בלאט 54 פון 72

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2018 9:23 am
דורך מושך חסד
בן מנחם האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:די מעשה מיט די פעסטריוס איז א געפערליכע נארישע מעשה, האט נישט קיין הענט און קיין פיס, חוץ וואס איז ליידיג פון יעדעס טראפ תוכן, גערויבט, געכאפט, געבאמבעט, מיט דעים דארף איך אנשטאפן מיינע קינדער?

און דאס איז.... אייער מיינוג!
.....

דאס איז א זעלבסטפארשטענדליכע זאך אז ווען איינער זאגט עפעס איז דאס זיין מיינונג, פונקט ווי דיין תגובה שטעלט פאר דיין מיינונג. און כאטש דו ביסט בארעכטיגט זיך צו קריגן, מוז עס נישט געטון ווערן מיטן אראפרייסן יענעם פארן האבן די חוצפה צו מפרסם זיין זיין מיינונג.
און אגב, מוטשע איך מיך צו פארשטיין די מחלוקת, ער זאגט א) אז ס'האט נישט קיין הענט און קיין פוס, כלומר עס מאכט נישט קיין סענס, און ב) ס'האט נישט קיין תוכן. זאגסטו, אז דיינע קינדער האבן עס ליב.

קינדליין פרשת משפטים

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2018 9:27 am
דורך שרעבי
.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2018 7:19 pm
דורך סידיראם
מי יודע האט געשריבן:
בן מנחם האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:די מעשה מיט די פעסטריוס איז א געפערליכע נארישע מעשה, האט נישט קיין הענט און קיין פיס, חוץ וואס איז ליידיג פון יעדעס טראפ תוכן, גערויבט, געכאפט, געבאמבעט, מיט דעים דארף איך אנשטאפן מיינע קינדער?

און דאס איז.... אייער מיינוג!

איך ליין עס נישט אבער פונקט האבן מיר מיינע קינדער געזאגט די וואך אז די מעשה איז גאר שפאנענד און אטעם פארכאפענד (פאר א קינד) און זיי מיט זייערע חברים אין חדר קענען שוין קוים אויסווארטן דעם קומענדיגע וואך פארזעצונג.
קינדער מעגן אויך האבן א געשמאק אין דראמא!

וויפיל איז דער שיעור פון ציען צו א ליניע אן א ענדע?
ווילסט נאר א מעשה פון אלעקסיי איך שעץ עס זייער. אבער די אלטע יידישע ליכט... האט אויך די דראמאטישע פארזעצונגען וואס איר רופט נישט קיין הענט און נישט קיין פיס!

לאז לעבן און לאז הנאה האבן - גלייכסט עס נישט? דאן פליק עס ארויס פונעם העפט פארן אהיים ברענגן!

גראדע מאכט עס מיר אויך נערוועז פשוט ווייל ס'איז א מעשה וואס מאכט ניטאמאל קיין סענס, מ'קען נוצן די זעלבע מעשה און אביסל אנדערש מאכן ס'זאל מאכן סענס


איך בין זייער א גרויסע חסיד פון די קינדליין, איך גלייך נישט צו זאגן קריטיק אויף זיי. ביי די מעשה האלט איך אבער (איך האב פון לכל הפחות נאך איין מענטש געהערט ענליך) אז די מעשה הייבט נישט אן צו מאכן סענס, חוץ פון דעים איז דאס נישט קיין שום תוכנ'דיגע מאטריאל דא דערינען, פאר מיינע קינדער וואלט איך געוואלט זיי זאלן ליינען סיפורי צדיקים, היסטאריע, אינטערסאנטע זאכן פון די וועלט, וואס די מעשה מיט פעסטריואס איז נישט קיין איינס פון דעים.

עס סאונד זייער שטארק ווי א גויאישע מעשה וואס א ליידיגע קאפ האט צוזאמגעשטעלט, א מעשה וואס האט נישט קיין פירוש כלל.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2018 8:05 pm
דורך יאסעלע
די נייע קאמיקס זעט אויס ווי די "יחיאל און גיטל" סטייל. אויב יא פארלירט קינדליין א קאסטומער.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2018 8:41 pm
דורך בשבילי נברא
סידיראם האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
בן מנחם האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:די מעשה מיט די פעסטריוס איז א געפערליכע נארישע מעשה, האט נישט קיין הענט און קיין פיס, חוץ וואס איז ליידיג פון יעדעס טראפ תוכן, גערויבט, געכאפט, געבאמבעט, מיט דעים דארף איך אנשטאפן מיינע קינדער?

און דאס איז.... אייער מיינוג!

איך ליין עס נישט אבער פונקט האבן מיר מיינע קינדער געזאגט די וואך אז די מעשה איז גאר שפאנענד און אטעם פארכאפענד (פאר א קינד) און זיי מיט זייערע חברים אין חדר קענען שוין קוים אויסווארטן דעם קומענדיגע וואך פארזעצונג.
קינדער מעגן אויך האבן א געשמאק אין דראמא!

וויפיל איז דער שיעור פון ציען צו א ליניע אן א ענדע?
ווילסט נאר א מעשה פון אלעקסיי איך שעץ עס זייער. אבער די אלטע יידישע ליכט... האט אויך די דראמאטישע פארזעצונגען וואס איר רופט נישט קיין הענט און נישט קיין פיס!

לאז לעבן און לאז הנאה האבן - גלייכסט עס נישט? דאן פליק עס ארויס פונעם העפט פארן אהיים ברענגן!

גראדע מאכט עס מיר אויך נערוועז פשוט ווייל ס'איז א מעשה וואס מאכט ניטאמאל קיין סענס, מ'קען נוצן די זעלבע מעשה און אביסל אנדערש מאכן ס'זאל מאכן סענס


איך בין זייער א גרויסע חסיד פון די קינדליין, איך גלייך נישט צו זאגן קריטיק אויף זיי. ביי די מעשה האלט איך אבער (איך האב פון לכל הפחות נאך איין מענטש געהערט ענליך) אז די מעשה הייבט נישט אן צו מאכן סענס, חוץ פון דעים איז דאס נישט קיין שום תוכנ'דיגע מאטריאל דא דערינען, פאר מיינע קינדער וואלט איך געוואלט זיי זאלן ליינען סיפורי צדיקים, היסטאריע, אינטערסאנטע זאכן פון די וועלט, וואס די מעשה מיט פעסטריואס איז נישט קיין איינס פון דעים.

עס סאונד זייער שטארק ווי א גויאישע מעשה וואס א ליידיגע קאפ האט צוזאמגעשטעלט, א מעשה וואס האט נישט קיין פירוש כלל.


גא"מ ל'סידיראם!

סיי 1) מיט דעם אז איך בין בכלליות זייער צופרידן מיט קינדליין, און סיי 2) אז איך האב נישט ליב צו זיי סתם קריטיקירן, און 3) אויך מיט זיינע הערות איבער די "פיסטעריוס" געשיכטע, אז איך גלייך עס אויך זייער נישט פאר מיינע קינדער צו דארפן דאס ליינען.

עס זענען דאך געווען אזעלכע שיינע פארזעצונגען פאר די יעצטיגע מעשה, די באבוב'ע, דעעש'ע און רוזינ'ע מעשיות זענען דאך געווען אזוי הערליך שיין און תוכנ'דיג, און עס פעלן נישט אזעלכע צו ענליכע מעשיות מיט א אידישע אדער היסטארישע תוכן אז מ'זאל דארפן קריכן ביז אזוי ווייט אוועק.

חוץ פון דעם וויל איך מיך נאכאמאל באדאנקן פאר די קינדליין מערכת פארן צושטעלן אזא הערליכע אויסגעהאלטענע אויסגאבע, וואס יעדעס ארטיקל עקסטער איז מלא וגדוש מיט תוכן, אז ס'איז א מחי' אז די קינדערישע קעפעלעך דארפן נישט ווערן אנגעפילט מיט כל מיני שטותים, און אלעס איז אפגעהיטן אז ס'זאל זיין מיט די פולסטע מאס ערליכקייט.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2018 10:09 pm
דורך שטייגען
זענען די אלע דא וואס האבן נישט ליעב צו קריטיקירן דאס אויך שרייבן ווען מהאט א הערה אויף די מאמענט.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2018 10:43 pm
דורך למעלה משבעים
ווי קומט די מאמענט דא אריין?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2018 10:44 pm
דורך אדער יא
למעלה משבעים האט געשריבן:ווי קומט די מאמענט דא אריין?

פי' אויף די רגע

געשריבן: מאנטאג פאברואר 05, 2018 10:54 pm
דורך אוי אוי אוי
יאסעלע האט געשריבן:די נייע קאמיקס זעט אויס ווי די "יחיאל און גיטל" סטייל. אויב יא פארלירט קינדליין א קאסטומער.

וואס איז די פראבלעם מיט די סטייל ?

קינדליין פרשת תרומה

געשריבן: מאנטאג פאברואר 12, 2018 1:04 pm
דורך שרעבי
.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 12, 2018 2:52 pm
דורך יאסעלע
אה, די באליבטע "נ"ך-ליין" מיט וואס די גאנצע משפחה איז זיך מחיה איז אויפן קאווער סטארי!

געשריבן: מאנטאג פאברואר 12, 2018 3:09 pm
דורך דונש
זעסט האסט מיך עפעס דערמאנט, איך האב מיך טאקע געוואלט באדאנקען פאר'ן טוישען די סטיל פון די נך ליין ס'איז סך מער אינטערעסאנטער אזוי.

ייש"כ

געשריבן: מאנטאג פאברואר 12, 2018 3:18 pm
דורך לא לנו
אויף וועלכער אייניקל באציט זיך די "זיידי דערציילט" קאלום פון די וואך?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 12, 2018 6:28 pm
דורך טריסקער
לא לנו האט געשריבן:אויף וועלכער אייניקל באציט זיך די "זיידי דערציילט" קאלום פון די וואך?

אויף זושא'לע געוויס

געשריבן: מאנטאג פאברואר 12, 2018 7:36 pm
דורך אדער יא
ידוע ומפורסם סקולענע רבי האט געזאגט אז ער איז נישט מוחל פאר ווער ס'כאפט א בילד פונעם, נאך ארויפלייגן אין פאבליק אויפן פראנט דעקל אתמהה

איינמאל חנוכה איז איינער ארום געגאנגן אבאכטן רופט זיך איינער אן: ס'מאכט נישט קיין סענס פאר אים ער זאל דאס זאגן עכ"ל

געשריבן: מאנטאג פאברואר 12, 2018 7:38 pm
דורך הלשון
נייגעריג: איז דאס די ערשטע מאל איר זעהט אין פובליק א געדרוקטע בילד פונעם סקולענער רבי שליט"א?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 13, 2018 12:56 am
דורך גראמער
אדער יא האט געשריבן:ידוע ומפורסם סקולענע רבי האט געזאגט אז ער איז נישט מוחל פאר ווער ס'כאפט א בילד פונעם, נאך ארויפלייגן אין פאבליק אויפן פראנט דעקל אתמהה

איינמאל חנוכה איז איינער ארום געגאנגן אבאכטן רופט זיך איינער אן: ס'מאכט נישט קיין סענס פאר אים ער זאל דאס זאגן עכ"ל


דו צומישט דיר מסתם מיט וויזניץ. סקולען איז יעדע דריטע וואך אויף די דעקל פון די בילדער אויסגאבעס.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 13, 2018 10:50 pm
דורך סידיראם
עס איז אמת אז דער סקולעני רבי איז "זייער זייער שטארק" מקפיד אז מען זאל נישט כאפן קיין בילדער פון אים. איך האב איינמאל פרובירט אין סקולעני צו כאפן א פיקטשער פון מיין כשר'ע פליפ פאון טעלעפאון, גלייך האט מען מיך געטשישקעט און געווינקט פון אלע זייטן אז דער רבי לאזט נישט.

אבער מען קען נישט האבן קיין טענות אויפ'ן קינדליין, וויבאלד עס איז שוין נעשה כהיתר גמור, מחמת שאי אפשר לעמוד בו בימינו אלה.

קינדליין תצוה

געשריבן: מאנטאג פאברואר 19, 2018 11:46 am
דורך שרעבי
.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 19, 2018 9:15 pm
דורך סידיראם
די מעשה פון די אור החיים הקדוש איז הערליך אראפגעלייגט, הערליכע ארטיקל איבער א שיכור אויף די צונג.... פישל שעכטער איז נישט פשוט שיין.... קינדליין כה לחי!

קינדליין פורים

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 10:07 am
דורך שרעבי
ארטיקלען לכבוד פורים

קינדליין ויקהל פקודי

געשריבן: מאנטאג מארטש 05, 2018 9:51 am
דורך שרעבי
.

געשריבן: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:51 pm
דורך פארבינדן
די זילבער שניצער איז א פארזעצונג פון די ענגרעיווער?

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2018 9:38 am
דורך שרעבי
פארבינדן האט געשריבן:די זילבער שניצער איז א פארזעצונג פון די ענגרעיווער?

ניין, אינגרעיווער איז לאו דוקא געווען איבער זילבער, ווידער די ארטיקל רעדט אבירע אנדערע נושאים פון זילבער

סובססקריפשען

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2018 10:25 am
דורך פרישוואסער
איז דא א צייט אין יאהר ווען עס לוינט זיך איינהאנדלען א סובססקריפשען צו קינדליין פאר ביליגער ווי געווענליך?