קול העולם טעגליכע נייעס אימעיל‎

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

קול העולם טעגליכע נייעס אימעיל‎

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

די ״קול העולם״ נייעס אויף טוויטער האט נעכטן ארויסגעשטעלט די פאלגענדע מעסעדזש, אז זיי גייען אנהייבן א טעגליכע נייעס אימעיל יעדן צופרי, אויף אידיש און ענגליש.

זייער מעסעדזש אין ענגליש:

Kol Haolam began 6 years ago with a novel mission: Get the news you need delivered to your phone, up to the minute and 140 characters at a time. Tens of thousands of tweets later, Kol Haolam is expanding to meet the news needs of today's busy consumers.

The Kol Haolam daily newsletter launching next week is the first of its kind. It will combine Kol Haolam's news-brief style you are used to with a comprehensive overview of what happened in the world that day. Whether you live in the United States, Israel, Britain or Zimbabwe, wake up every day with the news you need to know.

From the streets of Boro Park and Lakewood to the halls of power in Washington and Yerushalayim, a no-frills email every morning keeps you informed and in the know. The email works on all phones, even kosher and older versions. Forget 22 minutes - just give us five minutes, we'll give you the world.

There will be two emails, one for Yiddish speakers and one for English. Renowned writers and news analysts are joining the Kol Haolam team for this exciting new project. You can sign up for one. Or you can sign up for both. Invite a friend. Tell your parents. Kol Haolam - the most trusted name in Jewish media.

To sign up, vist www.KolHaolamDaily.com

און זייער מעסעדזש אין אידיש:

ערשטמאָליג און רעוואָלוציאָנעריש!

העכסט-פריידיגע מעלדונג פאַר נייעס ליבהאָבער!

מיר זענען שטאָלץ און פרייליך צו מעלדן אונזער "קול העולם-טעגליך" סערוויס, וואָס וועט באַשטיין פון א רייכע טעגליכע אימעיל, וואו עס וועט באַריכטעט ווערן געשמאַק און אין קורצן נייעסער פון איבער דער גאָרער וועלט, נאַציאָנאַלע נייעס, אידישע נייעס, פּאָליטיק און נאָך!

דער אימעיל וועט זיין צובאַקומען סיי אויף די ענגלישע שפּראַך און סיי אויף די אידישע שפּראַך, קאָרעגירט און צוזאַמגעשטעלט טעגליך דורך א שטאַב פון פּראָפעסיאָנאַלע שרייבער און רעדאַגירער, וועלכע וועלן אַראָפּגעבן די נייעס אויפן קורצסטן און געשמאַקסטן פאַרנעם, גרינג און שנעל צום ליינען, פאַר'ן פארנומענעם ביזנעסמאַן אין אָפיס, פאַר'ן סעילסמאַן אויפן ראָוד, פאַר'ן אַרבעטער ביים דעסק, פאַר'ן כולל יונגערמאַן וועלכער קוקט זיין אימעיל איינמאָל א טאָג, פאַר'ן ענטרעפּרענור צווישן איין ביזנעס מיטינג און צווייטן!

דער טעגליכער אימעיל וועט זיין הערליך מסודר, מיט באַזונדערע קאַטעגאָריעס פאַר יעדע נייעס, אַז דער ליינער זאָל גרינג טרעפן די סאָרט נייעס וואָס פאַראינטערעסירט אים. באַזונדער האָבן מיר אויסגעאַרבעט מיט פּראָפעסיאָנאַלע אימעיל עקספּערטן אַהערצושטעלן די נייעסער ליינבאַר און פליסיג, אויך אויף יעדן סאָרט דעווייס, צי סמאַרטפאָונס אָדער טעבלעטס, אזוי אויך אלע כשר׳ע און געפילטערטע דעווייסעס.

עס וועלן זיין פאַרשידענע אַפּציעס פון "קול העולם" אימעילס וואָס איר וועט זיך קענען אויפסיינען דערויף און הנאה האָבן. די "קול העולם-טעגליך" רעוואָלוציע וועט געלאָזט ווערן אין גאַנג באַלד נאָכ'ן יום טוב שבועות, און אט זענען די גענויע טעכנישע דעטאַלן וואו און וויאַזוי מען קען זיך אויפסיינען הנאה צו האָבן דערפון:

גייט ארויף אויפן וועבסייט: KolHaolamDaily.com און דארטן סיינט אייך אויך פאר די ספעציפישע אימעילס וואס איר ווילט באקומען - די טעגליכע צופרי אימעיל, אויף וועלכע שפראך, ברעיקינג ניוז אימעיל אלערטס און נאך. אויב האט איר נישט צוטריט צום אינטערנעט נאר צו אימעיל, קענט איר זיך אויפסיינען דורכן שיקן אן אימעיל צו: [email protected] און דורכדעם אויסוועלן וועלכע אימעיל איר ווילט באקומען.

אַזאָנס איז נאָכנישט געווען ביז'ן היינטיגן טאָג! אויב זענט איר ענטוזיאַסטיש פאַר די נייעס רעוואָלוציע, פאַרשפּרייט דעם פריידיגן מעסעדזש פאַר אַלע אייערע פריינט, פאַמיליע, קאָלעגעס און באַקאַנטע, אַז זיי זאָלן נישט פאַרפּאַסן, נאָר זיך מיטכאַפּן!

מיט שעצונג און פרייד פאַר'ן צוקונפט:
רעדאַקציע פון "קול העולם".

#קול_העולם_רעוואָלוציע

****

וואס האלט דער עולם? וועט זיך אזא זאך אויסארבעטן?‎
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

בנימין האט געשריבן:וואס האלט דער עולם? וועט זיך אזא זאך אויסארבעטן?‎


מיט די פעסטקייט מיט וואס קול העולם אויף טוויטער איז אנגעגאנגען אזא לאנגע צייט אן מאכן א פעני, און אפילו יעצט מאכט ער אויך נישט קיין גרויסע געלטער, אויב איז ער גרייט ווייטער צו גיין מיט דעם זעט אויס ווי ער האט שטארקע טשאנסן פאר הצלחה צו אויסוואקסן א גרעסערע נייעס קוואל
פאר קריטיק דריקט דא
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

די שאלה איז, וואס מיינט עס וועט זיך "אויסארבעטן"? מאכן געלט, איז גאר גאר שווער, ווי אלע אנדערע אנליין פראבעס האבן איבערגעוויזן. אין בעסטן פאל נעמט עס יארן, און רובא דרובא מאכט זיך עס צו ווען דער פירער ווערט מיד פון נישט זען די רעזולטאטן וואס ער האט געהאפט.
עס קען זיך אפשר אויסארבעטן ווי לאנג איינער קען עס באווייזן צו טון אויף א גרינגן אופן (למשל אז ער איז סייווי אין די ליין פון שרייבן נייעס) און איז עס גרייט צו טון שלא ע"מ לקבל פרס פאר א לאנגע צייט.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

בנימין האט געשריבן:וואס האלט דער עולם? וועט זיך אזא זאך אויסארבעטן?

פאר געוויסע איז ער א מזכה את הרבים און פאר געוויסע א אנשיקעניש
לעצט פארראכטן דורך געשמאקער אום דאנערשטאג יוני 09, 2016 4:26 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

וואו קומט עס דא אריין?
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

היסטאריע האט געוויזן, און ווייזט נאך אלץ, אז די ארבייט פון שרייבן קען נישט אנגיין מער ווי די קורצע צייט פון "עקסייטמענט" אן שכרו משלם, אן קיין שום אויסנאם.

עס קען אנגיין שטארק א קורצע צייט, אדער שוואך-זייטיג-פארט-טיים א לענגערע צייט, אבער די זעלבע רעזולטאטן. צו זיין שטארק, לאנג-טערם, בקביעות, מוז זיין אינקאם.

גענוג מאל זעהט מען דא אויף איי-וועלט איינער "נעמט זיך אונטער" עפעס א וואזשנער חידוש צו שרייבן, ברענגען, באריכטן, מיט "עקסייטמענט" אז דער עולם "גייט זיכער שפרינגען." נאך אפאר טעג, וואכן, חדשים, איז אלעס פארשלאפן. פארוואס? ווייל אז ס'האט נישט קיין גרינע $$$ (גרינע שמייכלן דעקן נישט די בודזשעט) קען עס נישט אנהאלטן.

האט עס יא א וועג פון אנהאלטן? זיכער. אבער... גערן באישי.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
בנימין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 16, 2011 10:58 am
לאקאציע: ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין »

איך ווייס גראדע ווער דער שרייבער איז. ער שרייבט סייווי נייעס רוב טאג.
איך אליין געב עס א גרויסן טשאנס.

איך הער אויך אז קול העולם איז געווארן לעצטנס שטארק אויפגעפיקט אלס אן אדערטייזונג פלאטפארם, כאטש וואס זיי האבן פעסט געהויבן די פרייזן.
זעט אויס ס'ברענגט פיינע רעזולטאטן
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

פארוואס מאכט ער נישט קיין געלד ? עס קאסט דאך איפ גארנישט ? אין יעדע עד איז ריין פראפעט ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19747
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

eller האט געשריבן:פארוואס מאכט ער נישט קיין געלד ? עס קאסט דאך איפ גארנישט ? אין יעדע עד איז ריין פראפעט ?


Sorry


When was a kid

I was told
TIME IS MONEY
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

די #שטאלץ #פרייליך #מעכטיג לשונות דערמאנט מיך פון איינעם...
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אז ער האלט אן שוין אזוי לאנג ווייזט דאס אז עס לוינט אים צו אנגיין, און איך בין זיכער אז ער איז נישט דא לשם מצוה, דער האט א פלאן צו מאכן געלט, ער וועט נישט אזוי שנעל ארויסגיין פון ביזנעס.

אגב
געלעגער האט געשריבן:די #שטאלץ #פרייליך #מעכטיג לשונות דערמאנט מיך פון איינעם...

מיך נישט!!
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

די ערשטע אימעיל איז היינט אנגעקומען, קוקט אויס זייער גוט.
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל »

מה פתאום??? האט געשריבן:די ערשטע אימעיל איז היינט אנגעקומען, קוקט אויס זייער גוט.

קאפי אריין ביטע, איך וויל זען ווי אזוי עס קוקט אויס
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

yid האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/0B_OmPEJPqfeFU0lLcm5NX3EyZU0/view?usp=sharing

זעט אויס זייער גוט!
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

מען דארף עפענען א פייל אדער מען קען עס פשוט ליינען ווי טעקסט אינעם אימעיל?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

מי חכם האט געשריבן:מען דארף עפענען א פייל אדער מען קען עס פשוט ליינען ווי טעקסט אינעם אימעיל?


ווי פשוט׳ע טעקסט
געשטימט פאר ראשעק הול
קאטשי מאטשי
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 26, 2015 5:51 am
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשי מאטשי »

.
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (17.19 KiB) געזען 10271 מאל
לעצט פארראכטן דורך קאטשי מאטשי אום דינסטאג יוני 21, 2016 9:16 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קאטשי מאטשי
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 26, 2015 5:51 am
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשי מאטשי »

יאנקל האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:די ערשטע אימעיל איז היינט אנגעקומען, קוקט אויס זייער גוט.

קאפי אריין ביטע, איך וויל זען ווי אזוי עס קוקט אויס


הויפט נייעס
פאליטישע היסטאריקער האבן געהאט פאראויסגעזאגט אז דאנעלד טראמפ'ס פרעזידענט קאנדידאטור וועט מיטקומען מיט אן ערנסטן געפאר פון אטענטאטן, און יעצט שטעלט זיך דאס ארויס אלס א רעאליטעט. נעכטן האבן סיקרעט סערוויס באאמטע אויפגעדעקט שרעקעדיגע דעטאלן איבער א פארשוין וועלכער איז ארעסטירט געווארן ווען ער האט פרובירט צו רויבן א רעוואלווער פון א סיקרעט סערוויס אגענט, וועלנדיג נוצן דעם רעוואלווער צו דערמארדן טראמפ.
דער בריטיש-אפשטאמיגער יוגענטליכער מייקל סענפארד האט דערציילט פאר פעדעראלע אויספארשער אז ער האט שוין א יאר צייט אין פלאן צו דערמארדן טראמפ, און האט זיך געגרייט צו שטארבן דורכפירנדיג דעם אטענטאט, וויסנדיג אז סיקרעט סערוויס אגענטן וועלן אים דערשיסן אויפן פלאץ. ער האט זיך טרענירט ביי א שיסעריי צענטער אין קאליפארניע, בעפאר'ן ארויספארן קיין לאס וועגאס, אנטיילצונעמען ביי א טראמפ ראלי שבת, וואו ער האט געזאגט פאר א סיקרעט סערוויס אגענט אז ער וויל באקומען טראמפ'ס אונטערשריפט, און דאן האט ער פרובירט צו רויבן דעם רעוואלווער, און איז ארעסטירט געווארן.
לאקאלע נייעס
ראביי אלווין קאס, אן אכציג יעריגער איד וועלכער דינט שוין מער ווי פופציג יאר אלס אידישער טשאפלעין אינערהאלב די ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט, איז אטאקירט געווארן דורך אן אומאידענטיפיצירטער פארשוין, וועלכער איז אים איבערגעפאלן און אראפגעווארפן אויף דער ערד. די אטאקע האט פאסירט זונטאג אינדערפרי אבער דעטאלן דערפון זענען ערשט נעכטן ארויסגעקומען, ווען די פאליציי האבן געבעטן פובליק הילף צו אידענטיפיצירן דעם אטאקירער. די אטאקע אויף ראביי אלווין קאס האט פאסירט אינעם אפּער וועסט סייד אין מאנהעטן, ווען ער האט שפאצירט פאר איבונגען ווי עס איז זיין רוטין יעדן אינדערפרי. ער האט געליטן מילדע וואונדן, און די פאליציי זאגן אז וויבאלד עס זענען נישטא קיין שום סורוועילענס קאמערעס אינעם געגנט, איז נאכנישט געמאכט געווארן קיין ארעסטן.
נעכטן מאנטאג זענען געפאלן די ערשטע קרבנות פונעם מאסיוון קארופציע אויספארשונג וואס פעדעראלע פראקורארן פירן אן קעגן די ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט און ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא. דריי ניו יארק סיטי פאליציי באאמטע, אריינגערעכנט דעפיוטי אינספעקטאר דזשעימס גרענט, דעפיוטי טשיף מייקל הערינגטאן און סארדזשענט דעיוויד ווילאנועווע, זענען ארעסטירט געווארן נעכטן אינדערפרי און ווערן אנגעקלאגט אויף מאסיווע קארופציע קלאגעס, אריינגערעכנט אז זיי האבן גענומען פריוואטע טובות און לוקסוס אין ווערד פון 100,000 דאלער, אין אויסטויש פאר'ן צוריקטאן טובות פאר די רייכע ביזנעסלייט וועלכע האבן זיי געטאן די טובות.

פאראינטערעסירטע זאלן זיך פארבינדן דורך אימעיל: [email protected] אדער קליקט דא.
נאציאנאלע נייעס
דאנעלד טראמפ האט נעכטן אויפגעזאגט זיין קאמפיין מענעדזשער קאורי לאוואנדאוסקי, וועלכער האט געפירט טראמפ'ס קאמפיין פון די ערשטע מינוט ווען ער האט געמאלדן זיין קאנדידאטור און לענגאויס דעם גאנצן פריימערי סעזאן. דער באשלוס אויפצוזאגן לאוואנדאוסקי איז געקומען ווי א שאק צו לאוואנדאוסקי זעלבסט און צו טראמפ קאמפיין איינגעשטעלטע. לאוואנדאוסקי האט געזאגט אז ער האט נישט קיין אנונג פארוואס ער איז אויפגעזאגט געווארן, אבער באריכטן אינערהאלב דעם טראמפ קאמפיין האבן אנגעגעבן אז טראמפ'ס טאכטער, איוואנקא טראמפ, האט ביי א רוטינע טעגליכע מיטינג נעכטן אינדערפרי געזאגט פאר איר טאטן אז זי קען מער נישט ארבעטן פאר'ן קאמפיין אויב לאוואנדאוסקי איז ווייטער קאמפיין מענעדזשער. איוואנקא און אנדערע טראמפ נאנטע האבן באשולדיגט לאוואנדאוסקי אין בלאקירן פארשידענע פארשריט און טוישונגען וואס זיי האבן געוואלט איינשטעלן אינעם קאמפיין.
די אבאמא אדמיניסטראציע איז נישט באקאנט אלס אזעלכע וואס ברעכן זיך שנעל פון דרוק, און אוודאי נישט אויב די דרוק קומט פון די רעפובליקאנער. אבער נעכטן מאנטאג איז געווען א זעלטענע ביישפיל, ווען אבאמא האט זיך יא שנעל געבראכן. די אדמיניסטראציע האט געהאט ארויסגעגעבן, ווי פארשפראכן, די טראנסקריפטן פון די 911 קאללס וואס דער טעראריסט אומאר מאטין האט געמאכט צו די פאליציי בשעת'ן דורכפירן די שיסעריי אין ארלענדא, אבער די אדמיניסטראציע האט פארמעקט פארשידענע טיילן פון די קאללס, אריינגערעכנט דארט וואו מאטין האט ערווענט איסלאם, אייסיס און אייסיס פירער אבו באקאר על באגדאדי. רעפובליקאנער קאנגרעס ספיקער פאול רייען האט פארדאמט די אדמיניסטראציע'ס פארמעקונג, און נאך שטארקע דרוק, האט די אדמיניסטראציע ארויסגעגעבן די פולע טראנסקריפט פון די קאללס.
נעכטן איז געווען דער ערשטער אפיציעלער זומער טאג אויפן קאלענדער, און אין טיילן פון אמעריקע האט זיך דאס שטארק אנגעזען און געשפירט. אין פאלם ספרינג, קאליפארניע האבן די היצן דערגרייכט אזוי הויעך ווי 121 דעגרי, וואס די שרעקליכע היצן האבן צוגעגעבן צו צוויי מאסיווע וואלדפייערן וועלכע ברענען אין די סטעיט. מאסן איינוואוינער ארום די אנזשעלעס נעשאנעל פארעסט ראיאן זענען עוואקואירט געווארן, ווען די צוויי פייערן האבן זיך פארשפרייט, און די פייערלעשער האבן פארלוירן דאס ביסל קאנטראל וואס זיי האבן שוין געהאט אויף די פייערס.
מדינת ישראל נייעס
מדינת ישראל טראנספארטאציע מיניסטער האט פארגעשלאגן א רעוואלוציאנערע פלאן, צו העלפן די פלאגענישן פון די עזה איינוואוינער, דורכ'ן אויפבויען א מענטשליך-געמאכטע אינזל, וועלכע וועט ווערן געבויט אינעם וואסער עטליכע מייל אוועק פון די עזה בארטענעס. עס וועט קאסטן ארום פינף ביליאן דאלער צו בויען און וועט קאנטראלירט ווערן דורך מדינת ישראל און עגיפטישע קרעפטן. עס וועט אנהאלטן א פּארט פאר שיפן מיט פראדוקטן צו קענען אנקערן און אפליפערן קיין עזה, און אויך וועט מען עווענטועל בויען א לופטפעלד אויפן מענטשליך-געמאכטן אינזל, וואס וועט זיין די ערשטע לופטפעלד פאר עזה.
אינטערנאציאנאלע עקספערטן זאגן אז די באציאונגען צווישן טערקיי און מדינת ישראל וועט זיך ווארשיינליך נארמאליזירן און אנווארימען אין די קומענדיגע מאנאטן, אינדערצייט וואס די צוויי לענדער האלטן אפ דירעקטע געשפרעכן. דאס קומט אלס רעזולטאט פון דעם וואס עס זענען אנטדעקט געווארן נייע אויל רעזערוון אין מדינת ישראל, און טערקיי וועט האבן אן אינטערעסע צו קויפן אויל פון די מדינת ישראל רעזערוון.
וועלטליכע נייעס
א יו-ען באריכט צייגט אז אזויפיל ווי 65 מיליאן מענטשן איבער דער וועלט האבן אין יאר 2015 געמוזט אנטלויפן פון זייערע היימען, אלס רעזולטאט פון מלחמות, פאליטישע קאמפן און בלוט פארגיסונג. דאס איז די גרעסטע יערליכע ציפער זינט די יו-ען האלט חשבון אויף דעם. לויט'ן יו-ען באריכט, איז דער מצב אין 2015 געווען אז יעדע מינט פונעם יאר זענען פרישע 24 מענטשן געווען געצווינגען צו אנטלויפן פון זייערע היימען. סיריע, אפגאניסטאן און סאמאליע זענען געווען די גרעסטע ביישטייערער צו די ציפער פון 65 מיליאן אנטלאפענע.
די איראנער רעגירונג זאגט אז זי האט נעכטן מאנטאג סוקסעספול אפגעשטעלט א סעריע געפלאנטע טעראר אטאקעס, וועלכע וואלטן געווען די ערגסטע טעראר אטאקעס אין איראנ'ס היסטאריע. עטליכע פארשוינען זענען ארעסטירט געווארן און הויפענעס וואפנס, אריינגערעכנט פארטיגע באמבעס, זענען קאנפיסקירט געווארן. די איראנער רעגירונג האט נישט ארויסגעגעבן צופיל דעטאלן, נאר געזאגט אז די ארעסטירטע האבן באלאנגט צו א "וואהאבי" גרופע, וועלכע זענען אפיליאירט מיט איראן'ס בלוט-שונא סאודי אראביע.
בעלגישע פאליציי האבן געמאלדן אז זיי האבן באפרייט זעקס פארשוינען וועלכע זענען ביז יעצט געהאלטן געווארן פאר אויספארשונגען אין פארבינדונג מיט א באוואפנטע אטאקע אויף א שנעלצוג באן צווישן אמסטערדאם און פאריז אין אוגוסט 2015. ביי די אטאקע זענען צוויי פאסאזשירן פארוואונדעט געווארן, בעפאר עטליכע פאסאזשירן, אריינגערעכנט אמעריקאנער זעלנער, האבן באוויזן אומשעדליך צו מאכן די אטאקירער. די זעקס זענען נעכטן באפרייט געווארן אנע שום קלאגעס.
דער מצב מיט'ן שטארקן הונגער אין ווענעזועלע ווערט ערגער און ערגער פון טאג צו טאג, נאכדעם וואס די ארטיגע קאמוניסטישע רעגירונג האט פארלוירן קאנטראל אויף די עקאנאמיע און געשעפטן שטייען אויסגעליידיגט פון פראדוקטן. "רויטערס" האט נעכטן אינטערוויוט עטליכע איינוואוינער, אויסגעהונגערט און אויסגעמאגערט, וועלכע האבן זיך אויסגעדרוקט אז "א רויע איי ווערט באטראכט ווי א שטיק סאליד גאלד דא אין לאנד".
קרישקעלעך
דער סענאט האט אפגעווארפן 4 באזונדער גאן-קאנטראל בילס, אויפגעברענגט געווארן אלס רעזולטאט פון ארלענדא טעראר אטאקע.
נ.י. סיטי קאונסיל׳ס סאניטאציע קאמיטע געשטימט אפצושטופן פּלעסטיק שאפּינג בעג שטייער ביז פעברואר 2017.
איראן וועט קויפן 100 פאסאזשיר פליגערס פון אמעריקאנער באואינג פירמע.
קלאסיפיידס
ווילט איר אייער קלאסיפייד זאל ערשיינען דא פאר א מינימאלע פרייז? שיקט אימעיל צו [email protected]
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליון »

כ'מוז זאגן, דער קול העולם טעגליך גייט שוין אן מער ווי צוויי וואכן, און עס איז אויסערגעווענליך. א שיינע פראפעסיאנאלע ארבעט, שיין צוזאמגענומען די נייעס אין קאטעגאריעס, קורץ און קלאר. לאמיר האפן זיי וועלן אנגיין
Impossible is just an opinion
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

thursday matos masai
אטעטשמענטס
Gmail - גייט טראמפ זיך ארויסציען פונעם פרעזידענט פארמעסט_ _ דאנערשטאג מטו_מ תשע_ו.pdf
(228.74 KiB) געווארן דאונלאודעד 172 מאל
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10694
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

איך באקום די לעצטע וואך קול העולם טעקסט נאר א האלבע מעססעדזש ווייסט איינער וואס איז פשט ?? איז עס ביי יעדעם אזוי ?
(אנטשולדיגט איך פרעג עס דא איך האב נאר געראפען דעי אשכול...)
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איך האב אויך דעם פראבלעם. טוויטער מאכט פראבלעמען פאר SMS יוזערס לעצטנס.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

אזוי שרייבט קול העולם. יעצט כאפעך אבער אז די אנדערע פלעצער וואו איך בין אויפגעסיינט קומען יא אן ווי געהעריג. ווייסעכניש
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”