״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איז ״דער צייטונג״ שטארק ניכר מיט א לינקע און פארפירערישע אגענדע?

די וואלן האבן זיך געשלאסן מיטוואך פעברואר 15, 2017 12:34 pm

די צייטונג באריכטן אין פאליטיקס זענען איבערגעטריבן ניכר׳דיג בייעסד, ער מעג היפש פארבעסערן.
65
60%
ניין עס איז אקוראט וויזוי די פאקטן זענען, און איך גלייך עס, סזאל בלייבן וויזוי עס איז.
32
29%
איך ליין בכלל נישט די ערשטע חלק די צייטונג, עס איז אירעלעוואנט פאר מיר.
12
11%
 
סך הכל שטימען: 109

אוועטאר
טשולענט בונדלעך
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:18 pm

ראו מה בין בני לבן חמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשולענט בונדלעך »

ער האט זיך אויפגעריסן ביי עפעס א קאמאנדא אקציע, לינק און בייעסדיג

Capture.png
Capture.png (629.69 KiB) געזען 1855 מאל


1.jpg
1.jpg (265.15 KiB) געזען 1855 מאל
א יוד מאכט נישט מיט, א יוד ווערט איבערגעמאכט...
געהערט פון א ידיד וואס האט אסאך מיטגעמאכט, און געווארן איבערגעמאכט
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

נישט לינק, נישט בייעסדיג.
ביידע זענען 100% אויסגעהאלטן. די צייטונג'ס קעפל טיילט מיט מער אינפארמאציע, דעטס אלל.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4275
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

דער קעפל פון די צייטונג איז אקוראט די זעלבע ווי דער קאנאסערוואטיוו גענויגטע 'וואשינגטאן טיימס', און נאך פארשידענע קאנסערוואטיווע נייעס קאנאלן.

דאס איז געווען דער פאקט. ער איז נישט געווארן גע'הארג'עט, ער האט זיך אויפגעריסן בייי 'אמעריקאנע' קאמאנדא אקציע.

איך זעה נישט דער פראבלעם.

איך זאג נישט 'דער בלאט' שרייענדע העדליין איז מער צווישן די טראפן, אבער די צייטונג איז נישט שלעכט.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

ברענג נישט קיין ראיה פון אנדערע קאנאלן, ווייל די אידישע שרייבן אלץ ברייטערע העדליינס.

שלמה, וואס איז גרעסערע נייעס אז ער האט זיך אויפגעריסן אדער אז ס'איז געווען א קאמאנדא אקציע? די צייטונג מאכט די אקציע פאר א אגב, און זיין טויט פאר'ן עיקר, פונקט ווי די פאוסט.

דער איד צייגט כאטש אז אמעריקע איז געווען אביסל פארמישט ווייל ער איז 'אומגעברענגט געווארן'.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8096
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יעדער פארשטייט פארוואס די צייטונג האט 'דאס' געזעהן פאר 'נארמאל' און דער איד עפעס אנדערש פאר 'נארמאל'. זענען די זאכן דיבעיטעבל צי וואס?

איך קויף נאר נישט א צייטונג וואס מאכט מיר נערוועז, דעטס איט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4275
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

דער בלאט שרייבט אויך נישט 'אמעריקע' מיט 'טראמפ' אויפן קאווער....
image.png
image.png (336.51 KiB) געזען 1685 מאל
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

די צייטונג איז מער אקוראט ווי דער איד. ער האט זיך אויפגעריסן דורכאויס אן אמעריקאנער אקציע.
קען ווען אריינשטעלן דעם נאמען און לאקאציע.

איך וואלט געשריבן "אייסיס פירער אל באגהדאדי רייסט זיך אויף דורכאויס אמעריקאנער קאמאנדא אקציע אין סיריע"

אגב, וואס עפעס על באגדאדי? ס'איז אל באג(ה)דאדי.
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 10:52 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

הייסט אז זיין אויפרייס איז די עיקר נייעס, און די קאמאנדא אקציע איז א אגב וואס איז פונקט פארגעקומען אין די זעלבע שטאט...

#השגחה פרטית אלערט
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3353
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

עכט היימיש האט געשריבן:דער בלאט שרייבט אויך נישט 'אמעריקע' מיט 'טראמפ' אויפן קאווער....
image.png

אבער האט א בילד פון טראמפ הינטער די העדליינס
לעצט פארראכטן דורך zugurnish אום דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 10:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

וויאזוי וואלסטו געשריבן?
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3639
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

עפעס גייט פאר מיט דעם עולם היינט? אדער מיט מיר?... איך זעה נאכנישט די פראבלעם מיט דעם קעפל.
#שטורעםאיןאגלעזלוואסער
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:די צייטונג איז מער אקוראט ווי דער איד. ער האט זיך אויפגעריסן דורכאויס אן אמעריקאנער אקציע.
קען ווען אריינשטעלן דעם נאמען און לאקאציע.
.


קיינער זאגט נישט אז סאיז נישט אמת, סאיז 100 פארצענט אמת, סאיז נאר בייעסדיג געשריעבן
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

9/11 קעפל
פליגער פון אמעריקאן עירליין רייסט אויף אין פלאמען ביים ווארלד טרעיד צענטער

#נעבעך
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

וואס עפעס? האט געשריבן:9/11 קעפל
פליגער פון אמעריקאן עירליין רייסט אויף אין פלאמען ביים ווארלד טרעיד צענטער

#נעבעך


ליגט מיר און קאפ ווען א נייעס זייטעל האט געשריעבן ווען די ישמאלים האבן אונטירגעצינדען קבר יוסף הצדיק
קבר יוסף געכאפט אין פייער אין געשלעגן צווישען אראבער און ישראלים
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:וויאזוי וואלסטו געשריבן?
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עושר וכבוד האט געשריבן:הייסט אז זיין אויפרייס איז די עיקר נייעס, און די קאמאנדא אקציע איז א אגב וואס איז פונקט פארגעקומען אין די זעלבע שטאט...

#השגחה פרטית אלערט

מאך עס נישט ערגער ווי עס איז, זיכער איז באגדאדי'ס טויט די עיקר נייעס, די אקציע איז דאך געווען מיטן ציל אים צו הרגענען, ניין?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

עושר וכבוד האט געשריבן:הייסט אז זיין אויפרייס איז די עיקר נייעס, און די קאמאנדא אקציע איז א אגב וואס איז פונקט פארגעקומען אין די זעלבע שטאט...

#השגחה פרטית אלערט


;l;p-
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1558
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

דערמאנט מיך פון די באקאנטע סאוויעטישע קאנטראלירטער מידיע נעצן (פוטין׳ס פאָרגייערס) וויאזוי זיי האבן באריכטעטע א פארמעסט צווישן אמעריקע און רוסלאנד ווי די פאראייניגטע שטאטן האבן (שטייצעך) געווינען.

די העדליינס האבן זיך געליינט ווי פאלגענד: ׳רוסלאנד איז אריינגעקומען די צווייטער געווינער, און אמעריקע איינ׳ס פאר די לעצטע׳
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

שרייבט מען 'אויסגעלעבט' ווען מהאט איינעם געהארגעט ?
!!THANK YOU BANAA#
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:וויאזוי וואלסטו געשריבן?

אמעריקאנער קאמאנדאס ברענגען א סוף צו אל באגדאדי
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

אדער זיגרייכער געווינס פאר פרעידענט טראמפ מיט'ן פארכאפן אל באגדאדי

סוקסעספולער אקציע דורך אמעריקאנער קאמאנדאס צו כאפן און אומברענגען אל באגדאדי
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13304
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אט אזוי.
דו האסט נישט קיין אינטערעסע צו אינפארמירן די ליינער ('פארכאפן אל באגדאדי' איז פאלש, 'כאפן און אומברענגען' איז טאפלט פאלש), נאר אויסצופויקן א טראמפ גונסטיגע קעפל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:וויאזוי וואלסטו געשריבן?

נישט אז איך האלט אז די צייטונג קעפל איז ראנג, אבער איך וואלט ווען געשריבן: "אייסיס טעראר פירער טויט! נאך סוקסעספולע אמעריקאנער אקציע".
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אט אזוי.
דו האסט נישט קיין אינטערעסע צו אינפארמירן די ליינער ('פארכאפן אל באגדאדי' איז פאלש, 'כאפן און אומברענגען' איז טאפלט פאלש), נאר אויסצופויקן א טראמפ גונסטיגע קעפל.

פארכאפן איז פאלש? איז נישט די אקציע געווען אים צו פארכאפן? איז ער נישט אומגעברענגט געווארן? דאס רופסטו טראמפ גונסטיג? דאס הייסט נישט אינפארמירט די ליינער? נאר די צייטונג האט אינפארמירט אז ער האט זיך אויפגעריסן....

די צייטונג קעפל איז א טעות, אזוי וואלט געדארפט שטיין:

"העלדישע הינטל יאגט נאך אל באגדאדי" מיט א ריזן בילד פונעם הונט.

#אינפארמירן די ליינער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עושר וכבוד האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אט אזוי.
דו האסט נישט קיין אינטערעסע צו אינפארמירן די ליינער ('פארכאפן אל באגדאדי' איז פאלש, 'כאפן און אומברענגען' איז טאפלט פאלש), נאר אויסצופויקן א טראמפ גונסטיגע קעפל.

פארכאפן איז פאלש? איז נישט די אקציע געווען אים צו פארכאפן? איז ער נישט אומגעברענגט געווארן? דאס רופסטו טראמפ גונסטיג? דאס הייסט נישט אינפארמירט די ליינער? נאר די צייטונג האט אינפארמירט אז ער האט זיך אויפגעריסן....

די צייטונג קעפל איז א טעות, אזוי וואלט געדארפט שטיין:

"העלדישע הינטל יאגט נאך אל באגדאדי" מיט א ריזן בילד פונעם הונט.

#אינפארמירן די ליינער

די נייעס איז נישט וואס די ציל פון די אקציע איז געווען, די נייעס איז וואס עס האט 'פאסירט אין פאקטישן זין', און דאס איז אז: באגדאדי איז געהרגעט געווארן אלס רעזולטאט פון אן אמעריקאנער אקציע.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”