בלאט 7 פון 11

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 2:05 pm
דורך שלמה הילדעסהיימער
פעיק נוז האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:וויאזוי וואלסטו געשריבן?

נישט אז איך האלט אז די צייטונג קעפל איז ראנג, אבער איך וואלט ווען געשריבן: "אייסיס טעראר פירער טויט! נאך סוקסעספולע אמעריקאנער אקציע".

טאקע 100% לעגעטים. בערך ווי דער בלאט.

עושר וכבוד האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אט אזוי.
דו האסט נישט קיין אינטערעסע צו אינפארמירן די ליינער ('פארכאפן אל באגדאדי' איז פאלש, 'כאפן און אומברענגען' איז טאפלט פאלש), נאר אויסצופויקן א טראמפ גונסטיגע קעפל.

פארכאפן איז פאלש? איז נישט די אקציע געווען אים צו פארכאפן? איז ער נישט אומגעברענגט געווארן? דאס רופסטו טראמפ גונסטיג? דאס הייסט נישט אינפארמירט די ליינער? נאר די צייטונג האט אינפארמירט אז ער האט זיך אויפגעריסן....

די צייטונג קעפל איז א טעות, אזוי וואלט געדארפט שטיין:

"העלדישע הינטל יאגט נאך אל באגדאדי" מיט א ריזן בילד פונעם הונט.

#אינפארמירן די ליינער

באגדאדי האט זיך אויפגעריסן. די קאמאנדאס האבן אים נישט אומגעברענגט און זיכער נישט פארכאפט.
קיינער האלט דיר נישט צוריק פון שרייבן א קעפל וואס איז סיי אקוראט און סיי גונסטיג פאר טראמפ. דאס איז נישט דאס.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 2:07 pm
דורך פומפדותא
איך מיין עס איז צייט צו טוישן קעפל פון דעם אשכול צו "די טראמפ שטיצער מיט זייער אגענדע קעגן די צייטונג"

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 2:16 pm
דורך נעכטן
קען אייענר טרעפן די צייטונג'ס בין לאדין נייעס קעפל?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 2:44 pm
דורך עושר וכבוד
פעיק נוז האט געשריבן:די נייעס איז נישט וואס די ציל פון די אקציע איז געווען, די נייעס איז וואס עס האט 'פאסירט אין פאקטישן זין', און דאס איז אז: באגדאדי איז געהרגעט געווארן אלס רעזולטאט פון אן אמעריקאנער אקציע.

הייסט אין פאקטישן זין איז ער נישט פאכאפט געווארן, נאר ער איז פארבליבן אין טונעל טויטערהייט.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 3:00 pm
דורך פעיק ניוז
עושר וכבוד האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:די נייעס איז נישט וואס די ציל פון די אקציע איז געווען, די נייעס איז וואס עס האט 'פאסירט אין פאקטישן זין', און דאס איז אז: באגדאדי איז געהרגעט געווארן אלס רעזולטאט פון אן אמעריקאנער אקציע.

הייסט אין פאקטישן זין איז ער נישט פאכאפט געווארן, נאר ער איז פארבליבן אין טונעל טויטערהייט.

אה דאס רופסטו 'פארכאפן'? דאס מיינט אז מען האט צוזאמגענומען שטיקלעך וואס איז אמאל באשטאנען פון על באגדאדי, קאם אן, דאס רופט מען נישט 'פארכאפן', און אוודאי איז דאס נישט קיין עיקר נייעס, מען האט אוך גענומען פון אים DNA טעסטס און אויך איז ער געלאפן אין די טונעל וכו' וכו', מען רעדט פון די עיקר נייעס.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 3:09 pm
דורך הויעך
דע עיקר נייעס איז נישט אז ער האט זיך אויפגעריסען
די עיקר נייעס אז ער איז טויט
און סאיז דורך די אמעריקאנע קאמאנדאס

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 3:11 pm
דורך פעיק ניוז
הויעך האט געשריבן:דע עיקר נייעס איז נישט אז ער האט זיך אויפגעריסען
די עיקר נייעס אז ער איז טויט
און סאיז דורך די אמעריקאנע קאמאנדאס

זאגסט דאך ממש וואס איך זאג.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 3:28 pm
דורך שלמה הילדעסהיימער
נעכטן האט געשריבן:קען אייענר טרעפן די צייטונג'ס בין לאדין נייעס קעפל?

דער איד און דער בלאט. די צייטונג האב איך נישט געטראפן.

Screenshot_20191031-151355__01.jpg
Screenshot_20191031-151355__01.jpg (380.13 KiB) געזען 1999 מאל

Screenshot_20191031-151217__01.jpg
Screenshot_20191031-151217__01.jpg (298.22 KiB) געזען 1999 מאל

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 6:34 pm
דורך shalsheles
די וואך איז דא א לאנגער בריוו אויסטויש ווי איינער האלט פאר דעם רעדאקטאר איבער די נעגאטיווע דעקונג אויף טראמפ קאראנא באהאנדלונג.

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 12:52 pm
דורך יונגרייז
אן אינטערסאנטע זאך ניינציג פראצענט היימישע עולם זענען טראמפ שטיצער'ס, און ניינציג פראצענט שרייבער'ס זענען פון די לינקע גווארדיע, ויהי לפלא

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 12:56 pm
דורך Goodmorning
זעט אויס רוב עולם קען נישט ליינען און אוודאי נישט שרייבן

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 1:30 pm
דורך יונגרייז
יא אבער די פלא איז אז די מועט אינטעלעגענטע זענען ליבעראלן, אפשר ווערען זיי נשפע פון נישט כשר'ע פלעצער??????

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 2:39 pm
דורך הענדימען
Goodmorning האט געשריבן:זעט אויס רוב עולם קען נישט ליינען און אוודאי נישט שרייבן

:lol: :lol: :lol:

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 2:48 pm
דורך rutledge
יונגרייז האט געשריבן:אן אינטערסאנטע זאך ניינציג פראצענט היימישע עולם זענען טראמפ שטיצער'ס, און ניינציג פראצענט שרייבער'ס זענען פון די לינקע גווארדיע, ויהי לפלא

•אונזערע אינטעליגענטע זענען גרויסע ביזנעסלייט און תלמידי חכמים
•סעקזיסטירט נישט קיין היימישע שרייבערס וואס יא? טרענזלעיטערס! וואס די מינוט ער זעהט א שטיקל נייעס סוקסעספול איבערגעזעצט מעשה ידיו להתפאר אויף אידיש איז ער פרייליך ביז גאר אן אפי וויסן, פארשטיין און נאכגיין דעם תוכן

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 2:49 pm
דורך מחשב
ס'איז קלאר אז דער טיפישער עמך אידל וועט ציען מער צו טראמפ'ס זייט.

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 2:56 pm
דורך בפשיטות
rutledge האט געשריבן:
יונגרייז האט געשריבן:אן אינטערסאנטע זאך ניינציג פראצענט היימישע עולם זענען טראמפ שטיצער'ס, און ניינציג פראצענט שרייבער'ס זענען פון די לינקע גווארדיע, ויהי לפלא

•אונזערע אינטעליגענטע זענען גרויסע ביזנעסלייט און תלמידי חכמים
•סעקזיסטירט נישט קיין היימישע שרייבערס וואס יא? טרענזלעיטערס! וואס די מינוט ער זעהט א שטיקל נייעס סוקסעספול איבערגעזעצט מעשה ידיו להתפאר אויף אידיש איז ער פרייליך ביז גאר אן אפי וויסן, פארשטיין און נאכגיין דעם תוכן

;l;p-

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 2:57 pm
דורך מחשב
הייסט די פאר היימישע רעכטע שרייבערס זענען אויך נישט פון די אינטעליגענטע? אדער צופעליג זיי יא, והא ראי' זענען זענען רעכט?

ביטע אויפהערן צו רעדן שטותים...

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:05 pm
דורך בפשיטות
מחשב האט געשריבן:הייסט די פאר היימישע רעכטע שרייבערס זענען אויך נישט פון די אינטעליגענטע? אדער צופעליג זיי יא, והא ראי' זענען זענען רעכט?

ביטע אויפהערן צו רעדן שטותים...

אוודאי איז דא א יוצא מן הכלל וואס ניצן יא דעם קעפעלע אין טראכטן פארן ריפארטען אדער אנאלאזירן די נייעס, אין דאס איז סיי לגבי לינקע שרייבערס אין סיי לגבי רעכטע, אבער פארט א קליינער מיעוט, די רוב האלט איך זענען סתם טרענזילעיטארס.

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:08 pm
דורך מחשב
נו דאן פארוואס ניינציג פראצענט זענען לינקע? הדרא קושיא לדוכתיה...

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:16 pm
דורך פעיק ניוז
וואס האט זיין א שרייבער מיט'ן זיין אינטעליגענט?

דזשאסט עסקינג.

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:17 pm
דורך פעיק ניוז
יונגרייז האט געשריבן:אן אינטערסאנטע זאך ניינציג פראצענט היימישע עולם זענען טראמפ שטיצער'ס, און ניינציג פראצענט שרייבער'ס זענען פון די לינקע גווארדיע, ויהי לפלא

וואס פאלט אייך איין? איך בין א טראמפ שטיצער..

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:17 pm
דורך בפשיטות
מחשב האט געשריבן:נו דאן פארוואס ניינציג פראצענט זענען לינקע? הדרא קושיא לדוכתיה...

נו נו.. פיר אויס.. ווייל זיי זענען נישט פון די מיעוט.

יא, עס געפינט זיך צווישען זיי א מיעוט וואס זענען באמת בשיטה לינק אין זענען שטארק דורכגעטראכט, אבער נישט די מערהייט, די מערהייט זענען סתם טרענזילעיטארס..

מיין איך אז מען דארף נישט זיין קיין גרויסע חכם דאס צו קענען באמערקן אויף א ארטיקעל.

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 21, 2020 3:51 pm
דורך הענדימען
מחשב האט געשריבן:נו דאן פארוואס ניינציג פראצענט זענען לינקע? הדרא קושיא לדוכתיה...

נו וואס זאגסטו?

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2020 8:45 am
דורך שמעלקא זאפטיגער
rutledge האט געשריבן:
יונגרייז האט געשריבן:אן אינטערסאנטע זאך ניינציג פראצענט היימישע עולם זענען טראמפ שטיצער'ס, און ניינציג פראצענט שרייבער'ס זענען פון די לינקע גווארדיע, ויהי לפלא

•אונזערע אינטעליגענטע זענען גרויסע ביזנעסלייט און תלמידי חכמים
סעקזיסטירט נישט קיין היימישע שרייבערס וואס יא? טרענזלעיטערס! וואס די מינוט ער זעהט א שטיקל נייעס סוקסעספול איבערגעזעצט מעשה ידיו להתפאר אויף אידיש איז ער פרייליך ביז גאר אן אפי וויסן, פארשטיין און נאכגיין דעם תוכן



אז דו ווייסט עס פאר א פאקט, גיי איך מיר נישט מתוכח זיין מיט דיר.

איך ווייס פון אריבער א מנין וואוילע איידעלע און חשוב'ע אידן וואס ארבעטן ביטער שווער, פון פריה פארטאגס ביז שפעט אין די נאכט אריין, צו דעליווערן אויטענטישע ווערק פאר פרוטות ממש, כדי דער ציבור זאל הנאה האבן.

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

געשריבן: זונטאג אוגוסט 23, 2020 8:59 am
דורך rutledge
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
rutledge האט געשריבן:
יונגרייז האט געשריבן:אן אינטערסאנטע זאך ניינציג פראצענט היימישע עולם זענען טראמפ שטיצער'ס, און ניינציג פראצענט שרייבער'ס זענען פון די לינקע גווארדיע, ויהי לפלא

•אונזערע אינטעליגענטע זענען גרויסע ביזנעסלייט און תלמידי חכמים
סעקזיסטירט נישט קיין היימישע שרייבערס וואס יא? טרענזלעיטערס! וואס די מינוט ער זעהט א שטיקל נייעס סוקסעספול איבערגעזעצט מעשה ידיו להתפאר אויף אידיש איז ער פרייליך ביז גאר אן אפי וויסן, פארשטיין און נאכגיין דעם תוכן



אז דו ווייסט עס פאר א פאקט, גיי איך מיר נישט מתוכח זיין מיט דיר.

איך ווייס פון אריבער א מנין וואוילע איידעלע און חשוב'ע אידן וואס ארבעטן ביטער שווער, פון פריה פארטאגס ביז שפעט אין די נאכט אריין, צו דעליווערן אויטענטישע ווערק פאר פרוטות ממש, כדי דער ציבור זאל הנאה האבן.

היינו הך ווייל מצאלט ביי אונז פרוטות ממש דערפאר דרייען זיך די אינטעליגענטע און בעסערע פלעצער
איז פאר דעם פרייז וואס מצאלט האמיר געלונגענע טרענזלעיטרס