בנימין הלוי האט געשריבן:איך ליין געווענליך די המספיק גאזעט, און אפט קומט מיר צו שמייכלען זייער שטארקייט אין נעמען שטעלונגען אין געזונטהייט נושאים, דער אויסגאבע איז דירעקט נישט עפעס א פרעסטיזשפולע מעדיצינישע זשורנאל מיט רעספעקטירטע פראפעסארן וואס שטייען דערונטער, נאר ס"ה א רעדאקציע וואס דארף ארויסגעבן א שריפט, נו, קלאפט מען צאם אפאר ארטיקלן איבער געזונט אנצופלן עטליכע בלעטער
געזונטערהייט, אבער מי שמך לפיש? איר האט א מיינונג? איך אויך... אונז פארשטיי מיר אייניג אין מעדיצין.
אינעם לעצטן גאזעט ליין איך מיט שטוינונג אז טיילענאל טוט עפעס אויסער פאר קאפ וויי... ליין דא פאר דעטאלן
http://www.nyshainc.org/documents/2015/129yiddish.pdf צוויי זאכן אינעם ארטיקל האט מיר געמאכט שמייכלען, ער שרייבט אז Acetaminophen איז דער הויפט באשטאנדטייל פון טיילענאל און מאטרין און "אנדערע ענליכע טאבלעטן"
(א מין אויסדרוק)דאס איז א נישט בכבוד'דיגער טעות... ידוע פאר אלע אז טיילענאל און מאטרין זענען צוויי אנדערע באשעפענישן, Acetaminophen איז טיילענאל, און האט גארנישט מיט מאטרין וואס איז ibuprofen. די צוויי ארבעטן אנדערש און די סייד אפעקטס זענען אנדערע, איינס פון די גרעסטע חילוקים איז די שלעכטע השפעה וואס Acetaminophen קען ח"ו האבן אויף די לעבער, ibuprofen און אנדערע NSAID דראגס האבן דאס נישט און זיכער נישט אויף אזא פארנעם. צאמשטעלן טיילענאל מיט מאטרין און זאגן אז Acetaminophen איז דער הויפט באשטאנדטייל פון זיי פאסט נישט.
דער ארטיקל פירט אויס אז "די FDA רעקאמענדירט אז מען זאל בשום אופן נישט נעמען מער פון 3,000 מיליגראם אין 24 שעה,
און נישט מער ווי צוויי פילן יעדע זעקס שעה" צוויי פילן? וויפיל מג פער פיל? א רעגולער אדער א עקסטרע סטרענט?? דערמאנט מיר פון א טרינקער וואס דער דאקטער האט אים געווארענט נישט צו טרינקען מער ווי א האלבע גלאז א טאג.
אויף זייט 12 איז דא אן ארטיקל איבער דייעט סאדע און דער שרייבער פארפעלט צו שרייבן אויף וועלכע סארט צוקער ערזאץ די שטודיעס זענען געמאכט געווארן, אדער לפחות באמערקן אז דער שטודיע האט נישט אנגעגעבן איבער וועלכע סוויטנער איז דער מדובר. (נישט אלע צוקער ערזאצן זענען אייניג כמובן)
איך גלייך דוקא עס צו ליינען, ס'איז זיס און דיפרענט און ועל כולם ס'איז בחנם, אבער זייער מיינונג איבער סיי וואס א געזונט נושא טראגט עפעס מער געוויכט ווי מיין חבר'ס וואס פירט א באס? איך בין נישט איבערצייגט און פון די ארטיקלען זעט נישט ספעציעל אויס אזוי.