״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז ״דער צייטונג״ שטארק ניכר מיט א לינקע און פארפירערישע אגענדע?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך פאברואר 15, 2017 12:34 pm

די צייטונג באריכטן אין פאליטיקס זענען איבערגעטריבן ניכר׳דיג בייעסד, ער מעג היפש פארבעסערן.
65
60%
ניין עס איז אקוראט וויזוי די פאקטן זענען, און איך גלייך עס, סזאל בלייבן וויזוי עס איז.
32
29%
איך ליין בכלל נישט די ערשטע חלק די צייטונג, עס איז אירעלעוואנט פאר מיר.
12
11%
 
סך הכול שטימען: 109

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 12:17 pm

וואס פשט אז דער טראמפיסט וואס האט געשאסן אין סעלף דעפענס, באקומט די הויפט קעפל און עטליכע בלעטער אין די צייטונג, און די נייעס אז דער ליבעראל האט געשאסן האט באקומען בלויז אפאר ווערטער?

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך עס עפעס » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 1:52 pm

מטעמים האט געשריבן:עס זעהט מיר אויס ווי א אנטי טראמפ זעהט אין דעם כץ א נייטראלקייט על כן להוי ידועה אז ער איז ארויס פון נארמאל אנטי טראמפ, ניטאמאל נעמט ער די מיה מסביר צו זיין טראמפס רעספאנס אויף אלע זיינע סאו קאלד קלעימס אנטקעגן אים.

אין מיין אפיניען איז ער א אויסגעשפראכענע אנטי טראמפ און דער איד האט פארלוירען זייער טראדישענעל שטארקייט פון זיין א באזעסענע צייטונג זייט זיי לאזען צו אז איינזייטיגקייט זאל פירען זייער צייטונג.


פשוט ווייל איך זעה אז דער ליגנט ווערט נאכאמאל און נאכאמאל געלופטערט, און קיינער קימערט זיך נישט אויסצוקלארן די פאקטן:
איך שרייב נישט די פאליטישע נייעס פאר "דער איד".
ובזה יצאתי ידי חובתי.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 2:17 pm

אהער און אהין האט געשריבן:וואס פשט אז דער טראמפיסט וואס האט געשאסן אין סעלף דעפענס, באקומט די הויפט קעפל און עטליכע בלעטער אין די צייטונג, און די נייעס אז דער ליבעראל האט געשאסן האט באקומען בלויז אפאר ווערטער?


יאפ געקלערט די זעלבע ביים זען [אין געשעפט] די צייטונג קעפל [און לינקע זייט אונטער קעפל]

viewtopic.php?p=2375425#p2375425
אין אמעריקע, איז עדות, פאררעכנט ווי הונדערט פראצענטיגע פרוף, מ'טוט כסדר אריינווארפן מענטשן אין טורמע, ריאונירן זייערע לעבנס, און זיי אומברענגען, געבויט אויף אזא באווייז. ווען די מידיע זאגט אז ס'איז נישט דא באווייז, ווייסן זיי אויך אז ס'איז ליגנד.

קוועלט
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 26, 2020 4:38 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

תגובהדורך קוועלט » מוצ"ש סעפטעמבער 26, 2020 11:16 pm

אינטערעסאנט בערך צוויי וואכן צוריק האט די שרייבער פונעם הויפט פאליטישע אנאליז ארויסגעברעינגט אז די אמעריקאנע פאלק וועט דן זיין איבער קעראנע אדער דאכטזיך מיר עקענאמי אויב וועט די עולם קיקן מער אויף קעראנע וועט ער פארלירן און אויס אויף עקאנימי נישט
וויל איך פארשטיין וואס טיט זיך מיט לאו ענ ארדער? אויך א וויכטיגע אישו
דער שרייבער ברעינגט ארויס אז טראמפ בארימט זיך טאקע איבער דעים אבער ער איז א דורכפאל
והא ראי יעצט איז ער פרעזידענט און ער קען גארנישט טין גרויסע ראיאטן גייען אן און ני וואו ביסטי? די ביסט דאך פרעזידענט אלא מאי קענסטי נישט אפילו די ווילסט.
וויל איך אני הקטן פארשיין איך האב געהערט א אנאליז מיט יצחק קלאר פונקטליכע נומבערס אז זייט טראמפ האט אריינגעשיקט זיינע פעעדראלע אגענטן האט זיך דראסטיש גענידערט די צאל ווילדע ציזאלסט פראטעסטן און בכלל דעי אלע ראיאטן קומט דאך מער ווייניגער פאר און די לינקע ליבעראלע סטעיטס און טראמפ טיט טאקע גאר אסאך עס צי פארשטילן
אויב איינער קען מיר מבאר זיין ווער איז גערעכט? מאכט טאקע טראמפ סדר? און אויב יא זעיט טאקע אזוי איין די אמעריקאנע פאלק?


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פארדעם און 8 געסט