צייטשריפט: דער מצב פון דירות אין די היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

צייטשריפט: דער מצב פון דירות אין די היימישע געגנטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דער צייטשריפט פון פארגאנגענע וואך - פ' תצא - האט א לענגערע אפהאנדלונג - די ערשטע אין א סעריע פון דריי פארזעצונגען - איבער דעם מצב פון דירות אין אלע היימישע געגנטער.

דערווייל - אינעם ערשטן ארטיקל - באשולדיגט ער נישט קיינעם דירעקט, אבער ס'קוקט אויס ווי ער צילט אויף די דעוועלאפערס, וואס טראגן לכאורה דעם גרעסטן טייל שולד אינעם שווערן מצב, סיי לגבי די שוועריגקייטן צו טרעפן בכלל א דירה, און סיי לגבי די הויכע פרייזן.

דער שרייבער - אונטער'ן פסעוודאנים ח. ט. - צעלייגט זייער גוט דעם מצב כהיום יום, און ער איז גאר גוט מסביר דעם פראבלעם, און וויאזוי דער פראבלעם וועט פילפאכיג פארערגערט ווערן אויב עפעס דראסטיש וועט נישט געטון ווערן אין דעם געביט.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

איך האב נישט געליינט דעם צייטשריפט אבער וואסערע לייזונג איז פארהאן אז מיר אידען זענען ב"ה געבענטשט מיר 10-15 קינדער, ווי איז שייך צו פלאצירען אזויפיל פארלעך כן ירבו?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ער רעדט נאכנישט פונעם לעזונג צום פראבלעם, אבער אינעם מפתח פונעם ארטיקל ווערט דערמאנט עפעס וועגן בויען אדער זיך אריבערציען צו אנדערע געגנטער. מ'קען דאך נישט בלייבן אויף שטענדיג קאנצענטרירט אין די 4-5 היימישע געגנטער.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

נאטורליך,
די איינציגסטע לייזונג איז, זיך אנהייבן ארויסציען אין אנדערע געגנטער.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך בין שוין לאנג מסכים זיך ארויסצוציען פון די געטאס, גיי רעד צו איר.
בעל הבית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל הבית »

מאשקע, כ'האב הנאה ס'גאנצע ארויפברענגונג פון דעם ארטיקל, כ'אב עס אדורכגעליינט בעיון רב, דער ח. ט. האט אראפגעלייגט א געוואלדיגן דשזאב. ספעציעל האב איך הנאה געהאט פון דעם שפיציגן מליצה "דירת ארעי, צרת קבע! כאף זיינע ווערטער וועלן עפעס אויפטאן און אז ס'וועט גוט אריינשניידן אין דעם שטארק אנגעווייטאגטן נושא! ווי די היימישע דעוועלאפער'ס נעמען די געזעץ אין די אייגענע הענט, און טוען אפ כל מיני מעשים אשר לא יעשו, אונטער די שוץ פון זיך רופן "היימישע אידן", וואס מען דארף זיי "טראסטן", און זיי צוזאמען מיט די דיינים מומחים, וואס אין הלכה טויגן זיי קוים אויף התרת נדרים ערב ראש השנה, אבער אין דריידלעך האו... הו הא! דארט זענען זיי גרעסערע מומחים ווי די גרעסטע מאפיאנערן... (סארי פאר די לענגווידזש). ס'לאזט זיך נישט גלייבן, ווי אינגעלייט גייען כצאן לטבח, און עס ווערט טאג טעגליך איבערגעגבן אין די הענט פון די גזלנים, שווערע מיליאנען דארלארן, אין שמאטעס, יא! גרינע געביגלטע! אין א שוך באקס, און דערפאר באקומסטו נישט קיין רעסיט! גארנישט. בלויז עפעס אנגעקאטשקעטע בויגנס מיט דרעפטס פון פלענער.
ווער עס איז נישט אדרוך געגאנגען דעם סיסטעם, ווייסט נישט פון וואס כ'רעד. אין דער וואס סיא, דער ווייסט אז כאנאך גארנישט געזאגט!
דער מצב איז אויגפארכאפענד! אוי.. כ'מיין געפערליך!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דיינע ווערטער "סארי פאר די לענגווידזש" זענען גענצליך איבעריג... טאמער א קאסטומער וועט זיך דערוואגן אנצופאנגען מיט זיי און האבן ח"ו ספיקות אין די אמונה אין דעם היימישן "אחיך עמך" איד, וועט ער 'זוכה זיין' צו הערן אסאך 'שענערע' ווערטער...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

רבותי איך האב נישט געזען דעם צייטשריפט בכלל, און דעם ארטיקל בפרט. אבער דעם ענין פון וואס מען שרייבט דא האב איך שוין אסאך געהערט.

אבער וואס האט מיך דאס מערסטע געבאדערט, איז געווען ווען איך בין געזעסן ביי א שמחה און לעבן מיר איז געזעסן א מאדערנער פרומער יוד, א גרויסער האוזינג לויער וואס כאשוין אסאך געהערט זיין נאמען, און מען ניצט עם סאך אין ווילי, און ער האט מיר אביסל, אזוי אויפן שפיץ גאפל, פארציילט וואס טוט זיך אפ אין דעם ענין, און ער זאגט מיר אז דאס איז א שוידערליכע קאטאסטראפע וואס האלט זיך אין מיטן מאכן, (כ'על זאגן כלשונו, איט'ס עי טעריבל קעטעסטראפי אין די מעיקינג), און ער זאגט מיר אז ס'גייט עם נישט אריין אין קאפ אריין וויאזוי די רבנים לאזן אזאנס צו.

ער האט מיר נאך מאריך געווען מיט הסברים איבער וואס עס גייט פאר, און ווי שרעקליך עס וועט זיין ווען ס'וועט פלאצן, אז טויזנטער און מיליאנען אידישע דאלארן וועלן גיין לאיבוד, צו גענגסטער'ס, גנבים, און סתם אזוי אין די וועלט אריין, (בערך זעכציג פראצענט פון וואס ער האט געזאגט האב איך ניטאמאל פארשטאנען, אבער כ'אזיך שטייצעך געמאכט ווי כ'אלט מיט יעדעס ווארט, אבער וואס כאב יא פארשטאנען איז אז דער מצב איז ביטער.

ממילא קום איך ארויס מיט א רוף צו מיינע טייער אידישע ברודער און שוועסטער.

גענוג געווען מיט די עקלהאפטיגע ניו יארק סיטי. לאמיר אנהייבן זיך ארויסציען פון דארט אין די מאסן, לאמיר צוריק גיין צו די אמאליגע דערפער מיט די קרעטשמעס, ווי מען האט געקאנט פיל בעסער און גרינגער מחנך זיין דורות ישרים וועלכע זאלן האבן טהור עיניים מיט יראת שמים, און איך מיין עס דא גאנץ ערנסט, ווען מען זאל זיך נעמען דערצו ערנסט קאנען אפאר יונגעלייט מאכן א וועלטס איבערקערעניש אין דעם ענין. וואס דארכדעם וועט מען שוין ממילא באפרייט ווערן פון די יאך און טיראניע פון די גרויזאמע דעוועלאפערס.

און דער עולם וועט זיך מחי' זיין מיט א רואיגן געשמאקן ביליגערן לעבן ווי מען האט דא אין ניו יארק. און עס וועט האבן אסאך גוטע השלכות אין אלע עניינים אנגעהויבן פון שלום בית און גע'ענדיגט מיט חינוך הילדים, מיט א גאנצער טוץ אינדערמיט.

אדרבה רבותי, לאזט אייך הערן.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

טהור;
טאקע דערפאר האב איך נאכנישט געקויפט א דירה אין ווילי-געטא, מען געט דיר א שמאלע לאנגע קארידאר מיט עטליכע צעלן דערונטער, און פארדעם צאלסטו דע הויזן דריי מאל.

די מעסטער בעדרום דערקענט מען בלויז ווייל ס'האט א טעלעפאן זשעק


און גיי זיי מסביר די רביצין פארוואס איך פארשטיי נישט דעם 'ציהל' אינעם מענטשליך לעבן צו קויפן א דירה, אלע אירע פרענדס האבן שוין כמעט געקויפט און זיי לייגן 'נאר' צו דעם מיט יענץ, אפשר 30 טויזנט נישט מער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

רבותים, עטס האטס מיר פארשפארט אן אשכול... לאמיך זיך דא אויסגעבן....
אין די לעצטע ניין וואכן בינעך געווען אין א קאנטרי גערופן ביינונז היימישע קרעטשמעריסטן "וויליפעסט", א געשמאק פון א קאנטרי, ברייט גרויס, געוואוינט האבן מיר אויפ'ן גאס, און געשלאפן אין דאס פיצל חאדקע וואס דער שוויגער האט מיר בגזירת מורי חמתי אריינגעשליידערט, איינצוקויפן אין דער גראסערי האט מען זיך אראפגעכאפט מיט'ן טורבאן און געוואקט א וויילע ביז מ'האט זיך דערזעהן אין א אידישן ישוב וואו דאס גראסערי איז אפן, פארקינג ספעיס איז געווען לרחצה... כ'מיין נישט צו זיך וואשן, כ'מיין איבערגענוג, ריינע מקוה, ליידיגע שאוערס, לופטיגע מנינים'לעך, ענד סאו אן. קיצור, פונקט אזוי ווי אנדערע קאנטריס נאר מיט איין חסרון, די לופט איז נישט אזוי לופטיג ווי אין אנדערע קאנטריס צוליב פארשידענע סיבות שאכמ"ל.
קוקט אויס אז איינער איז געגאנגן מסר'ן איבער דעם באטעמ'טן גאר גרויסן קאנטרי, און עפעס נעכטן איז געווארן אזא מין אנשיקעניש פון מענטשן פון אלע ערליי סארטן, ממש פון איין טאג אויפ'ן צווייטן, ס'האט זיך גענומען שטראמען באסעס, קארס, טראקס, פיסעלעך אהן אויפהער. ממש א שרעק. מיין גאנצע קאנטרי איז געווארן פאר'חזר'ט........ פוי....... שמוציגע מקוה..... גראסעריס האבן זיך געפענט ווי שוועמלעך (פטריות בלע"ז), ממש מ'מוז בלייבן אגאנצן טאג אין די באנגעלוי, און ווען מ'גייט שוין יא ארויס מוז דאס זיין אנגעטוהן מיט די שמונה בגדים, סיניש גענוג דאס טורבאן מיט די גלעזער...
וואס זאלעך אייך זאגן.... נאכאמייזל..... אופס....... טאקע..... די מייזעלעך האבן זיך אויך געמערט אין די צוויי טעג...... עך......פוי..........
צוריק צום פוינט, מיין באלעבוסטע האט שוין ענדלעך איינגעזעהן וואס דא גייט פאר, און זי האט אונטערגעשריבן א שטר הסכם אז מ'גייט אי"ה מופן...... יא..... אזוי ווי איר הערט! וואו מיינט איר גייען מיר מופן? טאקע דארט לינקס... צום הויפטקווארטיר פונעם קרעטשמע... הערויס, מ'מוז דאך האבן פון וועם צו בארגן אין פאל מ'בלייבט שטעקן אן גרעיפ דזשוס, חלה, מצה, אייער, א קליינטשיג שטיקל לעבער, פינף בונדלעך, א סלייס קוגל....... אוי בינעך דא פארפארן...
קעי, כעל שוין סטאפן דארשענען, אבער סיניש קיין טאחלעס, העוורע, מ'קען שוין אנהויבן מיט די סיינס, הגם כ'זוך נאך א דירה, דערווייל האט מיך אבי מ'לעבט נישט געוואלט אריינעמען צו זיך נאר פאר טייער געלט, כ'מיין כעל מוזן בארגן פון מאשקע'ס געמאח א שטוב מיט צוויי בעטן.... האסט אזוינס? אז יא זאג מיר. געב נאר אכט ס'זאל נישט זיין קיין רבית און אודאי נישט יחוד...

גענוג געווען. גיישוין ארבייטן ליידיגייער וואס ביזטע.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ליידיג-גייער איז נישט דאס ווארט...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

חברה איך ווייס נישט וואס, איך האב געמיינט אז דער נושא פון דירות דריקט דעם עולם אביסל מער, כ'בין געווען זיכער אז ביז צוויי טאג גייט דער אשכול זיין לאנג ממצרים ועד הנה, און דערווייל זעעך אז נאר עפעס ליידיגייערס דרייען זיך דא, נא, זעט אויס כ'אמעך גענארט, אדער אפשר האבעך מעך נאר געלאזט אביסל פארפירן פון מיין חבר וואס האט מיר פאריגע וואך געזאגט אז ווען ער הייבט אן טראכטן פון אהיים פארן פון קאנטרי ווערט עם קאלעמוטנע אויפן הארצן. ווען ער ברויך נאר צו קלערן פון זיך צוריק אריין ריקן מיט די זיבן קליינע אין די דריי אזויגערופענע שלאפצימערן, גייט עם אוועק דאס גאנצע מוט.

און ער זאגט אז ער האט אן אייגענע דירה אין ווילי אבער ער קאן זעך נישט ערלויבן ס'צופארקויפן און איינטוישן אויף עפעס אנדערש, ווייל די פרייזן האלטן שוין אינעם אלף השמיני אריין, ער וויינט אז ער וויל ארויסמופן אין קאנטרי אויף א גאנץ יאר, ער האט נאר נישט ווי צו שיקן זיינע קינדער. גראדע האבעך'ס שוין געהערט פון אנדערע אויך דעם באהויפטונג, אבער דער חבר מיינער שווערט זיך מיר ביי די באבעס ירושה אז ער מופט מארגן ארויס אויב האט ער ווי צו שיקן זיינע חברה.

נו ווילעך וויסן איז ער דער איינציגסטער וואס איז גרייט, אדער זענען דא אנדערע אויך. איך ווייס נישט אפשר איז דער מצב טאקע נישט אזוי געפערליך.

ווידעראום איך בין נישט זיכער אז עס מוז זיין דוקא די קאנטרע, אפשר זענען דא אויך אנדערע אויסוועגן, נא רבותי ותשועה ברוב יועץ, רופט ענק אן לאמיר הערן וואס איר האלט.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

טהור, איר דארפט פארשטיין, מערסטענס פאמיליעס זענען נארוואס אהיים געקומען פון פיצעלע, איין ביה"כ באנגעלויס. צו גאנץ רחבת'דיגע דירות אין שטאט. יעצט פאלען די אלע ווערטער אויף טויבע אויערען. גיב עס אפאר וואכען, דער בין הזמנים מיט ערב'ס און מוצאי'ס רוקען זיך אינטער, דערנאך די אלע "דריי טעג" ימים טובים, דאן וועט דער נושא זיין מער אקטועל.
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך האב דאך קלאר געשריבן אז פארקערט מען רעדט אז דארט איז דא פלאץ צו וואוינען א גאנץ יאר אין א הויז ווי א מענטש פאר אסאך ביליגער ווי אין שטאט. אויסער דעם האב איך געשריבן אז איך מיין אז ס'זענען דא נאך אפשענס אויסער ארויסגיין אין די קאנטרי.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

און וואס טראכט איר וועט די שוויגער זאגען דערצו? מיינט איר די שוויגער וועט אייך לאזען אוועקמאפען פון אינטערן פארטוך?
ולאמת הענין, אסאך טינט איז שוין פארגאסען געווארען איבער דאס זיך ארויס צוען צו אנדערע ישובים, למעשה איז דער אפהאלט בעיקר וועגען פרנסה. עס איז נישט לייכט צו פארען און שלעפען. עס דארף זיין א תלמוד תורה און מיידעל סקול, א גראסערי און בעקעריי מיט ארבייט פלעצער. צופיהל זאכען דארפען קלאפען אלעס אויף איין מאל.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

נטורליך

איך פארפאר אבער וואס איז געווארן מיט דיין טאג בוך?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מאשקע האט געשריבן:דער צייטשריפט פון פארגאנגענע וואך - פ' תצא - האט א לענגערע אפהאנדלונג - די ערשטע אין א סעריע פון דריי פארזעצונגען - איבער דעם מצב פון דירות אין אלע היימישע געגנטער.

דערווייל - אינעם ערשטן ארטיקל - באשולדיגט ער נישט קיינעם דירעקט, אבער ס'קוקט אויס ווי ער צילט אויף די דעוועלאפערס, וואס טראגן לכאורה דעם גרעסטן טייל שולד אינעם שווערן מצב, סיי לגבי די שוועריגקייטן צו טרעפן בכלל א דירה, און סיי לגבי די הויכע פרייזן.

דער שרייבער - אונטער'ן פסעוודאנים ח. ט. - צעלייגט זייער גוט דעם מצב כהיום יום, און ער איז גאר גוט מסביר דעם פראבלעם, און וויאזוי דער פראבלעם וועט פילפאכיג פארערגערט ווערן אויב עפעס דראסטיש וועט נישט געטון ווערן אין דעם געביט.



די תגובה איז געשריבן געווארן זיבן-אהאלב יאר צוריק

קען איינער פרובירן צו פארשאפן די דעמאלסדיגע "צייטשרייפט" ארטיקלען איבער די מצב פון דירות, און קאמפערן צו ער האט גוט פרעדיקטעט, איז עדר מצב אסאך ערגער ווי פאראויסגעשריבן, וואלט געווען זייער אינטערעסאנט צו קוקן היינט מיט א בליק אויף צוריק צו יענע צייטן
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”