינים ראשי ישיבה, וואס ווילסטו פון מיר? יעדער כאפט לאמיך אויך כאפן, איך בין עפעס כלל ישראל'ס פארזאגער? איך פארטרעט נישט קיינעם נאר מיר אליין און איך קען נאר ארבעטן מיט מצויינים, אמת, סאיז נישט קיין קונץ, אמת עס ווערט א פראבלעם, אבער וואס האט עס מיט מיר ? פונקט ווי איך מעג פריוואט לערנען מיט וועלכע בחור איך וויל מעג איך פריוואט לערנען מיט צוואנציג דרייסיג בחורים וואס איך וויל און איך בין בכח צו לערנען מיט זיי, ווער האט דיר געזאגט איך בין כלל ישראל'ס ישיבה?
די וואס זאגן וועגן געלט רעדן שטותים ווייל די עשירים שיקן אריין זייערע קינדער פאר גוט געלט און נאכדעם האנערט מען זיי ביים דינער און יעדער מוז געבן לכבודם פון די עשירים אדער צו עפענען דעם טיר פאר זייער בחור קומענדיגן יאר.
איך זאג כלל נישט זיי זענען גערעכט פארקערט, כ'האב נאר געשריבן וואס מ'האט געשמועסט ביינונז נעכטן ביי נאכטמאל (כרעד לגבי די חלק הטענה של ראשי הישיבות)
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג מאי 07, 2019 10:11 pm

lebediger berel האט געשריבן:למעשה איין טענה האבן אסאך מצויינים ראשי ישיבה, וואס ווילסטו פון מיר? יעדער כאפט לאמיך אויך כאפן, איך בין עפעס כלל ישראל'ס פארזאגער? איך פארטרעט נישט קיינעם נאר מיר אליין און איך קען נאר ארבעטן מיט מצויינים, אמת, סאיז נישט קיין קונץ, אמת עס ווערט א פראבלעם, אבער וואס האט עס מיט מיר ? פונקט ווי איך מעג פריוואט לערנען מיט וועלכע בחור איך וויל מעג איך פריוואט לערנען מיט צוואנציג דרייסיג בחורים וואס איך וויל און איך בין בכח צו לערנען מיט זיי, ווער האט דיר געזאגט איך בין כלל ישראל'ס ישיבה?
די וואס זאגן וועגן געלט רעדן שטותים ווייל די עשירים שיקן אריין זייערע קינדער פאר גוט געלט און נאכדעם האנערט מען זיי ביים דינער און יעדער מוז געבן לכבודם פון די עשירים אדער צו עפענען דעם טיר פאר זייער בחור קומענדיגן יאר.
איך זאג כלל נישט זיי זענען גערעכט פארקערט, כ'האב נאר געשריבן וואס מ'האט געשמועסט ביינונז נעכטן ביי נאכטמאל (כרעד לגבי די חלק הטענה של ראשי הישיבות)

עס איז א שטארקע פוינט. נישט אז די ישיבות למצויינים זענען גערעכט, אבער עס ברענגט ארויס אז די עיקר פראבלעם ליגט נישט ביי זיי. עס איז די עוולה פון עלטערן פון די אזויגערופענע מצויינים וועלכע שיקן אוועק דעם בחור "זיך משלים זיין". א דאנק די סארט בעלעבאטישע שמעקער עקזיסטירן די מארקעטן פון די סארט ישיבות וועלכע טוען זיי קעיטערן, און לכבוד דעם פארפארט די סדר ביי געווענליכע ישיבות, און דאן ווערן שוין אלע ישיבות מאנאפאלירט נאכצוטאנצן דעם שדים טאנץ כדי צו באלאנסירן די דייווערסיטי ביי זיך אין ישיבה.

מהר"א שליט"א האט ביי די כ"ו אב דרשה גאר שטארק פארדאמט די דאזיגע לעצטיגע סטייל פון אוועקשיקן בחורים אין דער פרעמד. נישט אז מען טאר נישט אוועקשיקן אמאל אז ס'איז לתועלת. אבער ס'איז זיכער צום פארדאמען די מנהג פון די סארט אזויגערופענע בעסערע פאמיליע'ס וועלכע פארשיקן זייער בחור אין אן עקסלוסיווע ישיביש'ע מסגרת בכדי צו קענען מרומם זיין די כבוד המשפחה.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
שמאלציג
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2014 2:52 pm

תגובהדורך שמאלציג » דינסטאג מאי 07, 2019 10:53 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:למעשה איין טענה האבן אסאך מצויינים ראשי ישיבה, וואס ווילסטו פון מיר? יעדער כאפט לאמיך אויך כאפן, איך בין עפעס כלל ישראל'ס פארזאגער? איך פארטרעט נישט קיינעם נאר מיר אליין און איך קען נאר ארבעטן מיט מצויינים, אמת, סאיז נישט קיין קונץ, אמת עס ווערט א פראבלעם, אבער וואס האט עס מיט מיר ? פונקט ווי איך מעג פריוואט לערנען מיט וועלכע בחור איך וויל מעג איך פריוואט לערנען מיט צוואנציג דרייסיג בחורים וואס איך וויל און איך בין בכח צו לערנען מיט זיי, ווער האט דיר געזאגט איך בין כלל ישראל'ס ישיבה?
די וואס זאגן וועגן געלט רעדן שטותים ווייל די עשירים שיקן אריין זייערע קינדער פאר גוט געלט און נאכדעם האנערט מען זיי ביים דינער און יעדער מוז געבן לכבודם פון די עשירים אדער צו עפענען דעם טיר פאר זייער בחור קומענדיגן יאר.
איך זאג כלל נישט זיי זענען גערעכט פארקערט, כ'האב נאר געשריבן וואס מ'האט געשמועסט ביינונז נעכטן ביי נאכטמאל (כרעד לגבי די חלק הטענה של ראשי הישיבות)

עס איז א שטארקע פוינט. נישט אז די ישיבות למצויינים זענען גערעכט, אבער עס ברענגט ארויס אז די עיקר פראבלעם ליגט נישט ביי זיי. עס איז די עוולה פון עלטערן פון די אזויגערופענע מצויינים וועלכע שיקן אוועק דעם בחור "זיך משלים זיין". א דאנק די סארט בעלעבאטישע שמעקער עקזיסטירן די מארקעטן פון די סארט ישיבות וועלכע טוען זיי קעיטערן, און לכבוד דעם פארפארט די סדר ביי געווענליכע ישיבות, און דאן ווערן שוין אלע ישיבות מאנאפאלירט נאכצוטאנצן דעם שדים טאנץ כדי צו באלאנסירן די דייווערסיטי ביי זיך אין ישיבה.

מהר"א שליט"א האט ביי די כ"ו אב דרשה גאר שטארק פארדאמט די דאזיגע לעצטיגע סטייל פון אוועקשיקן בחורים אין דער פרעמד. נישט אז מען טאר נישט אוועקשיקן אמאל אז ס'איז לתועלת. אבער ס'איז זיכער צום פארדאמען די מנהג פון די סארט אזויגערופענע בעסערע פאמיליע'ס וועלכע פארשיקן זייער בחור אין אן עקסלוסיווע ישיביש'ע מסגרת בכדי צו קענען מרומם זיין די כבוד המשפחה.


אויב אדמו''ר מהר''א שליט''א האט פארדאמט פארשטיי איך, ווייל ער איז איינע פון די פארזארגערס פון כלל ישראל, ווען א ישיבה איז שוואך איז דאס זיין פראבלעם, ווערן עס איז דא א קליינע פערצענט גוטע בחורים אין איין ישיבה איז ער דער וואס דארף סאלווען די פראבלעם, פונקט ווי ער טראגט אויף זיינע פלייצעס אסאך אנדערע פראבלעמן פון כלל ישראל, וואס אנדערע פריוואטע מענטשן און פריוואטע רבנים איגנארן.
אבער וואס די ר' יום טוב שרייבטס פארשטיי איך נישט,
אינעם ערשטען פאראגראף זאגסטו אז דער ראש ישיבה האט רעכט צו טענה'ן אז ער איז נישט כלל ישראל'ס פארזארגער, דערנאך שרייבסטו אז דער טאטע וואס שיקט אוועק א בחור ווייל ער וויל זיין א בעסערע שמעקער אים דארף מען פארדאמען,
פארשטיי איך נישט,
איז דער פריוואטער טאטע מער פארזארגער פאר כלל ישראל ווי דער ראש ישיבה?
לישטתך, אויב א ראש ישיבה מעג זיך אינזין האבן פארוואס טאר דער טאטע נישט זיך אינזין האבן?
ער וויל הייסן א בעסערע שמעקער, פארוואס טאר ער נישט?
ער מעג קויפן וואס ער וויל, זיינע קינדער מעגן גיין מיט וועלעכע ברענד נעים קליידער ער וויל, ער מעגן דרייוון וועלעכע קאר ער וויל, פארוואס טאר ער נישט שיקן אין וועלעכע ישיבה ער וויל?
ער הערט אז שדכנים טראגן אן ברענד נעים שידוכים אויס מ'לערנט אין יענע ברענד נעים ישיבה, וויל ער אויך זוכה זיין דערצו! ער מיינט זיינע דורות!!!
אויב זיין שכן האט רעכט צו טוען די שידוכים וואס אים שמעקט כדי לרומם כבוד המשפחה, זאל ער אויך מעגן, יעדער האט א רעכט זיך צו פארשרייבן ווי אזוי ער ווי באצייכענט ווערן ציי יעצט, סיי ביים שידוכים טוען, און סיי לאחר מאה ועשרים,
קיינער וועט אים נישט מספיד זיין אז ער האט געזאלט זיינע קינדער לערנען אין נישט ברענד ישיבות כדי דער היינטיגער קאנטראקטאר מיליאנער זאל האבן א חברותא,
מ'וועט אים מספיד זיין אז ער האט איבערגעלאזט 3 זוהן מגידי שיעור, 2 דיינים, 4 מחברי ספרים און נאך צויי ש''ס אידן.
אויב דער פריוואטער ראש ישיבה האט רעכט (לשיטתך) האט דער פריוואטער טאטע רעכט!!!

(הכוח''ת שמאלציג, לשעבר בישיבה החברותא של כמה ''ליידיגייערס'' שהם מיליאנערן כהיום, ואידך מי שלא היה החברותא של ה''ליידיגייערס'' לפי שלא היה לפי הכבוד המשפחה שלהם, הם הם יושבים באויבען אן היום כאב''דים ומוצ''ים)

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג מאי 07, 2019 11:42 pm

שכח זיידי בערעלע. פארן עפענען א מעטשאור דיסקוסיע
אייער פוינט איז א ריכטיגע.
אז סאיז א חילוק צווישען א פריוואטע ישיבה וואס א איד עפענט אויף.
צו א ישיבה וואס קעיטערט א קהילה.
דער ראש ישיבה זאגט איך פארקויף נאר פיש. קענסטו מיר שרייען היתכן סדא אזויפיל אידן וואס דארפן פלייש איך בין נישט אחראי אויפן שטאט.
אבער דער וואס איז יא אחראי מוז זיכער מאכען. אז זיין ציבור איז געקעיטערט.
אבער רעב לעיזער מאכט איין גרויסע ויצעקו פון אסאך נושאים צוזאמען
יעדע זאך האט זיך זיינע צוויי זייטען פון די מטבע
צו איז עס דער אויפן וויאזוי מקאלעקט שכר לימוד.
צו איז עס ווי אזוי מנעמט אן די ''אייגענע'' מענטשען אין די ''אייגענע'' מוסדות
אבער איך האב מורא אז נעקסטע שיעור פון ר' לעיזער
וועט שוין זיין אויף זיין אייגענע (געאסרטע) האט ליין.

אידישע מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » מיטוואך מאי 08, 2019 12:36 am

טייערע אידן
די איד וואס עפענט אויף פריוואט א ישיבה אין נעמט נאר מציונים שעדיגט אלע ישיבות
ער נעמט אוועק פון די אנדערע די גוטע בחורים א״כ
קען ער נישט זאגן אז איך בין נישט אחראי אויף די שטאט
ער נעמט אוועק פון יעדעם ער שעדיגט די שטאט אין זיי די ישיבות למצוינים זענען אחראי אויף די פראבלעם וואס עס איז דא
ווייל נאכדעם די גרויסע ישיבות ווילן אז מען זאל בלייבן ביי זיי די בחורים מאכען זיי שווער פאר די אנדערע

(אין גראדע אין די קהלות ישיבות איז די פראבלעם פון בחורים נישט האבן א ישיבה זאך קלענער)

אליעזר קרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

תגובהדורך אליעזר קרויס » מיטוואך מאי 08, 2019 9:56 am

סארקאזי האט געשריבן:אבער איך האב מורא אז נעקסטע שיעור פון ר' לעיזער
וועט שוין זיין אויף זיין אייגענע (געאסרטע) האט ליין.

;l;p-

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך מאי 08, 2019 10:11 am

עס איז נישט אזוי פשוט. ישיבה חכמי לובלין איז אויך געווען א ישיבה למצינים.

דרך אגב, איך נעם נישט קיין צד אין די נושא, ווייל איך ווייס אליין נישט וואס צו טראכטן.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך מאי 08, 2019 10:20 am

היימישער הייקער האט געשריבן:עס איז נישט אזוי פשוט. ישיבה חכמי לובלין איז אויך געווען א ישיבה למצינים.

דרך אגב, איך נעם נישט קיין צד אין די נושא, ווייל איך ווייס אליין נישט וואס צו טראכטן.

חכם אינדערהיים איז נאר געווען ישיבה למצויינים.
ווער סהאט נישט געהאלטען ביים לערנען (כאטש געוואלט זיין א מצויין) איז נישט געגאנגען אין קיין ישיבה היינט איז ישיבה א נחלת הכלל. און סברענגט מורעדיגע סאשעל פרעשור פאר יעדן.
בנוגע ישיבת חכמי לובלין. בימיו איז ישיבה בחור געווען ממש אן אראפגעקוקטע זאך כידוע.
האט ער געוואלט הייבען דעם כבוד פון די בני תורה.

אוועטאר
lebediger berel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4009
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

א שטארקע טענה, סדארף א שטארקע סאלושען

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 08, 2019 10:21 am

נעכטן האבן מיר נאכאמאל איבערגעשמועסט די נושא נאכן שיעור
טענה'ן אפאר אידן אז אלע דיינים רבנים מגידי שיעור און בעל בתי'שע קינדער וואס האלטן אויס אונזערע קהלות מוסדות צדקה וחסד אא"וו לערנען אין אזעלכע ישיבות, און אפילו די צענטראלע ישיבות נעמען ענדערש אויף איינגעשטעלטע וואס קומען פון די סארט ישיבות ווי איידער פון זייערע אייגענע ישיבות - נא ווער וועט זיך דא קעגן שטעלן דער טאטע ארעמאן און ארבעטער?
אויב וואלטן די מוסדות געמאכט א תקנה אז מען נעמט נישט קיין איינגעשטעלעטער פון כתה ד' ה' און העכער ביז נאך ישיבה גדולה און די קהלה נעמט נישט אויף קיין דיין וואס האט געלערנט אין די עליטע וואלט ווען עפעס געהאלפן דערווייל מוז מען ליידן פון די צרה
האט זיך זיך א איד אנגערופן בשם דעם הייליגן חפץ חיים (אן קיין מקור - ווער ס'ווייסט זאל ביטע נאכזוכן) אז די צרה פון קאמוניזים אויפן רוסישן אידנטום איז געקומען דירעקט אויף די עליטע (עשירים מנהיגים וכו') און שוואכער אויפן פשוט'ן המון עם, ווייל ביי די פריערדיגע גזירה ביי די קאנטאניסטן, האט מען קודם געראטעוועט דעם רב'ס זון און דעם עושר'ס בחור אבער די ארימע און די געשלאגענע משפחות זיי זענען אנגעקומען צו די מיליטער, האט השי"ת געשיקט א צרה וואס גייט קודם (מען האט זיי נעבעך אנפאנג קאמוניזים צום ערשט געשיקט צום טויט הנקרא סיביר גולאג כידוע) ובעיקר זיך נעמען צו די עליטע, ויש מנהיג לבירה
סא - די אלע וואס מ'ווארפט זיך מיט זיי זאלן וויסן אז ס'נעמט טאקע צייט אבער יבוא היום וכו'... ווען די ווארפערס ווערן די געווארפענע, דער אייבערשטער זאל העלפן ס'זאל זיין דורך משיח צדקינו און ס'וועט זיין עליונים למטה ותחתונים למעלה בחסד וברחמים.
אזוי יעצט טייפענדיג ווען די ווארט האט זיך אריין געגליטשט אונטער די פינגערס טראכט איך אז דאס איז באמת די אמתדיגע גרויסע נחמה פאר אלע געווארפענע אין די זייט געשטופטע אז די גאנצע מעשה וואס יענער איז די שיינע איד איז נאר אצייטווייליגע דורך גאנג אבער לעולמי עד ולנצח נצחים עד עולם ועד וועלן זיי זיצן אין די בעק (שטיין אין די קארנער) בשעת די וואס ווערן יעצט געשטופט וועלן אויף אייביג אייביג זיין די מיוחסים.
וחסל שוין צופיל געשריבן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך מאי 08, 2019 10:27 am

סארקאזי האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:עס איז נישט אזוי פשוט. ישיבה חכמי לובלין איז אויך געווען א ישיבה למצינים.

דרך אגב, איך נעם נישט קיין צד אין די נושא, ווייל איך ווייס אליין נישט וואס צו טראכטן.

חכם אינדערהיים איז נאר געווען ישיבה למצויינים.
ווער סהאט נישט געהאלטען ביים לערנען (כאטש געוואלט זיין א מצויין) איז נישט געגאנגען אין קיין ישיבה היינט איז ישיבה א נחלת הכלל. און סברענגט מורעדיגע סאשעל פרעשור פאר יעדן.
בנוגע ישיבת חכמי לובלין. בימיו איז ישיבה בחור געווען ממש אן אראפגעקוקטע זאך כידוע.
האט ער געוואלט הייבען דעם כבוד פון די בני תורה.


גוטע נקודות. איך האב נישט געטראכט דערפון.

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2973
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך מאי 08, 2019 10:30 am

היימישער הייקער האט געשריבן:עס איז נישט אזוי פשוט. ישיבה חכמי לובלין איז אויך געווען א ישיבה למצינים.

דרך אגב, איך נעם נישט קיין צד אין די נושא, ווייל איך ווייס אליין נישט וואס צו טראכטן.

כ׳װיל נישט רעדן אבער װאס איז געװארן מיט ישיבה חכמי לובלין? װען ר׳ אליעזר װאלט געזאגט די סטעיטמענט אױף ק״ם װאלט ער געפלױגען אבער איך בין זיכער אז ער האט די װערטער אױף זײן צינג

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך מאי 08, 2019 10:32 am

אגב. אין עיר התורה לעיקוואוד ביי די ישיבה'שע קרייזן איז די מצב סאך ערגער, דארט קימט צי די כולל נאך די חתונה אז מען לערנט נישט ביסטו א גאנצע שגץ און נישט אלע מוסדות וועלן נעמען דיינע קינדער, הנגיד ר' שלומה יהודה רעכניץ האט געשטורעמט ביי א דרשה בפניו פין די ארטיגע ראשי ישיבה וועגן דעם לעיקוואוד איז געפארן אויף רעדער פון די דרשה

מענין לענין באותו ענין, איך האב געעפנט א אשכול פאריגע וואך
'' אנקעטע זאל מען גרינדן אויפציעל א ישיבה וואס מען מיז לערנען כדי צי קענען ארבעטן אין אחרית'דיגע דזשאב''
viewtopic.php?f=3&t=39578
לעצט פאראכטן דורך בבל אום מיטוואך מאי 08, 2019 10:47 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט