"קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » זונטאג אוקטובער 01, 2017 11:56 pm

שרעבי האט געשריבן:צוריק-צו-וועגס- די עגמת נפש
אבער דא האט זיך ארויסגעשטעלט א גרויסע עגמת נפש. ווען דער ציל פון קינדליין איז "קינדער" און די אויסגאבע האט בעיקר מחיה געווען די ערוואקסענע. טאקע אויך א מיעוט קינדער האבן הנאה געהאט, אבער בעיקר איז דאס געווארן לייען מאטעריאל פאר 'ערוואקסענע'.

אגרי. איך האב נאכנישט קיין גרויסע קינדער אין שטוב, קויף איך געווענדליך נישט קינדליין, אבער "צוריק-צו-וועגס" קויף איך פאר מיר און די ב"ב, עס איז ממש אן עונג יום טוב!
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 12:30 am

הערליכע יו"ט אויסגאבע, נוסח קינדליין, חזקו ואמצו

טייטל
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 12:02 pm

פאר די עצם זאך אז קינדליין האט א פארטרעטער דא אויף אייוועלט איז א גרויסע און חשובע זאך און קומט זיך פאר דעם א ספעציעלע יישר כח
חיזקו ואמצו כה לחי!

גלות אמעריקא
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 6:02 pm

תגובהדורך גלות אמעריקא » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 12:00 am

אזוי ווי יעדע יום טוב האמיר געקויפט דעם קינדליין, און שטארק הנאה געהאט, ספעציעל פונעם ביילאגע, גוט שטיקל ארבעט!

שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2016 7:01 pm

תגובהדורך שטאטסמאן » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 1:10 am

געלעגער האט געשריבן:יא דורך געליינט און הנאה געהאט. געענטפערט צום זאך און איך פארשטיי אייך.
אביסל מאכט מיר נערוועז דאס שפילן כאילו מ'איז א לשם מצוה אויסגאבע וואס איז ממש דא צו סערווירן דעם ציבור און קוועטשט קוים ארויס צום לעבן. אבער איי געס אזוי גייט עס היינט


הרב שרעבי, איך פארשטיי דיין "פוינט אף וויו", און די בוזט גערעכט. הגם איך בין נישט קיין קינדליין ליינער, זעה איך אבער וואך איין וואך אויס שבת צופרי אין ביהמ"ד ווי קינדער באלעקן זיך דערמיט, און אויך האב איך שוין געהערט פון אסאך טאטע'ס ווי צופרידן זיי זענען.

אבער צוויי הערות נאר, אויב איך מעג. איבער דעם וואס די שרייבסט אז אלע אנדערע מאגאזינען האבן מער חומר יו"ט, ווייל זיי ווילן נישט אז מען זאל דארפן זוכן די ארטיקלן צווישן א בארג מיט אדווערטייזמענטס, א גוטע פוינט, הגם קיינמאל געטראכט דערפון אויף דעם וועג, איז אבער 'אויך' די סיבה פארוואס זיי טוען עס, די זעלבע ווי ענקער'ס, ווייל יו"ט איז דריי טעג און ס'איז דא מער צייט צו ליינען.
אויך איז ענקער אויסגאבע דא צומאכן געלט, נישט נאר לשם מצוה. ס'איז בכלל נישט קיין פראבלעם, אדרבה איך פארגין ענק און איך קען באשטיין אז עטס זאלט מאכן געלט, און ס'נעמט נישט אוועק פון די ריינקייט און ערליכקייט פון די אויסגאבע. אבער איר זענט דא פאר ביזנעס אויך.
חזק ואמץ!
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 2:45 am

געלעגער האט געשריבן:יא דורך געליינט און הנאה געהאט. געענטפערט צום זאך און איך פארשטיי אייך.
אביסל מאכט מיר נערוועז דאס שפילן כאילו מ'איז א לשם מצוה אויסגאבע וואס איז ממש דא צו סערווירן דעם ציבור און קוועטשט קוים ארויס צום לעבן. אבער איי געס אזוי גייט עס היינט


איך שפיר אויך כסדר די זעלבע זאך, עס קען זיך דאכטן אז ממש א מנין יונגעלייט זענען געווען אין ארבעט מוצאי ראש השנה בלויז צו מזכה זיין הכלל, און כדי די חשובע קינדער זאלן האבן וואס צו ליינען יום טוב...
דאס צושטעלן ספעציעלע אויסגאבעס לכבוד יום טוב איז א ריינע ביזנעס דעסיזשאן, פאר די זעלבע סיבה אלע אנדערע אויסגאבעס שטעלן צו מער ליין מאטריאל לכבוד יום טוב, און טאקע פאר די זעלבע סיבה האבן זיי די רעכט צו פארקויפן עקסטער די צוריקצווועגס, ווייל דאס איז אויך א ריינע ביזנעס דעסיזשאן...

און דאס וואס ער טענעהט אז אנדערע פאבליקאציעס לייגן צו ספעציעלע יו"ט ביילאגעס וויבאלד זיי האבן אסאך עדס, אוודאי איז דא אין דעם א נקודת אמת, אבער דאכט זיך מיר אז סהאט זיך אנגעפאנגען פארקערט... אז וויבאלד זיי האבן צוגעשטעלט מער ביילאגעס און אפטיילונגען און וויבאלד במשך א לאנגן יו"ט האבן מענטשן מער צייט צו ליינען וועגן דעם קויפן עס מער מענטשן און דעריבער אדווערטייזען דארט מער ביזנעסער וויבאלד מער מענטשן ליינען עס. ופשוט הוא.

און בדרך אגב אין אלע פאבליקאציעס ארבעט מען ערב'ס און מוצאי'ס רונדע דעם זייגער...!
איך גלייב אז אין דעם עמי, משפחה, וכדו' ארבעטן אויך אסאך מענטשן מוצאי ראש השנה טאקע נישט מיט די ווייסע זאקן, אבער סאיז שווער צו גלייבן אז זיי טוען עס לשם שמים....

און בנוגע עדס.
לענ"ד זע איך נישט קיין שום פראבלעם מיט האבן עדס, אבער די זיך ארויס שטעקן די כשר חזיר פיסל כאילו זיי האבן א פרינציפ נישט צו נעמן קיין עדס נאר זיי האבן פשוט נישט קיין ברירה ווייל פרשת וישב געבן אסאך פירמעס ארויס נייע שפילצייגן און דערפאר האבן זיי פשוט נישט קיין ברירה און זיי מזון עס אריינלייגן.... קומט עפעס נישט אריין אזוי גוט...
אויב נעמן זיי יום טוב עדס כדי די פרייז זאל נישט זיין מער, איז אפשר כדי צו האבן עדס יעדע וואך און נידערען די פרייז!

אוודאי דארפן זיי זייער אכטונג געבן וואספארא עדס זיי לייגן אריין, פשוט פון א ביזנעס פרעספעקטיוו, ווייל זיי קענען פארלירן א געוויסע קלייענטעל אויב לייגן זיי אריין געוויסע עדס.
זיי דערלייגן אסאך געלט מיטן אפזאגן געוויסע עדס? זיכער! די היימישע אויסגאבעס דערלייגן אויך זייער אסאך געלט מיטן אפזאגן עדס וואס זענען נישט פאסיג פאר זייער קלייענטעל למשל בילדער פון קליינע מיידלעך וואס די עמי אדער אפילו די בינה וועלן יא לייגן...
עכ"פ שטעל זיך נישט אוועק ווי כאילו מען מיינט בלויז כבוד שמים מיט איעדע זאך.
(אז מען רעדט שוין, סאיז דא נאך איינער וואס גיבט אונז כסדר דעם זעלבן געפיל, דאס איז אונזער באקאנטע אונטערן חבריא... וואס ווען מען האט עפעס א שטיקל טענה, קומען זיי צו לויפן מיט די "דו ווייסט וויפיל שעות און כוחות מיט שווערע געלטער מיר לייגן אריין אלעס צו קענען מהנה זיין כלל ישראל און דו דערוואגסט זיך נאך חס ושלום צו מהרהר זיין נאך אונז?"...

עכ"פ איך האב שוין צופיל מאריך געווען שלא כדרכי... והוא רחום יכפר עון.

אבער אז מרעדט שוין בגנותם דארפן מען שוין רעדן בשבחם פון די חשובע חברי מערכת וואס טוען בכלליות א הערליכע ארבעט פון וואס מיינע קינדער האבן הנאה דערפון יעדן יום טוב, קיפ איט אפ! דערשרעקט אייך נישט פון די קריטיקירער! אבער ביטע הערט זיי אויס...

שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2016 7:01 pm

תגובהדורך שטאטסמאן » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 12:32 pm

געדענק איך ווען די קינדערליך איז ארויסגעקומען, זענען אסאך אידן דא געווען ברוגז אויף זיי, "אז א איד מאכט שוין געלט, דארף מען אים שוין נאכמאכען, דארף מען שוין מאכן א קאמפעטישן"!
אינטערעסאנט צו זען ווי קינדליין האט יעצט געטון די זעלבע זאך מיטן ארויסקומען מיט די 'קידעלינגא' אויף ענגליש, ווי זיי זענען געגאנגען אין קאמפעטישן מיט די ענגלישע קינדער מאגאזינען 'ספאטלייט' און 'די סירקל'.
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!

מנכל
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 30, 2017 2:17 pm

תגובהדורך מנכל » זונטאג אוקטובער 15, 2017 3:09 pm

איך האב ווי אייביג שטארק הנאה געהאט פון קינדליין, און איך לכשעצמי זעה נישט קיין פראבלעם מיט אריינלייגן עד"ס, אבער די קינדליין עדס זענען אנדערש פארוואס ווען מהדרין געט ארויס א נייע יוגערט דארף מיין קינד אנהייבן קאללעקטאן רעפפערס? אדער אריינלייגן שמחהלע אין זייערע עדס לדעתי איז דאס שוין אסאך מער ווי א געווענדליכע עד! מען פארלאנגט אז די קינדער זאלן אנטייל נעמען אין זייערע קאמפיינס! איך האב זייער ליב קינדליין און איך האלט אז סתם עדס קענען אריינגיין אבער נעמען עדס און אריינלייגן קינדליין קערקטערס אין דעם איז שוין איבערגעטריבן!

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג אוקטובער 15, 2017 3:21 pm

כ'האב נישט קיין פראבלעם מיט עדס, אבער יא ווען לאנגע ארטיקלען ענדיגן זיך מיט עדס. די סוכות אויסגאבע איז געווען כמעט פון אזעלכע סארט, "פאוער עיר", "אדאפט-א-כולל", "מתימידי טאלאנט", (וואס איז אויך געווען פארשפרייט פון זיי א בראשור אין די בתי מדרשים, מיט א מראה מקום "זע אין קינדליין לענגערער אינטערוויו"), "לעמער סידי", "דירנפעלד האנט-שריפט",

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » זונטאג אוקטובער 15, 2017 3:22 pm

די עד פון סאלאמאן פלייש (מיטן בילד פון א טפח׳דיגען סענדוויטש) באלאנגט לכאורה אויך נישט אין אזא פיינע אויסגאבע.

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 8:34 pm

די וואך איז נישט געווען קיין איין עד ב"ה. יישר כח!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

מאטכע
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 8:09 pm

תגובהדורך מאטכע » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 12:29 am

ווי איז שרעבי ?

ווי זענען די דעקלעך פין די לעצטע 2 וואכן ?

בסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 4:03 pm

תגובהדורך בסד » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 6:53 am

אפשר איז אים פארגאנגען די אפעטיט?!...

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6371
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 6:59 am

מאטכע האט געשריבן:ווי איז שרעבי ?

ווי זענען די דעקלעך פין די לעצטע 2 וואכן ?


דא איז פון פרשת נח
צוגעלייגטע
kindline noach.JPG
kindline noach.JPG (167.5 KiB) געזעהן 4655 מאל

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » זונטאג אוקטובער 29, 2017 10:57 pm

EF9955BC-7265-465F-B12E-6633BE849A02.jpeg
EF9955BC-7265-465F-B12E-6633BE849A02.jpeg (223.91 KiB) געזעהן 4511 מאל

פרשת וירא

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » זונטאג אוקטובער 29, 2017 11:01 pm

איז נאך דא א אינטערעסע אין די ארטיקל ווי עס ווערט אויסגעשפילט א מעשה פון די גמרא? ( דאכט זיך עס איז די לענגסט לויפענדע ארטיקל)

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2566
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג אוקטובער 30, 2017 9:07 am

האמער הנאה אז איינער פרעגט עס. מיינע קינדער זאגן אז זיי ליינען דאס קיינמאל. די טאטע זאגט ער אויף נישט..
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 10:26 am

א הערה, אין די אינטערוויאו פארגאנגענע וואך מיט דעם צפת'ער יונגל שימאן, דערציילט ער דארט מיט גרויס התרגשות [און אויך א בילד] ווי ער איז געווען אויפן ציון פונם אבן עזרא אינעם ביה"ח אין צפת,
עס איז שוין אויפגעוויזן געווארן אויף הונדערט פראצענט אז דאס איז א טעות מעיקרו, דער אבן עזרא ליגט בכלל נישט אין צפת, אין דער דערמאנטער ציון איז פון א צווייטן אינגאנצן,
און אויך דאס וואס ער זאגט דארט אז 'ס'איז אן ענין צו גיין אויף זיין ציון תשעה באב', ווייסעך איך נישט קיין מקור צו אזא 'ענין',
עס ווערט נאר אזויפיל געברענגט [כ'האב עס געזעהן אין ספר קדמונינו], אז מען הערט ביים ציון פון אבן עזרא [אין דארף 'כבול', נישט אין צפת] תשעה באב ביינאכט א קול יללה ארויס קומען פון ציון, [עס ליגט אויך דארט רבי שלמה אבן גבירול]

ohrchodosh
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2006 6:41 pm

תגובהדורך ohrchodosh » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 4:01 pm

האט איינער די פעקס נומבער פון די קינדליין סובסקריבשאן?

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

סובסקריפשאן קינדליין

תגובהדורך שרעבי » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 7:48 pm

ohrchodosh האט געשריבן:האט איינער די פעקס נומבער פון די קינדליין סובסקריבשאן?

סובסקריפשאן
718.673.2428#106
subscription@kindline.org
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין פרשת ויצא

תגובהדורך שרעבי » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 11:12 am

.
צוגעלייגטע
Acrobat_2017-11-20_12-02-16.jpg
Acrobat_2017-11-20_12-02-16.jpg (671.61 KiB) געזעהן 3415 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין וישלח

תגובהדורך שרעבי » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 9:00 am

קינדליין שטאב ווערט אויפגענומען ביי הגה"צ אב"ד נייטרא מאנסי. וועלכער גיבט א אינטערוויו איבער די דראמאטעשע לעבנס געשיכטע פון זיין גרויסע פאטער הגה"צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ''ל.

רייכער ארטיקל איבער די "סלאוויטא" דרוק

און נאך רייכע ארטיקלען און קאמיקס
צוגעלייגטע
Acrobat_2017-11-27_08-26-41.jpg
Acrobat_2017-11-27_08-26-41.jpg (353.97 KiB) געזעהן 3212 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אדיר איום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אדיר איום » מאנטאג נובעמבער 27, 2017 10:50 pm

איז אפשר א טעות די בילד פון הרה״ח ר׳ הערשל קויפמאן ביי זיידי דערציילט

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דאנארשטאג נובעמבער 30, 2017 9:50 pm

די וואך איז דא א פארגרעסערטע אויסגאבע, די ארטיקל וועגן ר' מיכאל בער איז איינס אין די וועלט.

נאך איינער האט באמערקט אין די הערליכע "נ"ך ליין" אז מ'האט געמאלן וויאזוי בין לאדין האלט מלחמה מיט יהושע?... :lol:

כ'האב א אומקלארע בילד געכאפט מיט מיין האלב טויטע פליפ-פאון, אפשר האט איינער א קלארע.
צוגעלייגטע
1130172034.jpg
1130172034.jpg (171.28 KiB) געזעהן 2896 מאל
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

פעינטער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:49 pm

תגובהדורך פעינטער » מאנטאג דעצמבער 04, 2017 11:55 am

ווי קען איך אריין שיקן א פיקטשע צו קינדליין?
הכל לטובה!!


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט