ביזנעסמאן האט געשריבן:אינטרעסאנט אז קיינער רעדט נישט פון דעם אויסטערליש-דראמאטישן פארזעצונג געשיכטע פון ר' יאיר וויינשטאק, וואס לויפט יעצט אין קינדליין, עס ברענגט ממש צוריק צו די אלטע אגינעלע נאוועלן פון ר' יאיר, און מ'זעט אז ער גייט דא אויף גאר א דינעם פאדים, פון איין זייט עס צו האלטן מורא'דיג דראמאטיש און ציענד, און סיי עס זאל זיין רוחניות'דיג און חינוך'דיג אויסגעהאלטן, אן קיין שפיאנען וכו', איך רעדט שוין נישט פון דעם וואס ר' יאיר איז מצליח אריינצוברענגען דעם ליינער אין דעם אמאליגן לעבנסשטייגער אין פראנקפורט, אויף א וועג וואס נאר ער קען!
יישר כח קינדליין!
ס'איז אן ערשט קלאסיגע נאוועל. ערשטע קאלום וואס איך לייען יעדע וואך. איך באלעק מיר די פינגער.
דאס איז א ריכטיגע אינהאלטסרייכע historical fiction מעשה, פול מיט תוכן און נייע אינפארמאציע.
ס'ברענגט מיר צוריק פון די צייטן וואס איך בין אהיימגעקומען פון חדר, און גלייך געלאפן און זיך צוגעקלעבט צו די יאיר וויינשטאק ביכער...