בלאט 1 פון 16

״ידעתּי״ — השקפה דזשורנאל פון מאָמענט

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 12:29 am
דורך רופא נפשות
פון מאמענט טשענעל:

אייער זעל איז דארשטיג? אייער נשמה לעכצט נאך עפעס מער? קוקט ארויס אויף די פרישע פראיעקט אין ״מאמענט״: א נייע זשורנאל!
ווארט מיט שפאנונג אויף חצות הלילה.
#סודות_פון_חדר

וואס איז שוין ווייטער מיט זעל? מיר האבן שוין א נפשי. וואס קומט יעצט?

איינער מיט דיטעילס?

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 12:49 am
דורך אבי.גערעדט
קוקט אויס ווי עפעס א רוחניות ביילאגע, דער מאמענט שטעלט דאך נישט צו קיין רוחניות ארטיקלען, קען זיין זיי גייען זיך יעצט נעמען דערצו

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 12:57 am
דורך שטייגען
עס גייט הייסן ידעתי

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 12:58 am
דורך Amazing
יש ליישב אז די נפשי קאווערט נאר די חלק הנפש, די עולם איז נאכנישט מסודר מיט רוח ונשמה

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:08 am
דורך Amazing
די געדאנק קוקט אויס איז א גוטע, עניני אמונה קען נוצען א בוסט ביי אונז, אבער דאס דעקל איז עפעס צו טומל'דיג צו ביזי איך האב מורא עס איז א תפשת מרובה אזא.

אגב די סאטמר רבי און די חזו"א האבן זיך קלאר געדינגען אויף די מהלך פון ר' אייזיק שער די רבי פון ר' אביגדור מילער, אויף די חטא פון די דור דעה, די חזו"א שרייבט עם א בריוו געדריקט אין קובץ איגרות

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:11 am
דורך מאטכע
פערטיג מיטן נפשי ?

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:11 am
דורך איסר האטלקי
דאס איז איינס און א גוטס! דער גאון רבי מאיר איז טאקע דער מאור אמונה בדורינו. כ'האב אסאך געהערט דורכאויס מיינע יארן אין ארץ ישראל.

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:14 am
דורך Amazing
איסר האטלקי האט געשריבן:דאס איז איינס און א גוטס! דער גאון רבי מאיר איז טאקע דער מאור אמונה בדורינו. כ'האב אסאך געהערט דורכאויס מיינע יארן אין ארץ ישראל.

אפשר ביסטו מער מרחיב, ער איז א חקרן? מורה נבוכים? ווי אזוי פארטייטש ער אמונה פשוטה?

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:17 am
דורך fiena nieas
אוי גייען זיין מחאות אויף דעם ידעתי... אוי אוי

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:18 am
דורך ידיעות שונות
פון וועם רעדט מען דא?

און וואו האט דער עולם געזעהן דעם נייעם דעקל?

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:18 am
דורך שטייגען
האמיר פארשאפט די דעקל
פון די שרייבערס סטעטוס

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:19 am
דורך טעם וריח
ידיעות שונות האט געשריבן:פון וועם רעדט מען דא?

און וואו האט דער עולם געזעהן דעם נייעם דעקל?

היה ונמחק לא ידעתי - למה

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:19 am
דורך Amazing
ידיעות שונות האט געשריבן:פון וועם רעדט מען דא?

און וואו האט דער עולם געזעהן דעם נייעם דעקל?

ר' נפתלי האט עס פריערט געברענגט און דערנאך זעהט אויס חרטה באקומען און פארמעקט

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:20 am
דורך fiena nieas
פארטיג מיטן נפשי?

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:21 am
דורך יהודי
fiena nieas האט געשריבן:פארטיג מיטן נפשי?

הלוואי

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:21 am
דורך שלשה אחים
ידעתי #1 — בייגעלייגט אינעם ״מאמענט״ מעגא-פסח פעקעדזש


ידעתי #1
ידעתי #1
Yudati Journal #1.jpg (551.61 KiB) געזען 4553 מאל

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:23 am
דורך Amazing
fiena nieas האט געשריבן:פארטיג מיטן נפשי?

וואס איז די סתירה?
די נפשי האט אן אייגענע בעל הבית נאר ער האט זיך צוזאמגעשטעלט עס ארויסצוגיבן מיט די מאמענט, לכאורה דאס זעלביגע מיט די בעל הידעתי, אנשטאט צו מוטשען צו ווערן אויפגעפיקט ביים ציבור שטעלט ער עס צוזאם מיט די מאמענט זה נהנה וזה נהנה.

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:23 am
דורך fiena nieas
יהודי האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:פארטיג מיטן נפשי?

הלוואי

פארוואס?? האסט עס נישט ליב געהאט?

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:24 am
דורך Naftule
Amazing האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:פון וועם רעדט מען דא?

און וואו האט דער עולם געזעהן דעם נייעם דעקל?

ר' נפתלי האט עס פריערט געברענגט און דערנאך זעהט אויס חרטה באקומען און פארמעקט

אין אישי האט איינער געבעטן פארמעקן ווייל ס'איז נישט די ריכטיג דעקל. ווייס איך נישט

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:25 am
דורך איסר האטלקי
Amazing האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:דאס איז איינס און א גוטס! דער גאון רבי מאיר איז טאקע דער מאור אמונה בדורינו. כ'האב אסאך געהערט דורכאויס מיינע יארן אין ארץ ישראל.

אפשר ביסטו מער מרחיב, ער איז א חקרן? מורה נבוכים? ווי אזוי פארטייטש ער אמונה פשוטה?

אין קורצן, ער איז א פשוטער מאמין. ער זעט יציאת מצרים פאר די אויגן. ער האט שוין געעפנט די אויגן פאר הונדערטער אידן צו גלויבן אין בורא עולם, בלויז דורכן אויפווייזן און איבערצייגן יציאת מצרים און מתן תורה.

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:25 am
דורך fiena nieas
Amazing האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:פארטיג מיטן נפשי?

וואס איז די סתירה?
די נפשי האט אן אייגענע בעל הבית נאר ער האט זיך צוזאמגעשטעלט עס ארויסצוגיבן מיט די מאמענט, לכאורה דאס זעלביגע מיט די בעל הידעתי, אנשטאט צו מוטשען צו ווערן אויפגעפיקט ביים ציבור שטעלט ער עס צוזאם מיט די מאמענט זה נהנה וזה נהנה.

מאכט נישט קיין סענס וואס דו זאגסט .. ווער מאכט דא געלט ? מען בעט נישט מער פארן נפשי אדער ידעתי אפשר א דאלער מער

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:26 am
דורך ליבלעך
fiena nieas האט געשריבן:אוי גייען זיין מחאות אויף דעם ידעתי... אוי אוי

וואס עפעס זאל זיין מחאות???

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:26 am
דורך אמביציע
אהער מיט די מעין דעקל

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:26 am
דורך איסר האטלקי
Amazing האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:פארטיג מיטן נפשי?

וואס איז די סתירה?
די נפשי האט אן אייגענע בעל הבית נאר ער האט זיך צוזאמגעשטעלט עס ארויסצוגיבן מיט די מאמענט, לכאורה דאס זעלביגע מיט די בעל הידעתי, אנשטאט צו מוטשען צו ווערן אויפגעפיקט ביים ציבור שטעלט ער עס צוזאם מיט די מאמענט זה נהנה וזה נהנה.

גערעכט. ידעתי איז אן ארגאניזאציע אויף וואס חשובע רבנים און עסקנים ארבעטן שוין חדשים. עס גייט ווערן מפורסם האפנטליך בקרוב.

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 1:29 am
דורך fiena nieas
ליבלעך האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:אוי גייען זיין מחאות אויף דעם ידעתי... אוי אוי

וואס עפעס זאל זיין מחאות???

וועגן חקירה פראבלעמען , איך קען באשטיין אז ס'זאל נישט זיין אבער יודע צדיק נפש בהמתו...