דער מחנך ענטפערט - מאמענט

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

דער מחנך ענטפערט - מאמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

לאמיר רעדן חינוך.

די מאמענט האט א וועכנטליכע קאלום מיט המחנך שלום יעקב וואזנער ווי מ'קען אריינשיקן שאלות און די מחנך ענטפערט לויט זיין פארשטאנד, וואס אסאך תשובות קען מען מוסיף זיין אדער ברייטער אויסשמועסן.


(א שטייגער ווי די שאלה צייט א מאמע דארף אוועקגעבן פאר איהר קינד וואס די ענטפער איז געווען 4 מינוט א טאג) און מסתם יעדע שאלה קען מען צולייגן .


אשע"כ עפן איך די אשכול ווי מ'וועט ארויפשטעלן די שאלות מיט רב וואזנערס תשובה און מ'וועט עס באהאנדלען.
לעצט פארראכטן דורך פארוואס נישט אום פרייטאג יוני 17, 2016 4:05 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

שאלה פרשת נשא

איך וואלט געוואלט פרעגן אויב איר קענט מיר ארויסהעלפן מיט גאר א ווייטאגליכן ענין וואס דרוקט מיר אויפן הארצן שוין א לענגערע צייט, דאס איז די שרעקליכע ווייטאג פון זיין א נרדף.

איך בין ליידער א ציל ברעט פאר עטליכע בחורים פון מיין כתה, וועלעכע מיינען אז מיין בלוט איז הפקר פאר זיי און אז מ'קען טון מיט מיר וואס זיי ווילן, מיר צו דערגיין די יארן מיט אלע מינע שטעך-ווערטער.

ביטע אויב איר קענט מיך ארויסהעלפן מיט סיי וועלעכע הילף, ווייל איך שפיר אז איך האלט דאס מער נישט אויס.


די תשובה אין קורצן איז:

א) פראביר צו בעטן די בחורים מיט שיינעם אז סיי זאל'ן דיר אויפהערן רודפ'ן, און מאכ'ן ווערטלעך פון דיר, ווייל ס'טוט דיר וויי.

ב) אדער שפיל מיט מיט זיי מיט, למשל ער זאגט דיר אז די האסט גענומען שכל מיט א גאפל זאג איהם ש'כח פאר'ן מיר זאגן איך האב מיר אלץ געוואונדערט פארוואס איך האב אזוי ווייניג שכל.

פירט ער אויס אז נאך עטליכע מאל וועט זיך אויפהערן די טשעפערייען.

וואס זאגט די עולם צו דעם ?
לעצט פארראכטן דורך פארוואס נישט אום פרייטאג יוני 17, 2016 12:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

מ'קען באמת מאריך זיין אין דעם

עס ווענדט זיך אסאך אינעם יארגאנג-און אינעם סביבה

מ'דארף אבער מוסיף זיין

א] אז ווען ס'קומט צו טשעפען איז זייער וויכטיג זיך צו שאפן א שטיקל סופארט סיסטעם. דאס מיינט אז מ'זאל פרובירן זיך צו שאפן עטליכע- אדער לכה"פ איין- חבר/ים,
ווייל אן איינצעלנער איז פיל גרינגער צו רודף'ן ווי א גרופע.


ב]אמאל אמאל קען העלפן צו זאגן פארן רודף אז 'ס'טוט מיר אמת'דיג וויי', אבער נאר אויב ס'איז אן איינצעלנער רודף, און נאר אויב ער איז א בר-דעת
מיט א שוטה-אדער מיט א גרופע וועט עס בדרך הטבע נאר ערגער מאכן

ג]ס'איז זייער פיל מאל זייער שווער צו טרעפן אן עצה צו דעם. אסאך תפילה וועט העלפן
צופרי ביי ותצילני היום ובכל יום מ...

ד]מ'דארף אויך -אין אזא צייט- זייער פיל חיזוק פון עלטערן
עלטערן:נעמט דאס נישט פאר לייכט

ה]א ווארט צום נרדף: דו גייסט דורך זייער א שווערע צייט. עס איז עכט. אבער פרוביר צו חזר'ן "איך בין נארמאל- קלוג- עס פעלט מיר גארנישט
סוף כל סוף וועט נעמען אן עק צו דעם
זייער פיל נרדפים זענען זייער גרויס אויסגעשטיגן

ו] נאכאמאל: פארגעס נישט: זייער פיל תפילה


א יישר כח פארן עפענען דעם אשכול

הרבה מאוד נשאר בקולמוס ואי"ה עוד חזון
לעצט פארראכטן דורך בוחר בשירי זמרה אום דאנערשטאג יוני 16, 2016 11:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

אויבנאויף גאנץ א גוטע תשובה
איך וויל נאר צולייגן א געדאנק געבויעט אויף די וועלטס-ווערטל: פאר וואס באגראבט מען א נפטר? ווייל ער לאזט זיך!
דאס מיינט, דער נרדף איז געווענליך א געוויסע סארט מענטאליטעט, וואס מען זעהט אז ווערט טאקע געטשעפעט.
לעניות דעתי דארף מען צולייגן אז דער בחור זאל עוסק זיין אין זיך בויען ביי זיך, ער זאל זיך זעלבסט שעצן און רעספעקטירן, (ווי אזוי עס צוטוהן איז א שמועס פאר זיך), און דורכדעם וועט ער: 1) נישט ווערן דערשראקן ווען מען טשעפעט אים, וויסנדיג אז באמת איז ער חשוב און געשעצט. 2) זיינע חברים וועלן זעהן אז ער איז ביי זיך געשעצט און דערשרעקט זיך נישט פון זייערע טשעפערייען וועלן זיי אפשטעלן. 3) אפילו אויב זיי וועלן ווייטער טשעפען וועט ער נישט ווערן פארלוירן, נאר נוצן דעם שכל ווי אזוי ארויסצוגיין בדרך כבוד, טרעפן אזעלכע תשובות וואס דער מחנך האט דערמאנט און ענליכע.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אינטערסאנטע געדאנק פון א אשכול. געפעלט מיר.

אגב, וויל איך איך נאר זאגן, אז איך האב מוראדיג הנאה פון די קולע אל השערה'דיגע תשובות אין יענעם קאלום. צוריק צום נושא.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

צום שאלה, די פראבלעם קען זיך מאכן אפילו ביי א בחור מיט כשרונות וואס ווייסט נאר נישט וויאזוי עס צי עסן. און די אויסגעפראוווטע עצה דערצו איז ווי ערווענט, קאנפראנטן דעם רודף מיטן ריינעם אמת "דו טשעפעסט מיר מיטן זאגן" "עס טוט מיר וויי ווען דו טשעפעסט מיר".
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פארוואס נישט האט געשריבן:וואס נישט אלע זיינע תשובות האלט איך פון איהם. א שטייגער ווי די שאלה וויפול צייט א מאמע דארף אוועקגעבן פאר איהר קינד וואס די ענטפער איז געווען 4 מינוט א טאג

די שאלה איז געווען "היינטיג" געענטפערט, מיט א טיימליין און א אינסטראקשן, ווייל דאס פארשטייט ליידער היינט א געוויסע פראצענט מענטשן.

אבער איך מיין אז ביים שרייבן איז געליגן דערין א געוויסע סארקאזעם, און נישט די פשוטע '4 מינוט' תירוץ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

ענדע צדיק! האט געשריבן:
פארוואס נישט האט געשריבן:וואס נישט אלע זיינע תשובות האלט איך פון איהם. א שטייגער ווי די שאלה וויפול צייט א מאמע דארף אוועקגעבן פאר איהר קינד וואס די ענטפער איז געווען 4 מינוט א טאג

די שאלה איז געווען "היינטיג" געענטפערט, מיט א טיימליין און א אינסטראקשן, ווייל דאס פארשטייט ליידער היינט א געוויסע פראצענט מענטשן.

אבער איך מיין אז ביים שרייבן איז געליגן דערין א געוויסע סארקאזעם, און נישט די פשוטע '4 מינוט' תירוץ.


איך האף נאך צוטרעפן יענע מאמענט און עס איבערגיין אפשר דא ארויפברענגען.

ש'כח פאר אלע מיט זייער תשובות און עצות ס'מאכט קלארער די נושא
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

וויל זיין גוט האט געשריבן:אויבנאויף גאנץ א גוטע תשובה
איך וויל נאר צולייגן א געדאנק געבויעט אויף די וועלטס-ווערטל: פאר וואס באגראבט מען א נפטר? ווייל ער לאזט זיך!
דאס מיינט, דער נרדף איז געווענליך א געוויסע סארט מענטאליטעט, וואס מען זעהט אז ווערט טאקע געטשעפעט.
לעניות דעתי דארף מען צולייגן אז דער בחור זאל עוסק זיין אין זיך בויען ביי זיך, ער זאל זיך זעלבסט שעצן און רעספעקטירן, (ווי אזוי עס צוטוהן איז א שמועס פאר זיך), און דורכדעם וועט ער: 1) נישט ווערן דערשראקן ווען מען טשעפעט אים, וויסנדיג אז באמת איז ער חשוב און געשעצט. 2) זיינע חברים וועלן זעהן אז ער איז ביי זיך געשעצט און דערשרעקט זיך נישט פון זייערע טשעפערייען וועלן זיי אפשטעלן. 3) אפילו אויב זיי וועלן ווייטער טשעפען וועט ער נישט ווערן פארלוירן, נאר נוצן דעם שכל ווי אזוי ארויסצוגיין בדרך כבוד, טרעפן אזעלכע תשובות וואס דער מחנך האט דערמאנט און ענליכע.

ליינענדיג די ענטפער פונעם מחנך איז עס מיר נישט געפאלן, איך זעה איר זענט די איינציגסטער וואס ברענגט אביסל ארויס מיין נקודה. רוב מאל איז דא א טיפערע פראבלעם פארוואס מ'רודף'ט "פונקט" דעם נרדף, פאלגענד איז אפאר דוגמאות:

א) עס איז דא א תאוה / מחלה ווואס רופט זיך "זעלבסט רחמנות" (כ'געדענק נישט די ענגלישע ווארט פארדעם...), א מענטש האט ליב זיך איינצוקוטשקען אין זיך און רחמנות האבן אויף זיך, זיין קוועטשעדיג, ארבעטן אויף זיך זיך צו שפירן ווי די גרעסטע רחמנות פון די וועלט, אא"וו. דער נרדף באשטייט גאר א סך מאל פון מענטשן וואס פליסן איבער מיט די נאטור, עס מאכט מענטשן זייער נערוועז, און רודפים קלעבן צו אזא איינעם ווי בינען צו האניג. (אין אנדערע ווערטער, שטעלט אייך פאר א מיידל אין ישיבה... אדער, דערמאנט אייך די מלחמות מיט די שוועסטער...).

ב) שוואכע סאציאלע סקיל'ס פארטרייבט מענטשן און ברענגט רודפים.

ג) א אומסוקסעספולע בעל גאוה אדער מאניפולעיטער איז א ציל ברעט פאר רודפים.

און נאך.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

לדעתי, אויב האט דער בחור די קוראזש צו ענטפערן די צווייטער תירוץ, וואלט ער מתחילה קיינמאל נישט געוווען קיין ציל ברעט!
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

המשך...

ז] עס איז אמת אז עס קען אמאל קומען פון עפעס וואס דער נרדף טוט נישט ריכטיג
ווי למשל:זיין קלעבעדיג- טון זאכן וואס פארעקלען יענעם- נישט פארשטיין די בעיסיק קאמיוניקעישאן- און נאך
פונדעסנוועגן:

ח] איז קלאר -ביי די וואס דרייען זיך אין ישיבות, און טוען אין די נושא-
אז אסאך מאל קען עס קומען ביי איינעם וואס טוט קיין שום אומגעווענליכע זאך
עס פאסירט פונקט אזוי ביי נארמאלע בחורים

די ידיעה אליין וועט העלפן פאר דעם בחור, נישט צו ווערן צוקלאפט
צו קענען אויספירן דאס וואס אנדער האבן שוין דערמאנט:
נעמליך : בויען די סעלף עסטיעם
דאס וועט זיכער העלפן צו שאפן אפאר חברים
צו ווערן א גרופע און פאר א גרופע, ווי אויבן דערמאנט, גלוסט זיך ווייניגער צו רודף'ן

ט] די רדיפות קענען קומען פון פיל סיבות.
איינס פון די אפסטע סיבות, איז פשוט ווייל עס געבט פארן רודף א געפיל פון הנאה [נישט ווייל ער איז שלעכט, אבער זיין תאווה פאר מאכט- גרויסקייט- שטארקייט- ווערט דורך דעם באפעסטיגט און ערפילט]

י] עס קען אויך העלפן,
דער נרדף זאל אריינלייגן כוחות זיך אויסצוצייכענען אין א געוויסע מקצוע [עס קען זיין אין תורה- יראת שמים- אדער להבדיל סיי וועלכע 'האבי' (שרייבן, זינגען, שפילן מוזיק, מאלן)]
עס וועט אים געבן די פעסטקייט פון אינעווייניג זיך צו קענען פארמעסטן


יא]זייער וויכטיג פארן נרדף:
זיך נישט שעמען צו רעדן דערוועגן צו זיינע עלטערן, מחנכים, חברים
דאס רעדן טאר נישט זיין אויף אן אופן פון 'קוועטשן'
נאר פשוט אז ער זאל באקומען די שטארקייט עס איבערצוקומען


יב] עס קען אויך העלפן
זיך צו שאפן אויך אן אנדערע סביבה ווי מ'זאל אים נישט אראפקוקן [ווי למשל א חבורת משניות ביינאכט- א חבורה חסידות פרייטאג אדער שבת-וכדו'


אנטשולדיגט פארן נישט זיין אזוי מסודר
איך בין נישט גוט אין טייפן אזוי לאנג
נאר לגודל הנחיצות כתבתי. ואי"ה אכתוב עוד אם יהי' ביקוש
לעצט פארראכטן דורך בוחר בשירי זמרה אום פרייטאג יוני 17, 2016 8:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

איך מיין אז די נושא האשכול דארף נישט זיין : צו רב וואזנער זאגט גוט אדער נישט
נאר נעמען די נושאים און פרובירן צו זעהן וואס מ'קען ווייטער און ברייטער העלפן אידן דערין

נאכאמאל: א ריזיגן יישר כח פאר הרב פארוואס פארן זיין פותח האשכול
עס וועט בעזהשי"ת העלפן פאר פילע אידן
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dont care »

מה פתאום??? האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:אויבנאויף גאנץ א גוטע תשובה
איך וויל נאר צולייגן א געדאנק געבויעט אויף די וועלטס-ווערטל: פאר וואס באגראבט מען א נפטר? ווייל ער לאזט זיך!
דאס מיינט, דער נרדף איז געווענליך א געוויסע סארט מענטאליטעט, וואס מען זעהט אז ווערט טאקע געטשעפעט.
לעניות דעתי דארף מען צולייגן אז דער בחור זאל עוסק זיין אין זיך בויען ביי זיך, ער זאל זיך זעלבסט שעצן און רעספעקטירן, (ווי אזוי עס צוטוהן איז א שמועס פאר זיך), און דורכדעם וועט ער: 1) נישט ווערן דערשראקן ווען מען טשעפעט אים, וויסנדיג אז באמת איז ער חשוב און געשעצט. 2) זיינע חברים וועלן זעהן אז ער איז ביי זיך געשעצט און דערשרעקט זיך נישט פון זייערע טשעפערייען וועלן זיי אפשטעלן. 3) אפילו אויב זיי וועלן ווייטער טשעפען וועט ער נישט ווערן פארלוירן, נאר נוצן דעם שכל ווי אזוי ארויסצוגיין בדרך כבוד, טרעפן אזעלכע תשובות וואס דער מחנך האט דערמאנט און ענליכע.

ליינענדיג די ענטפער פונעם מחנך איז עס מיר נישט געפאלן, איך זעה איר זענט די איינציגסטער וואס ברענגט אביסל ארויס מיין נקודה. רוב מאל איז דא א טיפערע פראבלעם פארוואס מ'רודף'ט "פונקט" דעם נרדף, פאלגענד איז אפאר דוגמאות:

א) עס איז דא א תאוה / מחלה ווואס רופט זיך "זעלבסט רחמנות" (כ'געדענק נישט די ענגלישע ווארט פארדעם...), א מענטש האט ליב זיך איינצוקוטשקען אין זיך און רחמנות האבן אויף זיך, זיין קוועטשעדיג, ארבעטן אויף זיך זיך צו שפירן ווי די גרעסטע רחמנות פון די וועלט, אא"וו. דער נרדף באשטייט גאר א סך מאל פון מענטשן וואס פליסן איבער מיט די נאטור, עס מאכט מענטשן זייער נערוועז, און רודפים קלעבן צו אזא איינעם ווי בינען צו האניג. (אין אנדערע ווערטער, שטעלט אייך פאר א מיידל אין ישיבה... אדער, דערמאנט אייך די מלחמות מיט די שוועסטער...).

ב) שוואכע סאציאלע סקיל'ס פארטרייבט מענטשן און ברענגט רודפים.

ג) א אומסוקסעספולע בעל גאוה אדער מאניפולעיטער איז א ציל ברעט פאר רודפים.

און נאך.

זעלבסט רחמנות מיינט לכאורה victim status מאטי וויינבערגער האט א שטארקע דרשה אויף דעם מען קען עס הערן אויף זיין hotline אין יידיש און אין ענגליש
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

המשך...

יג] זייער וויכטיג טאקע נישט צו פארקריכן אין 'וויקטים סטאטוס' [וואס מיינט, "אזוי איז דער מצב און איך קען גארנישט טון דערצו. איך דארף נאר הילף פון יענעם"]
אלעמאל געדענקען:
סיי וואס עס וועט געשען, דארף זיך אנהויבן מיט מיין ארבעט צו פרובירן וואס איך קען -מיט אסאך תפילה און סיעתא דשמיא- טון

יד] תפילה מיינט נישט, זיך אפרעדן צום רבש"ע אויף יענעם [אין די גמרא (ב"ק?) שטייט אז דער אפרעדער ווערט נענש פריער עיי"ש בגמרא ומהרש"א קצת יוצא מן הכלל]
נאר בעטן דעם אויבערשטן זאל חונן דעת זיין דעם נרדף וואס צו טון. און דעם רודף, וואס נישט צו טון.
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פארוואס נישט האט געשריבן:שאלה פרשת נשא

איך וואלט געוואלט פרעגן אויב איר קענט מיר ארויסהעלפן מיט גאר א ווייטאגליכן ענין וואס דרוקט מיר אויפן הארצן שוין א לענגערע צייט, דאס איז די שרעקליכע ווייטאג פון זיין א נרדף.

איך בין ליידער א ציל ברעט פאר עטליכע בחורים פון מיין כתה, וועלעכע מיינען אז מיין בלוט איז הפקר פאר זיי און אז מ'קען טון מיט מיר וואס זיי ווילן, מיר צו דערגיין די יארן מיט אלע מינע שטעך-ווערטער.

ביטע אויב איר קענט מיך ארויסהעלפן מיט סיי וועלעכע הילף, ווייל איך שפיר אז איך האלט דאס מער נישט אויס.


די תשובה אין קורצן איז:

א) פראביר צו בעטן די בחורים מיט שיינעם אז סיי זאל'ן דיר אויפהערן רודפ'ן, און מאכ'ן ווערטלעך פון דיר, ווייל ס'טוט דיר וויי.

ב) אדער שפיל מיט מיט זיי מיט, למשל ער זאגט דיר אז די האסט גענומען שכל מיט א גאפל זאג איהם ש'כח פאר'ן מיר זאגן איך האב מיר אלץ געוואונדערט פארוואס איך האב אזוי ווייניג שכל.

פירט ער אויס אז נאך עטליכע מאל וועט זיך אויפהערן די טשעפערייען.

וואס זאגט די עולם צו דעם ?

עצה א):
ביי א מיעוט שאינו מצוי וועט עס מעגליך העלפן; באופן כללי קען דאס שטארק בעקפייערן, און פארשטערקערן זיין נעבעך-סטאטוס (צי וואטעווער עלס זיין סטאטוס איז)

עצה ב):
אויב ווערט דער בחור באגלייט אויף טריט און שריט, קען עס ארבעטן.

ואסביר, די נאטורליכע רעאקציע פון א א טשעפנאק אין א כגון דא איז: "אהה מ'האלט מיר שוין ערגעץ דער צעחישטער אנערקענט שוין זיין פראבלעם... אבער יענקי כמיין גראדע אז ס'געווען א טוט-פיק... כא כא כא"

נארמאלווייז וועט דער נרדף פרובירן, לכל היותר נאך צוויי מאל, און ווען עס וועט נאר ארגער מאכן וועט ער אויפגעבן. ומה הועילו ---- בתקנתם, ועם לא יועיל, יזיק!

אויב ווערט ער אבער באגלייט, וועט די חיזוק פונעם מחנך אים גיבן די אנהאלטס-קראפט דורכצוברעכן דעם מויער. כולי האי ואולי.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

איין זאך פארגעסן:

פיל מאל, איז פארהאן איין הויפט טשעפניאק, און אלע אנדערע זענען זיינע אונטערטאנען, צוליב איינס פון עטליכע סיבות, אדער איז ער א בחור מיט א ברייטע שפראך (סענס אויף יומער בלע"ז) אז עס איז א געשמאק צו זיך האלטן גוט מיט אים, אדער אונטערן באוואוסטזיין שפירט מען אז אויב וועל איך נישט זיין קיין חלק פון די וואס לאכן, וועל איך ווערן פון די פון וועמען מען לאכט, אז דער טשעפניאק וועט מיר נעמען אויפן צימבל.

דאס אז א בחור זאל שעפן חיות פון פייניגן א צווייטן, דאס איז אדער פשוט א פארדארבנקייט, אדער קומט עס פון אינערליכע צוקאלפטקייטן, וואס נאר דורך אונטערדריקן א צווייטן קומט מען צו א סיפוק, סיי ווי איז עס א זאך אויף וואס דער בחור דארף דרינגענדע הילף.

דעריבער זאל דער געטשעפעטער רעדן צו א מגי"ש משגיח וכו', אדער עלטערן, זיי זאלן מאכן וואכזאם דעם טשעפניאקס עלטערן אדער אים אליין, אז ער האט א שווערן פראבלעם, און ער מוז זוכן זיך צו היילן דערפון, נישט דוקא לגבי דעם געטשעפעטן נאר בכלליות.

נאך וואס דער טשעפניאק וועט פארשטיין דעם פראבלעם און וועט זיין גרייט צו ארבעטן, דארף מען אים מכבד זיין צו טוהן תשובת המשקל, סיי לגבי דעם געטשעפעטן, אז ער זאל אים באשיצן, און סיי לגבי אנדערע.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

באליען איז נישט אזוי פשוט. ערשטענס דארף די בחור אסאך אסאך חיזוק, און מען דארף צוריקברענגען זיין זעלבסט-רעספעקט און זעלבסט-קאנפידענטס וואס איז זיכער געשעדיגט געווארן.

מען קען נישט מיט איין ענטפער פון א מאגאזין אויסלערנען א בחור וויאזוי זיך צו אומגיין. מען דארף אסאך טעראפי און הילף פון באשעפער דאס זאל דורכגיין אן קיין שאדן.
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

פרשת בהעלותך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

ס'איז מיר נישט אויסגעקומען צוזעהן די מאמענט ביז יעצט

שאלה פרשת בהעלותך

זאל איך לאזן מיין בחור הערן "קול מבשר" ?

אזוי ווי ער רעדט נאר אויף די עתיד נישט אויף די עבר, און אויך נאר אויף עצות און נישט פערזענליכע מיינונגען, און דיירעקט נאר וואס איז נוגע צו בחורים, פרעגט ער אביסל אנדערש.

ווען איך זעה אז מיין בחור זיצט שעות ארוכות אויפ'ן טעלעפאון ליין, וואס זאל איך טוהן דערצו ?

די תירוץ בקיצור איז :
זיי מסביר פאר דיין זוהן זיין תכלית אין לעבן ווי ער ברענגט א משל פון שרייבן א בריוו וואס זאל ארויסברענגען וויאזוי מ'האט אמאל געהערט נייעס און אז אויף קולמע איז דא אסאך קנעפלעך וואס נישט יעדע איינע איז געמאכט פאר יעדן מ'דארף וויסן ווי איין און ווי אויס, און אזוי שיינערהייט מסביר זיין אז ס'איז נישט כדאי.

(צום סוף זאגט ער אז ער נעמט נישט קיין שטעלע צו קולמע איז אויסגעהאלטן אדער נישט)

דא איז די ערשטע הגאה גענומען פון די "מאמענט" אשכול

ישמחו האט געשריבן:די תשובה/בריוו פונעם מחנך הרב וואזנער איבער בחורים זאלן הערן "קול מבשר" אדער נישט, איז זייער גוט.
גייט צווישן די טראפן, נישט רייסעריש, נישט צוגיינעריש, שרייבט צו די זאך, רעדט צום תועלת און תכלית פון זיין בחור.
(און פארענטפערט זיך פארן אליינס געבן אינטערוויוס אויף קולמע נאך די פטירה פון זיין זיידן דער שבט הלוי ז"ל)
לעצט פארראכטן דורך פארוואס נישט אום מאנטאג יוני 27, 2016 12:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ס'איז מיר געפאלן ווי ער זאגט "לא הרי 114 קנעפל כהרי 115" חחח.....

איך האלט אז ער רעדט זייער נישט למעשה'דיג, אלס טאטע ווייס איך נאכאלץ נישט וואס צו טוהן? זאל איך שרייבן די בריוו צו מיין קינד? וואס זאל איך ארויסברענגען? זאל איך רעסטריקטן צו נישט?
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

פארוואס נישט האט געשריבן:שאלה פרשת נשא


איך בין ליידער א ציל ברעט פאר עטליכע בחורים פון מיין כתה, וועלעכע מיינען אז מיין בלוט איז הפקר פאר זיי און אז מ'קען טון מיט מיר וואס זיי ווילן, מיר צו דערגיין די יארן מיט אלע מינע שטעך-ווערטער.

.


די תשובה אין קורצן איז:


ב) אדער שפיל מיט מיט זיי מיט, למשל ער זאגט דיר אז די האסט גענומען שכל מיט א גאפל זאג איהם ש'כח פאר'ן מיר זאגן איך האב מיר אלץ געוואונדערט פארוואס איך האב אזוי ווייניג שכל.

פירט ער אויס אז נאך עטליכע מאל וועט זיך אויפהערן די טשעפערייען.

?


ביג ביג מיסטעיק!!

די ערגסטע זאך אזוי צו ענפערען! ווען דער בחור לעיבעלט זיך אליינץ אלץ רחמנות אדער נאר שפילט עס אריין פאר די רודפים אין די הענט, איך האב עס מיטגעוואינט אלץ בחור מיט טשעפעניאקעס, די מערסטע געליטענע זענען געווען די וואס האבען מיט געשפילט אז זיי זענען טאקע נעב'ס אדער נאראנים, זיי האבען זיך עמטליך דערקלערט אלץ נאר און אז זייער בלוט איז הפקר!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

איבער די 'קול מבשר' שאלה:

כ'האב נישט געליינט די מו"מ אינעם מאמענט, דעריבער זענען מיינע הערות נאר געצילט צו וואס עס איז געשריבן אין דעם אשכול.

לדעתי איז די ברייטערע שאלה, וועלעכע חלק פונעם הערן קול מבשר איז מנגד דעם חינוך. דער תוכן, צי די ביטול זמן.
און די נאך ברייטערע שאלה איז: האט דער בחור עפעס אנדערש? אויב נישט, דארף די שאלה ליבערשט זיין, וואס קען איך גיבן פאר מיין קינד, עפעס וואס זאל אים אנפולן דעם מח (אנפולן די צייט איז נישט די אישו ניין!) און געבן אביסל אמת'ע חיות.

אויב די לעצטע שאלה האט קיין תשובה, האב איך אים צו זאגן אט וואס: 'פרייט זיך אז ער הערט קול מבשר'
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

קומענדיגע פראגע אין מחנך אפטיילונג אין מאמענט:

ווען איך זעה אז מיין בחור פארברענגט שעות ארוכות מיטן ליינען "מאמענט", וואס זאל איך טוהן דערצו?


קענט איר צוטרעפן די תשובה?

נ.ב. איך רעד נישט פאר קינדער, נאר פאר בחורים...
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

קלוגער האט געשריבן:
פארוואס נישט האט געשריבן:שאלה פרשת נשא


איך בין ליידער א ציל ברעט פאר עטליכע בחורים פון מיין כתה, וועלעכע מיינען אז מיין בלוט איז הפקר פאר זיי און אז מ'קען טון מיט מיר וואס זיי ווילן, מיר צו דערגיין די יארן מיט אלע מינע שטעך-ווערטער.

.


די תשובה אין קורצן איז:


ב) אדער שפיל מיט מיט זיי מיט, למשל ער זאגט דיר אז די האסט גענומען שכל מיט א גאפל זאג איהם ש'כח פאר'ן מיר זאגן איך האב מיר אלץ געוואונדערט פארוואס איך האב אזוי ווייניג שכל.

פירט ער אויס אז נאך עטליכע מאל וועט זיך אויפהערן די טשעפערייען.

?


ביג ביג מיסטעיק!!

די ערגסטע זאך אזוי צו ענפערען! ווען דער בחור לעיבעלט זיך אליינץ אלץ רחמנות אדער נאר שפילט עס אריין פאר די רודפים אין די הענט, איך האב עס מיטגעוואינט אלץ בחור מיט טשעפעניאקעס, די מערסטע געליטענע זענען געווען די וואס האבען מיט געשפילט אז זיי זענען טאקע נעב'ס אדער נאראנים, זיי האבען זיך עמטליך דערקלערט אלץ נאר און אז זייער בלוט איז הפקר!


אוודאי אויב מען טוט עס מיט א אמת'דיגקייט און דער בחור לעבלט זיך אלס א נער וועט ער ווערן ווייטער די ציל ברעט
אבער אויב מען טוט עס מיט שכל ווערט יענער נמאס פין דיר ניצן פאר זיין קרבן
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

שטארק!
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

פארוואס נישט האט געשריבן:ס'איז מיר נישט אויסגעקומען צוזעהן די מאמענט ביז יעצט

שאלה פרשת בהעלותך

זאל איך לאזן מיין בחור הערן "קול מבשר" ?

אזוי ווי ער רעדט נאר אויף די עתיד נישט אויף די עבר, און אויך נאר אויף עצות און נישט פערזענליכע מיינונגען, און דיירעקט נאר וואס איז נוגע צו בחורים, פרעגט ער אביסל אנדערש.

ווען איך זעה אז מיין בחור זיצט שעות ארוכות אויפ'ן טעלעפאון ליין, וואס זאל איך טוהן דערצו ?

די תירוץ בקיצור איז :
זיי מסביר פאר דיין זוהן זיין תכלית אין לעבן ווי ער ברענגט א משל פון שרייבן א בריוו וואס זאל ארויסברענגען וויאזוי מ'האט אמאל געהערט נייעס און אז אויף קולמע איז דא אסאך קנעפלעך וואס נישט יעדע איינע איז געמאכט פאר יעדן מ'דארף וויסן ווי איין און ווי אויס, און אזוי שיינערהייט מסביר זיין אז ס'איז נישט כדאי.

(צום סוף זאגט ער אז ער נעמט נישט קיין שטעלע צו קולמע איז אויסגעהאלטן אדער נישט)

דא איז די ערשטע הגאה גענומען פון די "מאמענט" אשכול

ישמחו האט געשריבן:די תשובה/בריוו פונעם מחנך הרב וואזנער איבער בחורים זאלן הערן "קול מבשר" אדער נישט, איז זייער גוט.
גייט צווישן די טראפן, נישט רייסעריש, נישט צוגיינעריש, שרייבט צו די זאך, רעדט צום תועלת און תכלית פון זיין בחור.
(און פארענטפערט זיך פארן אליינס געבן אינטערוויוס אויף קולמע נאך די פטירה פון זיין זיידן דער שבט הלוי ז"ל)

עס איז זייער שווער צו באגרעניצן וועלכע חלקים יא און וועלכע נישט, ווייל ווען מען זוכט וואס צו טוהן, טוט מען וואס מען קען נאר, און כולי עלמא מודי אז ווען א בחור ווערט אריינגעשלעפט, וועט ער צוביסלעך פארמאכן די גמרא, האבנדיג גענוג און נאך וואס צו טוהן.
לגבי יונגלעך איז עס פיל ערגער, ווייל עס איז כמעט אומעגליך צו מיטהאלטן נייעס און נאך האבן די קאפ ביי די גמרא.
לגבי יונגעלייט איז א שמועס פאר זיך.
אם לא עכשיו אימתי
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”