מי חכם האט געשריבן:נו וואס איז למעשה דער קעפל היינט?
פארשטייט זיך דו וועסט נישט טרעפן דעם ווארט "קרימינאלע אויספארשונג", ווייל אין די פראפעסיאנאלע מידיא וואס דו האסט אזוי, שרייבט מען נישט קיין ליגנט. עס איז נישט דער מנהג. ברייטבארט צי אנדערע זייער סטייל וואלטן מסתמא יא אזוי געשריבן.
בד"וו, אז דו רעדסט פון ערשטע זייט קעפלעך, כ'דערמאן זיך כ'האב זיך זייער געוואונדערט די ערשטע וואך נאכן איינשווערונג אז די צייטונג (ובעקבותיו אויך דער איד און בלאט) האט נישט געמאכט קיין גרויס וועזן פון די היסטארישע מאסן פראטעסטן פון מיליאנען קעגן טראמפ. (עכ"פ אויף די ערשטע זייט).
אין די פאליטישע וועלט זענען די עשירים און פאליטישאנס קעגן די מידיא (וויייל זיי דעקן אויף זייערע סקאנדאלן) אין די "אידישע וועלט" זענען די "רבניש" קעקן די מידיא, ווייל...
איך האלט אז די צייטונג גייט מיט זיין לאנגיעריגע ליבארעלע שטעלונג אין פאליטיק, ובפרט ווען ער האט דעם משוגענעם פרעזידענט וואס שפילט אים אריין אין די הענט.
אבער טראץ דעם וואס אונז האמיר געווענליך א מיינונגס דיפרענס מיטן 'די צייטונג' אין פאליטיק, בין איך נאך שטארק ביי די מיינונג אז דאס מינערט נישט די קוואליטעט און ניווא פונעם צייטונג זעלבסט, און שטייט נאך אלס 'מיין בעסטע אידישע צייטשריפט'.
ממילא וויל איך דא ברבים מוחה זיין קעגן אראפרייסן 'די צייטונג' אלס געשריבן פאר 'תמימותדיגע כולל אינגעלייט' (בד"וו די תמימות אין אייערע תגובות זעהט מיר אויס שטארקער ווי פון די כולל אינגעלייט וועם איך קען), זייער אסאך באזעצענע און אינטעליגענטע היימישע ליינער באלעקן זיך וועכנטליך די פינגער מיט 'די צייטונג' אפגעזעהן פון זיינע פאליטישע שטעלונגען.
ר' אברהם כה לחי! גייט ווייטער אן, איר זענט פון די געציילטע פארבליבענע פראפעסיאנאלע זשורנאליסטן ביים היימישן ציבור, מיר קענען נישט עפארדן אייך צו פארלירן, ווערט נישט צובראכן פון אםאר תמימות'דיגע רבנישע תגובות.
איך פרוביר נישט זיך צו פארגלייכען צו אייער פראפעשאנעל מיינונג אין זשורנאליזעם, אבער פאר די וואס האבען א אנדערע מיינונג פון אים אין פאליטיק איז עס געפאלען פון א דיסעגרימענט צו א ספק אויב ער שרייבט אמת אדער נישט.
איך האלט אז די צייטונג גייט מיט זיין לאנגיעריגע ליבארעלע שטעלונג אין פאליטיק, ובפרט ווען ער האט דעם משוגענעם פרעזידענט וואס שפילט אים אריין אין די הענט.
די חסרון איז נישט אזוי ווייט די איינזייטיקייט נאר א חלק איז ווי אזוי זיי טוען עס איז קינדעריש
רבניש האט געשריבן: צ ווייסט איינער אז רוב פון די טראמפ אדמיניסטראציע געהילפן האבן די וואך געהאלטן א בּייבּל מיט גרויס פּאראדע מיט זייער משפחת ארום צו נעמען דעם אויט אף אפיס? אדער איז דאס פארגעקומען און א דארף אין אפגאניסטאן
ווארימע מזל טוב וואונטשען הערן זיך צווישן דעם חלק הכלל ישראל די ליינער פון די צייטונג, וואס האבן ענדליך נאך לאנג פארצויגענע וואכן זיין נע ונד, באקומען א פרעזידענט פאר זייער געבורטס לאנד אמעריקא....
געליינט די "מייקל פלין" אפהאנדלונג אין די צייטונג. איינזייטיג ביז גאר; אויסגעלאזט וויכטיגע פרטים (למשל. קען זיין אז איך האב א טעות, אבער איך מיין אז אין דעם גאנצן ארטיקל ווערט נישט דערמאנט דעם וויכטיגן פרט אז לעת עתה איז נישט פארהאן קיין שום באווייז אויף א רוסלאנד "קאלוזשן" דוראויס דעם קאמפיין.); פרא אבאמא-קלינטאן; יעדע פאראגראף איז אנטי טראמפ; אנטי רייט-ווינגער מייקל פלין; פארוואסערט די גאנצע ברייען ראס סקאנדאל (ניטאמאל איז ער מסביר וואס זיין שגץ-שטיק איז געווען).
בקיצור, די גאנצע אפהאנדלונג איז געשריבן פון א לינקע שטאנדפונקט, א וועיסט אוו טיים פאר ליינער וואס זוכן א דעטאלירטע, אבער זעלבשטענדיגע באריכט. אויף זיין "פאליטישע אפשאצונג" און "וואס מיר/אנדערע זאגן" קאלומס האב איך שוין לאנג אויפגעגעבן. איצט זעה איך אז די אנדערע בלעטער זענען אויך אן אנטוישונג. וועלן מיר אנהאלטן וואס מיר טיהן יעדע וואך; לייגן די ערשטע סעקשן אין די זייט, און לעזן בלויז די אידישע צייט.
מונאוויטש האט געשריבן:געליינט די "מייקל פלין" אפהאנדלונג אין די צייטונג. איינזייטיג ביז גאר; אויסגעלאזט וויכטיגע פרטים (למשל. קען זיין אז איך האב א טעות, אבער איך מיין אז אין דעם גאנצן ארטיקל ווערט נישט דערמאנט דעם וויכטיגן פרט אז לעת עתה איז נישט פארהאן קיין שום באווייז אויף א רוסלאנד "קאלוזשן" דוראויס דעם קאמפיין.); פרא אבאמא-קלינטאן; יעדע פאראגראף איז אנטי טראמפ; אנטי רייט-ווינגער מייקל פלין; פארוואסערט די גאנצע ברייען ראס סקאנדאל (ניטאמאל איז ער מסביר וואס זיין שגץ-שטיק איז געווען).
בקיצור, די גאנצע אפהאנדלונג איז געשריבן פון א לינקע שטאנדפונקט, א וועיסט אוו טיים פאר ליינער וואס זוכן א דעטאלירטע, אבער זעלבשטענדיגע באריכט. אויף זיין "פאליטישע אפשאצונג" און "וואס מיר/אנדערע זאגן" קאלומס האב איך שוין לאנג אויפגעגעבן. איצט זעה איך אז די אנדערע בלעטער זענען אויך אן אנטוישונג. וועלן מיר אנהאלטן וואס מיר טיהן יעדע וואך; לייגן די ערשטע סעקשן אין די זייט, און לעזן בלויז די אידישע צייט.
שיין פון דיר אזוי אויפצוגעבן אזוי ביסלעכווייז...
איך האב נישט אנגעהויבן איינצוגעבן לכתחילה..
א וועיסט אף יעדעס שטיקעלע פּאפיר.!
סמוז זיין אז ער שפירט ווי ער פיקסט צו די גאנצע חברה יעדע וואך עקסטערע ער לאכט זיך אונטער ווי יעדן מיטוואך צופרי רופט מען דעם טעראפיסט צום ווייסן הויז.... עפעס אן אנדערע וועג האב איך נישט צו טראכטן