בלאט 73 פון 102

לאנג ערווארטעטע ביכל "איצי פיצי און ציפי" איז דא צו באקומען!

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 4:41 pm
דורך שרעבי
.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 6:09 pm
דורך lebediger berel
פארוואס פעלט אויס די genesis land אויף ענגליש? כ'בין נאך מסופק צו סאיז אויסגעהאלטן ס'קומט דאך פונעם בייבל, אפשר וועט ער שרייבן ביי מתן תורה דע אלד טעסטעמענט?
נישט אז כ'רייס אראפ קינדליין כ'האב עס זייער ליב מיינע אייניקלעך רופן עס אמאל זיידעליין, אבער ס'האט געכאפט מיין אויג די ענגליש אז ספעלט דוכט זיך נישט אויס
אפילו אויב סאיז א עכטע בילד האבן זיי דאס לעניית דעתי געדארפט באדעקן באיזה אופן שהוא אויפן דעקל כאטשעק

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 6:29 pm
דורך בסד
lebediger berel האט געשריבן:פארוואס פעלט אויס די genesis land אויף ענגליש? כ'בין נאך מסופק צו סאיז אויסגעהאלטן ס'קומט דאך פונעם בייבל, אפשר וועט ער שרייבן ביי מתן תורה דע אלד טעסטעמענט?
נישט אז כ'רייס אראפ קינדליין כ'האב עס זייער ליב מיינע אייניקלעך רופן עס אמאל זיידעליין, אבער ס'האט געכאפט מיין אויג די ענגליש אז ספעלט דוכט זיך נישט אויס
אפילו אויב סאיז א עכטע בילד האבן זיי דאס לעניית דעתי געדארפט באדעקן באיזה אופן שהוא אויפן דעקל כאטשעק

זייער גערעכט.

סאיז מיר יעצט איינגעפאלן א שטארקע לימוד זכות

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 6:38 pm
דורך lebediger berel
מעגליך אז די רעדאקטאר ווייסט נישט וואס דאס איז!
וועל איךאייך זאגן genesis איז אויף ענגליש חומש בראשית און אזוי ווערט עס אנגערופן אין די וועלט כ'מיין ס'קומט פון די אלד טעסטעמענט פונעם בייבל הלואי וואלט יאך נישט געדארפט וויסן וואס דאס מיינט

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 10:19 am
דורך קנאפער ידען
lebediger berel האט געשריבן:מעגליך אז די רעדאקטאר ווייסט נישט וואס דאס איז!
וועל איךאייך זאגן genesis איז אויף ענגליש חומש בראשית און אזוי ווערט עס אנגערופן אין די וועלט כ'מיין ס'קומט פון די אלד טעסטעמענט פונעם בייבל הלואי וואלט יאך נישט געדארפט וויסן וואס דאס מיינט

עס איז דער ענגלישער נאמען אויף בראשית (עס איז דער טרענסלעישאן פון בראשית גענומען פון גריכיש), אבער האט גארנישט מיט נישט אידישע זאכן דייקא, ארטסקרול נוצט דאס אויך פאר זייערע בראשית זאכן.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 10:52 am
דורך lebediger berel
קנאפער ידען האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:מעגליך אז די רעדאקטאר ווייסט נישט וואס דאס איז!
וועל איךאייך זאגן genesis איז אויף ענגליש חומש בראשית און אזוי ווערט עס אנגערופן אין די וועלט כ'מיין ס'קומט פון די אלד טעסטעמענט פונעם בייבל הלואי וואלט יאך נישט געדארפט וויסן וואס דאס מיינט

עס איז דער ענגלישער נאמען אויף בראשית (עס איז דער טרענסלעישאן פון בראשית גענומען פון גריכיש), אבער האט גארנישט מיט נישט אידישע זאכן דייקא, ארטסקרול נוצט דאס אויך פאר זייערע בראשית זאכן.

איך האלט טאקע זיי זענען ראנג
אבער אפילו אויב סאיז אויסגעהאלטן לויט זייערע (ארטסקראל ענגליש) השקפות - נישט דאס וואס איך ערווארט פון קינדליין

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 10:59 am
דורך איטשע
איר מאכט זיך נאריש, Genesis, קומט נישט פון די אלד-טעסטאמענט, ס׳קומט פון די תרגום השבעים.
כ׳גיי נישט אריין דא אין די פונקט, צו די היינטיגע תרגום השבעים איז די ארגיענעלע צו נישט, אבער נניח אז יא, שטאמט עס גאר פון אונז אליינס.
געמאכט אן אישו פון א טישו....

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 11:02 am
דורך lebediger berel
איטשע האט געשריבן:איר מאכט זיך נאריש, Genesis, קומט נישט פון די אלד-טעסטאמענט, ס׳קומט פון די תרגום השבעים.
כ׳גיי נישט אריין דא אין די פונקט, צו די היינטיגע תרגום השבעים איז די ארגיענעלע צו נישט, אבער נניח אז יא, שטאמט עס גאר פון אונז אליינס.
געמאכט אן אישו פון א טישו....

מאכט נישט קיין סענס פארוואס הייסט ויקרא לעוויקטס וכו' און שמות עקסאדעס, ס'האט נישט קיין שייכות צום ווארט שמות, וואס מיינט NAMES
עניוועי, איך האלט אז זיי (די קאטאליקן, און די אידן וואס פאלגן זייער צוגאנג) טראגן דעם נאמען - וחסל בזה

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 5:33 am
דורך איטשע
lebediger berel האט געשריבן:מאכט נישט קיין סענס פארוואס הייסט ויקרא לעוויקטס וכו' און שמות עקסאדעס, ס'האט נישט קיין שייכות צום ווארט שמות, וואס מיינט NAMES
עניוועי, איך האלט אז זיי (די קאטאליקן, און די אידן וואס פאלגן זייער צוגאנג) טראגן דעם נאמען - וחסל בזה

דו״ק ותשכח...

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 6:50 am
דורך איטשע
ס׳רעגט מיר אויף, ווען מענטשן ווייסן נישט, שטעלן זיך אוועק אייגענע הנחות, און נאכעהר, קומען זיין פארפירן, און ס׳רעגט זיי נאך אויף.

אז די ווייסט נישט, זיץ איינגעלייגט!

יעצט לאמיר זיך באקענען מיט די נעמען פון חמשה חומשי תורה:

ספר בראשית, בלשונם, Genesis, וועלכע באדייט ״אנהייב״, ״באשאף״, ״יצירה״ גענוי ווי דער רמב״ן רופט עס אנהייב חומש שמות: ״השלים הכתוב ספר בראשית שהוא ספר היצירה

ספר שמות, בלשונם, Exodus, וועלכע באדייט ״אויסלייזונג״, ״גאולה״, גענוי ווי אזוי דער אברבנאל רופט עס אן אנהייב חומש שמות: ״ואלה שמות הוא ספר הגלות והגאולה המסובבת מהן. ומפני זה קראוהו החכמים ז"ל ספר הגאולה

ספר ויקרא, בלשונם, Leviticus, וועלכע באדייט ״לוים״, וועלכע באצועט זיך דא צו די ״כהנים״ וואס שטאמען פון שבט לוי, ווי אזוי רופן חז״ל חומש ויקרא? ״תורת כהנים!״ עפען משניות מסכת מגילה פרק ג׳: ״פסח קורין בפרשת מועדות של תורת כהנים

ספר במדבר, בלשונם Numbers, וועלכע באדייט ״נומערן״, אדער ״ציילן״, גענוי ווי חז״ל רופן עס אן ״חומש הפקודים״, עפען א גמרא מסכת יומא דף ע׳ עמוד א׳: ״ובעשור של חומש הפקודים קורא על פה.״

ספר דברים, בלשונם Deuteronomy, וועלכע באדייט, די ״צווייטע געזעץ״, ״משנה תורה״, דאס וועל אייך לאזן אן קיין מקור, ווייל אונז רופן עס נאך אזוי עד היום הזה. וואס ליינט מען הושענא רבא נאכט?? אה, יא! ״משנה תורה!!!״

אלזא, Genesis, האט גארנישט מיט קריסטן, אלד טעסטאמענט, וכדומה, ס׳איז מקורם קודש פון אונז אליינס...

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 8:22 am
דורך טראק דרייווער
טאמער די עיקר באקאנטשאפט מיט די ווארט קומט פון די קריסטן וואלט דאס נאך אלס נישט געפאסט אין א היימישע אויסגאבע, אפילו די עצם ווארט קומט נישט פון זיי.

עס וואלט גארנישט געשאדט ווען זיי שרייבן ווען LAND OF BREISHIES

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 9:00 am
דורך איטשע
עס שאדט גארנישט אז עס שטייט Genesis.
אז ס׳איז גוט פאר׳ן רמב״ן, איז עס גוט פאר אונז און אונזערע קינדער לכתחילה שבלכתחילה למהדרין מן המהדרין.

די וואס זעהן דערינען א פראבלעם, האבן גאר אן אנדערן פראבלעם.
ודי בזה.

המבין יבין, וק״ל.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 9:04 am
דורך סקאראמוטשי
אני ואפסי עוד.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 10:44 am
דורך lebediger berel
איטשע האט געשריבן:עס שאדט גארנישט אז עס שטייט Genesis.
אז ס׳איז גוט פאר׳ן רמב״ן, איז עס גוט פאר אונז און אונזערע קינדער לכתחילה שבלכתחילה למהדרין מן המהדרין.

די וואס זעהן דערינען א פראבלעם, האבן גאר אן אנדערן פראבלעם.
ודי בזה.

המבין יבין, וק״ל.

טשולדיגט מיר האבן זיך געטראפן
איך וואל געקענט באשטיין צו וויסן דעם "אנדערן פראבלעם המבין יבין וק"ל.

אבער איך האב געשריבן אז די קאטאליקן "טראגן" דעם נאמען וואס דאס איז דאך זיכער, אז זיי רופן עס אזוי כסדר און מיר נישט. און איך האב פלעין געשריבן מיין השגה אז איך האלט מען טאר טאקע גאר נישט האלטן
איך האף אז מען דארף מיך ניט אראפרייסן אז איך האלט און געשריבן דא אפאר מאל. אז דער קינדליין קען רואיג ווערן אנגערופ זיידעליין (עס איז בעסער ווי רוב אויסגאבעס פאר ערוואקסענע) חוץ צוויי דריי בלעטער דארט פאר בעיביס

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 11:51 am
דורך טראק דרייווער
איך בין אויך א גרויסער פען פאר קינדליין, איך ליין עס כסדר, און איך פארשטיי נישט צו די המבין יבינ'ס מיט וק"ל.

אגב די מעשה מיט די אויטיסטישע קינד גייט מיך אויף די נערוון, די חלק פון מאכן א גאנצע מעשה איבער אזא פארווייטאגטע זאך.

קינדליין אינטערוויו מיט קינדער פון זשערסי סיטי אין בעסערע צייטן

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 8:02 am
דורך שרעבי
פאלגענד איז די אינטערוויו וואס דער טאלאנטפולער שרייבער הרב דוד וועבער האט אפגעראכטן א צייט צוריק

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 8:03 am
דורך שרעבי
שרעבי האט געשריבן:פאלגענד איז די אינטערוויו #2

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 8:04 am
דורך שרעבי
שרעבי האט געשריבן:פאלגענד איז די אינטערוויו #3

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 8:06 am
דורך שרעבי
שרעבי האט געשריבן:פאלגענד איז די אינטערוויו #4

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 8:07 am
דורך שרעבי
שרעבי האט געשריבן:פאלגענד איז די אינטערוויו #5

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 10:40 am
דורך חמרא טבא
חיים פערענץ :cry:

קינדליין וישב

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2019 7:40 pm
דורך שרעבי
.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 9:54 am
דורך לעמאן סאדע
Annotation 2019-12-18 095218.jpg
Annotation 2019-12-18 095218.jpg (202.84 KiB) געזען 1803 מאל

קינדליין איינמאליגע ספעשל, לכ' די 5טע יום הולדת

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 12:05 pm
דורך שרעבי
לכבוד די פיפטע יארטאג פון קינדליין
טוט קינדליין פראקלאמירן א איינמאליגע ספעשל
איר סובסקרייבט פאר א יאר (50 וואכן) און באקומט נאך 5 וואכן בחינם!
כאפט אריין!
To subscribe click here
Kindline.Orghttps://kindline.org/
Use Promo Code: 5weeksfree

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 10:38 am
דורך א גולם
מיר קיקט דעיס אויס וויי חיים דייטש מיט זיין קאזין
cd.png
cd.png (180.48 KiB) געזען 3807 מאל