״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז ״דער צייטונג״ שטארק ניכר מיט א לינקע און פארפירערישע אגענדע?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך פאברואר 15, 2017 12:34 pm

די צייטונג באריכטן אין פאליטיקס זענען איבערגעטריבן ניכר׳דיג בייעסד, ער מעג היפש פארבעסערן.
65
60%
ניין עס איז אקוראט וויזוי די פאקטן זענען, און איך גלייך עס, סזאל בלייבן וויזוי עס איז.
32
29%
איך ליין בכלל נישט די ערשטע חלק די צייטונג, עס איז אירעלעוואנט פאר מיר.
12
11%
 
סך הכול שטימען: 109

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:05 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:וויאזוי וואלסטו געשריבן?

נישט אז איך האלט אז די צייטונג קעפל איז ראנג, אבער איך וואלט ווען געשריבן: "אייסיס טעראר פירער טויט! נאך סוקסעספולע אמעריקאנער אקציע".

טאקע 100% לעגעטים. בערך ווי דער בלאט.

עושר וכבוד האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אט אזוי.
דו האסט נישט קיין אינטערעסע צו אינפארמירן די ליינער ('פארכאפן אל באגדאדי' איז פאלש, 'כאפן און אומברענגען' איז טאפלט פאלש), נאר אויסצופויקן א טראמפ גונסטיגע קעפל.

פארכאפן איז פאלש? איז נישט די אקציע געווען אים צו פארכאפן? איז ער נישט אומגעברענגט געווארן? דאס רופסטו טראמפ גונסטיג? דאס הייסט נישט אינפארמירט די ליינער? נאר די צייטונג האט אינפארמירט אז ער האט זיך אויפגעריסן....

די צייטונג קעפל איז א טעות, אזוי וואלט געדארפט שטיין:

"העלדישע הינטל יאגט נאך אל באגדאדי" מיט א ריזן בילד פונעם הונט.

#אינפארמירן די ליינער

באגדאדי האט זיך אויפגעריסן. די קאמאנדאס האבן אים נישט אומגעברענגט און זיכער נישט פארכאפט.
קיינער האלט דיר נישט צוריק פון שרייבן א קעפל וואס איז סיי אקוראט און סיי גונסטיג פאר טראמפ. דאס איז נישט דאס.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:07 pm

איך מיין עס איז צייט צו טוישן קעפל פון דעם אשכול צו "די טראמפ שטיצער מיט זייער אגענדע קעגן די צייטונג"

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:16 pm

קען אייענר טרעפן די צייטונג'ס בין לאדין נייעס קעפל?

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:44 pm

פעיק נוז האט געשריבן:די נייעס איז נישט וואס די ציל פון די אקציע איז געווען, די נייעס איז וואס עס האט 'פאסירט אין פאקטישן זין', און דאס איז אז: באגדאדי איז געהרגעט געווארן אלס רעזולטאט פון אן אמעריקאנער אקציע.

הייסט אין פאקטישן זין איז ער נישט פאכאפט געווארן, נאר ער איז פארבליבן אין טונעל טויטערהייט.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 3:00 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:די נייעס איז נישט וואס די ציל פון די אקציע איז געווען, די נייעס איז וואס עס האט 'פאסירט אין פאקטישן זין', און דאס איז אז: באגדאדי איז געהרגעט געווארן אלס רעזולטאט פון אן אמעריקאנער אקציע.

הייסט אין פאקטישן זין איז ער נישט פאכאפט געווארן, נאר ער איז פארבליבן אין טונעל טויטערהייט.

אה דאס רופסטו 'פארכאפן'? דאס מיינט אז מען האט צוזאמגענומען שטיקלעך וואס איז אמאל באשטאנען פון על באגדאדי, קאם אן, דאס רופט מען נישט 'פארכאפן', און אוודאי איז דאס נישט קיין עיקר נייעס, מען האט אוך גענומען פון אים DNA טעסטס און אויך איז ער געלאפן אין די טונעל וכו' וכו', מען רעדט פון די עיקר נייעס.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 3:09 pm

דע עיקר נייעס איז נישט אז ער האט זיך אויפגעריסען
די עיקר נייעס אז ער איז טויט
און סאיז דורך די אמעריקאנע קאמאנדאס
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 3:11 pm

הויעך האט געשריבן:דע עיקר נייעס איז נישט אז ער האט זיך אויפגעריסען
די עיקר נייעס אז ער איז טויט
און סאיז דורך די אמעריקאנע קאמאנדאס

זאגסט דאך ממש וואס איך זאג.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 3:28 pm

נעכטן האט געשריבן:קען אייענר טרעפן די צייטונג'ס בין לאדין נייעס קעפל?

דער איד און דער בלאט. די צייטונג האב איך נישט געטראפן.

Screenshot_20191031-151355__01.jpg
Screenshot_20191031-151355__01.jpg (380.13 KiB) געזעהן 445 מאל

Screenshot_20191031-151217__01.jpg
Screenshot_20191031-151217__01.jpg (298.22 KiB) געזעהן 445 מאל
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט