די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך מחותן » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 12:19 am

די ארטיקעל ״די בראשית יארען אין אמעריקע״ לויפט שוין יארען, ער האלט שוין ביים 845׳סטע ארטיקעל.

די לעצטע פאר וואכען באשרייבט ער די ענגלישע לימודים אין סאטמער,
די וואך האט ער געגעבן א רוק אריין א נקודה וואס פארלאנגט אויסגעשמיעסט צו ווערען,

ער סאגט בתוך הדברים אז די רבי זי״ע זאל האבן געזאגט אז אלמלא ער קען ווען וואלט ער אין זיינע מוסדות אויך איינגעפירט אז מען זאל (ביי די יונגליך) נישט לערנען קיין ענגליש..

ער ברענגט טאקע א שטיקעל מקור, אבער הדבר אומר דרשינו.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4701
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 12:26 am

אנגעהויבן די ארטיקל אום כ"א כסליו תשנ"ה, לכבוד די יובל החמישים..
נאט אייך א גרינע...


מייקל סעוועדזש
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 8:24 pm

תגובהדורך מייקל סעוועדזש » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 12:27 am

די וואך שרייבט ער אויך אז דער רבי האט געזאגט מ'זאל לערנען נ''ך מיט די קינדער
צייכן מיינע ווערטער: טראמפ און קרוז גייען קיינמאל נישט זיין פרעזידענט!

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 2:28 am

געדענק איך אנדערע באשרייבונגען װאַס האבען געשריבען אז ער האט יא געהאלטען אז מען זאל דא לערנען ענגליש און פאר דיע װאס װילען דװקא נישט האט ער געזאגט קענען גיין צו די מלאכים

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4701
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 9:53 pm

ער רעדט פון די סטעיטמענט אויך, דער רבי האט'ס טאקע געזאגט אבער מיט אן אויסדרוק פון באדויער אז ער האט נישט קיין ברירה ווייל זיין מוסד איז ברייט באקאנט און קאן זיך נישט באהאלטען משא"כ די ת"ת פון די מלאכים.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פאפיגיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 395
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך פאפיגיי » מיטוואך דעצמבער 23, 2015 6:34 am

מייקל סעוועדזש האט געשריבן:די וואך שרייבט ער אויך אז דער רבי האט געזאגט מ'זאל לערנען נ''ך מיט די קינדער


דאס האט דאך די רבי קלאר פארלאנגט ביי די אסיפת המלמדים, און ס'איז דאקומענטירט דאכט זיך מיר סוף פון די חידושי תורה לדינער'ס.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2879
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג יוני 28, 2020 5:29 pm

איז דא א פלאן אז דער ארטיקל זאל ווערן געדרוקט אין א ספר פארמאט?
לכל הפחות די ערשטע 800 פארזעצונגען און דאן יעדע יאר צו צוויי ארויסקומען מיט נאך א כרך?

אויסער דער עצם מטרה פון דעם פארזעצונג, ליגט אויך באהאלטן אוצרות היסטוריה.

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך יקוםפרקן » זונטאג יוני 28, 2020 11:16 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:איז דא א פלאן אז דער ארטיקל זאל ווערן געדרוקט אין א ספר פארמאט?
לכל הפחות די ערשטע 800 פארזעצונגען און דאן יעדע יאר צו צוויי ארויסקומען מיט נאך א כרך?

אויסער דער עצם מטרה פון דעם פארזעצונג, ליגט אויך באהאלטן אוצרות היסטוריה.


זענען דען די ארטיקלען פרישע ווארע? עס איז בעיקור פון ר' שלמה יעקל געלבמאן ע"ה ספרים וועלכע איז אויף לשה"ק און ער שרייבט דאס איבער אויף אידיש

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2879
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג יוני 28, 2020 11:41 pm

אמת, אבער ס'איז אידיש, און ס'איז אויך דא הוספות.

ווי איך פארשטיי איז דאס געשריבן געווארן בשותפות דורך ר' שלמה יענקל ז"ל מיט יבלחט"א ר' מנשה פילאף שליט"א.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך להודיע » זונטאג יוני 28, 2020 11:57 pm

לידיעה בעלמא. מושיען של ישראל האלט נאך ביי שנת תש"ט. ס'איז אלזא נישט פון ר' שלמה יענקל'ס ספרים.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2879
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג יוני 29, 2020 9:30 am

ס'איז פון ר' שלמה יענקל'ס אוצרות.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24939
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 29, 2020 10:46 am

אגב, פון תשכ"ד פעלט עטליכע קרישקעלעך.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2879
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג יוני 29, 2020 12:54 pm

בכוונה?

היסטאריקער
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך היסטאריקער » מאנטאג יוני 29, 2020 4:25 pm

שמואל בארג האט געשריבן:אמת, אבער ס'איז אידיש, און ס'איז אויך דא הוספות.

ווי איך פארשטיי איז דאס געשריבן געווארן בשותפות דורך ר' שלמה יענקל ז"ל מיט יבלחט"א ר' מנשה פילאף שליט"א.



ר' אברהם פר"מ האט מיר געזאגט אז עס ווערט געשריבן עקסקלוסיו דורך ר' מנשה, און עס דערקעהט זיך גוט צווישן די שורות

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2879
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג יוני 29, 2020 10:35 pm

צומאל איז דאס צי ליבעראל...

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2879
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך יולי 01, 2020 10:36 am

ר' יונה לאנדא האט אויך אמאל געלאפן א קאלום 'דער בראשית יארן אין אמעריקא' דער יעצטיגע קאלום איז א ממלא מקום און ממשיך דרכו פון יענעם קאלום. ר' שלמה יענקל נאכוואס ער האט אויפגעהערט שרייבן זיינע ארטיקלען האט ער זיי אלע צוזאמענגענומען און געדרוקט אין זיין 'זכרון בספר'.
צוגעלייגטע
זכרון בספר.jpg
זכרון בספר.jpg (53.75 KiB) געזעהן 775 מאל

שארף און קליג
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 11:45 am

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך שארף און קליג » מיטוואך יולי 01, 2020 12:04 pm

היסטאריקער האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:אמת, אבער ס'איז אידיש, און ס'איז אויך דא הוספות.

ווי איך פארשטיי איז דאס געשריבן געווארן בשותפות דורך ר' שלמה יענקל ז"ל מיט יבלחט"א ר' מנשה פילאף שליט"א.



ר' אברהם פר"מ האט מיר געזאגט אז עס ווערט געשריבן עקסקלוסיו דורך ר' מנשה, און עס דערקעהט זיך גוט צווישן די שורות



שרייבט דאס ר' מנשה אויף פאפיר? אדער אויף א קאמפיוטער (כשר'ע)?

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך יולי 01, 2020 12:24 pm

ס'דיר שטארק נוגע צו וויסן?...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך להודיע » מיטוואך יולי 01, 2020 12:26 pm

ער זאגט עס... ער זאגט אריין די ארטיקלן אין א רעקארדער און איינער שרייבט עס אפ. אויך ר' אלבערט פרידמאן שרייבט אויף דעם אופן זיינע ארטיקלען.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3120
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך יולי 01, 2020 3:57 pm

שארף און קליג האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:אמת, אבער ס'איז אידיש, און ס'איז אויך דא הוספות.

ווי איך פארשטיי איז דאס געשריבן געווארן בשותפות דורך ר' שלמה יענקל ז"ל מיט יבלחט"א ר' מנשה פילאף שליט"א.



ר' אברהם פר"מ האט מיר געזאגט אז עס ווערט געשריבן עקסקלוסיו דורך ר' מנשה, און עס דערקעהט זיך גוט צווישן די שורות



שרייבט דאס ר' מנשה אויף פאפיר? אדער אויף א קאמפיוטער (כשר'ע)?


געהערט אמאל אז ער זאגט עס אריין אין א טעיפ און איינער שרייבט דאס אפ

ווייסעך נישט צו סאיז אמת

---

יעצט באמערקט אז להודיע האט שוין געשריבן
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1768
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך יולי 01, 2020 4:09 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
שארף און קליג האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:אמת, אבער ס'איז אידיש, און ס'איז אויך דא הוספות.

ווי איך פארשטיי איז דאס געשריבן געווארן בשותפות דורך ר' שלמה יענקל ז"ל מיט יבלחט"א ר' מנשה פילאף שליט"א.



ר' אברהם פר"מ האט מיר געזאגט אז עס ווערט געשריבן עקסקלוסיו דורך ר' מנשה, און עס דערקעהט זיך גוט צווישן די שורות



שרייבט דאס ר' מנשה אויף פאפיר? אדער אויף א קאמפיוטער (כשר'ע)?


געהערט אמאל אז ער זאגט עס אריין אין א טעיפ און איינער שרייבט דאס אפ

ווייסעך נישט צו סאיז אמת

---

יעצט באמערקט אז להודיע האט שוין געשריבן

אויף ר' אלבערט ווייס איך עס ערשטהאנטיג

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2879
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג יולי 02, 2020 1:56 pm

מענין לענין באותו ענין, אבער געטוהן צו דער זאך אין לכל הפחות ארויסגעגעבען א גאר געשמאקע תוכן'פולע דיקע קונטרס.

די צייטונג זאל דאס אויך טוהן.
צוגעלייגטע
IMG_1224.jpg
IMG_1224.jpg (460.04 KiB) געזעהן 602 מאל

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2879
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג יולי 07, 2020 5:14 pm

לא לנו האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:געהערט אמאל אז ער זאגט עס אריין אין א טעיפ און איינער שרייבט דאס אפ


אויף ר' אלבערט ווייס איך עס ערשטהאנטיג


ער זאגט אפילו וואו צו לייגן די קאמע און פינטל.

בין איך אמאל געווען אין שפיטאל ביי א גרויסן דאקטאר, ער האט אריינגעזאגט די גאנצע רעפארט און ס'האט זיך אליינס געטייפט.

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5693
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג יולי 07, 2020 6:08 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:געהערט אמאל אז ער זאגט עס אריין אין א טעיפ און איינער שרייבט דאס אפ


אויף ר' אלבערט ווייס איך עס ערשטהאנטיג


ער זאגט אפילו וואו צו לייגן די קאמע און פינטל.

בין איך אמאל געווען אין שפיטאל ביי א גרויסן דאקטאר, ער האט אריינגעזאגט די גאנצע רעפארט און ס'האט זיך אליינס געטייפט.

זייער אסאך פראפסעניאלן ארבייטן אויף דעם מהלך, ס'רופט זיך דיקטעישאן, ס'דא אסאך פארגעשריטענע כלים דערפאר.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

שיק ינגעל
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 10, 2020 11:01 am

Re: די צייטונג: דער סאטמארער רבי זי״ע אין אמעריקע

תגובהדורך שיק ינגעל » דינסטאג יולי 07, 2020 6:49 pm

יעדע היינטיגע טעלעפאן קימט מיט דעי טעכלענאגיע פין רעדן און ס'זאל זיך אפ שרייבען


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, derech eretz, בעל מדרגה, געפרואווטער און 4 געסט