״ידעתּי״ — השקפה דזשורנאל פון מאָמענט

די אחראים: אחראי, געלעגער

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אפריל 18, 2018 2:24 pm

שליו ודגים האט געשריבן:איין זאך לאמיך ענק זאגן אידן
ידעתי אז
כל זמן מ'וועט דא מערבב זיין גרינגע חקירה שווערערע חקירה אמונה פשוטה אמונה מיט אביסל טעם דערצו וועט מען זיך דא נישט אויסגראדן

שטייט אין מדרש [פרעג מיך נישט וועלכע....], אז ביים דור הפלגה האט די מענטשהייט קאמיוניקירט דורך אייוועלט....

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך אפריל 18, 2018 2:25 pm

אין כל חדש האט געשריבן:עס איז דא אסאך צו שרייבן ואולי עוד חזון למועד
אבער איין קליינע תגובה'לע, עס איז דא שש זכירות נישט נאר איין, עס איז גאר נישט ווייניגער חיוב צו רעדן פון זכירת מעשה מרים, אדער פון אשר הקצפת ה"א במדבר

נאר וואסזשע דען איר ווילט מ'זאל מרחיב זיין הדיבור איבער מעמד הנבחר, וויאזוי דאס באווייזט די ריכטיגקייט פון אמונתנו הצרופה, נו בין איך היבש מסופק צו אבותינו ורבותינו האבן אזוי געהאלטן מחנך צו זיין תמימות'דיגע תשב"ר

You're entitled to your mind, but I'm entitled to my


מסופק איבער וואס?
מסופק צו מ'האט געהאלטן אז מ'דארף מחנך זיין אידישע קינדער צו זיין אידן?
אהן מתן תורה איז מען נישט קיין איד!
אהן זכירת מעשה מרים איז מען נאכנישט אנגעקומען צום סוף פרשת בהעלותך! (טאקע רוב מלמדים קומען נישט אהן אהין)!

אויב איהר ווילט אריינגיין בכלל אין די נושא פון י"ג עיקרים, איהר ווילט אננעמען ווי דעם חת"ס בשו"ת יו"ד סי' שנ"ו, געזונטערהייט! אבער לדידן אז ס'איז נתפשט געווארן ביי כלל ישראל די י"ג עיקרים מאכט עס א גרויסן חילוק!

איהר זענט בארעכטיגט צו האבן אייער מיינונג, אבער אייער מיינונג דארף שטימען מיט וואס ס'שטייט אין חומש'ל, און מיט וואס די פריערדיגע האבן אונז אויסגעלערנט!

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מיטוואך אפריל 18, 2018 2:29 pm

גאר א קליינע דוגמה וואס איך האב אמאל מיטגעהאלטן א שמועס צווישן א מגיד שיעור אין ביהמ"ד מיט א תלמיד א נארמאלע ערנסטע חסידישע יונגערמאן

שואל : עס קומט יו"ט פסח איך דארף מיך זעצן צום סדר אבער די גאנצע מעשה מיט מצרים פרעה שיינט מיר ווי א פאנטאזיע פ"וו עפעס זאל איך עס גלייבן

מגי"ש : איין מינוט און אז קאלאמבוס האט אויסגעטראפן אמעריקא גלייבסטו יא ?

תלמיד א דורכגעטראכטער ערנסטע יונגערמאן זאגט מגי"ש גערעכט און א דאנק

בוודאי קען מען אריין גיין אין דעם און זיך מתוכח זיין צו דעס איז די ריכטיגע אנטווארט אבער פון די אנדערע זייט ליגט אין דעם א שטארקע אמת און מ'קען עס אפלערנען בכמה אופנים

אבער דער עיקר פוינט פון דעם שמועס איז אז מ'קען געבן א שכלדיגע ענטפער וואס עס איז בעסער ווי אט דעס יונגערמאן דו פרעגסט ? ניט גענוג דעס אז דיין טאטע האט מקבל געווען

וקצרתי במקום שיש להאריך

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אפריל 18, 2018 2:30 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:
אין כל חדש האט געשריבן:עס איז דא אסאך צו שרייבן ואולי עוד חזון למועד
אבער איין קליינע תגובה'לע, עס איז דא שש זכירות נישט נאר איין, עס איז גאר נישט ווייניגער חיוב צו רעדן פון זכירת מעשה מרים, אדער פון אשר הקצפת ה"א במדבר

נאר וואסזשע דען איר ווילט מ'זאל מרחיב זיין הדיבור איבער מעמד הנבחר, וויאזוי דאס באווייזט די ריכטיגקייט פון אמונתנו הצרופה, נו בין איך היבש מסופק צו אבותינו ורבותינו האבן אזוי געהאלטן מחנך צו זיין תמימות'דיגע תשב"ר

You're entitled to your mind, but I'm entitled to my


מסופק איבער וואס?
מסופק צו מ'האט געהאלטן אז מ'דארף מחנך זיין אידישע קינדער צו זיין אידן?
אהן מתן תורה איז מען נישט קיין איד!
אהן זכירת מעשה מרים איז מען נאכנישט אנגעקומען צום סוף פרשת בהעלותך! (טאקע רוב מלמדים קומען נישט אהן אהין)!

אויב איהר ווילט אריינגיין בכלל אין די נושא פון י"ג עיקרים, איהר ווילט אננעמען ווי דעם חת"ס בשו"ת יו"ד סי' שנ"ו, געזונטערהייט! אבער לדידן אז ס'איז נתפשט געווארן ביי כלל ישראל די י"ג עיקרים מאכט עס א גרויסן חילוק!

איהר זענט בארעכטיגט צו האבן אייער מיינונג, אבער אייער מיינונג דארף שטימען מיט וואס ס'שטייט אין חומש'ל, און מיט וואס די פריערדיגע האבן אונז אויסגעלערנט!

א לייוו דוגמא פון צוויי אידן וואס פארשטייען זיך נישט.....

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מיטוואך אפריל 18, 2018 2:33 pm

אנטשולדיגט מיר אבער קומענדיגע מאל זייטזשע אזוי גוט און באצי זיך אויף וואס איך שרייב

אין כל חדש האט געשריבן:עס איז דא אסאך צו שרייבן ואולי עוד חזון למועד
אבער איין קליינע תגובה'לע, עס איז דא שש זכירות נישט נאר איין, עס איז גאר נישט ווייניגער חיוב צו רעדן פון זכירת מעשה מרים, אדער פון אשר הקצפת ה"א במדבר

נאר וואסזשע דען איר ווילט מ'זאל מרחיב זיין הדיבור איבער מעמד הנבחר, וויאזוי דאס באווייזט די ריכטיגקייט פון אמונתנו הצרופה, נו בין איך היבש מסופק צו אבותינו ורבותינו האבן אזוי געהאלטן מחנך צו זיין תמימות'דיגע תשב"ר

You're entitled to your mind, but I'm entitled to my

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מיטוואך אפריל 18, 2018 2:35 pm

יהיה כן האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:איין זאך לאמיך ענק זאגן אידן
ידעתי אז
כל זמן מ'וועט דא מערבב זיין גרינגע חקירה שווערערע חקירה אמונה פשוטה אמונה מיט אביסל טעם דערצו וועט מען זיך דא נישט אויסגראדן

שטייט אין מדרש [פרעג מיך נישט וועלכע....], אז ביים דור הפלגה האט די מענטשהייט קאמיוניקירט דורך אייוועלט....


דערפאר האבן זיי אזוי אויסגעקוקט......

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » מיטוואך אפריל 18, 2018 5:03 pm

ס'איז שווער אריינצורעדן אין א דעבאטע וואס די חילוקים זענען זייער פארנעפלט, און עס איז זייער מעגליך אז מען טענה'ט זיך ממש איבער א דינע ליניע, וואס איז במילא נישט פאר אונז צו באשליסן, נאר פאר גדולי ישראל.

בנוגע דעם "ידעתי" דזשורנאל האב איך שוין געשריבן – אינאיינעם מיט מיין פאזיטיווע ריוויו – אז עס וואלט יא געדארפט האבן נעמען פון רבנים, און ווי מען האט שוין דא געמאלדן איז עס טאקע אין פלאן צוגעלייגט צו ווערן. אידאך גוט.

-

בנוגע הגה"צ רבי אביגדור מיללער זצ"ל וואס עס איז געווען א דיסקוסיע. ער פלעגט טאקע נישט פארלערנען "שער היחוד" ביי זיינע חובת הלבבות שיעורים, און נישט קיין מורה נבוכים, טראצדעם וואס ער ברענגט אסאך נאך דעם מורה אין זיינע ספרים. אבער ער פלעגט יא אסאך זיך אפגעבן אפצואווענדן די טענות פון עוואלוציאניסטן און בייבל קריטיקס. עס איז לייכט אנצונעמען אז די גדולי ישראל פון די חסיד'ישע קרייזן וואלטן נישט מסכים געווען צו רעדן זיין שפראך פאר "זייער" עולם. אבער אפילו פאר אונז בלייבט נאך איבער רובא דרובא פון זיינע וואונדערליכע שיעורים און ספרים צו לערנען און מקבל זיין.

-

בנוגע די גדר פון אמונה\חקירה – מי אנכי צו מאכן א ליניע, איך וויל נאר צולייגן איין נקודה צום שמועס.

עס זענען דא הייליג-אמת'ע און וויכטיגע מושגים, וואס ווערט אבער אסאך מאל "מיס-פלעיסד" און גענוצט אין די נישט-ריכטיגע ארט.

- "דו האסט תירוצים, נישט קשיות"

האט געזאגט דוכצעך ר' חיים פאר אן אפיקורס בשעתו. די באדייט איז זייער פשוט. אויב האט עמיצער ח"ו איבערגעלאזט תורה ומצות צוליב "קשיות", איז א סימן אז ער האט געוואלט פרייהייט, און ער פריידט זיך צו האבן א.ג. קשיות אלס א תירוץ אויף זיינע מעשים.

אבער ווען עס קומט אן ערליכער בחור, וואס דאווענט און לערנט, ער צערייסט זיך פאר'ן אויבערשטן, און עס באדערט אים א קשיא – איז דער סטעיטמענט נישט אין פלאץ! וואס הייסט תירוצים? א תירוץ אויף וואס?! ער שטרעבט צו זיין ערליך און וואויל, ער טוט אלעס וואס מעגליך. ער האט א קשיא. עס איז זייער מעגליך אז דער תירוץ אויף זיין קשיא איז "מיר מענטשעלעך זענען צו באגרעניצט דאס צו קענען פארשטיין." דאס איז א פיינע תירוץ! אבער צוריקשיסן – דו האסט תירוצים, נישט קשיות! איז א שרעקליכע פארברעך! וואס דארף דער בחור טראכטן? ווען ער פרעגט א גוטע קשיא אויפ'ן רמב"ם לויבט מען אים ביזן הימל, אבער ווען ער פרעגט א פשוט'ע קשיא אין די סאמע יסודות איז ער א שגץ?!

- "איך בין א נאר און איך גלייב"

א הייליג ווארט פונעם בעשטה"ק, וואס רעדט פון די נקודה הפנימיות פון א איד, אז בתוך תוכיות איז יעדער איד א מאמין בשם בכל לב ונפש. די נפש פון א איד איז א חלק אלקי ממעל, און דאס איז למעלה מהשכל, און דערפאר זעהט מען אז אפילו פושעים וחטאים האבן זיך געלאזט הארגענען אין א מינוט פון קידוש השם. דאס ווערט אויסגעשמועסט באריכות אין תניא, און אין אסאך ספרי חסידות (זרע קודש, ישמח משה, ועוד).

ווען א איד איז אויסגעאיידלט און בתמימות, זיין נשמה לייכט, ער שפירט די אלקית, אשרי לו ואשרי חלקו! אבער אז א בחור'ל פרעגט "פון וואו ווייסן מיר אז דאס איז אמת?" אדער "וואס איז דער יסוד פון אונזער אמונה?" – קען נישט זיין דער ענטפער "זיי א נאר און גלייב". עס קומט נישט דא אריין! דא איז דער ענטפער "מסורת אבות" – וואס דער רמב"ן זאגט איז דער שורש ויסוד אמונתינו ביי "זכר ליציאת מצרים".

און אודאי דארף מען אים זאגן אז ווען ער וועט הארעווען אין די תורה הק', וועט עס אראפנעמען אלע מחיצות המפסקת און ער וועט זוכה זיין אויך צו שפירן מיט א בהירות די נשמה אלקית וואס ליגט אין אים.

בקיצור, יעדער דא האט וויכטיגע און אמת'ע נקודות, מ'דארף נאר וויסן ווען און וואו, און דערפאר דארף ידעתי דורכגיין א שטארקע השגחה פון תלמידי חכמים פון אלע היימישע קרייזן.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

משה סויבל
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 8:09 pm

תגובהדורך משה סויבל » מיטוואך אפריל 18, 2018 5:12 pm

קיסריה האט געשריבן:ס׳הייסט אזוי:

מ׳טאר נישט לערנען פון מעמד הר סיני?
מ׳טאר נישט רעדן פון: מה רבו מעשיך השם?
מ׳טאר נישט רעדן פון די גרויסע נפלאות הבריאה?

דערמאנסט מיך פון א מלמד אין חדר, וואס האט אויסגעלאזט האלב רש״י׳ס ווייל ס׳איז דקדוק... און מיר לערנען דאך נישט קיין דקדוק.

דער מנהל האט אפירגענומען דעם מלמד, און ס׳האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער מלמד הייבט נעבעך נישט אן צו קענען די רש״י׳ס.

ס׳איז געשטאנען א ווארט אין רש״י, כל תיבה שתחילתה ל׳ הטיל לה ה׳ בסופה... האט דער מלמד געזאגט: דאס לערנט מען נישט...

רבותי. דער מלמד האט נעבעך נישט גע׳יכול׳ט... און יעדע צווייטע רש״י אויסגעלאזט און פארמאכט דעם חומש.

געוויסע אמעראצים - נעבעך - מיינען אז מעמד הר סיני איז חקירה, און די פלאי הבריאה איז מורה נבוכים.

זיי האבן נעבעך קיינמאל נישט אויס געהערט א שיעור פון רבי אביגדור מיללער זצ״ל !

די אידן האבן נישט טועם געווען קיין אמונה אין זייער לעבן.
זיי ויייסן נעבעך נישט וואס זיי פארפאסן און אז זייער אידישקייט איז ״ארטיפישל אידישקייט״.

דער בוכ״ע האט טריליאנען אייזלען, טריליאנען קיהען און טריליאנען שעפסן.

אונז אידן האט ער ברוב רחמיו וחסדיו געגעבן דעת, אויב מיר נוצן עס נישט עס, זענען מיר בועט דערין.


זאגט דער הייליגער חובת הלבבות:
על כן הזהר שלא תטה אשורך מדרך האבות ונתיב הראשונים אל הבדיאות ותסמוך על שכלך ותתיחד בעצתך ותתבודד בסברתך, ואל תחשוד אבותיך במה שמסרו לך מאופני טובותיך, ואל תסתור עצתם במה שהורו אותך כי אין עצה שתעלה בדעתך שלא קדמוך לדעתה ועמדו על כל מה שמביאה אליו מטוב ורע ואפשר שקדם לדעתך אופן יושר המחשבה ההיא בתחלתה ונעלם ממך אופן ההפסד אשר יהיה ממנה באחריתה ואתה במיעוט ישובך תראה יושרה ולא תראה טעותה ואופני הפסדה ואמר החכם (משלי כב) אל תסג גבול עולם ואמר (שם א) שמע בני מוסר אביך ואמר במי שמאשים אבותיו (שם ל) דור טהור בעיניו ומצואתו לא רוחץ דור אביו יקלל ואמר (שם) עין תלעג לאב.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך אפריל 18, 2018 5:13 pm

שליו ודגים האט געשריבן:גאר א קליינע דוגמה וואס איך האב אמאל מיטגעהאלטן א שמועס צווישן א מגיד שיעור אין ביהמ"ד מיט א תלמיד א נארמאלע ערנסטע חסידישע יונגערמאן

שואל : עס קומט יו"ט פסח איך דארף מיך זעצן צום סדר אבער די גאנצע מעשה מיט מצרים פרעה שיינט מיר ווי א פאנטאזיע פ"וו עפעס זאל איך עס גלייבן

מגי"ש : איין מינוט און אז קאלאמבוס האט אויסגעטראפן אמעריקא גלייבסטו יא ?

תלמיד א דורכגעטראכטער ערנסטע יונגערמאן זאגט מגי"ש גערעכט און א דאנק

בוודאי קען מען אריין גיין אין דעם און זיך מתוכח זיין צו דעס איז די ריכטיגע אנטווארט אבער פון די אנדערע זייט ליגט אין דעם א שטארקע אמת און מ'קען עס אפלערנען בכמה אופנים

אבער דער עיקר פוינט פון דעם שמועס איז אז מ'קען געבן א שכלדיגע ענטפער וואס עס איז בעסער ווי אט דעס יונגערמאן דו פרעגסט ? ניט גענוג דעס אז דיין טאטע האט מקבל געווען

וקצרתי במקום שיש להאריך


א שטארקע משל -

און כדאי דאסמאל זאל מען עטוואס פארשטיין, וועל איך פרובירן כפי יכלתי אביסעלע מסביר זיין.

דער מגיד שיעור האט אויף יענעם רגע געגעבן די שטערקסטע תשובה וואס ער האט פארמאגט, און ס'איז גאנץ פיין.

אבער, לאמיר אנערקענען די ביטערע מציאות, דער אינגערמאן גלייבט לכאורה נישט אין יציאת מצרים !!

יא, האסט איהם אפשר געגעבן ערשטע הילף, אבער פון א כופר (בעסער געזאגט 'קיינמאל קיין אמונה נישט געהאט') ווערט מען נישט קיין מאמין פון א תירוץ פון א מגיד שיעור!
סאו ווארשיינליך ביסטו מסכים אז ס'דרייען זיך ארום אינגעלייט וואס גלייבן נישט אין גארנישט!

יעצט זאג מיך נישט "יעצט גלייבט ער שוין"!, ווייל פאר אזא אמונה וואלט ער נישט אינוועסטירט אפילו איין דאלער אינעם סטאק מארקעט!

איי וואס יא?
אויף דעם בין איך מסכים צו וואס יעדער שרייט, אז דא גייט זיך קיינער נישט פארשטיין (בבחי' דור הפלגה) ווילאנג ס'וועט נישט קלאר מבורר ווערן די חילוק פון אמונה, חקירה, וואס מ'מעג לערנען, און וואס מ'דארף לערנען, וואס מיינט אמונה פשוטה, און אזוי ווייטער און ווייטער.

איז פארבליבן נאר צוויי מהלכים:
1) אדער קען מען עפענען אן אשכול און אלס מסדר זיין בהשכל ובדעת, 2) אדער וועט מען עס איבערלאזן פאר ידעתי.

דער ערשטער מהלך איז שוין פארגעשלאגן געווארן דורך טראכט איבער,

טראכט איבער האט געשריבן:צוקוקנדיג צו די העפטיגע משא מתן וואס גייט דא פאר אויף הויכע טענער
וואלט געעוווען כדאי ארויסצוברענגען אז דאס איז קלאר אז עס האט געהערשט א געוואלדיגע צומישעניש און די גאנצע נושא
צום ביישפיל וואס איז אמונה און וואס איז חקירה .?
און רוב מענטשן מישען דאס און איין טשאלענט טאפ ווי זיי ווייסן שוין נישט וואס איז פליישיג אדער פאראווע צו גאר טרייף
אשר על כן אויב עס קען אפיר קומען א טאלאנטפלוער איי וועלט ניצער[זיצער] און מאכען א שטיקעל קלארע סך הכל וואס זענען די שיטות זה בכה וזה בכה וואלט דאס געעווען א געוולדיגע תועלת הרבים צו זען כאטש א שטיקעל קלארקייט על מה אנו דנין און וואס זאגט ער און וואס זאגט יענער אזוי אז עס זאל זיין אביסעל קלארער וואס מ'ווייסט יא און וואס איז נאך מסופק.....
וואס איז לויט יש אומרים זיכער בגדר אמונה און וואס עס איז פארהאן א ספק חקירה.??
צו חוקר זיין איז מעמד הר סיני די זעלבע הדרגה צו דער וועלט איז ח'ו א קדמון ...?
ווייל כולי עלמא מודה אז אמונה איז א סענסעטיווע און פארפלנטערטע טאפיק וואס קען ניצען אסאך בהירות אפילו וואס איז די שאלה און וואס הייסט וואס
ואולי לעת כזאת הגעת ידעתי למלכות צו קענען אויסגלייכן די געדרייטע סבך בקרניו פון דעם איה השה לעולה
יישר כח מעומק הלב לההוא גברא

----------

זעה איך אז הרב גלייכגילטיג האט אריין געהאקט, ש'כח פארן זיין דער מתחיל במצוה אויסצוקלארן דער מצב.

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מיטוואך אפריל 18, 2018 5:16 pm

גלייכגילטיג האט געשריבן:ס'איז שווער אריינצורעדן אין א דעבאטע וואס די חילוקים זענען זייער פארנעפלט, און עס איז זייער מעגליך אז מען טענה'ט זיך ממש איבער א דינע ליניע, וואס איז במילא נישט פאר אונז צו באשליסן, נאר פאר גדולי ישראל.

בנוגע דעם "ידעתי" דזשורנאל האב איך שוין געשריבן – אינאיינעם מיט מיין פאזיטיווע ריוויו – אז עס וואלט יא געדארפט האבן נעמען פון רבנים, און ווי מען האט שוין דא געמאלדן איז עס טאקע אין פלאן צוגעלייגט צו ווערן. אידאך גוט.

-

בנוגע הגה"צ רבי אביגדור מיללער זצ"ל וואס עס איז געווען א דיסקוסיע. ער פלעגט טאקע נישט פארלערנען "שער היחוד" ביי זיינע חובת הלבבות שיעורים, און נישט קיין מורה נבוכים, טראצדעם וואס ער ברענגט אסאך נאך דעם מורה אין זיינע ספרים. אבער ער פלעגט יא אסאך זיך אפגעבן אפצואווענדן די טענות פון עוואלוציאניסטן און בייבל קריטיקס. עס איז לייכט אנצונעמען אז די גדולי ישראל פון די חסיד'ישע קרייזן וואלטן נישט מסכים געווען צו רעדן זיין שפראך פאר "זייער" עולם. אבער אפילו פאר אונז בלייבט נאך איבער רובא דרובא פון זיינע וואונדערליכע שיעורים און ספרים צו לערנען און מקבל זיין.

-

בנוגע די גדר פון אמונה\חקירה – מי אנכי צו מאכן א ליניע, איך וויל נאר צולייגן איין נקודה צום שמועס.

עס זענען דא הייליג-אמת'ע און וויכטיגע מושגים, וואס ווערט אבער אסאך מאל "מיס-פלעיסד" און גענוצט אין די נישט-ריכטיגע ארט.

- "דו האסט תירוצים, נישט קשיות"

האט געזאגט דוכצעך ר' חיים פאר אן אפיקורס בשעתו. די באדייט איז זייער פשוט. אויב האט עמיצער ח"ו איבערגעלאזט תורה ומצות צוליב "קשיות", איז א סימן אז ער האט געוואלט פרייהייט, און ער פריידט זיך צו האבן א.ג. קשיות אלס א תירוץ אויף זיינע מעשים.

אבער ווען עס קומט אן ערליכער בחור, וואס דאווענט און לערנט, ער צערייסט זיך פאר'ן אויבערשטן, און עס באדערט אים א קשיא – איז דער סטעיטמענט נישט אין פלאץ! וואס הייסט תירוצים? א תירוץ אויף וואס?! ער שטרעבט צו זיין ערליך און וואויל, ער טוט אלעס וואס מעגליך. ער האט א קשיא. עס איז זייער מעגליך אז דער תירוץ אויף זיין קשיא איז "מיר מענטשעלעך זענען צו באגרעניצט דאס צו קענען פארשטיין." דאס איז א פיינע תירוץ! אבער צוריקשיסן – דו האסט תירוצים, נישט קשיות! איז א שרעקליכע פארברעך! וואס דארף דער בחור טראכטן? ווען ער פרעגט א גוטע קשיא אויפ'ן רמב"ם לויבט מען אים ביזן הימל, אבער ווען ער פרעגט א פשוט'ע קשיא אין די סאמע יסודות איז ער א שגץ?!

- "איך בין א נאר און איך גלייב"

א הייליג ווארט פונעם בעשטה"ק, וואס רעדט פון די נקודה הפנימיות פון א איד, אז בתוך תוכיות איז יעדער איד א מאמין בשם בכל לב ונפש. די נפש פון א איד איז א חלק אלקי ממעל, און דאס איז למעלה מהשכל, און דערפאר זעהט מען אז אפילו פושעים וחטאים האבן זיך געלאזט הארגענען אין א מינוט פון קידוש השם. דאס ווערט אויסגעשמועסט באריכות אין תניא, און אין אסאך ספרי חסידות (זרע קודש, ישמח משה, ועוד).

ווען א איד איז אויסגעאיידלט און בתמימות, זיין נשמה לייכט, ער שפירט די אלקית, אשרי לו ואשרי חלקו! אבער אז א בחור'ל פרעגט "פון וואו ווייסן מיר אז דאס איז אמת?" אדער "וואס איז דער יסוד פון אונזער אמונה?" – קען נישט זיין דער ענטפער "זיי א נאר און גלייב". עס קומט נישט דא אריין! דא איז דער ענטפער "מסורת אבות" – וואס דער רמב"ן זאגט איז דער שורש ויסוד אמונתינו ביי "זכר ליציאת מצרים".

און אודאי דארף מען אים זאגן אז ווען ער וועט הארעווען אין די תורה הק', וועט עס אראפנעמען אלע מחיצות המפסקת און ער וועט זוכה זיין אויך צו שפירן מיט א בהירות די נשמה אלקית וואס ליגט אין אים.

בקיצור, יעדער דא האט וויכטיגע און אמת'ע נקודות, מ'דארף נאר וויסן ווען און וואו, און דערפאר דארף ידעתי דורכגיין א שטארקע השגחה פון תלמידי חכמים פון אלע היימישע קרייזן.

איר מיינט אוודאי צו זאגן ווען א בחור'ל מוטשעט זיך מיט נאגענדע ספיקות
נישט ווען א בחור'ל פרעגט
ולאו היינו הך

א חוץ דאס בין איך שטארק מסכים מיט אייערע דברים של טעם

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אפריל 18, 2018 5:21 pm

די מימרא 'איך בין א נאר און גלייב', האט דער בעש"ט הק' געזאגט כלפי מדרגתו הגדולה והנשגבה, וואס ער האט אלעס שוין משיג געווען און 'געזעהן במוחש', ועם כל זה האט ער געזאגט אז אלע זיינע השגות זענען באמת גארנישט קעגן דעם וואס ער איז נאך נישט משיג, און ער דארף זיך נאך מחזק זיין אין אמונה פשוטה, דער געדאנק איז געבויעט אויפן פסוק וירא ישראל את היד הגדולה אשר עשה ה' במצרים, מיט אלעם וואס זיי האבן געזעהן, בבחי' ראתה שפחה על הים מה שלא ראו נביאים, און מיט דעם אלעם ויאמינו בה', האבן זיי נאך געדארפט צוקומען צו פשוטע אמונה, צו זיין א נאר און גלייבן
דאס איז עפעס גאר הויעכ'ס, מיר האלטן נאך זייער ווייט פון דעם....
וואס יא?
סי'ז דא א מצוה וידעת היום והשבות אל לבבך, וויפיל א יוד קען משיג זיין בידיעת השי"ת דארף ער זיך מתבונן זיין דערינען עד ששכלו מגעת, אדער דורך התבוננות בגדלות הבריאה, צו דורך בחינת מבשרי אחזה, כידוע שכל ספר התניא קדישא איז דאך געבויעט אויף דעם

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מיטוואך אפריל 18, 2018 5:50 pm

אזוי דורכבלעטערנדיג דעם אשכול, זה אומר בכה וזה בכה, וויל איך נאר מעתיק זיין וואס איך האב אמאל געהערט פון א מגיד, א מורא'דיגע רעיון.

זאגט ער אזוי, מיר הערן כסדר פון גרים וועלכע זענען צוריקגעקומען פון די גוי'אישע וועלט, און זיי האבן איינגעזעהן דעם אמת, אז דער אמת לאמיתו שטעקט ביי די אידן און די אנדערע זאכן איז אלעס א שטיק שקר, והא ראי' ווען זיי האבן געהאט קשיות ביי יענע אמונות טפילות האט מען ביי זיי געדרייעט מיט'ן נאז און זיך ארויסגעדרייט מיט פארשידענע אויסריידן אן קיין קלארע תשובות, דער כומר איז בכלל נישט געווען צופרידן אז מען פרעגט צופיל, משא"כ להבדיל ביי אונז אידן איז אלעס קלאר, מען קען פרעגן וואס אימער ווען וויל, מען שרייעט דיר נישט אן, אדרבה, עס איז פאראן א קלארע תשובה אויף אלעם, און אזוי האבן זיי זיך איבערגעצייגט אז דא שטעקט דער ריינער אמת און עס איז יש מנהיג לבירה.

פרעג איך אייך, איז דאס נישט אין קעגנזאץ צו וואס טייל ווילן דא מחדש זיין, אז ביי אידן פרעגט מען נישט? אודאי זוכט מען נישט צו פרעגן, און מען דארף גלייבן אפילו מען פארשטייט נישט, אבער פארשליסן די מויל פון די וואס פרעגן? אודאי האט דער בעש"ט געזאגט איך בין א נאר און איך גלייב, נישט ווייל עס איז נישט דא קיין תשובות אויף די קשיות און שאלות, אדער ווייל ער האט נישט געוואוסט די תירוצים, נאר אדרבה, ווייל אמונה איז העכער און חשוב'ער ווי ידיעה, אבער מיינט דען דאס אז מען מוז בלייבן בלויז א נאר? און טאמער א בחור'ל אדער יונגערמאן וויל נישט בלייבן קיין נאר, איז ער מחוייב מיתה און מען מוז אים אויסשליסן פון כלל ישראל צוליב א מימרא פון בעש"ט? וואס גייט פאר מיט אונז? [---יהיה כן האקט ענליך]. (אגב, קען איינער טראכטן וואס וואלט געווארן פון אברהם אבינו ווען ער פרעגט נישט אויפ'ן טאטן תרח נאר גייט נאך די מסורה? אז מען זוכט, מען איז א דורש את האלקים, ווערט נתגלה דער "אני הוא בעל הבירה"!)

עס איז לאו דוקא מיט אזעלכע מושגים פון עוואלוציע (וואס איך האב נישט קיין דעה דערויף און כ'לאז עס פאר די גדולים). אבער פשוט'ע עבודת ה', ס'קינד פרעגט, וואס איז דאס דאווענען, מה העבודה הזאת, וואס וויל דער רבש"ע פון מיר מיט אזא עבודה וואס איך האב נישט קיין געדולד? איך זעה אפילו נישט מיינע תפלות זאלן נתקבל ווערן? וואס איז בעצם דער תכלית פון דער וועלט? פונעם גלות? כ'זעה נישט קיין סוף דערצו! פשוט'ע שאלות אויף ענינים וואס מאכן ביי אים נישט קיין סענס, דער הסתר פנים איז דאך ביטער גרויס, קוים וואס מיר עלטערע האלטן זיך ביי די אמונה, די גאס רייצט, מעשה שטן הצליח, איז מה יעשה הבן שלא יחטא? זייער יצר הרע איז ליידער גרעסער ווי אונזערס, ווי א דור ווייטער אלס נידריגער און מער מגושם ווערט מען! אלזא היינטיגע צייטן אויב א קינד פרעגט אזעלכע קשיות וואלט מען אים געדארפט צוקושן, מ'זעהט אז זיין קאפ ליגט אים אין העכערס, ער וויל פארשטיין, ער איז ווי דער חכם פונעם בעל הגדה, פארוואס ווילן אים טייל ענטפערן ווי דעם רשע? ווילן מיר אויסקוקן ווי די אומות העולם וואס קענען נישט ענטפערן פאר זייערע שואלים נאר מען הייסט זיי בלייבן שטיל?

ס'איז נישט קיין סוד אז אין די אלע קירוב ארגאניזאציעס (ווי ערכים, הידברות) ווייסט מען אסאך מער ווי מען לערנט ביי אונז, און די בעלי תשובה – וועלכע ווערן נישט געבוירן מיט אונזער אמונה פשוטה – ווערן אויסגעקאכט מיט די יסודות הדת ויהדות מיט א שטארקע קלארקייט, און זייערע קשיות ווערט פארענטפערט כמין חומר, א"כ שטעלט זיך די פראגע, למה נגרע?

יא, מען דארף רעדן פון אמונה כסדר, אן אויפהער. "האמנתי כי אדבר" האבן צדיקים געטייטשט, נאר אז מען רעדט פון אמונה איז מען זיך מחזק מיט די אמונה. האמנתי, איך וויל גלייבן, כי אדבר, אז איך וועל רעדן דערפון.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אפריל 18, 2018 5:55 pm

אייער תגובה דערמאנט מיך א ווערטל וואס פלעגט זאגן הג"ר לייב חסמאן משגיח דישיבת חברון זצ"ל, איינמאל האט ער אנגעטראפן א בעל תשובה וועלכער האט געדאוונט מיט א מורא'דיגן ברען און התלהבות, נאכן דאווענען גייט ר' לייב צו צו דעם בעל תשובה און פרעגט אים בלשון הקודש, מאיפה הגיע לך עבודת התפלה כזה, כלומר ביזט דאך סך הכל א פשוטער בעל תשובה, ענטפערט עם יענער, עה, מה אתה מבין? אתה תינוק שנשבה!.....

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מיטוואך אפריל 18, 2018 5:59 pm

שמעק_טאביק האט געשריבן:אזוי דורכבלעטערנדיג דעם אשכול, זה אומר בכה וזה בכה, וויל איך נאר מעתיק זיין וואס איך האב אמאל געהערט פון א מגיד, א מורא'דיגע רעיון.

זאגט ער אזוי, מיר הערן כסדר פון גרים וועלכע זענען צוריקגעקומען פון די גוי'אישע וועלט, און זיי האבן איינגעזעהן דעם אמת, אז דער אמת לאמיתו שטעקט ביי די אידן און די אנדערע זאכן איז אלעס א שטיק שקר, והא ראי' ווען זיי האבן געהאט קשיות ביי יענע אמונות טפילות האט מען ביי זיי געדרייעט מיט'ן נאז און זיך ארויסגעדרייט מיט פארשידענע אויסריידן אן קיין קלארע תשובות, דער כומר איז בכלל נישט געווען צופרידן אז מען פרעגט צופיל, משא"כ להבדיל ביי אונז אידן איז אלעס קלאר, מען קען פרעגן וואס אימער ווען וויל, מען שרייעט דיר נישט אן, אדרבה, עס איז פאראן א קלארע תשובה אויף אלעם, און אזוי האבן זיי זיך איבערגעצייגט אז דא שטעקט דער ריינער אמת און עס איז יש מנהיג לבירה.

פרעג איך אייך, איז דאס נישט אין קעגנזאץ צו וואס טייל ווילן דא מחדש זיין, אז ביי אידן פרעגט מען נישט? אודאי זוכט מען נישט צו פרעגן, און מען דארף גלייבן אפילו מען פארשטייט נישט, אבער פארשליסן די מויל פון די וואס פרעגן? אודאי האט דער בעש"ט געזאגט איך בין א נאר און איך גלייב, נישט ווייל עס איז נישט דא קיין תשובות אויף די קשיות און שאלות, אדער ווייל ער האט נישט געוואוסט די תירוצים, נאר אדרבה, ווייל אמונה איז העכער און חשוב'ער ווי ידיעה, אבער מיינט דען דאס אז מען מוז בלייבן בלויז א נאר? און טאמער א בחור'ל אדער יונגערמאן וויל נישט בלייבן קיין נאר, איז ער מחוייב מיתה און מען מוז אים אויסשליסן פון כלל ישראל צוליב א מימרא פון בעש"ט? וואס גייט פאר מיט אונז? [---יהיה כן האקט ענליך]. (אגב, קען איינער טראכטן וואס וואלט געווארן פון אברהם אבינו ווען ער פרעגט נישט אויפ'ן טאטן תרח נאר גייט נאך די מסורה? אז מען זוכט, מען איז א דורש את האלקים, ווערט נתגלה דער "אני הוא בעל הבירה"!)

עס איז לאו דוקא מיט אזעלכע מושגים פון עוואלוציע (וואס איך האב נישט קיין דעה דערויף און כ'לאז עס פאר די גדולים). אבער פשוט'ע עבודת ה', ס'קינד פרעגט, וואס איז דאס דאווענען, מה העבודה הזאת, וואס וויל דער רבש"ע פון מיר מיט אזא עבודה וואס איך האב נישט קיין געדולד? איך זעה אפילו נישט מיינע תפלות זאלן נתקבל ווערן? וואס איז בעצם דער תכלית פון דער וועלט? פונעם גלות? כ'זעה נישט קיין סוף דערצו! פשוט'ע שאלות אויף ענינים וואס מאכן ביי אים נישט קיין סענס, דער הסתר פנים איז דאך ביטער גרויס, קוים וואס מיר עלטערע האלטן זיך ביי די אמונה, די גאס רייצט, מעשה שטן הצליח, איז מה יעשה הבן שלא יחטא? זייער יצר הרע איז ליידער גרעסער ווי אונזערס, ווי א דור ווייטער אלס נידריגער און מער מגושם ווערט מען! אלזא היינטיגע צייטן אויב א קינד פרעגט אזעלכע קשיות וואלט מען אים געדארפט צוקושן, מ'זעהט אז זיין קאפ ליגט אים אין העכערס, ער וויל פארשטיין, ער איז ווי דער חכם פונעם בעל הגדה, פארוואס ווילן אים טייל ענטפערן ווי דעם רשע? ווילן מיר אויסקוקן ווי די אומות העולם וואס קענען נישט ענטפערן פאר זייערע שואלים נאר מען הייסט זיי בלייבן שטיל?

ס'איז נישט קיין סוד אז אין די אלע קירוב ארגאניזאציעס (ווי ערכים, הידברות) ווייסט מען אסאך מער ווי מען לערנט ביי אונז, און די בעלי תשובה – וועלכע ווערן נישט געבוירן מיט אונזער אמונה פשוטה – ווערן אויסגעקאכט מיט די יסודות הדת ויהדות מיט א שטארקע קלארקייט, און זייערע קשיות ווערט פארענטפערט כמין חומר, א"כ שטעלט זיך די פראגע, למה נגרע?

יא, מען דארף רעדן פון אמונה כסדר, אן אויפהער. "האמנתי כי אדבר" האבן צדיקים געטייטשט, נאר אז מען רעדט פון אמונה איז מען זיך מחזק מיט די אמונה. האמנתי, איך וויל גלייבן, כי אדבר, אז איך וועל רעדן דערפון.


זאגט ער

משה סויבל האט געשריבן:
זאגט דער הייליגער חובת הלבבות:
על כן הזהר שלא תטה אשורך מדרך האבות ונתיב הראשונים אל הבדיאות ותסמוך על שכלך ותתיחד בעצתך ותתבודד בסברתך, ואל תחשוד אבותיך במה שמסרו לך מאופני טובותיך, ואל תסתור עצתם במה שהורו אותך כי אין עצה שתעלה בדעתך שלא קדמוך לדעתה ועמדו על כל מה שמביאה אליו מטוב ורע ואפשר שקדם לדעתך אופן יושר המחשבה ההיא בתחלתה ונעלם ממך אופן ההפסד אשר יהיה ממנה באחריתה ואתה במיעוט ישובך תראה יושרה ולא תראה טעותה ואופני הפסדה ואמר החכם (משלי כב) אל תסג גבול עולם ואמר (שם א) שמע בני מוסר אביך ואמר במי שמאשים אבותיו (שם ל) דור טהור בעיניו ומצואתו לא רוחץ דור אביו יקלל ואמר (שם) עין תלעג לאב.

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מיטוואך אפריל 18, 2018 6:04 pm

פשט איז אזוי

1) פאר מחנך זיין בסתמיות האמיר מקובל א מהלך
2) פאר איינער וואס מוטשעט זיך מיט קושיות נו זאל ער גיין צו רופאים מומחים דהיינו רבנן,

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך אפריל 18, 2018 8:48 pm

איך פלאן זיך צו געזעגענען פון דעם אשכול, און נאכגיין בעקבות די אלע וואס האבן שוין געווינטשן צאתכם לשלום, פשוט ווייל ס'האט נישט מיט ידעתי, און בנוסף לזה פעהלט אויס א ריינע קלארקייט און א קראנטע יסוד פאר די גאנצע נושא.

איך זעה אז קיינער האט זיך למעשה נישט אנגערופן איבער מאכן אן אשכול מיוחד צו מברר זיין דעם סוגי' עמוקה.

הגם די צייט איז מיר זייער טייער, דאך מחמת נחיצות הענין האב איך א הו"א צו זיין דער מתחיל במצוה, און און גיין פתיחה אויף אן אשכול ווי מ'וועט מקיים זיין דעם 'בינו שנות דור ודור', 'שאל אביך ויגדך', זעהן וואס די פריערדיגע האבן געהאלטן אויף די נושא, זעהן די פראבלעמען פון היינט, און צו ס'טאקע נישטא עפעס א מקום פאר תיקון, מתבונן זיין די מהלכים פון אונזערע רבי'ס, און די תכסיסי מלחמה בכל מצב וזמן, וכו', וכו', און אזוי ווייטער אלס וואס אנבאלאנגט דעם ענין אויסדרוקליך קראנט, און פארשטייט זיך קלאר און צום זאך.

מחמת די געוואלדיגע סענסעטיווקייט פון די זאך וויל איך הערן דעם דעת הקהל. וואס זאגט דער עולם?

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2068
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך אפריל 18, 2018 9:18 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:איך פלאן זיך צו געזעגענען פון דעם אשכול, און נאכגיין בעקבות די אלע וואס האבן שוין געווינטשן צאתכם לשלום, פשוט ווייל ס'האט נישט מיט ידעתי, און בנוסף לזה פעהלט אויס א ריינע קלארקייט און א קראנטע יסוד פאר די גאנצע נושא.

איך זעה אז קיינער האט זיך למעשה נישט אנגערופן איבער מאכן אן אשכול מיוחד צו מברר זיין דעם סוגי' עמוקה.

הגם די צייט איז מיר זייער טייער, דאך מחמת נחיצות הענין האב איך א הו"א צו זיין דער מתחיל במצוה, און און גיין פתיחה אויף אן אשכול ווי מ'וועט מקיים זיין דעם 'בינו שנות דור ודור', 'שאל אביך ויגדך', זעהן וואס די פריערדיגע האבן געהאלטן אויף די נושא, זעהן די פראבלעמען פון היינט, און צו ס'טאקע נישטא עפעס א מקום פאר תיקון, מתבונן זיין די מהלכים פון אונזערע רבי'ס, און די תכסיסי מלחמה בכל מצב וזמן, וכו', וכו', און אזוי ווייטער אלס וואס אנבאלאנגט דעם ענין אויסדרוקליך קראנט, און פארשטייט זיך קלאר און צום זאך.

מחמת די געוואלדיגע סענסעטיווקייט פון די זאך וויל איך הערן דעם דעת הקהל. וואס זאגט דער עולם?

דאס באלאנגט נישט פאר א דעת בעה"ב אויף אייוועלט - אפי' אויב ס'דארף באמת א תיקון באיזה אופן, גיי אריבער צו אייער רב און זייט אים מעורר, און ער וועט טון ווייטער כפי הענין. דאס איז א גרויס חלק פין אונזער פראבלעם, יעדער איז א מאן דאמר, און נאך א 'בא בטענה' אויך..
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מיטוואך אפריל 18, 2018 9:21 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:איך פלאן זיך צו געזעגענען פון דעם אשכול, און נאכגיין בעקבות די אלע וואס האבן שוין געווינטשן צאתכם לשלום, פשוט ווייל ס'האט נישט מיט ידעתי, און בנוסף לזה פעהלט אויס א ריינע קלארקייט און א קראנטע יסוד פאר די גאנצע נושא.

איך זעה אז קיינער האט זיך למעשה נישט אנגערופן איבער מאכן אן אשכול מיוחד צו מברר זיין דעם סוגי' עמוקה.

הגם די צייט איז מיר זייער טייער, דאך מחמת נחיצות הענין האב איך א הו"א צו זיין דער מתחיל במצוה, און און גיין פתיחה אויף אן אשכול ווי מ'וועט מקיים זיין דעם 'בינו שנות דור ודור', 'שאל אביך ויגדך', זעהן וואס די פריערדיגע האבן געהאלטן אויף די נושא, זעהן די פראבלעמען פון היינט, און צו ס'טאקע נישטא עפעס א מקום פאר תיקון, מתבונן זיין די מהלכים פון אונזערע רבי'ס, און די תכסיסי מלחמה בכל מצב וזמן, וכו', וכו', און אזוי ווייטער אלס וואס אנבאלאנגט דעם ענין אויסדרוקליך קראנט, און פארשטייט זיך קלאר און צום זאך.

מחמת די געוואלדיגע סענסעטיווקייט פון די זאך וויל איך הערן דעם דעת הקהל. וואס זאגט דער עולם?


אויב דו גייסט אנצייכענען א מקור פון פריעדיגע אויף יעדע ענין וואס דו שרייבסט, וועל איך זיין מער ווי פריילעך עס צו ליינען.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך אפריל 18, 2018 9:34 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:דאס באלאנגט נישט פאר א דעת בעה"ב אויף אייוועלט - אפי' אויב ס'דארף באמת א תיקון באיזה אופן, גיי אריבער צו אייער רב און זייט אים מעורר, און ער וועט טון ווייטער כפי הענין. דאס איז א גרויס חלק פין אונזער פראבלעם, יעדער איז א מאן דאמר, און נאך א 'בא בטענה' אויך..

איך האב ב"ה מיין רב/רבי, און איך בין 'נישט' דער וואס גייט 'איהם' מעורר זיין, ער איז דער וואס איז 'מיך' מעורר.

פון איהם בין איך מקבל וואס יא און וואס נישט, ולא אפנה על ימין או על שמאל בעזהי"ת.

נאר וואס דען, איך גלייב אז רוב עולם דא פרעגט נישט זייער רב/רבי אויף דעם ענין בכלל, איש כל הישר בעיניו יעשה, חינוך לאזט מען פאר די מלמד אין חדר, (די מלמד איז ניטאמאל דורכגעגאנגען די לאגער'ן), פון וואו ער האט גענומען זיין חינוך און השקפה איז בכלל נישט אזוי קלאר, ווייל דער מלמד פרעגט דאך אויך נישט אויף יעדן ריהר.

איך זאג נישט אז ס'דארף דוקא דא ווערן אויסגעשמוסט, און וועגן דעם האב איך געפרעגט, אבער לאמיר זיך נישט נאריש מאכן, וויפיל שטותים מיט לאקשן ווערט דא אויסגעשמוסט איבער נושאים וואס באלאנגען פאר א דעת תורה? אינטערסאנט, פונקט עפעס וואס אנבאלאנגט די דורות העתידים און די עיקר פון כלל ישראל, פונקט דא איז ארויפגעשווימעןן דעם טענה.

און בכלל האב איך קלאר ארויסגעברענגט אז דער אשכול זאל זיין דיירעקט נאר געבויט על אדני רבותינו הקדושים, ארויסצוברענגען זייערע דעות און שיטות, און פשוט זיך באטראכטן צו אונז גייען אין שפאן מיט זייערע אנווייזונגען, ותו לא מידי.

-------
ר' שמואל איך מיין איך האב שוין גע'ענטפערט פאר אייך אויך, וחדא מיתרצת בחבירתה.

אגב איך רעד נישט פון אן אשכול ווי איך זאל זיין דער שרייבער, נאר בלויז דער פותח, הערן וויל מען פון יעדעם צוגלייך.

מדי דברי
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

תגובהדורך מדי דברי » מיטוואך אפריל 18, 2018 9:54 pm

[

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך אפריל 18, 2018 10:09 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:וויפיל שטותים מיט לאקשן ווערט דא אויסגעשמוסט איבער נושאים וואס באלאנגען פאר א דעת תורה? אינטערסאנט, פונקט עפעס וואס אנבאלאנגט די דורות העתידים און די עיקר פון כלל ישראל, פונקט דא איז ארויפגעשווימעןן דעם טענה.

מיין פערזענליכע מיינונג איז אז אדרבה הוא הנותנת נישט צו שרייבן דא.

מח בקדקדו
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

תגובהדורך מח בקדקדו » מיטוואך אפריל 18, 2018 10:24 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:איך פלאן זיך צו געזעגענען פון דעם אשכול, און נאכגיין בעקבות די אלע וואס האבן שוין געווינטשן צאתכם לשלום, פשוט ווייל ס'האט נישט מיט ידעתי, און בנוסף לזה פעהלט אויס א ריינע קלארקייט און א קראנטע יסוד פאר די גאנצע נושא.

איך זעה אז קיינער האט זיך למעשה נישט אנגערופן איבער מאכן אן אשכול מיוחד צו מברר זיין דעם סוגי' עמוקה.

הגם די צייט איז מיר זייער טייער, דאך מחמת נחיצות הענין האב איך א הו"א צו זיין דער מתחיל במצוה, און און גיין פתיחה אויף אן אשכול ווי מ'וועט מקיים זיין דעם 'בינו שנות דור ודור', 'שאל אביך ויגדך', זעהן וואס די פריערדיגע האבן געהאלטן אויף די נושא, זעהן די פראבלעמען פון היינט, און צו ס'טאקע נישטא עפעס א מקום פאר תיקון, מתבונן זיין די מהלכים פון אונזערע רבי'ס, און די תכסיסי מלחמה בכל מצב וזמן, וכו', וכו', און אזוי ווייטער אלס וואס אנבאלאנגט דעם ענין אויסדרוקליך קראנט, און פארשטייט זיך קלאר און צום זאך.

מחמת די געוואלדיגע סענסעטיווקייט פון די זאך וויל איך הערן דעם דעת הקהל. וואס זאגט דער עולם?

איך מיין אז דאס שרייבן דא וועט נישט אויפטון דאס וואס עס דארף אויפטון, און אויב עפעס פארקערט, אויב עס שטורעמט נישט גענוג אין קאפ, וועט עס נאר מער שטורעמען, און ווער עס דארף האבן קלארקייט און חיזוק איז דא גענוג וואו עס צו באקומען, און ע"פ רוב די וואס דארפן עס האבן ווייסן שוין וואו צו גיין, און אז נישט קען מען זיך נאכפרעגן.

מיין מיינונג#
נישט אייביג ווען מען האט א פראבלעם מקבל צו זיין איז פשט אז דער משפיע טויג נישט.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מיטוואך אפריל 18, 2018 10:25 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:אגב איך רעד נישט פון אן אשכול ווי איך זאל זיין דער שרייבער, נאר בלויז דער פותח, הערן וויל מען פון יעדעם צוגלייך.


אויב יעדער וועט שרייבן וועט עס אויסקוקן אזויווי ס׳קוקט יעצט אויס, נו וואס איז די אויפטוה?
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מיטוואך אפריל 18, 2018 10:44 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:איך פלאן זיך צו געזעגענען פון דעם אשכול, און נאכגיין בעקבות די אלע וואס האבן שוין געווינטשן צאתכם לשלום, פשוט ווייל ס'האט נישט מיט ידעתי, און בנוסף לזה פעהלט אויס א ריינע קלארקייט און א קראנטע יסוד פאר די גאנצע נושא.

איך זעה אז קיינער האט זיך למעשה נישט אנגערופן איבער מאכן אן אשכול מיוחד צו מברר זיין דעם סוגי' עמוקה.

הגם די צייט איז מיר זייער טייער, דאך מחמת נחיצות הענין האב איך א הו"א צו זיין דער מתחיל במצוה, און און גיין פתיחה אויף אן אשכול ווי מ'וועט מקיים זיין דעם 'בינו שנות דור ודור', 'שאל אביך ויגדך', זעהן וואס די פריערדיגע האבן געהאלטן אויף די נושא, זעהן די פראבלעמען פון היינט, און צו ס'טאקע נישטא עפעס א מקום פאר תיקון, מתבונן זיין די מהלכים פון אונזערע רבי'ס, און די תכסיסי מלחמה בכל מצב וזמן, וכו', וכו', און אזוי ווייטער אלס וואס אנבאלאנגט דעם ענין אויסדרוקליך קראנט, און פארשטייט זיך קלאר און צום זאך.

מחמת די געוואלדיגע סענסעטיווקייט פון די זאך וויל איך הערן דעם דעת הקהל. וואס זאגט דער עולם?


איר האט קיינמאל נישט באלאנגט אין די אשכול.

א איד ווי אייך קען אויפטון סאך מער דורך עשה טוב, דהיינו מבאר זיין די ענינים באמונה מפי ספרים הקודמונים, ווי איידער מבאר זיין וואס עס איז יעצט נישט גוט, לענד"ת זאלט אויסלאזן די אלע הקדמות: (זעהן וואס די פריערדיגע האבן געהאלטן אויף די נושא, זעהן די פראבלעמען פון היינט, און צו ס'טאקע נישטא עפעס א מקום פאר תיקון, מתבונן זיין די מהלכים פון אונזערע רבי'ס, און די תכסיסי מלחמה בכל מצב וזמן) און גלייך צי טרעטן צי די זאך אליין.

אין די שוהל ווי מען וועט ארומרעדן איבער פראבלעמען ותיקונים וועט איר האבן אסאך מתפללים און מקוה זיצערס, וועט זיין דארט הייס און קאלט, א ריתחא דאורייתא לשם... , מען וועט אביסל קאליע מאכן (לויט מיין השערה) און גארנישט אויפטון.
ווידעראום אין די עשה טוב שוהל שטייט איר אויס צי האבן א קליינער עולם, אבער איך זע דארט יעדעם איינעם מיט א ערענסטער געזיכט, צימאל האבן די מתפללים אפענע מיילער פון התפעלות, דא איז אלעמאל די זעלבע טעמפראטור, קשיות ווערן געפרעגט כדאי צי פארשטיין, ועל כולם טוט מען אויף!

ביטע רעדט זיך דורך מיט א איד וואס לערענט תורה לשמה -לפי ערך דורינו- איך רעד עמילות בתורת הנגלה, ש"ס ופוסקים, פארלאזט אייך נישט אויף רעקאמעדאציעס פון אייוועלטערס

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » מיטוואך אפריל 18, 2018 11:28 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:
שליו ודגים האט געשריבן:גאר א קליינע דוגמה וואס איך האב אמאל מיטגעהאלטן א שמועס צווישן א מגיד שיעור אין ביהמ"ד מיט א תלמיד א נארמאלע ערנסטע חסידישע יונגערמאן

שואל : עס קומט יו"ט פסח איך דארף מיך זעצן צום סדר אבער די גאנצע מעשה מיט מצרים פרעה שיינט מיר ווי א פאנטאזיע פ"וו עפעס זאל איך עס גלייבן

מגי"ש : איין מינוט און אז קאלאמבוס האט אויסגעטראפן אמעריקא גלייבסטו יא ?

תלמיד א דורכגעטראכטער ערנסטע יונגערמאן זאגט מגי"ש גערעכט און א דאנק

בוודאי קען מען אריין גיין אין דעם און זיך מתוכח זיין צו דעס איז די ריכטיגע אנטווארט אבער פון די אנדערע זייט ליגט אין דעם א שטארקע אמת און מ'קען עס אפלערנען בכמה אופנים

אבער דער עיקר פוינט פון דעם שמועס איז אז מ'קען געבן א שכלדיגע ענטפער וואס עס איז בעסער ווי אט דעס יונגערמאן דו פרעגסט ? ניט גענוג דעס אז דיין טאטע האט מקבל געווען

וקצרתי במקום שיש להאריך

א שטארקע משל -

און כדאי דאסמאל זאל מען עטוואס פארשטיין, וועל איך פרובירן כפי יכלתי אביסעלע מסביר זיין.

דער מגיד שיעור האט אויף יענעם רגע געגעבן די שטערקסטע תשובה וואס ער האט פארמאגט, און ס'איז גאנץ פיין.

אבער, לאמיר אנערקענען די ביטערע מציאות, דער אינגערמאן גלייבט לכאורה נישט אין יציאת מצרים !!



ווי זעיסטו אז דער יונגערמאן גלייבט ניט אין יציאת מצרים ? איך מיין דיר איז נאך קיינמאל בייגעפאלן א ענליכע קשיא ? איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט דא בכלל

דער יונגערמאן גלייבט פונקט ווי דיר ער פירט די סדר פונקט ווי דיר און מיט די זעלבע מחשבות ווי דיר אז כך מקובלני און אזוי גלייבן מיר באמת און אזוי טוען מיר ווייטער ער שמועסט נאר אויס א מחשבה וואס קוועטשט אים

די ערשטע און די עיקר טעות ביי דיר יעדער איינער וואס פרעגט א געדאנק ווערט א כופר ער פארלייקנט ער גלייבט נישט א מין משוגעת


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט