בלאט 53 פון 61

געשריבן: פרייטאג ינואר 19, 2018 10:30 am
דורך טייטל
יאסעלע האט געשריבן:נו, זעסט נישט אויף מיין אוועטער אז כ'בין א זיס אינגעלע?

ממש א זיסקייט... איך וויל דיר געבן א ציפעלע אין די באקן..

קינדליין פרשת בשלח

געשריבן: מאנטאג ינואר 22, 2018 12:10 pm
דורך שרעבי
.

געשריבן: מאנטאג ינואר 22, 2018 3:12 pm
דורך ענדע צדיק!
שוין געהערט פון עטליכע נאנטע אז זיי גלייכן נישט די געדאנק פון אינטערוויאון מענטשן אין די מוזיק וועלט. זאגאר איינער פון די האט עס אויפגעהערט קויפן נאר צוליב דעם. אולי זאל די רעדאקציע וויסן פון דעם בלויזען פאקט.

תחזקנה ידיכם.

געשריבן: מאנטאג ינואר 22, 2018 3:13 pm
דורך שטאלצער יוד
ענדע צדיק! האט געשריבן:שוין געהערט פון עטליכע נאנטע אז זיי גלייכן נישט די געדאנק פון אינטערוויאון מענטשן אין די מוזיק וועלט. זאגאר איינער פון די האט עס אויפגעהערט קויפן נאר צוליב דעם. אולי זאל די רעדאקציע וויסן פון דעם בלויזען פאקט.

תחזקנה ידיכם.

גא"מ

געשריבן: מאנטאג ינואר 22, 2018 3:20 pm
דורך יאסעלע
ביי שלום לעממער האב איך געהאט די טענה, אבער אזעלכע ווי דער טראמבאניסט וואס עקשנ'ט זיך צו גיין מיט א הוט און רעקל, הרב יושע מענדלאוויטש, וכו', איז א גוטע מאדעל.

בד"וו, וואו איז די צווייטע חלק פון די פארלוירענע אוצרות? מ'האט נישט אריינגעלייגט די וואך.

געשריבן: מאנטאג ינואר 22, 2018 3:29 pm
דורך פריטלעך
שרעבי האט געשריבן:.

איז די ווארט "אינ'ם" ריכטיג דא?

געשריבן: מאנטאג ינואר 22, 2018 3:41 pm
דורך מי יודע
יאסעלע האט געשריבן:ביי שלום לעממער האב איך געהאט די טענה, אבער אזעלכע ווי דער טראמבאניסט וואס עקשנ'ט זיך צו גיין מיט א הוט און רעקל, הרב יושע מענדלאוויטש, וכו', איז א גוטע מאדעל.


געשריבן: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:12 am
דורך מיללער
ענדע צדיק! האט געשריבן:שוין געהערט פון עטליכע נאנטע אז זיי גלייכן נישט די געדאנק פון אינטערוויאון מענטשן אין די מוזיק וועלט. זאגאר איינער פון די האט עס אויפגעהערט קויפן נאר צוליב דעם. אולי זאל די רעדאקציע וויסן פון דעם בלויזען פאקט.

תחזקנה ידיכם.

חסידישע אינגעלייט וועלכע שפילן קלעזמער, א שטייגער ווי ר' יו"ט ערליך און להבחל"ח ר' בנציון משה רז"ב, אדער ר' חיים רפאל פערענץ, וואס איז שלעכט?

געשריבן: דינסטאג ינואר 23, 2018 8:54 am
דורך מי יודע
מי יודע האט געשריבן:
יאסעלע האט געשריבן:ביי שלום לעממער האב איך געהאט די טענה, אבער אזעלכע ווי דער טראמבאניסט וואס עקשנ'ט זיך צו גיין מיט א הוט און רעקל, הרב יושע מענדלאוויטש, וכו', איז א גוטע מאדעל.


האב איך נעכטן געליינט דעם אינטערוויו, נישטא קיין בעסערע חינוך פאר די קינדער ווי אט דער אינטערוויו

געשריבן: דינסטאג ינואר 23, 2018 9:41 am
דורך טייטל
מי יודע האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
יאסעלע האט געשריבן:ביי שלום לעממער האב איך געהאט די טענה, אבער אזעלכע ווי דער טראמבאניסט וואס עקשנ'ט זיך צו גיין מיט א הוט און רעקל, הרב יושע מענדלאוויטש, וכו', איז א גוטע מאדעל.


האב איך נעכטן געליינט דעם אינטערוויו, נישטא קיין בעסערע חינוך פאר די קינדער ווי אט דער אינטערוויו

אמת לאמיתה! איך בין מסכים מיט יעדעס ווארט!

געשריבן: דינסטאג ינואר 23, 2018 9:49 am
דורך שטאלצער יוד
איך האב נאך נישט געליינט די ארטיקל. אבער ווען ס'קומט צו די היינטיגע עבודה זרה'ס דארף מען צוגיין צו דעם מיט זייידינע הענטשקעס. אויב טאקע האבן זיי מצליח געווען ארויסצוברענגן די אמת'ע פארצייטישע כח וואס איז דא אין נגינה, תבא עליהם ברכה.

געשריבן: דינסטאג ינואר 23, 2018 10:07 am
דורך מי יודע
שטאלצער יוד האט געשריבן:איך האב נאך נישט געליינט די ארטיקל. אבער ווען ס'קומט צו די היינטיגע עבודה זרה'ס דארף מען צוגיין צו דעם מיט זייידינע הענטשקעס. אויב טאקע האבן זיי מצליח געווען ארויסצוברענגן די אמת'ע פארצייטישע כח וואס איז דא אין נגינה, תבא עליהם ברכה.

נישט ארויסגעברענגט כח פון פארצייטישע נגינה, ער האט אבער ארויסגעברענגט אז ער דער גרויסער שפילער ווייסט אז ער איז גארנישט קעגן איינעם וואס האט די זכי' צו לערנען די הייליגע תורה, ליין עס דורך וועסטו זען
און ארויסגעברענגט וואס מיינט צו בלייבן מיטן חסיד'ישן לבוש, אין די היינטיגע וועלט וואס יעדער טוטער א וואך נאך די חתונה וועט זיך דרייען מיטן בלויזן העמד אין די גרעסטע פרעסטן צו ווייזן אז ער איז קאאל, ס'קוקט שוין באלד אויס ווי עמעזען פארלאנגט יעדן סעלער אז ער טאר נישט גיין מיט די וואלענע טלית קטן אינדרויסן

געשריבן: דינסטאג ינואר 23, 2018 10:16 am
דורך ענדע צדיק!
מיללער האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:שוין געהערט פון עטליכע נאנטע אז זיי גלייכן נישט די געדאנק פון אינטערוויאון מענטשן אין די מוזיק וועלט. זאגאר איינער פון די האט עס אויפגעהערט קויפן נאר צוליב דעם. אולי זאל די רעדאקציע וויסן פון דעם בלויזען פאקט.

תחזקנה ידיכם.

חסידישע אינגעלייט וועלכע שפילן קלעזמער, א שטייגער ווי ר' יו"ט ערליך און להבחל"ח ר' בנציון משה רז"ב, אדער ר' חיים רפאל פערענץ, וואס איז שלעכט?

איך האב זיך נישט באצויגן צי א ספעציפישע אינטערוויאו. אבער פארשטיייט זיך אז אזעלעכע סארט איז בכלל נישט אינעם מוזיק-עבודה-זרה כלל. א שטייגער - ווי דערמאנט - ר׳ יושע מענדלאוויטש הי״ו.

איך זאג נאר אז איך האב שוין געהערט אסאך וואס פארכטן זיך צו וואו די מוזיק אינטערוויאוס טראגן, און מען דארף דאס האלטן פאר די אויגן.

קינדליין פרשת יתרו

געשריבן: מאנטאג ינואר 29, 2018 10:52 am
דורך שרעבי
.

געשריבן: מאנטאג ינואר 29, 2018 12:38 pm
דורך נחמן נתן
אין 'איינליין' בין איך אביסל צומישט. די נעמען דארט, שמעי' מיט יקותיאל און משה.

רב מייזעלס אינטערוויאו

געשריבן: זונטאג פאברואר 04, 2018 11:45 am
דורך שמאלציג
זייער א שיינע אינטערוויוא מיט רב מייזעלס פון מאנטריאל, איינער ווייסט אפשר אן אימעיל אדרעסס זיך צו פארבינדן מיט רב מייזעלס?

געשריבן: זונטאג פאברואר 04, 2018 3:45 pm
דורך סידיראם
די מעשה מיט די פעסטריוס איז א געפערליכע נארישע מעשה, האט נישט קיין הענט און קיין פיס, חוץ וואס איז ליידיג פון יעדעס טראפ תוכן, גערויבט, געכאפט, געבאמבעט, מיט דעים דארף איך אנשטאפן מיינע קינדער?

געשריבן: זונטאג פאברואר 04, 2018 4:59 pm
דורך בן מנחם
סידיראם האט געשריבן:די מעשה מיט די פעסטריוס איז א געפערליכע נארישע מעשה, האט נישט קיין הענט און קיין פיס, חוץ וואס איז ליידיג פון יעדעס טראפ תוכן, גערויבט, געכאפט, געבאמבעט, מיט דעים דארף איך אנשטאפן מיינע קינדער?

און דאס איז.... אייער מיינוג!

איך ליין עס נישט אבער פונקט האבן מיר מיינע קינדער געזאגט די וואך אז די מעשה איז גאר שפאנענד און אטעם פארכאפענד (פאר א קינד) און זיי מיט זייערע חברים אין חדר קענען שוין קוים אויסווארטן דעם קומענדיגע וואך פארזעצונג.
קינדער מעגן אויך האבן א געשמאק אין דראמא!

וויפיל איז דער שיעור פון ציען צו א ליניע אן א ענדע?
ווילסט נאר א מעשה פון אלעקסיי איך שעץ עס זייער. אבער די אלטע יידישע ליכט... האט אויך די דראמאטישע פארזעצונגען וואס איר רופט נישט קיין הענט און נישט קיין פיס!

לאז לעבן און לאז הנאה האבן - גלייכסט עס נישט? דאן פליק עס ארויס פונעם העפט פארן אהיים ברענגן!

געשריבן: זונטאג פאברואר 04, 2018 5:03 pm
דורך דממה דקה
ער מעג פארציילן אז ער גלייכט עס נישט, און די מעגסט פארציילען אז די גלייכסט עס יא, די איבריגע רעטאריק פעלט נישט אויס.

געשריבן: זונטאג פאברואר 04, 2018 5:04 pm
דורך בן מנחם
דממה דקה האט געשריבן:ער מעג פארציילן אז ער גלייכט עס נישט, און די מעגסט פארציילען אז די גלייכסט עס יא, די איבריגע רעטאריק פעלט נישט אויס.

ליין איבער זיין לשון ביטע

געשריבן: זונטאג פאברואר 04, 2018 5:05 pm
דורך מי יודע
בן מנחם האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:די מעשה מיט די פעסטריוס איז א געפערליכע נארישע מעשה, האט נישט קיין הענט און קיין פיס, חוץ וואס איז ליידיג פון יעדעס טראפ תוכן, גערויבט, געכאפט, געבאמבעט, מיט דעים דארף איך אנשטאפן מיינע קינדער?

און דאס איז.... אייער מיינוג!

איך ליין עס נישט אבער פונקט האבן מיר מיינע קינדער געזאגט די וואך אז די מעשה איז גאר שפאנענד און אטעם פארכאפענד (פאר א קינד) און זיי מיט זייערע חברים אין חדר קענען שוין קוים אויסווארטן דעם קומענדיגע וואך פארזעצונג.
קינדער מעגן אויך האבן א געשמאק אין דראמא!

וויפיל איז דער שיעור פון ציען צו א ליניע אן א ענדע?
ווילסט נאר א מעשה פון אלעקסיי איך שעץ עס זייער. אבער די אלטע יידישע ליכט... האט אויך די דראמאטישע פארזעצונגען וואס איר רופט נישט קיין הענט און נישט קיין פיס!

לאז לעבן און לאז הנאה האבן - גלייכסט עס נישט? דאן פליק עס ארויס פונעם העפט פארן אהיים ברענגן!

גראדע מאכט עס מיר אויך נערוועז פשוט ווייל ס'איז א מעשה וואס מאכט ניטאמאל קיין סענס, מ'קען נוצן די זעלבע מעשה און אביסל אנדערש מאכן ס'זאל מאכן סענס

געשריבן: זונטאג פאברואר 04, 2018 5:27 pm
דורך ידעתי
איך פרוביר עס צו קויפן אפט, ווייל איך וויל אז מיינע קינדער זאלן ליינען אידישע ליין מאטריאל. אבער פאר א שטוב מיט מיידלעך איז כמעט נישטא דארט אינטערסאנט.
ממש א שאד.
איך פארשטיי אז ביי די בילדער האבן זיי שוין שלום געמאכט מיטן מצב אז עס קומט נישט דארט, אבער רוב ארטיקלן/ קאמיקס זענען פאר אינגלעך און ס׳הערשט א ריזיגן חלל אין דעם פעלד.

איך פארשטיי אז עלטערע מיידלעך ליינען טאקע מער ענגליש, אבער עס איז דא א טויזענטער משפחות וואס ווילן א היימישע אויסגאבע פאר די בית יעקב אלו הנשים.

די ענגלישע kindlingo האב איך פרובירט צוויי מאל און געכאפט פון מיינע חברה אז סיז דא אסאך אלטע קינדליין סחורה.
איי געס יענס איז פאר אנדערע קרייזן וואס האבן בכלל נישט געקויפט קינדליין דערווייל

געשריבן: זונטאג פאברואר 04, 2018 6:31 pm
דורך פארבינדן
דאכט זיך אז די פעסטאריום אקציע איז אמאל אוריסגעקומען אין א בוך "דער אידישער שפיאן"

די מעשה פון די גנב וואס האט זיך געענדיגט פארגאנגענע וואך האב איך א געפיל אז ס'האט זיך געדארפט ווייטער ציען נאר משום איזה סיבה האט מען עס באשלאסן צו ענדיגן פריער.

אז מ'רעדט שוין, מיינע קינדער באלעקן זיך די פינגער יעדע וואך מיט די קינדליין און אזוי אויך זיייערע עלטערן.

געשריבן: זונטאג פאברואר 04, 2018 8:10 pm
דורך למעלה משבעים
אינטרעסאנט, כשם שאין פרצופותיהן שוות כך אין דעותיהן... מיינע טעכטער זענען זיך מחיה מיט קינדליין.

דער אידישער שפיאן איז געווען גאר אן אנדערע מעשה בכלל.

געשריבן: זונטאג פאברואר 04, 2018 8:24 pm
דורך מומחה יוחס
גראדע מיינע טעכטער זענען די עיקר ליינערס פין קינדערליין
נאר וועגן זיי בין איך א מעמבער ביי קינדליין

גראדע בין איך אויך זיך שטארק מחי'