מי מנוחות - אייוועלט אויסגאבע - יעדע 3 חדשים

אידישע וועלט אויסגאבעס און מאגאזינען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

מי מנוחות - אייוועלט אויסגאבע - יעדע 3 חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

נאך די געוואלדיגע סוקסעס פון די לעצטע מי מנוחות מיט 105 פול פעיזש זייטן רייכע און תוכן'דיגע סחורה האט יש ברירה ארויפגעברענגט א געדאנק אז מען זאל זיך צוזאמנעמען און ארויסקומען מיט א מי מנוחות אויסגאבע יעדע 3 חדשים פרי עט"ם פון אונזערע טאלאנטפולע מעמבערס

יש ברירה האט געשריבן:פין מיין זייט וואלט איך געקענט באשטיין א סיסטעמאטישע אויסגאבע לאמיר זאגן יעדע דריי חדשים

איך ווייס נישט וועגן @ענדע צדיק, ער האט אריין געלייגט אסאך כוחות אפשר וואלט מען געדארפט ארויסשטעלן א בעסערע סיסטעם עס צו פארקויפן אין געשעפט ער זאל קענען כאטש ארויסנעמען שכר בטלה


העי!! פאלט מיר יעצט ביי
אפשר גאר מאכן א געהעריגע אויסגאבע געבינדן אזוי "דער שטערן" מיט א געהעריגע דיסטרעביושען קאמפעני און אלע שרייבער באקומען עפעס באצאלט (פעיפעל)

וואס זאגט דער עולם?


אדרבה מיר ווילן הערן פונעם עולם דא הצעות און פארשלאגן וואס און וויאזוי מען קען צושטאנד ברענגען אזא געדאנק מכח אל הפועל
לעצט פארראכטן דורך פארבינדן אום מיטוואך אוגוסט 24, 2016 5:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

טענקס @פארבינדן!

יש ברירה האט געשריבן:איך בין עקסייטעט בלויז פאר די געדאנק..! ;1@

@מילין וועט שרייבן די פארזעצונג...

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

* שבת חנוכה
* פורים/פסח
* שבועות
* שבת נחמו/ימים נוראים

א קוואטערלי מאגאזין. נישט שלעכט.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

טיך שטיץ שטארק די געדאנק, און גרייט צו שרייבן וויפיל איך וועל מיר ארלויבן
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ס'איז א גוטע איידיע.

די שאלה איז אויב וועט עס נישט אוועקנעמען די שרייבער פון דאן, און מ'וועט נאר שרייבן דארט.

איי וואס א חילוק?

#כ'רעד צו מיר אליינס
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
אידיש גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 22, 2016 6:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש גערעדט »

מ'דארף אינאכט נעמען וואסערע חלק פון די ארבעט ציצושטעלן די אויסגאבע, האט זיך די מערסטע פארצויגן אין די פארגאנגענהייט, און ווי מקען ניצן הילף,
איך קלער אז ס'וועלן זיין געניג און נאך מחבורתינו וואס וועלן זיין גרייט ציצולייגן א פלייצע בחינם
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

מונאוויטש האט געשריבן:* שבת חנוכה
* פורים/פסח
* שבועות
* שבת נחמו/ימים נוראים

א קוואטערלי מאגאזין. נישט שלעכט.


די צייטן זען אויס פערפעקט געאייגענט, און כ'וואלט מער געצויגן צו פורים, ווייל פסח איז שוין גאנץ נאנט צו שבועות, אזוי ארום וועט עס זיין אייניג אויסגעשפרייט איבער די יאר

אויסגערעכנט האט געשריבן:טיך שטיץ שטארק די געדאנק, און גרייט צו שרייבן וויפיל איך וועל מיר ארלויבן


האב מיר שוין צוויי לייבן, אויסגערעכנט און יש ברירה, וואס פארשפרעכן ארטיקלען, און אז מונאוויטש וועט אריינווארפן פון זיין אוצר זעמיר שוין כמעט פול פאר א אויסגאבע :grin:

נא_שכל האט געשריבן:ס'איז א גוטע איידיע.

די שאלה איז אויב וועט עס נישט אוועקנעמען די שרייבער פון דאן, און מ'וועט נאר שרייבן דארט.

איי וואס א חילוק?

#כ'רעד צו מיר אליינס


לענ"ד וועט עס נישט אוועקנעמען די שרייבער פון דא, טאמער עפעס וועט נאר צוקומען לענגערע געשמאקע ארטיקלען (יעדע ארטיקל וואס וועט אריינגיין אין מי מנוחות וועט ווערן ארויפגעשטעלט דא אויך)

אידיש גערעדט האט געשריבן:מ'דארף אינאכט נעמען וואסערע חלק פון די ארבעט ציצושטעלן די אויסגאבע, האט זיך די מערסטע פארצויגן אין די פארגאנגענהייט, און ווי מקען ניצן הילף,
איך קלער אז ס'וועלן זיין געניג און נאך מחבורתינו וואס וועלן זיין גרייט ציצולייגן א פלייצע בחינם


גערעכט, כ'מיין די גראפיקס און אויסשטעלן האט פארנומען א געוואלד צייט און כח. אבער אוודאי וועט מען נוצן א פאראייניגטע כח מיטן איבערקוקן און מגיה זיין די ארטיקלען אזוי אז פאר די גראפיקער זאל נישט ארויפפאלן די גאנצע ארבעט.

איך בין גרייט צו איבערקוקן און מגיה זיין, פאררעכן ספעלינג און גרעמער א. ד. ג. אויב עס וועט אויספעלן.

און א ווענדונג צו אלע מעמבערס דאהי אויפן וועלטעל: אזא אפעראציע וועט זיין די שפיגעלע פון אייוועלט, א פארזעצונג צו 10 יאר ריינע און אויסגעהאלטענע סחורה על טהרת חולין (קרעדיט: קרעמער), א פארזעצונג פון די פארגאנגענע 10 רייכע אינהאלטספולע מי מנוחות אויסגאבעס, מ'קען און מ'וועט דארפן נוצן יעדען'ס געדאנקען און טאלאנט דאס צושטאנד צוברענגען, יעדע מיינונג איז חשוב און וועט גענומען ווערן אין באטראכט.
לעצט פארראכטן דורך פארבינדן אום מיטוואך אוגוסט 24, 2016 7:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

קודם זאל מען שיקן טשעקס, וואסיזעכער איזעכער

די פראבלעם פון בעטן געלט טראכטעך אז עס וועט אוועקנעמען די געשמאק, מען וועט צופיל מוזן טראכטן וואס די קאסטומער וועט זאגו צום ארטיקל, מי מנוחות האט א מורא׳דיגע מעלה אז די מענטשן וואס האבן געשריבן האבן אינזין געהאט זייער ענדזשוימענט, און צו מהנה זיין אנדערע מענטשן דזשאסט ווייל אז מען קען מהנה זיין א צווייטן פארוואס נישט, און דאס שפירצעך בשעת׳ן ליינען, ספילצעך די איזינעס און לייכטקייט, אזוי טראכטעך, דזשאסט א נקודה למחשבה,
חביבי
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איך בין טאוטעלי אין. מ'גיימיר אי"ה שרייבן און קויפן.

חביבי, מי מנוחות קען ווייטער אנגיין בחנם...
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

מה פתאום??? האט געשריבן:איך בין טאוטעלי אין. מ'גיימיר אי"ה שרייבן און קויפן.

חביבי, מי מנוחות קען ווייטער אנגיין בחנם...


איך האב נאר גערעדט לגבי די פוינט פון באצאלן
חביבי
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מיינע זיבן צענט; האט נישט קיין טשאנס פאר סוקסעס.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ביטע שמועס אויס פארוואס

לאמיר זעהן אפשר דאך...
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

ענדע צדיק! האט געשריבן:מיינע זיבן צענט האט נישט קיין טשאנס פאר סוקסעס.

וודאי, וואס קען מען דען טון מיט בלויז זיבן צענט?!
I reserve the right to disagree
12:56
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

צדיק'ל ווען די עול ליגט נישט אויף דיר וועסטו יא געבן דיין הסכמה?


איך האלט אז מ'זאל נישט אויסזאגן פארדעם ווען ס'גייט ארויסקומען, נאר יעדע שטיק צייט [זאל זיין יעדע 3 חדשים] זאל מען צאמנעמען די 10 [למשל] געלונגעסטע ארטיקלען פון אייוועלט און ארויסגעבן, אזוי וועט זיין א שטופ צו שרייבן,

ב"ה לא אלמן ישראל ווי מ'זעט ביי די מי מנוחות ווי ס'איז פלוצלינג ארויסגעוואקסן ארטיקלען וואס יעדע איינע איז געווען א חידוש פאר זיך וועלכע טאלאנטפולע אידן זיצן מיט אונז,
אבער ווי זענען זיי א גאנץ יאר?? מישטס אויף די פארשטויבטע בלעטער פון די פריערדיגע יארן.. האב איך געמיינט אז אונז האבן שוין נישט די טאלאנטן, אבער מי מנוחות יוכיח
סוף מעשה במחשבה תחילה.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

חביבי האט געשריבן:די פראבלעם פון בעטן געלט טראכטעך אז עס וועט אוועקנעמען די געשמאק, מען וועט צופיל מוזן טראכטן וואס די קאסטומער וועט זאגו צום ארטיקל, מי מנוחות האט א מורא׳דיגע מעלה אז די מענטשן וואס האבן געשריבן האבן אינזין געהאט זייער ענדזשוימענט, און צו מהנה זיין אנדערע מענטשן דזשאסט ווייל אז מען קען מהנה זיין א צווייטן פארוואס נישט, און דאס שפירצעך בשעת׳ן ליינען, ספילצעך די איזינעס און לייכטקייט, אזוי טראכטעך, דזשאסט א נקודה למחשבה,


גערעכט, כ'מיין אז בעטן אפיציעל געלט פאר יעדע ארטיקל וועט זיין קאנטער פראדאקטיוו און אוועקנעמען די ארגינעלקייט דערפון

מה פתאום??? האט געשריבן:איך בין טאוטעלי אין. מ'גיימיר אי"ה שרייבן און קויפן.

חביבי, מי מנוחות קען ווייטער אנגיין בחנם...


האלטן מיר שוין ביי 3 פארשפראכענע ארטיקלן צום קומענדיגע מי מנוחות

ענדע צדיק! האט געשריבן:מיינע זיבן צענט; האט נישט קיין טשאנס פאר סוקסעס.


אופס... ווען א צווייטער וואלט עס געשריבן וואלטן מען געקענט טראכטן פון עס איגנארירן אלס א נעגאטיווע געדאנקענגאנג, אבער ענדע... - ענדע איז דאך געווען דער וואס האט אריינגעלייגט שווערע כוחות, טעג און וואכן אינעם געשמאקען מי מנוחות 10 בנוסף צו די רייכע גרעפיקס - דארף מען שוין מער שוקל זיין וואס האט אים געמאכט טראכטן אז עס האט נישט קיין טשאנס פאר סוקסעס. אדרבה, אפשר נעמסטו אן יש ברירה'ס ווערטער און ביסט מסביר פארוואס דו האלטס אזוי און אינאיינעם וועלן מיר פרובירן צו לעזן די מניעות.
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

וועגן א אויסגאבע פאר געלט בין איך ביי די מיינונג אז עס גייט נישט ארבעטן (קען זיין אז דאס איז אויך ענדע׳ס פוינט), אבער עס זאל ארויסקומען א מי מנוחות יעדע פאר חדשים (מוז נישט זיין צו א געוויסע צייט ווי חנוכה פסח) איז א זאך וואס מען קען אדורך פירן.

פארבינדן האקט.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

חושב מחשבות... האט געשריבן:צדיק'ל ווען די עול ליגט נישט אויף דיר וועסטו יא געבן דיין הסכמה?

ממש דאס געוואלט שרייבן יעצט, עס מוז נישט זיין קיין 105 זייטן יעדעס מאל, און ס'מוז נישט האבן די זעלבע שרייבער יעדעס מאל, און ס׳מוז נישט זיין ענדע צדיק דער גרעפיקער יעדעס מאל, דערפאר לייגט מען אויס די פלענער פאר יעדעם איינעם אז יעדער זאל קענען ארויסהעלפן אויף א וועג וואס קען ארבעטן



איך האלט אז מ'זאל נישט אויסזאגן פארדעם ווען ס'גייט ארויסקומען, נאר יעדע שטיק צייט [זאל זיין יעדע 3 חדשים] זאל מען צאמנעמען די 10 [למשל] געלונגעסטע ארטיקלען פון אייוועלט און ארויסגעבן, אזוי וועט זיין א שטופ צו שרייבן,

דאס איז א גוטע געדאנק, אבער כ'וואלט געטראכט אז די אויסגאבע זאל יא זיין אויסגעשטעלט אויף נאר פרישע ארטיקלען

ב"ה לא אלמן ישראל ווי מ'זעט ביי די מי מנוחות ווי ס'איז פלוצלינג ארויסגעוואקסן ארטיקלען וואס יעדע איינע איז געווען א חידוש פאר זיך וועלכע טאלאנטפולע אידן זיצן מיט אונז,
אבער ווי זענען זיי א גאנץ יאר?? מישטס אויף די פארשטויבטע בלעטער פון די פריערדיגע יארן.. האב איך געמיינט אז אונז האבן שוין נישט די טאלאנטן, אבער מי מנוחות יוכיח

אט אזוי, אז מען וועט האבן די שטופ פון מי מנוחות וועט עס ארויסברענגען טאלאנט פונעם עולם אויף א מאסיווע פארנעם אי"ה
פאר קריטיק דריקט דא
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

און נאכאמאל, די סיבה פארוואס מען לייגט ארויס פאבליק אלע פלענער איז טאקע דערפאר, אז יעדער זאל צולייגן א פלייצע ווען עס פעלט אויס
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

פארבינדן האט געשריבן:און נאכאמאל, די סיבה פארוואס מען לייגט ארויס פאבליק אלע פלענער איז טאקע דערפאר, אז יעדער זאל צולייגן א פלייצע ווען עס פעלט אויס

עס קען זיין פאבליק ווי די מי מנוחות, מען דארף עס נישט פארקויפן פאר קיין געלט.
איינמאל מען בעט געלט מוז עס זיין אויך א העכערע לעוול, חוץ אויב אייוועלט דארף האבן א אינקאם.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

חביבי האט געשריבן:קודם זאל מען שיקן טשעקס, וואסיזעכער איזעכער

די פראבלעם פון בעטן געלט טראכטעך אז עס וועט אוועקנעמען די געשמאק, מען וועט צופיל מוזן טראכטן וואס די קאסטומער וועט זאגו צום ארטיקל, מי מנוחות האט א מורא׳דיגע מעלה אז די מענטשן וואס האבן געשריבן האבן אינזין געהאט זייער ענדזשוימענט, און צו מהנה זיין אנדערע מענטשן דזשאסט ווייל אז מען קען מהנה זיין א צווייטן פארוואס נישט, און דאס שפירצעך בשעת׳ן ליינען, ספילצעך די איזינעס און לייכטקייט, אזוי טראכטעך, דזשאסט א נקודה למחשבה,
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ס'איז א געוואלדיגע רעיון

און אפשר קען מען אפיר זיכן דעם אב זקן (ווער געדענקט אים??)

און לייגן זיינע פארזעצונגען אין די 'מי מנוחות'ן,

אזוי אויך קען אזא זאך זיין גענוג 40 / 50 עמודים יעדע מאל, וועט אויך זיין גענוג.


(לגבי הג"ה בין איך גרייט צו צילייגן א פלייצע בעז"ה)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך וואלט גערן געשריבן בעזרת השי"ת, די בעסטע זאך אז מענטשן זאלן ליינען מיינע ארטיקלן.
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

די $7 אדער ווייניגער וואס די שטערן בעט צאלט בכלל נישט אויס די זאך, זיי מאכען געלט פון די עדווערטייזמענטס, למשל די יעצטיגע מי מנוחות קאסט בערך $6 צו פרינטען און דאס איז מיט סטעיפעלס א געהעריגע זאך קאסט אסאך מער.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

ענדע צדיק! האט געשריבן:מיינע זיבן צענט; האט נישט קיין טשאנס פאר סוקסעס.

הא מלתא הוה בידן ואתא ר' ץ ושדא ביה נרגא...
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

(ביטע אנטשולדיגן, איך שרייב אביסל צומישט פין מח ארויס)

קודם כל, אפי' עס זאל פין דעם אויפוואכונג ארויסקומען - בלויז דאס - אז עס זאל ערשיינען אפטער דא אויפן וועלטל האט זיך עס געלוינט

אבער לאמיך פראבירן איינמאל צו מאכן די פיטש פאר די "דער אידישער וועלט" ...

קודם די וויזיע... מען רעדט פון א פולשטענדיגע מאגאזין געבינדן אויף א שיינע וועג, צו מיט א סטעפל אזוי דער בליץ, צו גלאט אזוי דער שטערן. פול קאלירט, א שיינע אויסשטעל וואס מען דארף בלויז איינמאל מאכן און אזוי זאל עס לויפן יעדע אויסגאבע, בלויז א ציענדע דעקל וועט מען דארפן מאכן ניי יעדעס מאל

געוויסע ארטיקלן קען מען מאכן לויפן אין יעדע אויסגאבע למשל א רובריק פאר @אויסערן מיניסטער'ס פאקטן, און א פארזעצונג פין @מילין, א פאעזיע קאלום וואס מען וועט אויסקלייבן, אלטע בילדער אמאל און היינט, א שמועס אין ארכילאגיע, א יארצייט קאלום וכו'

מען דארף איין זאך קלאר מאכן, מיר ווילן נישט גיין אין קאמפעטישען מיט קיין אויסגאבעס, עס וועט ערשיינען איינמאל אין דריי חדשים און וועט נישט עכט אפעקטירן די אנדערע אויסגאבעס וואס ערשיינען אלץ א ביזנעס

יא די ניווא וועט דארפן זיין אביסל העכער אבער עס דארף נישט קאמפיטען מיט די אנדערע אויסגאבעס ווייל נישט דאס איז אונזער ציל, אונזער ציל איז בלויז "עס זאל ערשינען!" מיט דעם הייבט זיך עס אן און ביי דעם ענדיגט זיך עס

א גאר גרויסע פראצענט קויפערס וועלן אוודאי זיין ליינער און שרייבער וואס דרייען זיך שוין דא, יעדער איז דא פאר א אנדערע סיבה און יעדער שרייבט געוועהנליך אין זיין נושא צו נושאים, יעדער אינטערסירט עפעס אנדרש און עס וועט זיין אביסל פין אלעמען

יעצט, די וועלט זאגט "צוזאגן און ליב האבן קאסט נישט קיין געלט", יעדער קען זאגן אז ער וועט שרייבן אדער צוהעלפן אבער ווען עס וועט קומען און 6/9 חדשים וועט מען נישט זיין צום געפינען

ווי איך פארשטיי איז די סיבה - פארוואס דאס ערשיינט נישט מער ווי איין מאל אין יאר - צוליב ווייל מער ווי דעם וועט עס נישט גיין... צוליב די חומר און די ארבעט וואס דאס פארנעמט

פארדעם האבן מיר פארגעשלאגן אז עס זאל ערשינען אין א געהעריגע מאגאזין פארמאט פארשפרייט אין די געשעפטן, און מיט דעם האט מען געשאסן צוויי פייגל מיט איין שאס

1) עס וועט געבן א שטארקע שטיפ פאר די שרייבער אויב עס ערשיינט אין א געהעריגע פארמאט

2)עס וועט דעקן די ארבעט וואס די עורכים לייגן אריין

צו מען דארף צאלן די שרייבער? איך ווייס נישט, אפשר פין אנהייב זיכער נישט. אבער עכ"פ ווייניגער ווי א נאנ-פראפיט זאל עס זיכער נישט זיין. די ציל דארף זיין אז די דיסטריביוטער און די וואס לייגן אריין די ארבעט פין מגיה/אויסשטעל וכו' זאלן נישט דארפן זיין קיין מתנדבים ווייל עס וועט נישט אנהאלטן אזוי, עכ"פ שכר בטלה קומט זיי

איך ווייס אויך נישט וויפיל שטיק עס קען גיין פין אזא אויסגאבע אפי' מען זאל דאס פארשפרייטן אין אלע אידישע געגענטער. עס וועט מן הסתם שטארק הייבן די צאל באזוכער דא און מיט דעם וועלן מיטקומען נייע קונדן וועלכע וועלן ווילן ליינען די ווערק פין די שרייבער מיט וועם זיי באקענען זיך

ביזדערוואל זענען געוועהן 3,081 דאונלאודס פין די מי מנוחות #10, איך פארשטיי אז עס איז אומזינסט און עס זענען דא דאפעלטע דאונלאודס אבער עס איז נאכאלץ אסאך. און דאס איז אן דעם וואס עס זאל זיין אזוי ברייט באקאנט און איז באגרעניצט אין צוטריט ביי געוויסע גרופעס צב"ש בחורים און עלטערע בעלי בתים

גענוג פאר יעצט...

ביטע טיילט מיט אייערע געדאנקען
שרייב תגובה

צוריק צו “אייוועלט פרעזענטירט”