דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- פארשלעפטער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 23, 2016 3:29 pm
- לאקאציע: איין מינוט שפעט
נישט צום ערשטן מאל וואס איך זע אז JP Feine Neies קאפירט נאך ווארט ביי ווארט פונעם טעגליכן איד!
(חוץ פון עטליכע באריכטן וואס זענען נאר געווען אין איד...)
און אז איך האב שוין די מייקראפאן/קיבארד אין האנט, וויל איך מיר באדאנקען פאר'ן טעגליכן איד פארן ארויס געבן אזא שיינעם פראדוקט, אמת'דיג שיינע רעפארטאדזשן, עס איז צום באלעקן די פענגער איעדן צופרי אנע אויסנאם!
יישר כוחכם.

.
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10738
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
א גולם האט געשריבן:
דאס איז אבער געווען אנשטאטס די דעלי איד.
כ'האב נישט באקומען די טעגליכע נייעס אימעיל.
-----
אקעי יעצט באקומען..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
נכד האט געשריבן:אינטערסאנט אז היינט איז קיין ווארט נישט דערמאנט געווארן אינעם ״טעגליכן איד״ איבער די אטאקעס צווישן מדינת ישראל אין עזה.
בשעת די געשיכטע האט פאסירט זענען די שרייברס שוין געגאנגן שלאפן מיינעך....
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
- קלמן יאסעלע
- שר חמש מאות
- תגובות: 961
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
- לאקאציע: ערגעצוואו
- ב שלום
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8629
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm
- לאקאציע: טשענל 12
קלמן יאסעלע האט געשריבן:אויב איינער קען שרייבן אנווייזונגען וויאזוי מען סיינט זיך אויף, כ'האב שוין עטליכע מאל פראבירט אבער אן ערפאלג!
http://yiddaily.org/yiddaily/
רבי! פליז פאקעס...
- קלמן יאסעלע
- שר חמש מאות
- תגובות: 961
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
- לאקאציע: ערגעצוואו
שכ'ח אבער דאס האבעך שוין פרובירט כמה פעמים... די עכטע וועג איז צו שיקן אן אימעיל צו [email protected]
!Vox Populi, Vox Dei
- א גולם
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4239
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
- לאקאציע: אין מיין שיך!
"טעגליכער דער איד" צייכנט אפ די טויזנטסטע אויסגאבע!
היינט, דאנערשטאג פרשת כי תשא תש"פ, פייערט דער "טעגליכער דער איד" אַ ספעציעלן צייט אפשניט, ווען מ'האלט שוין ב"ה ביי דער טויזנטסטער אויסגאבע זינט עס האט אנגעהויבן ערשיינען זונטאג פרשת תבא, ט"ו אלול תשע"ו. פון דעמאלט אן קומט אן אונזער אויסגאבע אין אימעיל יעדן איינציגן צופרי, זעקס טעג א וואך, מיט'ן אויסנאם פון די אנגעצויגענע ערב ימים-טובים, פורים, און חול המועד וכדו'.
גאנצע 1000 מאל האט שוין דער 'טעגליכער דער איד' ארויסגעשיקט די רייכע, תוכנ'פולע נייעס-אויסגאבע, מיט די קורצע געקליבענע נייעס, וועלטליכע, נאציאנאלע, פינאנציעלע, לאקאלע, אידישע, געזונטהייט און וויסנשאַפטליכע באריכטן, וואס ענק, אונזערע פילע טויזנטער לייענער, האבן געלייענט מיט שפאנונג און זיך דערוויקט דערמיט מדי יום ביומו.
אין נאמען פון דער רעדאקציע ווילן מיר צום ערשט באדאנקען אונזערע אלע טויזנטער לייענער און אדווערטייזער, וואס זענען בעצם שותפים פאר'ן סוקסעס פון דער טעגליכער אויסגאבע, ווייל נאר צוליב זייער כסדר'דיגן חיזוק און די קאנסטרוקטיווע קריטיק, פון דער ערשטער אויסגאבע אנגעהויבן, האבן מיר די טרייב-קראפט צוצושטעלן אזא רייכן און אינטערעסאנטן דיגיטאלן בלעטל יעדן איינציגן טאג.
פילע פרעגן אונז וועלכע טוישונגען מ'זאל דערווארטן נאך דער טויזנטסטער אויסגאבע. מיר האבן עס איבערגעטראכט און אויסגעשמועסט, און מיר זענען געקומען צום אויספיר, אז צומאל איז די ריכטיגסטע זאך אנצוהאלטן די עקזיסטירנדיגע פארמאט, וואס איז אזוי באליבט ביי די לייענער, הגם עס וועלן אריינקומען קליינליכע טוישונגען, און מיר וועלן אויך פרובירן צוצושטעלן נאך אפטיילונגען, צו פארשענערן די אויסגאבע.
אין אנבליק פון דער ספעציעלער זמן גרמא פון טויזנט נומערן, ווערט היינט געדרוקט אין וועכנטליכן "דער איד" א שמועס מיט דער רעדאקציע, וואו ס'ווערט אויפגעוויקלט אויפ'ן שפיץ גאפל די אנטוויקלונג פון דער טעגליכער אויסגאבע, ווי שטארק ס'האט זיך צעבליעט און ווערט צעשפרייט פאר פילע טויזנטער לייענער יעדן איינציגן טאג.
מיר האפן ווייטער צו שטיין צום דינסט פאר די טויזנטער לייענער, און ממשיך זיין מיט'ן שיקן יעדן איינציגן טאג די קורצע, סאמע וויכטיגסטע נייעס פון איבער דער גארער וועלט, וואס איז אינטערעסאנט פאר'ן היימישן אידנטום, אראפגעגעבן אין א לייכטער שפראך, זויבער פון גרייזן, מיט דער אויסגעהאלטענער השקפה, ריין פון גויאישקייט און קאמפראמיסלאז קעגן ציונות.
א יישר כח פאר אלעמענ'ס קאאפעראציע
די רעדאקציע
פון טעגליכן דער איד

- תגובות: 924
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 3:43 pm
Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל
האט אמאל איינער באמערקט ווי דער דעילי איד איז אסאך מאהל ווארט ביי ווארט פון זלמן ווידער?
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"
Re: דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל
איבערגעדרייטע בענקל האט געשריבן:האט אמאל איינער באמערקט ווי דער דעילי איד איז אסאך מאהל ווארט ביי ווארט פון זלמן ווידער?
דער זעלבע מענטש שרייבט ביידע