״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז ״דער צייטונג״ שטארק ניכר מיט א לינקע און פארפירערישע אגענדע?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך פאברואר 15, 2017 12:34 pm

די צייטונג באריכטן אין פאליטיקס זענען איבערגעטריבן ניכר׳דיג בייעסד, ער מעג היפש פארבעסערן.
65
60%
ניין עס איז אקוראט וויזוי די פאקטן זענען, און איך גלייך עס, סזאל בלייבן וויזוי עס איז.
32
29%
איך ליין בכלל נישט די ערשטע חלק די צייטונג, עס איז אירעלעוואנט פאר מיר.
12
11%
 
סך הכול שטימען: 109

טשולענט בונדלעך
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 14, 2019 2:18 pm

ראו מה בין בני לבן חמי

תגובהדורך טשולענט בונדלעך » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 9:46 am

ער האט זיך אויפגעריסן ביי עפעס א קאמאנדא אקציע, לינק און בייעסדיג

Capture.png
Capture.png (629.69 KiB) געזעהן 1174 מאל


1.jpg
1.jpg (265.15 KiB) געזעהן 1174 מאל
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8001
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 9:58 am

נישט לינק, נישט בייעסדיג.
ביידע זענען 100% אויסגעהאלטן. די צייטונג'ס קעפל טיילט מיט מער אינפארמאציע, דעטס אלל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 10:06 am

דער קעפל פון די צייטונג איז אקוראט די זעלבע ווי דער קאנאסערוואטיוו גענויגטע 'וואשינגטאן טיימס', און נאך פארשידענע קאנסערוואטיווע נייעס קאנאלן.

דאס איז געווען דער פאקט. ער איז נישט געווארן גע'הארג'עט, ער האט זיך אויפגעריסן בייי 'אמעריקאנע' קאמאנדא אקציע.

איך זעה נישט דער פראבלעם.

איך זאג נישט 'דער בלאט' שרייענדע העדליין איז מער צווישן די טראפן, אבער די צייטונג איז נישט שלעכט.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 10:38 am

ברענג נישט קיין ראיה פון אנדערע קאנאלן, ווייל די אידישע שרייבן אלץ ברייטערע העדליינס.

שלמה, וואס איז גרעסערע נייעס אז ער האט זיך אויפגעריסן אדער אז ס'איז געווען א קאמאנדא אקציע? די צייטונג מאכט די אקציע פאר א אגב, און זיין טויט פאר'ן עיקר, פונקט ווי די פאוסט.

דער איד צייגט כאטש אז אמעריקע איז געווען אביסל פארמישט ווייל ער איז 'אומגעברענגט געווארן'.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ששת אלפים
תגובות: 6035
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 10:44 am

יעדער פארשטייט פארוואס די צייטונג האט 'דאס' געזעהן פאר 'נארמאל' און דער איד עפעס אנדערש פאר 'נארמאל'. זענען די זאכן דיבעיטעבל צי וואס?

איך קויף נאר נישט א צייטונג וואס מאכט מיר נערוועז, דעטס איט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2758
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 10:47 am

דער בלאט שרייבט אויך נישט 'אמעריקע' מיט 'טראמפ' אויפן קאווער....
image.png
image.png (336.51 KiB) געזעהן 1004 מאל
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8001
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 10:49 am

די צייטונג איז מער אקוראט ווי דער איד. ער האט זיך אויפגעריסן דורכאויס אן אמעריקאנער אקציע.
קען ווען אריינשטעלן דעם נאמען און לאקאציע.

איך וואלט געשריבן "אייסיס פירער אל באגהדאדי רייסט זיך אויף דורכאויס אמעריקאנער קאמאנדא אקציע אין סיריע"

אגב, וואס עפעס על באגדאדי? ס'איז אל באג(ה)דאדי.
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 10:52 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 10:50 am

הייסט אז זיין אויפרייס איז די עיקר נייעס, און די קאמאנדא אקציע איז א אגב וואס איז פונקט פארגעקומען אין די זעלבע שטאט...

#השגחה פרטית אלערט

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 10:51 am

עכט היימיש האט געשריבן:דער בלאט שרייבט אויך נישט 'אמעריקע' מיט 'טראמפ' אויפן קאווער....
image.png

אבער האט א בילד פון טראמפ הינטער די העדליינס
לעצט פאראכטן דורך zugurnish אום דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 10:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8001
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 10:52 am

וויאזוי וואלסטו געשריבן?
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 10:53 am

עפעס גייט פאר מיט דעם עולם היינט? אדער מיט מיר?... איך זעה נאכנישט די פראבלעם מיט דעם קעפל.
#שטורעםאיןאגלעזלוואסער

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 11:45 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:די צייטונג איז מער אקוראט ווי דער איד. ער האט זיך אויפגעריסן דורכאויס אן אמעריקאנער אקציע.
קען ווען אריינשטעלן דעם נאמען און לאקאציע.
.


קיינער זאגט נישט אז סאיז נישט אמת, סאיז 100 פארצענט אמת, סאיז נאר בייעסדיג געשריעבן
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2017
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 11:49 am

9/11 קעפל
פליגער פון אמעריקאן עירליין רייסט אויף אין פלאמען ביים ווארלד טרעיד צענטער

#נעבעך
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 11:52 am

וואס עפעס? האט געשריבן:9/11 קעפל
פליגער פון אמעריקאן עירליין רייסט אויף אין פלאמען ביים ווארלד טרעיד צענטער

#נעבעך


ליגט מיר און קאפ ווען א נייעס זייטעל האט געשריעבן ווען די ישמאלים האבן אונטירגעצינדען קבר יוסף הצדיק
קבר יוסף געכאפט אין פייער אין געשלעגן צווישען אראבער און ישראלים
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8001
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 12:01 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:וויאזוי וואלסטו געשריבן?
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 12:08 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:הייסט אז זיין אויפרייס איז די עיקר נייעס, און די קאמאנדא אקציע איז א אגב וואס איז פונקט פארגעקומען אין די זעלבע שטאט...

#השגחה פרטית אלערט

מאך עס נישט ערגער ווי עס איז, זיכער איז באגדאדי'ס טויט די עיקר נייעס, די אקציע איז דאך געווען מיטן ציל אים צו הרגענען, ניין?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 12:51 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:הייסט אז זיין אויפרייס איז די עיקר נייעס, און די קאמאנדא אקציע איז א אגב וואס איז פונקט פארגעקומען אין די זעלבע שטאט...

#השגחה פרטית אלערט


;l;p-
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 12:55 pm

דערמאנט מיך פון די באקאנטע סאוויעטישע קאנטראלירטער מידיע נעצן (פוטין׳ס פאָרגייערס) וויאזוי זיי האבן באריכטעטע א פארמעסט צווישן אמעריקע און רוסלאנד ווי די פאראייניגטע שטאטן האבן (שטייצעך) געווינען.

די העדליינס האבן זיך געליינט ווי פאלגענד: ׳רוסלאנד איז אריינגעקומען די צווייטער געווינער, און אמעריקע איינ׳ס פאר די לעצטע׳
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:01 pm

שרייבט מען 'אויסגעלעבט' ווען מהאט איינעם געהארגעט ?
דער איז מאור טא אייוועלט.
א תגובה מער.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:13 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:וויאזוי וואלסטו געשריבן?

אמעריקאנער קאמאנדאס ברענגען א סוף צו אל באגדאדי

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:14 pm

אדער זיגרייכער געווינס פאר פרעידענט טראמפ מיט'ן פארכאפן אל באגדאדי

סוקסעספולער אקציע דורך אמעריקאנער קאמאנדאס צו כאפן און אומברענגען אל באגדאדי

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8001
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:26 pm

אט אזוי.
דו האסט נישט קיין אינטערעסע צו אינפארמירן די ליינער ('פארכאפן אל באגדאדי' איז פאלש, 'כאפן און אומברענגען' איז טאפלט פאלש), נאר אויסצופויקן א טראמפ גונסטיגע קעפל.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:50 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:וויאזוי וואלסטו געשריבן?

נישט אז איך האלט אז די צייטונג קעפל איז ראנג, אבער איך וואלט ווען געשריבן: "אייסיס טעראר פירער טויט! נאך סוקסעספולע אמעריקאנער אקציע".
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:51 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אט אזוי.
דו האסט נישט קיין אינטערעסע צו אינפארמירן די ליינער ('פארכאפן אל באגדאדי' איז פאלש, 'כאפן און אומברענגען' איז טאפלט פאלש), נאר אויסצופויקן א טראמפ גונסטיגע קעפל.

פארכאפן איז פאלש? איז נישט די אקציע געווען אים צו פארכאפן? איז ער נישט אומגעברענגט געווארן? דאס רופסטו טראמפ גונסטיג? דאס הייסט נישט אינפארמירט די ליינער? נאר די צייטונג האט אינפארמירט אז ער האט זיך אויפגעריסן....

די צייטונג קעפל איז א טעות, אזוי וואלט געדארפט שטיין:

"העלדישע הינטל יאגט נאך אל באגדאדי" מיט א ריזן בילד פונעם הונט.

#אינפארמירן די ליינער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:04 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אט אזוי.
דו האסט נישט קיין אינטערעסע צו אינפארמירן די ליינער ('פארכאפן אל באגדאדי' איז פאלש, 'כאפן און אומברענגען' איז טאפלט פאלש), נאר אויסצופויקן א טראמפ גונסטיגע קעפל.

פארכאפן איז פאלש? איז נישט די אקציע געווען אים צו פארכאפן? איז ער נישט אומגעברענגט געווארן? דאס רופסטו טראמפ גונסטיג? דאס הייסט נישט אינפארמירט די ליינער? נאר די צייטונג האט אינפארמירט אז ער האט זיך אויפגעריסן....

די צייטונג קעפל איז א טעות, אזוי וואלט געדארפט שטיין:

"העלדישע הינטל יאגט נאך אל באגדאדי" מיט א ריזן בילד פונעם הונט.

#אינפארמירן די ליינער

די נייעס איז נישט וואס די ציל פון די אקציע איז געווען, די נייעס איז וואס עס האט 'פאסירט אין פאקטישן זין', און דאס איז אז: באגדאדי איז געהרגעט געווארן אלס רעזולטאט פון אן אמעריקאנער אקציע.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט