״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איז ״דער צייטונג״ שטארק ניכר מיט א לינקע און פארפירערישע אגענדע?

די וואלן האבן זיך געשלאסן מיטוואך פעברואר 15, 2017 12:34 pm

די צייטונג באריכטן אין פאליטיקס זענען איבערגעטריבן ניכר׳דיג בייעסד, ער מעג היפש פארבעסערן.
65
60%
ניין עס איז אקוראט וויזוי די פאקטן זענען, און איך גלייך עס, סזאל בלייבן וויזוי עס איז.
32
29%
איך ליין בכלל נישט די ערשטע חלק די צייטונג, עס איז אירעלעוואנט פאר מיר.
12
11%
 
סך הכל שטימען: 109

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

איך רעד פון אויטענטישע ווערק, קומסטו מיר מיט פרוטות?
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

rutledge האט געשריבן:
יונגרייז האט געשריבן:אן אינטערסאנטע זאך ניינציג פראצענט היימישע עולם זענען טראמפ שטיצער'ס, און ניינציג פראצענט שרייבער'ס זענען פון די לינקע גווארדיע, ויהי לפלא

•אונזערע אינטעליגענטע זענען גרויסע ביזנעסלייט און תלמידי חכמים
•סעקזיסטירט נישט קיין היימישע שרייבערס וואס יא? טרענזלעיטערס! וואס די מינוט ער זעהט א שטיקל נייעס סוקסעספול איבערגעזעצט מעשה ידיו להתפאר אויף אידיש איז ער פרייליך ביז גאר אן אפי וויסן, פארשטיין און נאכגיין דעם תוכן

איך האב אביסל געשטאכען האב איך געדארפט קאמפלימענטירען אויך (כך קבלתי מרבותי)

איר קענט נישט די היימישע שרייבער'ס די לינקע אגענדע איז טיף אין די בליט, והדברים ידועים
לעצט פארראכטן דורך יונגרייז אום זונטאג אוגוסט 23, 2020 11:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

מחשב האט געשריבן:הייסט די פאר היימישע רעכטע שרייבערס זענען אויך נישט פון די אינטעליגענטע? אדער צופעליג זיי יא, והא ראי' זענען זענען רעכט?

ביטע אויפהערן צו רעדן שטותים...

קוק אויבען

למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:איך רעד פון אויטענטישע ווערק, קומסטו מיר מיט פרוטות?

סתם צו קלאר מאכן, איר רעדט פון שרייבער'ס וואס שרייבן פאליטישע נייעס?
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

יונגרייז האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:הייסט די פאר היימישע רעכטע שרייבערס זענען אויך נישט פון די אינטעליגענטע? אדער צופעליג זיי יא, והא ראי' זענען זענען רעכט?

ביטע אויפהערן צו רעדן שטותים...

קוק אויבען

ועוד, פאר דיך און די אנדערע מגיבים, כמדומה לי אינגעלעגענט מיינט איינער וואס האט אסאך ידיעות, און איך מיין שרייבער'ס גייען אריין אין די גדר (אויך נאך מענטשען), און עס האט נישט צו טוען צו מ'איז רעכט אדער לינק

ועוד קוק אויף די אינהאלט פון מיין תגובה וועט איר זעהן איך בין א רעכטע
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

למעלה משבעים האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:איך רעד פון אויטענטישע ווערק, קומסטו מיר מיט פרוטות?

סתם צו קלאר מאכן, איר רעדט פון שרייבער'ס וואס שרייבן פאליטישע נייעס?

לאו דוקא אבער אויך.

די עדיטוט קעגן שרייבערס אין אלגעמיין איז עפעס וואס איז צומאל ממש א מדרש פליאה.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:איך רעד פון אויטענטישע ווערק, קומסטו מיר מיט פרוטות?

סתם צו קלאר מאכן, איר רעדט פון שרייבער'ס וואס שרייבן פאליטישע נייעס?

לאו דוקא אבער אויך.

די עדיטוט קעגן שרייבערס אין אלגעמיין איז עפעס וואס איז צומאל ממש א מדרש פליאה.

די רעדע איז נישט דא פון די עכטע שרייבערס, נאר פון די פאליטישע נייעס שרייבערס ווי למעלה זאגט.

ס'איז צוויי וועלטן ולא קרב זה אל זה. צו שרייבן נייעס דארף מען נישט האבן קיין ידיעות אויסער אין צוויי שפראכן.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
קענטאקי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטאקי »

קענען 2 שפראכן איז אויך עפעס. רוב אידן קענען דאך בכלל נישט קיין אידיש. ווער רעדט פון ענגליש..
מזי רעב
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 1:48 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזי רעב »

מיינע 2 צענט: ווען איך ליין אן ארטיקל אין א צייטונג/אויסגאבע ערווארט איך אז דער שרייבער ווייסט וואס טוט זיך איבער די נושא וואס ער שרייבט וויאויך אז ער האט אביסל נאלעדזש איבער היסטאריע, אידישע און אלגעמיינע, רוב שרייבערס היינט האבען נישט קיין אנונג קיין כי הוא זה אין היסטאריע פון נישט מער ווי 30-40 יאר צוריק און ווען מען לייענט דעם ארטיקל קומט ער אקראס ווי א טאטעל עם הארץ וואס מאכט אוממעגליך צו לייענען דעם ארטיקל. צוויי עקזעמפלס וואס איך געדענק אויף די מינוט: איינער שרייבט א נייעס אין ראמעניע וואס האט פאסירט אין די שטאט קלאדזש-נאפאקע... יעדער ווייסט אז דאס איז די היימישע שטאט קלויזענבורג (די עלטערע געדענקן זיכער אז מ'פלעגט רופען דעם קלויזענבורגער רבי'ן ז"ל דער קלוזשער) ערגעץ אנדערש באשרייבט איינער די איבערלעבעניש פון א איד אין סיביר, שרייבט ער אז פון סיביר איז ער אנגעקומען צו א שטאט מיט'ן נאמען קאלכאז... (די לאגערן אין סיביר האט געהייסען א קאלכאז) וכהנה עוד רבות.
די איינציגע צייטונג (מיטן עקסעפשאן פון עטליכע שרייבערס אין די בלאט) וואס דער שרייבער ווייסט וואס ער רעדט און איז נישט קיין עם הארץ, איז די צייטונג, אפילו איך עגרי נישט עכט מיט זיינע פאליטישע מיינונגען איז עס אבער א געשמאק צו ליינען, יעדע נייעס הייבט ער אן מיט די היסטאריע פון די ספעסיפיק נייעס און ער פירט דיך אריין ביזען היינטיגען אקטועלן נייעס אדער די מעשה פון דעם ארטיקל.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5181
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

יונגרייז האט געשריבן:אן אינטערסאנטע זאך ניינציג פראצענט היימישע עולם זענען טראמפ שטיצער'ס, און ניינציג פראצענט שרייבער'ס זענען פון די לינקע גווארדיע, ויהי לפלא

נישט ניינציג פראצענט שרייבער'ס זענען לינקע, נאר די צייטונגען וואס זענען אזוי גענויגט פארלאנגען אזוי צו שרייבען און דאס וועלען זיי דרוקען
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

די צייטונגען פארלאנגען גארנישט, איך האב א חבר וואס שיקט אפט אריין ארטיקלען איבער פאליטיק פאר צייטונגען, קיינער בעט נישט גארנישט, איין מאל שרייבט ער רעכטס און איינמאל שרייבט ער לינקס, און אונז בהמות רעגן זיך אויף דעם שרייבער בשעת ער פאטש זיך די בויך.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

הענדימען האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:נו דאן פארוואס ניינציג פראצענט זענען לינקע? הדרא קושיא לדוכתיה...

נו וואס זאגסטו?

קודם ווייס איך נישט. איך ווייס בכלל נישט צו 90 פראצענט איז מער לינק געשטימט. אבער אויב וואלט איך געדארפט מסביר זיין פארוואס ס'זענען דא מער לינקע שרייבער ווי רעכטע, וואלט איך שפעקולירט אז דאס איז צוליב צוויי סיבות.

איינס, דאס וואס כ'האב אויבן געשריבן, אז צווישן די אינטעליגענטע עולם איז די פראצענט רעכטע א קלענערע מערהייט ווי ביי דער המון עם, דער פשוטער המון עם איז זיכער מער טראמפיסטיש געשטימט. ממילא היות אין אלגעמיין טראכט איך אז שרייבער זענען מער פון די אינטעליגענטע זייט, איז די קשיא נישט אזוי שטארק.

והשנית, ס'איז גאנץ פשוט אנצונעמען אז זיי ווערן נשפע פון די אלגעמיינע מידיא וואס איז לינק געשטימט.
לעצט פארראכטן דורך מחשב אום מאנטאג אוגוסט 24, 2020 3:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

והשנית עיקר
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5181
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

יא, עטץ זאגט גוט, עס איז די השפעה פון וואס זיי האבען זיך אנגעליינט

און וועגען דעם גיבען ארויס די קאלידזעס כמעט נאר לינקע
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

אינטרעסאנט, נאך אזוי פיל יאר פלאפלערייען פון די היימישע לינקע מידיע האט עס געהאט זערא השפעה אויפ'ן עולם

זעהט אויס אז מעט אור (יוסי, טערקס) דוחה הרבה מן החושך (צייטונג, איד, בלאט, און אסאך רעדנער'ס אויף קולמע)
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

ממש אור מיט חושך?

כ'בין אסאך מער נייגעריג אין די הצלחה פון היימישע אידן פון צייטונג, איד, בלאט, און אסאך רעדנער'ס אויף קולמע, ווי אין טראמפ'ס הצלחה. אפילו כ'בין מער טראמפ-גענויגט...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

כ'האב האב גערעדט פון מיינונגען און נישט פון פרנסות
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
יונגרייז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2019 12:31 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונגרייז »

און לדעתי העניה איז א זלזול בכבוד הצבור צו רעדן שטותים מיט הבלים בריש גלי

(לדוגמא, איינער פון די היימישע רעדנער'ס האט צוגעגליכען טראמפ צו די נאציס)
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן מטשערנאבל)
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5181
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

יונגרייז האט געשריבן:אינטרעסאנט, נאך אזוי פיל יאר פלאפלערייען פון די היימישע לינקע מידיע האט עס געהאט זערא השפעה אויפ'ן עולם

זעהט אויס אז מעט אור (יוסי, טערקס) דוחה הרבה מן החושך (צייטונג, איד, בלאט, און אסאך רעדנער'ס אויף קולמע)

ווייל שקר אין לא רגלים.
לעצט פארראכטן דורך זארג נישט אום דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 3:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
א צווייטער
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטער »

יונגרייז האט געשריבן:אינטרעסאנט, נאך אזוי פיל יאר פלאפלערייען פון די היימישע לינקע מידיע האט עס געהאט זערא השפעה אויפ'ן עולם

זעהט אויס אז מעט אור (יוסי, טערקס) דוחה הרבה מן החושך (צייטונג, איד, בלאט, און אסאך רעדנער'ס אויף קולמע)

די קולטור פון היימישע אידן איז אלץ געווען רעכט געשטימט,לאו דוקא אין פאליטיק,

אגב כ'מיין אז טורקס האט גאנץ א קנאפע השפעה אויפ'ן עולם, יאסי אפשר.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איך מיין אז נאך אלעם ווענד זיך א גרויס חלק אין די תכונת הנפש פונעם מענטש.
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5181
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

און אויך בדרך כלל צו מען האט א גלייכער קאפ אדער א קרומע קאפ
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איך וואלט נישט אזוי געזאגט.

(דו ביזט מער באהאווענט אין די זאכן ווי מיר, מעגליך ביזטו גערעכט.)
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

לאמיך אייך פרעגן א שאלה. ווען האט שוין געליינט די טערמס ענד קאנדישענס פון ACN?

איך האב

און איך קען אייך זאגן אז אויב ליינט מען עס גוט דורך און מ'איז גרייט צו ארבעטן שווער קען מען עכט מיינען אז מ'גייט מאכן אסאך געלט

די מציאות איז אבער נישט אזוי און כמעט קיינער מאכט נישט. פארוואס? ווייל אויף די וועלט זענען דא נאך אסאך דיינעמיקס וואס מ'לערנט זיך אויס מיט עקספיריענס

ווען איך בין אריין אין ACN האב איך גערעדט צו איינעם מיט אסאך עקספיריענס און הצלחה ביי עמביט און נאך קאמפאניס און ער האט אויסגעהערט מיין פלאן און געזאגט מיין פריינט עס גייט נישט אזוי. די מציאות שטעלט זיך אויס אנדערש. ער איז נישט געווען קיין סאך עלטער ווי מיר ער האט פשוט שוין געהאט עקספיריענס

די זעלבע איז מיט די ליבעראלן. זיי האבן זייער קיוט איידיעס און פונקטליכע פלענער וויאזוי צו מאכן געוויסע זאכן ארבעטן אבער זיי זענען ביזי לעבן אין זייער באבל און האבן נישט קיין שייכות מיט'ן מציאות

געלויבט דער הייליגער באשעפער אז מיר אידן האבן א תורה און אונזערע מוחות זענען אטאמאטיש איינגעשטעלט מיט מער נארמאלקייט ווייל מיר וואקסן אויף ריכטיג און אומריכטיג בעיסד אויך די תורה. אטאמאטיש נעמען מיר נישט אן אזוי גרינג קיין נאנסענס אפילו ס'איז שיין געפאקט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: ״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

הענדימען האט געשריבן:לאמיך אייך פרעגן א שאלה. ווען האט שוין געליינט די טערמס ענד קאנדישענס פון ACN?

איך האב

און איך קען אייך זאגן אז אויב ליינט מען עס גוט דורך און מ'איז גרייט צו ארבעטן שווער קען מען עכט מיינען אז מ'גייט מאכן אסאך געלט

די מציאות איז אבער נישט אזוי און כמעט קיינער מאכט נישט. פארוואס? ווייל אויף די וועלט זענען דא נאך אסאך דיינעמיקס וואס מ'לערנט זיך אויס מיט עקספיריענס

ווען איך בין אריין אין ACN האב איך גערעדט צו איינעם מיט אסאך עקספיריענס און הצלחה ביי עמביט און נאך קאמפאניס און ער האט אויסגעהערט מיין פלאן און געזאגט מיין פריינט עס גייט נישט אזוי. די מציאות שטעלט זיך אויס אנדערש. ער איז נישט געווען קיין סאך עלטער ווי מיר ער האט פשוט שוין געהאט עקספיריענס

די זעלבע איז מיט די ליבעראלן. זיי האבן זייער קיוט איידיעס און פונקטליכע פלענער וויאזוי צו מאכן געוויסע זאכן ארבעטן אבער זיי זענען ביזי לעבן אין זייער באבל און האבן נישט קיין שייכות מיט'ן מציאות

געלויבט דער הייליגער באשעפער אז מיר אידן האבן א תורה און אונזערע מוחות זענען אטאמאטיש איינגעשטעלט מיט מער נארמאלקייט ווייל מיר וואקסן אויף ריכטיג און אומריכטיג בעיסד אויך די תורה. אטאמאטיש נעמען מיר נישט אן אזוי גרינג קיין נאנסענס אפילו ס'איז שיין געפאקט

;l;p- שטארק
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”