בלאט 54 פון 102

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2018 6:13 pm
דורך ראובי
אוי אוי אוי האט געשריבן:
יאסעלע האט געשריבן:די נייע קאמיקס זעט אויס ווי די "יחיאל און גיטל" סטייל. אויב יא פארלירט קינדליין א קאסטומער.

וואס איז די פראבלעם מיט די סטייל ?


זעהט אויס אז עס איז זייער קינדעריש.

געשריבן: דינסטאג מארטש 06, 2018 8:08 pm
דורך יאסעלע
ווילד און צו שטארק איבערגעטריבן

געשריבן: מיטוואך מארטש 07, 2018 5:15 pm
דורך קלאָצקאָפּ
אומרעאליסטישע דמיונות, און אומפארשטענדליכע קאמפליצירטע בילדער.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 08, 2018 10:02 am
דורך חד יומא
די פעסטרוים אקציע זעהט אויס היבש געבאקען

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 08, 2018 3:32 pm
דורך מושך חסד
דאס אז ס'איז געבאקן איז א דבר פשוט, די פראבלעם איז נאר אז ס'איז אביסל רוי...

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 08, 2018 3:37 pm
דורך יאסעלע
מושך חסד האט געשריבן:דאס אז ס'איז געבאקן איז א דבר פשוט, די פראבלעם איז נאר אז ס'איז אביסל רוי...


אזא געבעקס האב איך שוין לאנג נישט געהערט! די פאסטריוס אקציע איז א זעלטן געלונגענע קאמיקס, דראמאטיש, ציענד, אינטערעסאנט, און יא, פיין געבאקן!...

קינדליין ויקרא

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 10:26 am
דורך שרעבי
.

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 5:46 pm
דורך נחמן נתן
דער בילד איז איינס אין דער וועלט!

ריזיג!

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 5:48 pm
דורך לא לנו
ווער דארף צו שטיין אין די זייטן?

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 5:57 pm
דורך נחמן נתן
ס'דארף לכאו' נישט מיינען קיינעם.

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 7:31 pm
דורך אמביציע
דאס בילד איז עטוואס נאכגעמאכט פון דעם באקאנטן בילד וואו דער רבי גייט צום בית המדרש, יענע בילד איז עטוואס זייטיג אבער דער מאלער האט עס געמאכט פארענט.

די צוויי באגלייטער זענען, אויף די רעכטע זייט פון רבי''ן, הרה''ח ר' משה אייזנבאך א''ה און די לינקע זייט איז הרה''ח ר' זאלקא קארן א''ה

סובססקריפשען

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 9:43 pm
דורך פרישוואסער
איז דא א צייט אין יאהר ווען עס לוינט זיך איינהאנדלען א סובססקריפשען צו קינדליין פאר ביליגער ווי געווענליך?

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 11:41 pm
דורך סידיראם
פרישוואסער האט געשריבן:איז דא א צייט אין יאהר ווען עס לוינט זיך איינהאנדלען א סובססקריפשען צו קינדליין פאר ביליגער ווי געווענליך?


ממש דאס געוואלט פרעגן יעצט. מיין סובסקריבשען איז אויסגעלאפן, און איך טראכט צו איך זאל דאס יעצט באנייען אדער ווארטן אויף עפעס א סעיל וכדומה.

געשריבן: דינסטאג מארטש 13, 2018 1:40 pm
דורך נחמן נתן
אינעם אינטערוויאו מיט ר' יחיאל שמואל פריעד שיחי', האט מען געשטעלט א בילד וואס שטייט דארט אונטערגעצייכענט אז דאס איז ביי א שבע ברכות פון הרה"צ יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, דאפלטער אייניקל פון סקווירא'ער רבי שליט"א.

המקרא הזה אומר דרשוני. (סיי לגבי 'שבע ברכות' און סיי לגבי די יחוס).

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 3:06 pm
דורך שרעבי
שרעבי האט געשריבן:.

מאנכע האבן געפרעגט אין אישי ווער עס האט געמאלן דאס בילד פון הרהק מסקווירא זי"ע?
דאס בילד האט די קינדליין רעדאקציע באשטעלט ביי די בארימטע מעלערין מרת ד. קאטאווסקי וועלכע האט אויך געמאלן די מעשה "קינדער אין וואלד - דעעש"
זי איז לכאורה די גרעסטע מומחה'טע צווישן אלע היימישע מעלער'ס צו קענען ריכטיג אפמאלן א צורה מיט אלע פרטים
די שוועריקייט פון מאלן דאס בילד איז געווען צוליב דעם וואס ער איז כמעט נישטא קיין קלארע בילדער פון הרה"ק מסקווירא זי"ע און כדי צו האבן די קלארע בילד האט מען משקיע געווען גאר אסאך ארבעט.
לזכר עולם יהי צדיק

געשריבן: דינסטאג מארטש 20, 2018 2:04 pm
דורך למעלה משבעים
נחמן נתן האט געשריבן:אינעם אינטערוויאו מיט ר' יחיאל שמואל פריעד שיחי', האט מען געשטעלט א בילד וואס שטייט דארט אונטערגעצייכענט אז דאס איז ביי א שבע ברכות פון הרה"צ יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, דאפלטער אייניקל פון סקווירא'ער רבי שליט"א.

המקרא הזה אומר דרשוני. (סיי לגבי 'שבע ברכות' און סיי לגבי די יחוס).

די בילד איז פון שבע ברכות ביים רבי'נס זון? אויב מיינט מען דעם אייניקל בן הרה"צ ר' אמ"מ, דאן איז עס א דאפעלטע אייניקל.

געשריבן: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:56 pm
דורך אחת ואחת
שרעבי האט געשריבן:.

רב שרעבי, סאיז דאך שוין דינסטאג, וואס וועט זיין מיט אונזער קינדליין די וואך

קינדליין פרשת צו

געשריבן: דינסטאג מארטש 20, 2018 6:32 pm
דורך שרעבי
נייע שיינע קאמיקס
דרשת שבת הגדול דורך הגאון הצדיק רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא
ועוד....

געשריבן: זונטאג מארטש 25, 2018 1:48 pm
דורך יאסעלע
אנגעקומען א מעכטיגע קינדליין פעקל צו אונז אין טיר מיט 3 באזונדערע ביכלעך, יישר כח פארן לייגן די "צוריק-צו-וועגס" אין די קינדליין פעקל, און נישט עקסטער פארקויפט אין די געשעפטן.

קינדליין פסח תשע"ח

געשריבן: זונטאג מארטש 25, 2018 3:01 pm
דורך שרעבי
.

.

געשריבן: זונטאג מארטש 25, 2018 3:01 pm
דורך שרעבי
.

געשריבן: זונטאג מארטש 25, 2018 3:12 pm
דורך לא לנו
יונגערליך, אופס

געשריבן: זונטאג מארטש 25, 2018 3:18 pm
דורך פערדס מיניסטער
לא לנו האט געשריבן:יונגערליך, אופס

וואס איז אופס?

געשריבן: זונטאג מארטש 25, 2018 6:29 pm
דורך קלאָצקאָפּ
לא לנו האט געשריבן:יונגערליך, אופס

געשריבן: זונטאג מארטש 25, 2018 8:56 pm
דורך יענקעלע
גארנישט באקומען, עטס באקומטס עס אייביג זונטאג?