קינדערליך - וועכנטליכע אויסגאבע פאר קינדער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

תגובה דורך דע מה שתשיב »

מאכט סענס? האט געשריבן:מיינע צוויי סענט אויף די קינדערלעך.
כ'האב מיך נישט געקענט ברענגען שוין צו קויפן די וואך, ווייל כ'האלט אז זיי זענען באגאנגען אן אומרעכט. האב איך עס געבארגט פון א שכן.
זעהט אויס גאנץ פיין.
צוויי ארטיקלן האט מיך אויסגעזעהן אז זיי האבן עס שוין געשריבן אין די בליץ. די פרוכט מארקעט, און די לעגאו פאבריק.
די איבעריגע זענען גאנץ פיין פאר קינדער.
די קאמיקס איז נישט אזוי שיין ווי קינדליין.
די גראפיקס האב איך אויך נישט אזוי ליב געהאט.
און נאך א נקודה. זיי וואלטן געדארפט זיין אונטער די אחריות פון אנגענומענע באוואוסטע מחנכים. דאס וואלט מיך אפשר באוואויגן צו ווערן א שטענדיגע ליינער.
אבער ס'זעהט אויס היבש פיין.


אן אומרעכט? זיי מסביר.
מיינע קינדער האבן זיך מחי' געווען דערמיט, די גראפיק איז שענער ווי די קינדליין. די לעצטע איז עפעס זייער אנגעפאקט און מאכט אביסל דיזי.
ל. שווימער
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 8:36 pm

קינדערלעך מאגאזין

תגובה דורך ל. שווימער »

געקויפט די נייע קינדערלעך מאגאזין דעי וואך, די מאגאזין מאכט א פיינע רושם, אסאך א בעסערע רושם ווי די טריביון, בכלל זעה איך אז דאס גייט צו מיט גאנץ אן אנדערע מהלך ווי די טריביון, און ס'זעהט מיר אויס ווי ער וויל עס אוועקשטעלן אויף א העכערע ניווא. די גרעפיקס איז שוואך, ס'קען נוצען א אפגרעיט צו מער א היינטיגען סטייל.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובה דורך געלעגער »

לדעתי קען די אשכול בלייבן פארמאכט. ברענגט גארנישט צו חוץ אפאר נייע ניקס וואס עדווערטייזן די אויסגאבע. עדווערטייזמענט קאסט געלט
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובה דורך איסר האטלקי »

ברוך מתיר אסורים...
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

אוי אוי אוי האט געשריבן:גרעפיקס איז זייער ארים, קינדלייןס גרעפיקס איז משוגע צו ווערן,

I like more the overall layout of Kinderlech.

Al taam v'reiach...
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

תגובה דורך עין טובה »

פארוואס איז די אשכול צוריק אפן?
...
יוסף שמואל
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2016 11:34 am

תגובה דורך יוסף שמואל »

וואס האט דאס מיט פארמאכן?
איך ברענג שטארק ארויס דיין פוינט
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובה דורך יאסעלע »

זעט אויס ווי צוויי אגענדע - געטריבענע ניקס רייסן זיך ברבים... טוט א טובה, אייוועלט איז נישט א פלאטפארמע וואו מ'פירט פערזענליכע מערכות, ודי.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
לדעת

תגובה דורך לדעת »

האט איינער געליינט די ארטיקל פון משב"ק ר' משה חנוך גרינפעלד ע"ה?

עפעס חידושים? ער פלעגט נישט צופיל רעדן.
קינדערליך
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2017 1:20 pm

תגובה דורך קינדערליך »

שלום עליכם טייערע אידן.

איך בין איינער פון די שרייבערס אין 'קינדערליך'. מיטן רשות פונעם רעדאקטאר נעם איך די פעדער אינעם האנט, און איך וועל פרובירן צו ענטפערן אויף די 'פראדוקטיווע קריטיק' וואס קומט ארויף פון צייט צו צייט.
קינדערליך
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2017 1:20 pm

תגובה דורך קינדערליך »

לדעת האט געשריבן:האט איינער געליינט די ארטיקל פון משב"ק ר' משה חנוך גרינפעלד ע"ה?

עפעס חידושים? ער פלעגט נישט צופיל רעדן.


די ארטיקל פון ר' משה חנוך ע"ה איז אן אנהויב פון א הערליכע מאסיווע פראיעקט מיטן נאמען 'פיאנערן', ווי מען וועכנטליך באשרייבן איינער פון די שארית הפליטה אידן, די וואס זענען געקומען פון אייראפע נאכן קריג און זיך געהאלטן צו אידישקייט, און געהאלפן אויפבויען אידישקייט אין אמעריקע. [איך האב עס נישט געשריבן און אפילו נאכנישט געליינט, אלזא קען איך נישט קאמענטירן אויף דער ארטיקל זעלבסט].

קומענדיגע וואך [וואס איז שוין, אגב, געגאנגען צום דרוק] ווערט באשריבן הרה"ח המפורסם ר' אלי' דוד טירנויער ז"ל, וואס איז באקאנט ביי יעדן איינעם וואס האט נאר איבערגעטרעטן סאטמאר.
לעצט פארראכטן דורך קינדערליך אום דאנערשטאג מארטש 16, 2017 2:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובה דורך יאסעלע »

איך וויל אייך נישט אראפרייסן, אבער איך בין זייער נייגעריג צו וויסן. פארוואס האט איר באשלאסן אז ס'איז דא א מאנגל און א געברויך אין פעלד פון אידיש ערליך לייען מאטריאל פאר קינדער?
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובה דורך יואל שווארטץ »

קינדערליך האט געשריבן:איך וועל פרובירן צו ענטפערן אויף די 'פראדוקטיווע קריטיק' וואס קומט ארויף פון צייט צו צייט.

׳קאנסטרוקטיווע׳...
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

תגובה דורך Naftule »

יאסעלע האט געשריבן:איך וויל אייך נישט אראפרייסן, אבער איך בין זייער נייגעריג צו וויסן. פארוואס האט איר באשלאסן אז ס'איז דא א מאנגל און א געברויך אין פעלד פון אידיש ערליך לייען מאטריאל פאר קינדער?

איז געווען א מאנגל און א געברויך אין פעלד פון אידיש ערליך לייען מאטריאל פאר ערוואקסענע ווען רבי אלבערט האט געעפענט זיין "צייטונג" 30 יאר צוריק?
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובה דורך יאסעלע »

נישט דאס איז געווען מיין שאלה. מיין שאלה איז געווען צו עס איז דא א געוויסע חלל וואס איז געווען ביז יעצט אין אידיש לייען מאטריאל פאר קינדער, און די "קינדערליך" האט עס ערפילט?
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

תגובה דורך ישעי בלום »

שלום עליכם הרב קינדערערליך
איך וויל אייך נישט אראפרייסן, כיהודא ועוד לקרא וויל איך פרעגן די פראגע פון הרב יאסעלע נאך אביסל טיפער, די פראגע באדערט אסאך אידן (סתם אידן, אידן וואס האבן נישט שום שייכות צו קינדליין אויסער זיין זייערע צופרידענע קונדן) זיי באדערט זייער שטארק א פראגע וואס איז געווארן ארויפגעברענגט די לעצטע וואכן, אבער איך גיי עס פרעגן מער איידל, און אויב האט איר א הסבר מקובל על הדעת וואלט איך מיר געפרייט צו הערן.

פארוואס טאקע האט איר אזוי ענדליך נאך געמאכט קינדליין מיט יעדע ריר?
- די נאמען (אפילו דער גוי פארשטייט אז דאס איז נישט מענטשליך) קינד-ליין קינד-ערליך?
- דאס אינגל, קיינער בעפאר קינדליין האט נישט געהאט א קינד אלס א דמות פון די אויסגאבע?
- די אויסשטעל, צוגאנג, רעיונות, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.

איך קען נישט די הלכות ווען עס גייט אריין בגדר "משיג גבול" און ווען נישט, אבער יעדער אין גאס, קליין און גרויס ווינדערען זיך זייער דערויף, מען קוקט עס אן פאר א שטיקל אוממענטשליכקייט (איידל גערעדט).

ווען איר זאלט עפנען א צייטונג פאר ערוואקסענע איז עס אויך א גרויסע פראגע צייכן, אבער איר קומט דא אריין אין די חינוך וועלט, עלטערן און מחנכים קוקען שטארק אראפ אויף אזא אקט.
ווי אזוי זענט איר דאס מסביר? אדרבה לאמיר דאס פארשטיין.
תודה רבה, און ענטשולדיגט אויב בין איך צו שארף, לא זאת היתה כוונתי.
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ
אידן פריינט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 8:40 am

תגובה דורך אידן פריינט »

קומענדיגע וואך [וואס איז שוין, אגב, געגאנגען צום דרוק] ווערט באשריבן הרה"ח המפורסם ר' יעקב ברוך טירנויער ז"ל, וואס איז באקאנט ביי יעדן איינעם וואס האט נאר איבערגעטרעטן סאטמאר.[/quote]

איר מיינט אוודאי ר' אלי' דוד טירנויער ז"ל, פאטער פון ר' יעקב ברוך הי"ו
קינדערליך
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2017 1:20 pm

תגובה דורך קינדערליך »

וועגן די נאמען פונעם אויסגאבע. מען האט אסאך דן געווען פארן באשטימען די נאמען. דער באשלוס איז געקומען וויבאלד עס איז א קינדער אויסגאבע, רעדט עס צו קינדער ווען די נאמען זאגט אז עס איז געמאכט זיי. זינט אידיש האט נאר איין ווארט פאר 'קינד', קען מען נישט אסר'ן דעם ווארט ווייל נאך אן אויסגאבע נוצט עס.

יעדע קינדער אויסגאבע אין די גאנצע וועלט האט א קערעקטער.

רוב פון די סארט קריטיק קען מען זיך גאנץ גרינג אליינס פארענטפערן, און איך בין נישט דא פאר דעם.

הצלחה
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובה דורך יאסעלע »

דיסקלעימער: איך ארבעט נישט פאר קיינעם, איך בין בכלל נישט א שרייבער, אבער די שמועס דא איז אביסל אינטערעסאנט, אפשר קען מיר עס איינער אויסקלארן?

טוט זיך שוין דא לאנג אויף תולה ארץ, איבער א אויסגאבע, וואס ווערט אראפגעריסן פון אלע זייטן, איך וויל נישט אריינרעדן איבער די קאנספיראציע טעאריעס ווער ס'שרייבט דא די בייסיגע תשובות, אבער מיט אזא מעכטיגע קול מחאה, אזש מ'האט כמעט נישט געקענט דן זיין די רעדאקטאר לכף זכות...

און אט קומט אן א ניק און שרייבט:
קינדערליך האט געשריבן:שלום עליכם טייערע אידן.

איך בין איינער פון די שרייבערס אין 'קינדערליך'. מיטן רשות פונעם רעדאקטאר נעם איך די פעדער אינעם האנט, און איך וועל פרובירן צו ענטפערן אויף די 'פראדוקטיווע קריטיק' וואס קומט ארויף פון צייט צו צייט.


עס האט מיר דערפרייט כמוצא שלל רב, ענדליך וועט מען קענען הערן די צווייטע זייט מטבע, און הערן יענעם'ס מיינונג אויך. איך האב נישט אטאקירט, נישט געפרעגט פארוואס זיי האבן מיר געשיקט אויף פאסט א צעטל אז עס איז די ערשטע היימישע אויסגאבע פאר ערליכע קינדער, אין די צייט וואס ס'נישט ממש אזוי, איך האב געפרעגט זייער א פאזיטיווע פראגע:
יאסעלע האט געשריבן:עס איז דא א געוויסע חלל וואס איז געווען ביז יעצט אין אידיש לייען מאטריאל פאר קינדער, און די "קינדערליך" האט עס ערפילט?


אנשטאט צו קענען הערן זיין דעה און אים פארשטיין, אפשר האט ער געהאלטן ביים אויפטון און ער האט א ציל דערמיט, קומט א שארפער ענטפער:
קינדערליך האט געשריבן:רוב פון די סארט קריטיק קען מען זיך גאנץ גרינג אליינס פארענטפערן, און איך בין נישט דא פאר דעם.
הצלחה


דאן פארוואס האט ער אריינגעסיינט אהער? נישט אונז צו פארשטיין געבן זיין מהלך?
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובה דורך sholom88 »

איך בין מסכים מיט הרב קינדערליך אז רוב קריטיק קען מען זיך גאנץ גרינג אליינס פארענטפערן.

זינט ווען פארלאנגט זיך א חלל פאר א קאמפאני צו האבן רעכט צו עפענען? אוודאי וואלט איך נישט קיינעם מציע געווען צו אריינגיין אין א אינדאסטרי וואס האט נישט קיין דעמענד, אבער דאס איז א מעשה בכלל יום, אז מ'גייט יא אריין ווי מ'זעהט סוקסעס ביי אנדערע. שיין אדער נישט.

דער אמת איז אבער אז די חלל שרייט ארויס. א מארקעט אהן קאמפאטישאן איז א גרעסערע חלל (עכ"פ פאר די עלטערן וואס צאלן) ווי די נישט האבן קיין קינדער אויסגאבע אין די ערשטע פלאץ. קוקט איבער די פרייז העכערונג.

אז א קינדער פראדוקט זאל האבן א שפיל-ווארט מיט 'קינד', איז פונקט אזא שייגץ שטיק ווי מים חיים זאל זיין ברוגז אויך באר מים פארן ניצן די טערמין 'קאלא סאדע'...

אז א קינדער פראדוקט מיט בילדער זאל האבן א בילד פון א קינד, דארף מען דאס בכלל פארענטפערן?

אויב ס'איז 'אי אפשר לפורטם כי רבים הם', זענט איר גערעכט...

מ'הערט נישט קיין הסגת גבול אויף דער בלאט איבער דער יוד, אדער דער בליץ איבער דער שטערן. גיב מיר א בראָך.

מחנכים און מענטשן אויף די גאס זענען בכלל נישט ברוגז, און קוקן נישט אראפ. אדרבה, אפילו מענטשן וואס קויפן דאס נישט (א שטייגער ווי מיך), האבן א הנאה פון די ראמפאטישאן, כנ"ל.

בקיצור: ס'איז אזוי אוממענטשליכקייט, ווי ס'איז איידל גערעדט...

בכלל פארשטיי איך נישט די בייעס פאר קינדליין און קעגען קינדערליך. ס'איז א פאראויסזאגבארע סטיל פון קריטיק אויף אלעס מיט טריביון.
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובה דורך יאסעלע »

נו, ערשט יעצט הער איך א תירוץ, דו זאגסט מיר כאטש נישט "הצלחה" פארן וועלן וויסן א זאך וואס דו האסט מיר פארשפראכן צו דעליווערן... אבער מיט מיין חלל רעד איך עפעס אנדערש, וועלכע זאך האט זיי געשטופט דערצו, פארוואס האבן זיי געהאלטן אז מ'וועט זיי קויפן מער ווי די קינדליין? זיי האבן בעסערע סחורה? שענערע איידיעס? יעצט הער איך די ערשטע מאל א נארמאלע תירוץ; זיי האבן א נארמאלערע פרייז.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובה דורך יאסעלע »

וואס מאכסטו ליצנות יעצט, האסט אים אפגעוואנדן? יא, פון קאנקורענץ האט יעדער הנאה, די שאלה איז לקאנקורענץ מה זו עושה? וואס וויל ער דא? סתם ווייל איינער איז מצליח דערין פרובירט ער אויך זיין מזל, אדער ער וויל ווירקליך עפעס מוסיף נופח זיין משלו, א חידוש וכדומה.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובה דורך קענטעלאופ »

וואס איז די גראסערי אויף איין גאס מחדש קעגען די גראסערי אויף די צווייטע גאס?
סווינדערט יעדן נארמאלען ליינער דא וואס דיך באדערט
זיי ווילען גארנישט מחדש זיין, זיי ווילען נישט ממלא זיין קיין חללות, זיי האלטען נישט מגייט זיי קויפען "מער" פון קינדליין, זיי גייען נישט האבען קיין שענער סחורה אדער בעסערע איידיעס,
פלעין פשוט א קאמפעטישען, לו יהא אפילו שוואכער ווי קינדליין, די איינציגסטע זאך וואס שטופט זיי איז בענזשעמין פרענקלין, אזוי ווי אלע קאמפעטישענס אין די גאנצע וועלט
און פון קאמפעטישען האט יעדער הנאה, די פרייזען פון קינדליין גייט זיך נישט הייבן אזוי שנעל, און אונזער וועלטעל אייוועלט געניסט פון קינדליין עדס.....
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובה דורך יאסעלע »

איז עק וועלט אז מ'עפנט בלויז פאר קאמפטעטישן? אויסדרוקליך נישט. אבער נעמען דעם קאמפעטישן און אים נאכמאכן בלעטל נאך בלעטל, מז האבן א גענוג בארעכטיגטע תגובה.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובה דורך צד תמות »

וואס שטופט זיי איז פשוט. די פראגע איז: וויאזוי פלאנען זיי צו געווינען די הארץ פונעם קונה? וואס נייעס ברענגן זיי צום טיש אז א צופרידענע קינדליין ליינער זאל וועלן איבערטראכטן זיין באשלוס?
פארשפארט

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”