בלאט 51 פון 72

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 04, 2017 11:59 am
דורך ויתן לך
עס איז אשאד אז איצי פיצי האט געסטאפט, עס איז געווען א געוואלדיגע ארבעט

קינדליין וישב

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 04, 2017 12:58 pm
דורך שרעבי
ויאמר הנה חלמתי חלום ››› דעם סאטמארער רבי'נס אכסניה אין שווייץ ››› אין איין ליין: "וויינט ווי א ביווער ››› ס'שנייט!

צווישן אנדערע אינטערסאנטע ארטיקלען און קאלומס אין די קינדליין אויסגאבע.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 04, 2017 4:06 pm
דורך מומחה יוחס
מיט וועם האט מען געמאכט די אינטערוויא וועגן דער סאטמערע רבי אין שווייץ?...

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 04, 2017 4:39 pm
דורך קלאר מאכן
מיט א אור אייניקל פין די בעל אכסניא ר' משה גראס פין שווייץ
ווער איז דער מילער וואס מיט איהם האט געמאכט די אינטערוויאו?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 04, 2017 4:48 pm
דורך יאסעלע
נישט ר' דוד וועבער האט עס געשריבן? ער שרייבט געווענליך די אינטערוויס

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 04, 2017 11:11 pm
דורך שרעבי
ויתן לך האט געשריבן:עס איז אשאד אז איצי פיצי האט געסטאפט, עס איז געווען א געוואלדיגע ארבעט

בכלל נישט געסטאפט... קוקט בעסער

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 05, 2017 1:15 pm
דורך א. טראכטער
זייער היסטארישע בילדער פון רבינו מסאטמאר זי''ע אין שווייץ.

אלע בילדער זענען קראנט אז עס איז פון רבין?

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 06, 2017 3:35 am
דורך מומחה יוחס
זיכער אזוי
פארוואס זאל זיין בכלל א ספק

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 06, 2017 6:25 am
דורך צו געזונט
א. טראכטער האט געשריבן:זייער היסטארישע בילדער פון רבינו מסאטמאר זי''ע אין שווייץ.

אלע בילדער זענען קראנט אז עס איז פון רבין?

ניין, עס איז געמאכט מיט Adobe Photoshop 1945. די אלע בילדער זיינען שוין אלט, נאר נישט יעדער האט געהאט צוטריט דערצו

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 06, 2017 6:57 am
דורך קורץ און שארף
צו געזונט האט געשריבן:
א. טראכטער האט געשריבן:זייער היסטארישע בילדער פון רבינו מסאטמאר זי''ע אין שווייץ.

אלע בילדער זענען קראנט אז עס איז פון רבין?

ניין, עס איז געמאכט מיט Adobe Photoshop 1945. די אלע בילדער זיינען שוין אלט, נאר נישט יעדער האט געהאט צוטריט דערצו


אבער אויב מאכט מען א גוגל סירטש באקומט מען צוטריט...

קינדליין מקץ - דריטע יארטאג

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 10:28 am
דורך שרעבי
לכבוד די דריטע יארטאג און לכבוד יו"ט חנוכה שטעלט קינדליין פאר א פארגרעסערטע אויסגאבע פול מיט רייכע ארקטילען און קאמיקס
+ א ביילאגע מיט שפילערייען חידות און קאמיקס

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 11:27 am
דורך געלעגער
נייס

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 12:08 pm
דורך ניס קראכער
קוקט אויס אינטרעסאנט די וואך

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 1:35 pm
דורך מזל מידיע
בס"ד

נאר די דעקל האט מיך געגעבן א גוטן שאקל - שוין געהאט אין געדאנק לאנגע יארן צוריק אז מ'מוז אמאל אינטערוויוען דעם חשוב'ן בחור, דער קינדליין האט פיינע השגות...! איך געדענק נאך זיין בר מצוה. העמיר עס מוזן קויפן די וואך (אווי יעדע וואך).

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 1:40 pm
דורך א. טראכטער
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

נאר די דעקל האט מיך געגעבן א גוטן שאקל - שוין געהאט אין געדאנק לאנגע יארן צוריק אז מ'מוז אמאל אינטערוויוען דעם חשוב'ן בחור, דער קינדליין האט פיינע השגות...! איך געדענק נאך זיין בר מצוה. העמיר עס מוזן קויפן די וואך (אווי יעדע וואך).

יאפ
קען מיר אים פון די נאנט

דער שמייכעל וואס איז ווערט מיליאנען...

און ווי קען מען ארויסלאזן די נס פונעם ברך משה.. ז'ך כסליו... געווען דארט אין ביהמ''ד ביים סעודת הודאה... די דרשה... צייטן...

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 2:55 pm
דורך מזל מידיע
בס"ד

יאפ, טראכטער, אויך דארט געווען, אה, געווען צייטן...

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 11:31 am
דורך ניס קראכער
קוואדאס קינדליין
זיי האבן אריינגלייגט א בילד
אין געשריבן קרעדיט פאר אידישע וועלט

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 14, 2017 9:16 pm
דורך מומחה יוחס
יא יא איך האב אויך געזעהן איך האב הנאה געהאט

קינדליין פרשת ויגש

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 1:09 pm
דורך שרעבי
.

מגיה געזוכט

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2017 12:24 pm
דורך שרעבי
פון קינדליין אפיס האט מען מיך געבעטן דא צו פאסטן דעם מעלדונג:

מגיה געזוכט
פאר'ן שטאב פון קינדליין ווערט געזוכט נאך א מגיה וואס האט עקספירענעס אין "עריכה לשונית", דהיינו סיי טרעפן טעותים אין ספעלינג ווי אויך צו באארבעטן לשונות.
מיר זוכן איינעם וואס זאל ארבעטן "אין-הויז", אינ'ם נייעם קינדליין הויפט-קווארטיר אין בארא פארק.
ערנסט פאראינטערעסירטע ביטע שיקן א רעזומעי און עטליכע דוגמאות צום ראש המגיהים הרב דוד אלימלך צאנגער
dz.editor@kindline.org

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 20, 2017 12:39 pm
דורך דונש
א שטיקל טעות פאריגע וואך, ביים באשרייבונג פון ברך משה זי"ע מיטן עראפלאן שטייט אז דער הויז בחור איז געווען סיני קויפמאן, דאס איז א טעות ער איז שוין לאנג נישט געווען הויז בחור דעמאלס, איך געדענק שוין נישט פונקטליך ווער ס'איז דעמאלס געווען, אדער זאנוויל וויינגארטן אדער גאר שוין שמחה בערנאטה.

נישט קיין ערענסטע טעות

קינדליין פרשת ויחי

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 25, 2017 10:04 am
דורך שרעבי
.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 25, 2017 12:54 pm
דורך חמרא טבא
ניס קראכער האט געשריבן:קוואדאס קינדליין
זיי האבן אריינגלייגט א בילד
אין געשריבן קרעדיט פאר אידישע וועלט

יא אבער זיי האבן געברענגט דריי בילדער פון דא און נאר געשריבן קרעדיט ביי איינס

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 25, 2017 2:53 pm
דורך ניס קראכער
חמרא טבא האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:קוואדאס קינדליין
זיי האבן אריינגלייגט א בילד
אין געשריבן קרעדיט פאר אידישע וועלט

יא אבער זיי האבן געברענגט דריי בילדער פון דא און נאר געשריבן קרעדיט ביי איינס

מען דארף דאך צופרידן שטעלן די קריטיקירערס אויך :wink:

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 25, 2017 2:59 pm
דורך Naftule
אינטערעסאנט גארנישט וועגן רובאשקין, זעט אויס שוין געווען ביים דרוק