״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איז ״דער צייטונג״ שטארק ניכר מיט א לינקע און פארפירערישע אגענדע?

די וואלן האבן זיך געשלאסן מיטוואך פעברואר 15, 2017 12:34 pm

די צייטונג באריכטן אין פאליטיקס זענען איבערגעטריבן ניכר׳דיג בייעסד, ער מעג היפש פארבעסערן.
65
60%
ניין עס איז אקוראט וויזוי די פאקטן זענען, און איך גלייך עס, סזאל בלייבן וויזוי עס איז.
32
29%
איך ליין בכלל נישט די ערשטע חלק די צייטונג, עס איז אירעלעוואנט פאר מיר.
12
11%
 
סך הכל שטימען: 109

אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 02, 2019 10:41 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משק ביתי »

הענדימען האט געשריבן:לאמיך אייך פרעגן א שאלה. ווען האט שוין געליינט די טערמס ענד קאנדישענס פון ACN?

איך האב

און איך קען אייך זאגן אז אויב ליינט מען עס גוט דורך און מ'איז גרייט צו ארבעטן שווער קען מען עכט מיינען אז מ'גייט מאכן אסאך געלט

די מציאות איז אבער נישט אזוי און כמעט קיינער מאכט נישט. פארוואס? ווייל אויף די וועלט זענען דא נאך אסאך דיינעמיקס וואס מ'לערנט זיך אויס מיט עקספיריענס

ווען איך בין אריין אין ACN האב איך גערעדט צו איינעם מיט אסאך עקספיריענס און הצלחה ביי עמביט און נאך קאמפאניס און ער האט אויסגעהערט מיין פלאן און געזאגט מיין פריינט עס גייט נישט אזוי. די מציאות שטעלט זיך אויס אנדערש. ער איז נישט געווען קיין סאך עלטער ווי מיר ער האט פשוט שוין געהאט עקספיריענס

די זעלבע איז מיט די ליבעראלן. זיי האבן זייער קיוט איידיעס און פונקטליכע פלענער וויאזוי צו מאכן געוויסע זאכן ארבעטן אבער זיי זענען ביזי לעבן אין זייער באבל און האבן נישט קיין שייכות מיט'ן מציאות

געלויבט דער הייליגער באשעפער אז מיר אידן האבן א תורה און אונזערע מוחות זענען אטאמאטיש איינגעשטעלט מיט מער נארמאלקייט ווייל מיר וואקסן אויף ריכטיג און אומריכטיג בעיסד אויך די תורה. אטאמאטיש נעמען מיר נישט אן אזוי גרינג קיין נאנסענס אפילו ס'איז שיין געפאקט

די משל איז געוואלדיג,אזא אמת אז נאר. די נמשל? ווענד זיך וועמען מען פרעגט...
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

מחשב האט געשריבן:איך מיין אז נאך אלעם ווענד זיך א גרויס חלק אין די תכונת הנפש פונעם מענטש.

איך וואלט אויך אזוי אנגענומען..

עס ווענדט זיך אויך לכאורה שטארק אין וועלכע אטמאספערע מ'איז אויפגעוואקסן, אסאך מאהל צוליב וואס מ'וויל פייטען די עבר (דהיינו די שטרענגע חינוך) שפירט מען די גערעכטיגייט ביי די לינקע. אבער קיין כלל איז דאס נישט.
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

מחשב האט געשריבן:איך מיין אז נאך אלעם ווענד זיך א גרויס חלק אין די תכונת הנפש פונעם מענטש.

פארשטייט זיך אז דא רעדט מען פון גוי'שע פאליטיק אבער ביי אידישקייט איז דאס א באזונדערע מסכת, אבער פארט טרעפן די סארט היימישע לינקע א באקוועמע מקום אויך אין די גוי'שע פאליטיק וויבאלד עס די זעלבע סארט מהלך המחשבה.

ואין כללים בזה.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

מחשב האט געשריבן:איך מיין אז נאך אלעם ווענד זיך א גרויס חלק אין די תכונת הנפש פונעם מענטש.

איך וואלט געזאגט אז זיין מער רעכטס אדער לינקס איז א טבע אבער די עקסטרעמע שיטות ביידע זייטן זענען שוין אייגענע קראנקהייטן (צינים פחים? :lol: )

א-לקים עשה את האדם ישר
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

תגובה דורך א צווייטער »

איינער ווייסט וואסי טאקע פשט אז רוב היימישע שרייבערס זענען לינק ?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
מר. טראָנק
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 2:35 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. טראָנק »

א צווייטער האט געשריבן:איינער ווייסט וואסי טאקע פשט אז רוב היימישע שרייבערס זענען לינק ?

דו פרעגסט גוט, אבער נאך מער איז מיר אינטרעסאנט, אז קוקנדיג אויף די פאלס וואלטן 9/10 מענשטן וואס פארפירן וועגן פאליטיק געדארפט זיין טראמפ סעפארטערס, דערווייל מייך איך אז דו הערסט פון די לינקע מער ווי 1/10 זעט אויס אז ס'איז א מין טיפ וואס רעדט אביסל העכער און שטערקער...
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

מר. טראָנק האט געשריבן:
א צווייטער האט געשריבן:איינער ווייסט וואסי טאקע פשט אז רוב היימישע שרייבערס זענען לינק ?

דו פרעגסט גוט, אבער נאך מער איז מיר אינטרעסאנט, אז קוקנדיג אויף די פאלס וואלטן 9/10 מענשטן וואס פארפירן וועגן פאליטיק געדארפט זיין טראמפ סעפארטערס, דערווייל מייך איך אז דו הערסט פון די לינקע מער ווי 1/10 זעט אויס אז ס'איז א מין טיפ וואס רעדט אביסל העכער און שטערקער...

וואסערע פאולס מיינסטו?
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מזי רעב האט געשריבן:מיינע 2 צענט: ווען איך ליין אן ארטיקל אין א צייטונג/אויסגאבע ערווארט איך אז דער שרייבער ווייסט וואס טוט זיך איבער די נושא וואס ער שרייבט וויאויך אז ער האט אביסל נאלעדזש איבער היסטאריע, אידישע און אלגעמיינע, רוב שרייבערס היינט האבען נישט קיין אנונג קיין כי הוא זה אין היסטאריע פון נישט מער ווי 30-40 יאר צוריק און ווען מען לייענט דעם ארטיקל קומט ער אקראס ווי א טאטעל עם הארץ וואס מאכט אוממעגליך צו לייענען דעם ארטיקל. צוויי עקזעמפלס וואס איך געדענק אויף די מינוט: איינער שרייבט א נייעס אין ראמעניע וואס האט פאסירט אין די שטאט קלאדזש-נאפאקע... יעדער ווייסט אז דאס איז די היימישע שטאט קלויזענבורג (די עלטערע געדענקן זיכער אז מ'פלעגט רופען דעם קלויזענבורגער רבי'ן ז"ל דער קלוזשער) ערגעץ אנדערש באשרייבט איינער די איבערלעבעניש פון א איד אין סיביר, שרייבט ער אז פון סיביר איז ער אנגעקומען צו א שטאט מיט'ן נאמען קאלכאז... (די לאגערן אין סיביר האט געהייסען א קאלכאז) וכהנה עוד רבות.
די איינציגע צייטונג (מיטן עקסעפשאן פון עטליכע שרייבערס אין די בלאט) וואס דער שרייבער ווייסט וואס ער רעדט און איז נישט קיין עם הארץ, איז די צייטונג, אפילו איך עגרי נישט עכט מיט זיינע פאליטישע מיינונגען איז עס אבער א געשמאק צו ליינען, יעדע נייעס הייבט ער אן מיט די היסטאריע פון די ספעסיפיק נייעס און ער פירט דיך אריין ביזען היינטיגען אקטועלן נייעס אדער די מעשה פון דעם ארטיקל.

רעטוויט.

וכן ביי אסאך ק/פ נייעסן וואס דער שרייבער האט ממש נישט קיין אנונג/לייגט ממש נישט צו קיין קאפ צו, וואס ער שרייבט דא.

---------

איך זעה נישט אז די היימישע שרייבער זאלן זיין נאנט צו 90% פראצענט לינקע, אדער אפילו א קלארער רוב, אפשר די פון בעסערע קוואליטעט.
מר. טראָנק
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 2:35 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. טראָנק »

א צווייטער האט געשריבן:
מר. טראָנק האט געשריבן:
א צווייטער האט געשריבן:איינער ווייסט וואסי טאקע פשט אז רוב היימישע שרייבערס זענען לינק ?

דו פרעגסט גוט, אבער נאך מער איז מיר אינטרעסאנט, אז קוקנדיג אויף די פאלס וואלטן 9/10 מענשטן וואס פארפירן וועגן פאליטיק געדארפט זיין טראמפ סעפארטערס, דערווייל מייך איך אז דו הערסט פון די לינקע מער ווי 1/10 זעט אויס אז ס'איז א מין טיפ וואס רעדט אביסל העכער און שטערקער...

וואסערע פאולס מיינסטו?

עמי אנקעטע
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

צל עובר האט געשריבן:איך זעה נישט אז די היימישע שרייבער זאלן זיין נאנט צו 90% פראצענט לינקע, אדער אפילו א קלארער רוב, אפשר די פון בעסערע קוואליטעט.

לאמיר אנהייבן.

פון די צייטונג דארף מען אפי' נישט רעדן. יעדער קען אלבערט און זיינע שטעלונגען.

אין דער איד זענען די פאליטיק שרייבער ווי פאלגנד. די נייעס שרייבט יענקי כץ. יעדער ווייסט זיין שטעלונג, געהאט דא אמאל אן אקטיווער ניק. ער איז פערזענליך להשמיד קעגן טראמפ.

הערשל פר"מ איז אויך באקאנט מיט זיין שטעלונג.

י. קאהן (הרב יונה כהן) דארף איך אויך פאר קיינעם נישט מסביר זיין, ווער ס'ליינט זיינע אנאליזן ווייסט וויפיל מאל טראמפ האט פארשפילט די לעצטע געלעגנהייט צו ווערן פרעזידענט און וויפיל מאל ער איז שוין געווארן אויס פרעזידענט.

א. שרייבער איז די בעסטע אנאליז שרייבער, לא ידעתיו אכנהו, ער איז זייער אביעקטיוו קעגן די אנדערע שרייבער און געט צומאל האפענונג אדער א קאמפלימענט פאר טראמפ. אבער זיין אנטי טראמפ שטעלונג איז ניכר אין כמעט יעדן ארטיקל.

פרא טראמפ שרייבער קען איך נאר לייזער בערגמאן פון דער בלאט. (און יאסי געשטעטנער פון מאמענט, אויב מ'קען אים רופן א 'שרייבער').
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

רוב פון יאנקי כץ'ס ארטיקלען זענען למעשה נישט אנטי. והדברים עתיקין.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

צל עובר האט געשריבן:רוב פון יאנקי כץ'ס ארטיקלען זענען למעשה נישט אנטי. והדברים עתיקין.

אמת.

אבער מ'האט גערעדט פון שרייבערס, ניין?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אמת.

אבער למעשה זעה איך נישט די 90%, ווייל כץ'ס לינקייט זעה איך נישט געווענליך.

עניוועי.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

תגובה דורך האלצשטיין »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:איך זעה נישט אז די היימישע שרייבער זאלן זיין נאנט צו 90% פראצענט לינקע, אדער אפילו א קלארער רוב, אפשר די פון בעסערע קוואליטעט.

לאמיר אנהייבן.

פון די צייטונג דארף מען אפי' נישט רעדן. יעדער קען אלבערט און זיינע שטעלונגען.

אין דער איד זענען די פאליטיק שרייבער ווי פאלגנד. די נייעס שרייבט יענקי כץ. יעדער ווייסט זיין שטעלונג, געהאט דא אמאל אן אקטיווער ניק. ער איז פערזענליך להשמיד קעגן טראמפ.

הערשל פר"מ איז אויך באקאנט מיט זיין שטעלונג.

י. קאהן (הרב יונה כהן) דארף איך אויך פאר קיינעם נישט מסביר זיין, ווער ס'ליינט זיינע אנאליזן ווייסט וויפיל מאל טראמפ האט פארשפילט די לעצטע געלעגנהייט צו ווערן פרעזידענט און וויפיל מאל ער איז שוין געווארן אויס פרעזידענט.

א. שרייבער איז די בעסטע אנאליז שרייבער, לא ידעתיו אכנהו, ער איז זייער אביעקטיוו קעגן די אנדערע שרייבער און געט צומאל האפענונג אדער א קאמפלימענט פאר טראמפ. אבער זיין אנטי טראמפ שטעלונג איז ניכר אין כמעט יעדן ארטיקל.

פרא טראמפ שרייבער קען איך נאר לייזער בערגמאן פון דער בלאט. (און יאסי געשטעטנער פון מאמענט, אויב מ'קען אים רופן א 'שרייבער').

אנטשולדיגט פאר'ן זאגן. דער שרייבער י.קאהן איז נישט יונה כהן

יאסי געשטעטנער פלעגט שרייבן אין דער בלאט אונטערן נאמען דוב שטרייכער און ער האט אויפגעהערט שרייבן בלויז עטליכע יאר צוריק, לויט באריכטן דעמאלט איז עס געווען וויבאלד זיי האבן אים געבעטן צו שרייבן מער נוטראל געשטימטע ארטיקלען
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קען זיין. אבער זיין שטעלונג בלייבט די זעלבע.

שמעון ראלניצקי איז אויך ווייט פון נייטראל. פארגעסן צוצולייגן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29307
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

און יאסי האט אלע רעכטן אין יענע סארט עדיטאריעל/אנאליז ארטיקלען, צו פארקויפן זיין מיינונג.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

צל עובר האט געשריבן:און יאסי האט אלע רעכטן אין יענע סארט עדיטאריעל/אנאליז ארטיקלען, צו פארקויפן זיין מיינונג.

אמת. ממילא? ס'איז אבער נאכאלץ א רובא דמינכרא.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

צל עובר האט געשריבן:אמת.

אבער למעשה זעה איך נישט די 90%, ווייל כץ'ס לינקייט זעה איך נישט געווענליך.

עניוועי.

יעצט הער איך אז י. קאהן איז כ"ץ, העיר יו גאו.

פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובה דורך פעיק ניוז »

די איינציגסטע אנאליזן וואס איך האב געקענט ליינען אין דער איד, איז טאקע, ווי אסדר זאגט, שרייבערס אנאליזן. הגם ער איז אנטי טראמפ.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7224
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אמת.

אבער למעשה זעה איך נישט די 90%, ווייל כץ'ס לינקייט זעה איך נישט געווענליך.

עניוועי.

יעצט הער איך אז י. קאהן איז כ"ץ, העיר יו גאו.

כ"ץ שרייבט גראדע די דעילי איד אויך. דארט איז ער איז ער זייער נייטראל

אין דער איד האט ער שוין כמה פעמים געשריבן נעגאטיווע ארטיקלען פאר די דעמאקראטן
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

האלצשטיין האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אמת.

אבער למעשה זעה איך נישט די 90%, ווייל כץ'ס לינקייט זעה איך נישט געווענליך.

עניוועי.

יעצט הער איך אז י. קאהן איז כ"ץ, העיר יו גאו.

כ"ץ שרייבט גראדע די דעילי איד אויך. דארט איז ער איז ער זייער נייטראל

ער איז נישט נייטראל דארט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

מען דארף געדענקען, אז אנטי טראמפ און פראו טראמפ איז נישט אלעמאל די זעלבע ווי רעכט און לינק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

עס זעהט מיר אויס ווי א אנטי טראמפ זעהט אין דעם כץ א נייטראלקייט על כן להוי ידועה אז ער איז ארויס פון נארמאל אנטי טראמפ, ניטאמאל נעמט ער די מיה מסביר צו זיין טראמפס רעספאנס אויף אלע זיינע סאו קאלד קלעימס אנטקעגן אים.

אין מיין אפיניען איז ער א אויסגעשפראכענע אנטי טראמפ און דער איד האט פארלוירען זייער טראדישענעל שטארקייט פון זיין א באזעסענע צייטונג זייט זיי לאזען צו אז איינזייטיגקייט זאל פירען זייער צייטונג.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מטעמים האט געשריבן:עס זעהט מיר אויס ווי א אנטי טראמפ זעהט אין דעם כץ א נייטראלקייט על כן להוי ידועה אז ער איז ארויס פון נארמאל אנטי טראמפ, ניטאמאל נעמט ער די מיה מסביר צו זיין טראמפס רעספאנס אויף אלע זיינע סאו קאלד קלעימס אנטקעגן אים.

אין מיין אפיניען איז ער א אויסגעשפראכענע אנטי טראמפ און דער איד האט פארלוירען זייער טראדישענעל שטארקייט פון זיין א באזעסענע צייטונג זייט זיי לאזען צו אז איינזייטיגקייט זאל פירען זייער צייטונג.

קלאר!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”