גליון שערי מדע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

גליון שערי מדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

אינטערסאנט אז שערי מדע האט די מערסטע ליינערס, ואני הקטן ליין עס אויכעט כמה פעמים.
הרב משה נחום קוקט אויס וואו א ידען נפלא, מיט א שטארקע הבנה.
אבער צומאל האב איך הערות וואס כ'קען ווען צולייגן אדער זיך קריגן.

דעריבער עפען איך היינט דעם אשכול אז איך און סיי ווער ס'האט הערות זאל דא קענען מעיר זיין כיד ה' הטובה עלינו

מיינע הערות וועלן נאכפאלגן שפעטער

ווער ס'קען ארויף לייגן וועכנטליך זיינע גליונות איז מכובד ותשוח"ח
לעצט פארראכטן דורך נישט אום מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

[איר מיינט מסתמא נישט אזעלכע הערות ווי איבער שרייבן אן אריכות איבער הרב אלישיב ז"ל אין פריעדיגע נומער - אהן צו דערמאנען ח"ו זיין נאמען].
...כי אם ליראה וגו'
good_luck
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 13, 2010 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך good_luck »

פרשת ויחי

שערי מדע - ויחי (1).jpg

(2) שערי מדע - ויחי.jpg
האב א גוט מזל!
אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמודלערנער »

מיר וועלן בעז"ה פראבירן צו קלארשטעלן און ענטפערן איבער הערות.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמודלערנער »

חסידישער יוד האט געשריבן:[איר מיינט מסתמא נישט אזעלכע הערות ווי איבער שרייבן אן אריכות איבער הרב אלישיב ז"ל אין פריעדיגע נומער - אהן צו דערמאנען ח"ו זיין נאמען].


די וואס ווייסן ווען מ'שרייבט איבער רב אלישיב ז"ל אן דערמאנען זיין נאמען, די האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט. די וואס ווייסן נאר פון אים ווען מ'שרייבט זיין נאמען האבן געווענליך א פראבלעם ווען מ'שרייבט עס. כ'האב שוין איינמאל געשריבן ברמז און די נאכפאלגן האבן נישט געפעלט צוקומען. ודי
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

איך גלייב אז נאך איר האט געשריבן איבער דער מייציטער עילוי האט איר נישט באקומען צופיל הערות פון שנאת ע"ה לת"ח..
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

תלמודלערנער האט געשריבן:מיר וועלן בעז"ה פראבירן צו קלארשטעלן און ענטפערן איבער הערות.

אה! יישר כוח!

וואלסט געקענט ארויף לייגן שמות?
--

כ'וויל בעהטן בכל לשון של בקשה, ביטע נאר רעדן איבער די תוכן, נישט איבער זייטיגע זאכן וכו' ודי
אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמודלערנער »

חסידישער יוד האט געשריבן:איך גלייב אז נאך איר האט געשריבן איבער דער מייציטער עילוי האט איר נישט באקומען צופיל הערות פון שנאת ע"ה לת"ח..


לבקשת 'פותח האשכול' וועט מען נישט אריינגיין אין די ארומיגע זאכן. נגלה לך, איך האב מיר גערישט אויף א כוואליע פון הערות איבער די 'מייציטער' עילוי. אבער כנראה ווייסן נישט רוב ליינער זיין היסטאריע. נאר ווען כ'האב געשריבן אז ישמעאל מיט עמלק האבן זיך אויסגעמישט דאן האב איך באקומען היץ אז די 'ציונים' זענען עמלקים און נישט די ישמאעלים.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יישר כח נישט פארן עפענען די אשכול, דאס אז האסט צוריקגעשלעפט תלמודלערנער האבט זיך עס שוין געלוינט, און יישר כח תלמוד פארן אונז מהנה זיין מדי שבוע בשבוע.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

לאמיר האפן אז מיר וועלן טאקע קענען ווייטער נהנה זיין פון די אינטערעסאנטע גליון מדי שבוע בשבוע, און וואס וועט האפענטליך ווערן פיל בעסער נאכדעם וואס אלע הארות והערות וועלן פארענטפערט ווערן
לעצט פארראכטן דורך עין טובה אום מיטוואך יאנואר 07, 2015 6:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
...
ציפקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציפקע »

פותחים בכבוד, שערי מדע איז מעל כל ספק א רייכער גיליון מיט גאר אינטרעסאנטע מראי מקומות און איז ראוי לברכה ולשבח.
עטליכע הערות: דאס וואס דו זאגסט אויף קול מבשר בשם החרדים, קען זיין דארט שטייט עס אויך איך געדענק עס פון הגאון רבי יהודה העליר ז"ל בהקדמתו לספר קצות החושן מאחיו הגאון זצ"ל, וז"ל:
והרב מוהר"י מוסקאטו ז"ל כתב שאם היה אפשר לאדם עלותו השמימה לראות בצבאות מעלה סדרם וישרם, לא היה מתענג בהשגתו עד שובו הנה לספר לחבריו את המראה הגדול ההוא ולהם יתן אומר המבשר צבא רב הגופים היקרים ההם פלאי פלאות נעשו במלאכתם וכו' ע"כ.

דאס וואס דו שרייבסט פארוואס די סיקרעט סערוויס גייען מיט זון גלעזער איז אן אומבאגרינדעטע טעאריע, א פשוטע זוך אויף זייער וועבזייטל ווייסט צו דערציילן אז זיי גייען זון גלעזער נאר ווען די זין שיינט פאר די זעלבע סיבה פארוואס מיר גייען ווען די זין שיינט...

דאס וואס דו שרייבסט אז די היינטיגע דעמקראטן זענען היפאקריטן ווייל די אמאליגע חכמי יון האבן זיך אויפגעפירט מיט אכזריות איז הוילע דעמאגאגיע און פאסט נישט פאר אייך. דאס אליין צי די היינטיגע דעמאקרעטיע איז געבויעט אויף חכמי יון איז א שמועס פאר זיך ובכל אופן איז קיינער נישט אחראי אויף פרימיטיווע אכזריות פון צוויי טויזנט יאר צוריק. בכלל איז נישט קיין עניין אראפרייסן דעמקראטיע וואס האט געברענגט אזויפיל יושר וצדק רחמנות וחסד אויף די וועלט און איז צום פארדאנקען אז מיר קענען היטן תורה ומצוות אומגעשטערט.
ואסיים מעין הפתיחה חזקו ואמצו וכה לחי.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

אוואו קען מען הערן די קולמע שמועס?
...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

עין טובה האט געשריבן:אוואו קען מען הערן די קולמע שמועס?

ביי די אינטערוויאוס, אינטערוויאו נומער #1133
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמודלערנער »

ציפקע האט געשריבן:פותחים בכבוד, שערי מדע איז מעל כל ספק א רייכער גיליון מיט גאר אינטרעסאנטע מראי מקומות און איז ראוי לברכה ולשבח.
עטליכע הערות: דאס וואס דו זאגסט אויף קול מבשר בשם החרדים, קען זיין דארט שטייט עס אויך איך געדענק עס פון הגאון רבי יהודה העליר ז"ל בהקדמתו לספר קצות החושן מאחיו הגאון זצ"ל, וז"ל:
והרב מוהר"י מוסקאטו ז"ל כתב שאם היה אפשר לאדם עלותו השמימה לראות בצבאות מעלה סדרם וישרם, לא היה מתענג בהשגתו עד שובו הנה לספר לחבריו את המראה הגדול ההוא ולהם יתן אומר המבשר צבא רב הגופים היקרים ההם פלאי פלאות נעשו במלאכתם וכו' ע"כ.

דאס וואס דו שרייבסט פארוואס די סיקרעט סערוויס גייען מיט זון גלעזער איז אן אומבאגרינדעטע טעאריע, א פשוטע זוך אויף זייער וועבזייטל ווייסט צו דערציילן אז זיי גייען זון גלעזער נאר ווען די זין שיינט פאר די זעלבע סיבה פארוואס מיר גייען ווען די זין שיינט...

דאס וואס דו שרייבסט אז די היינטיגע דעמקראטן זענען היפאקריטן ווייל די אמאליגע חכמי יון האבן זיך אויפגעפירט מיט אכזריות איז הוילע דעמאגאגיע און פאסט נישט פאר אייך. דאס אליין צי די היינטיגע דעמאקרעטיע איז געבויעט אויף חכמי יון איז א שמועס פאר זיך ובכל אופן איז קיינער נישט אחראי אויף פרימיטיווע אכזריות פון צוויי טויזנט יאר צוריק. בכלל איז נישט קיין עניין אראפרייסן דעמקראטיע וואס האט געברענגט אזויפיל יושר וצדק רחמנות וחסד אויף די וועלט און איז צום פארדאנקען אז מיר קענען היטן תורה ומצוות אומגעשטערט.
ואסיים מעין הפתיחה חזקו ואמצו וכה לחי.


א דאנק פאר די הערות.

א) לגבי די מקור פון די הקדמה פונעם קצות, א הערצליכן דאנק. בנוסף, האט מיר א ידיד צוגעצייכענט אז רבי משה חפץ שרייבט עס בספרו 'מלאכת מחשבת'.

ב) די סיבה פון זון גלעזער ביי לאו אינפארסמענט איז אויך צוליב האבן א אויבערהאנט ווען א בייזוויליגער פארשוין וועט נישט זעהן צו דער אגענט אדער פאליציאנט קוקט אוועק. פארשטענדליך אז עס איז געמאכט פארן זון, און קיין טאקטיקן וועלן זיי נישט ארויסשרייבן. (טראכט א מינוט פארוואס נאר לאו אינפארסמענט האבן שטענדיג א פראבלעם מיט די זון און אנדערע ווי מעדיקעל אדער עמערזשענסי פערסענאל נישט).

ג) לגבי דעמעקראטיע, ביטע זעה די בוך פון רב Ken Spira/ עס הייסט worldperfect. זעה אינערווייניג וועט אייער זיך וואונדערן אוועקוואנדערן.

זאת ועוד, רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל אין ויואל משה (מאמר שלש שבועות דף קיב) שרייבט אז 'דעמעקראטיע' (דעמוקראציא כ"ה בספרו) 'היא טוב לאומות העולם' שלא קבלו את התורה, אבל ישראל שקבלו את התוה"ק באלפים בריתות ואלות על הערבות לכוף את חבירו על קיום התוה"ק הוי חוק הדעמוקרציא בעניני 'דת', כפירה בתוה"ק ומינות גמורה ר"ל (זעה אינערווייניג רביה"ק באציהט זיך איבער די נוסח הכתב שחתם עליו ראש האגודה שמקבל עליו בערבות שלא לכוף שום ישראל לקיום התוה"ק). עכ"פ ווען איר רעדט פון 'דעמעקראטיע' מיט אזויפיל רעספעקט נעמט דאס אויך אינאכט.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

ווער איז זיך מתנדב ארויף צו לייגן פרשת שמות?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30688
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נישט האט געשריבן:ווער איז זיך מתנדב ארויף צו לייגן פרשת שמות?

https://copy.com/s7zG6hAqI3EDkTVU
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

ייש"כ ר' משה נחום פאר די געוואלדיגע ארבעט!

וואס איז דאס "קובץ ודברת בם"? [ווער דערמאנט די וואך פר' שמות].
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמודלערנער »

חסידישער יוד האט געשריבן:ייש"כ ר' משה נחום פאר די געוואלדיגע ארבעט!

וואס איז דאס "קובץ ודברת בם"? [ווער דערמאנט די וואך פר' שמות].

א קובץ וואס איז ארויסגעקומען אין ישיבה קרית יואל
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

וואס איז די אימעיל אדרעס צו באקומען וועכענטליך די גליון??
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

הערות על גליון שמות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

פותחין בכבוד האכסניא, וואס ברענגט אונז יעדע איינציגסטע וואך נאכאנאנד, הערליכע פרי עץ הדר, מאוצרו המנוצר. ישלם ה' שכרו משלם

* די עצם געדאנק פון מלחמה, וואלט איך ענדערש געזאגט אז די ציהל איז מער די נצחון המלחמה.

* אויפן ווארט פון הגאון אביגדור מיללער, האבעך א קליינע שאלה, איר האט פריער הערליך מסביר געווען אז די גאנצע געים איז מלחמה, קומט אויס אז די שרייעריי איז ווידעראום אויכעט א געשריי פון מלחמה

* צו די לעצטע פאראגראף, קען מען נאך צולייגן, לאו דוקא די דייטשע אידן. בכלליות די גאנצע צייט פון די עולם התהו ביי די אומות העולם פון ווען די קריסטליכע גלויבן האט איבערגענומען די וועלט, האט מען כמעט נישט געזעהן אסימילאציע, נאר געצווינגענערהייט, וואו די שפאנישע אידן. שפעטער די לעצטע צוויי דריי הונדרעט ווען די וועלט איז געווארן מער און מער פארגעשריטן, האט זיך ליידער אנגעהויבן אסימילאציע און פולן שוואונג. (ביז נאך די צווייטע וועלט מלחמה, ווען די ערליכע אידן זענען ממש געווארן אפגעטיילט פון די פרייע, האט זיך דער באן אפגעשטעלט. מען טרעפט נאך דא דארטן וואו מען פארט אפ פון וועג, אבער די מאסן וואס זענען אוועקגעפאלן אמאל, איז שוין היינט נישט דא, ב"ה)
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

הערות על גליון ויחי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

אויפן גליון ויחי האבעך אביסל מער מרחיב צו זיין, כ'וועל יעצט אנהייבן און שפעטער צולייגן נאך צום תגובה

* איבער די געדאנק פון ואהבת לרעך כמוך, ברוך שכוונתי, דא האט איר וואס כ'האב געענטפערט פאר אפאר וואכן צוריק פאר איינעם אין אישי, וואס האט מיר אנגעפרעגט איבער סעלף לאו
נישט האט געשריבן:למעשה ארבעט יא היינט, ב"ה פארדעם.

וועלעך פרובירן צו ענטפערן בקיצור, און אי"ה ביי א קומענדיגע געלעגנהייט (כ'וועל פרובירן פון קומענדיגע זונטאג א וואך) וועל מיר אריין גיין אין פרטים

סעלף לאו איז זייער ענדליך צו סעלף עסטיעם, אבער מיט א קנייטש אנדערש

פונקט וואו די מצוה פון זיין העפי ווערט נישט דערמאנט אין די תורה, אבער אונזערע רבי'ס האבן אונז אויסגעלערנט אז דאס איז די תכלית. נאר וויבאלד ס'איז אזוי פשוט האט מען ניטאמאל געדארפט מאכן דערפון א מצוה
די זעלבע איז מיט סעלף לאו ס'ווערט טאקע נישט בפירוש אויסגעשמועסט אין די תורה, אבער מען קען קלאר זעהן וואו די תורה האט געוואלט אז מען זאל זיך ליב האבן, און צוליב די פשטות דערפון האט מען עס נישט געמאכט פאר אן עקסטערע מצוה

ואהבת לרעך כמוך: זאלסט ליב האבן דיין חבר אזויווי די האסט דיר אליין ליב...

די תורה האט דיר געגעבן א מצוה, האב ליב דיין חבר. און די תורה האט דיר געגעבן א מעשערמענט, וואו שטארק זאלסטו ליב האבן דיין חבר? זאגט דיר די תורה, זאלסט אים ליב האבן פונקט אזוי שטארק וואו די האסט דיר אליינס ליב.

טא, אויב ווילסטו מקיים די מצוה פון ליב האבן דיין חבר, מוזטו קודם דיר אליינס ליב האבן, אנדערש קענסטו נישט ליב האבן דיין חבר!

די ערשטע זאך איז סעלף לאו, און נאכדעם איז א צווייטענס לאו

איך האף אי"ה אזוי כ'האב פריער געשריבן, צו שרייבן א תגובה פונקטליך וואס סעלף לאו איז

ידידך, נישט

אבער איין הערה, אז די ווארט שטומט זייער גוט מיט סעלף לאו, אבער דוכט זיך מיר אז סעלף עסטיעם מיינט מיט א קנייטש אוועק
אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמודלערנער »

נישט האט געשריבן:פותחין בכבוד האכסניא, וואס ברענגט אונז יעדע איינציגסטע וואך נאכאנאנד, הערליכע פרי עץ הדר, מאוצרו המנוצר. ישלם ה' שכרו משלם

* די עצם געדאנק פון מלחמה, וואלט איך ענדערש געזאגט אז די ציהל איז מער די נצחון המלחמה.

* אויפן ווארט פון הגאון אביגדור מיללער, האבעך א קליינע שאלה, איר האט פריער הערליך מסביר געווען אז די גאנצע געים איז מלחמה, קומט אויס אז די שרייעריי איז ווידעראום אויכעט א געשריי פון מלחמה

* צו די לעצטע פאראגראף, קען מען נאך צולייגן, לאו דוקא די דייטשע אידן. בכלליות די גאנצע צייט פון די עולם התהו ביי די אומות העולם פון ווען די קריסטליכע גלויבן האט איבערגענומען די וועלט, האט מען כמעט נישט געזעהן אסימילאציע, נאר געצווינגענערהייט, וואו די שפאנישע אידן. שפעטער די לעצטע צוויי דריי הונדרעט ווען די וועלט איז געווארן מער און מער פארגעשריטן, האט זיך ליידער אנגעהויבן אסימילאציע און פולן שוואונג. (ביז נאך די צווייטע וועלט מלחמה, ווען די ערליכע אידן זענען ממש געווארן אפגעטיילט פון די פרייע, האט זיך דער באן אפגעשטעלט. מען טרעפט נאך דא דארטן וואו מען פארט אפ פון וועג, אבער די מאסן וואס זענען אוועקגעפאלן אמאל, איז שוין היינט נישט דא, ב"ה)


לגבי הערות רבי אביגדור ז"ל, למעשה איז עס נישט קיין קול 'גבורה' פון א עכטע מלחמה. ווען מ'פרייט זיך אז די לאנד האט געזוגט און איינגענומען שטחים איז א קול פון גבורה, אבער ווען מ'פריידט זיך אז פלוני האט געווינען די ספארט פארמעסט איז דאך הוילע לופט, גארנישט מיט גארנישט.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
אוועטאר
knowledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך knowledge »

קומט שערי מדע ארויס מיט צוויי מהודורת? איך זעה די בילד פון פרשת ויחי איז אנדערש אין די גליונות לפרשת השבוע ווי אין די להתענג, איינער לייגט חסידים און איינער ליטאים.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

אין שערי מדע פ' יתרו, איז דא א שיינע שמועס וועגן תורה שבעל פה און וויאזוי די גוים האבן געוואלט ברענגן ראיות אז די אידן גרינגשעצן אין זיי,

שרייבט הרב קרויס בתוך הדברים,

אויב וויל מען זיך נאך מער איבערצייגן די בורות פון די
מוסלומענער און אראבישע וועלט אינעם תלמוד, דאן ליינט
נאר וואס די איראנער וויצע פרעזידענט האט געזאגט ביי א יוע"ן
קאנפרענץ אקעגן דראג"ס: ער האט באשולדיגט די תלמוד מיט
געבן אנווייזונגען פאר די אידן ווי אזוי צו שעדיגן די נישט אידן
דורכפארשפרייטן דראג"ס איבער די וועלט, און ער האט דערביי
געזאגט אז איראן איז גרייט צו פאנד"ן פאר ווער עס איז וויליג צו
שטודירן און נאכפארשן די נושא, ער האט אויך געזאגט אז א ראי'
חותכות דערצו אז מען געפונט נישט כמעט קיין איד וואס זאל זיין
עדיקטע"ד צו דראג"ס ]גיי זאג אים אז די אידישע חינוך און אמת'ע
שמחת החיים איז די אורזאך דערפאר



און דערנאך

מיט עטליכע יאר צוריק איז ארויסגעקומען די תלמוד בבלי
איבערגעזעצט אויף אראביש, און ווי פארשטענדליך האט עס
געעפנט נאך א טויער פאר אנטיסעמעטיזום, זיי ציטירן שטיקלעך
וואס לויטעט די גרינגשעצונג פון אידן צו נישט אידן, זיי באשולידוגן
די אידן אלס זיך האלטן פאר א העכערע ראסע, נו, וואס זאלן מיר
ענטפערן פאר די אומה שפילה די אראבער'ס, וואס פארשטייען זיי,
דראג"ס אין תלמוד!!! טיפשים און רוצחים ביינאזאם.


ס'קוקט אויס אז הרב קרויס פארגלייכט עפל מיט מאראנצן אין אומגעלונגענע פרוב צו אוועקמאכן דעם גוי'ס טענה, אוודאי איז די קלאגע אז די אידן נוצן בלוט פאר מצות אדער האבן סודות בנוגע דראגס פאלש, אבער דאס פארענפערט נאך נישט פארן גוי די פשט פון אתם קרוין אדם ואין אוה"ע קרוין אדם, און אזוי ווייטער איז דא אומצאליגע גמרות און הלכות וואס אויב א גוי וויל זיך ארויפכאפן קען ער מאכן דערפון א סענזאציע, הארגענען די קינדער פון עמלק, ועוד ועוד כמה וכמה דוגמאות

וואס דארף מען טאקע ענטפערן פארן גוי ??
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”