בלאט 49 פון 102

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 12:30 am
דורך אבי.גערעדט
הערליכע יו"ט אויסגאבע, נוסח קינדליין, חזקו ואמצו

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 12:02 pm
דורך טייטל
פאר די עצם זאך אז קינדליין האט א פארטרעטער דא אויף אייוועלט איז א גרויסע און חשובע זאך און קומט זיך פאר דעם א ספעציעלע יישר כח
חיזקו ואמצו כה לחי!

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2017 12:00 am
דורך גלות אמעריקא
אזוי ווי יעדע יום טוב האמיר געקויפט דעם קינדליין, און שטארק הנאה געהאט, ספעציעל פונעם ביילאגע, גוט שטיקל ארבעט!

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2017 1:10 am
דורך שטאטסמאן
געלעגער האט געשריבן:יא דורך געליינט און הנאה געהאט. געענטפערט צום זאך און איך פארשטיי אייך.
אביסל מאכט מיר נערוועז דאס שפילן כאילו מ'איז א לשם מצוה אויסגאבע וואס איז ממש דא צו סערווירן דעם ציבור און קוועטשט קוים ארויס צום לעבן. אבער איי געס אזוי גייט עס היינט


הרב שרעבי, איך פארשטיי דיין "פוינט אף וויו", און די בוזט גערעכט. הגם איך בין נישט קיין קינדליין ליינער, זעה איך אבער וואך איין וואך אויס שבת צופרי אין ביהמ"ד ווי קינדער באלעקן זיך דערמיט, און אויך האב איך שוין געהערט פון אסאך טאטע'ס ווי צופרידן זיי זענען.

אבער צוויי הערות נאר, אויב איך מעג. איבער דעם וואס די שרייבסט אז אלע אנדערע מאגאזינען האבן מער חומר יו"ט, ווייל זיי ווילן נישט אז מען זאל דארפן זוכן די ארטיקלן צווישן א בארג מיט אדווערטייזמענטס, א גוטע פוינט, הגם קיינמאל געטראכט דערפון אויף דעם וועג, איז אבער 'אויך' די סיבה פארוואס זיי טוען עס, די זעלבע ווי ענקער'ס, ווייל יו"ט איז דריי טעג און ס'איז דא מער צייט צו ליינען.
אויך איז ענקער אויסגאבע דא צומאכן געלט, נישט נאר לשם מצוה. ס'איז בכלל נישט קיין פראבלעם, אדרבה איך פארגין ענק און איך קען באשטיין אז עטס זאלט מאכן געלט, און ס'נעמט נישט אוועק פון די ריינקייט און ערליכקייט פון די אויסגאבע. אבער איר זענט דא פאר ביזנעס אויך.
חזק ואמץ!

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2017 2:45 am
דורך פארטראכטער
געלעגער האט געשריבן:יא דורך געליינט און הנאה געהאט. געענטפערט צום זאך און איך פארשטיי אייך.
אביסל מאכט מיר נערוועז דאס שפילן כאילו מ'איז א לשם מצוה אויסגאבע וואס איז ממש דא צו סערווירן דעם ציבור און קוועטשט קוים ארויס צום לעבן. אבער איי געס אזוי גייט עס היינט


איך שפיר אויך כסדר די זעלבע זאך, עס קען זיך דאכטן אז ממש א מנין יונגעלייט זענען געווען אין ארבעט מוצאי ראש השנה בלויז צו מזכה זיין הכלל, און כדי די חשובע קינדער זאלן האבן וואס צו ליינען יום טוב...
דאס צושטעלן ספעציעלע אויסגאבעס לכבוד יום טוב איז א ריינע ביזנעס דעסיזשאן, פאר די זעלבע סיבה אלע אנדערע אויסגאבעס שטעלן צו מער ליין מאטריאל לכבוד יום טוב, און טאקע פאר די זעלבע סיבה האבן זיי די רעכט צו פארקויפן עקסטער די צוריקצווועגס, ווייל דאס איז אויך א ריינע ביזנעס דעסיזשאן...

און דאס וואס ער טענעהט אז אנדערע פאבליקאציעס לייגן צו ספעציעלע יו"ט ביילאגעס וויבאלד זיי האבן אסאך עדס, אוודאי איז דא אין דעם א נקודת אמת, אבער דאכט זיך מיר אז סהאט זיך אנגעפאנגען פארקערט... אז וויבאלד זיי האבן צוגעשטעלט מער ביילאגעס און אפטיילונגען און וויבאלד במשך א לאנגן יו"ט האבן מענטשן מער צייט צו ליינען וועגן דעם קויפן עס מער מענטשן און דעריבער אדווערטייזען דארט מער ביזנעסער וויבאלד מער מענטשן ליינען עס. ופשוט הוא.

און בדרך אגב אין אלע פאבליקאציעס ארבעט מען ערב'ס און מוצאי'ס רונדע דעם זייגער...!
איך גלייב אז אין דעם עמי, משפחה, וכדו' ארבעטן אויך אסאך מענטשן מוצאי ראש השנה טאקע נישט מיט די ווייסע זאקן, אבער סאיז שווער צו גלייבן אז זיי טוען עס לשם שמים....

און בנוגע עדס.
לענ"ד זע איך נישט קיין שום פראבלעם מיט האבן עדס, אבער די זיך ארויס שטעקן די כשר חזיר פיסל כאילו זיי האבן א פרינציפ נישט צו נעמן קיין עדס נאר זיי האבן פשוט נישט קיין ברירה ווייל פרשת וישב געבן אסאך פירמעס ארויס נייע שפילצייגן און דערפאר האבן זיי פשוט נישט קיין ברירה און זיי מזון עס אריינלייגן.... קומט עפעס נישט אריין אזוי גוט...
אויב נעמן זיי יום טוב עדס כדי די פרייז זאל נישט זיין מער, איז אפשר כדי צו האבן עדס יעדע וואך און נידערען די פרייז!

אוודאי דארפן זיי זייער אכטונג געבן וואספארא עדס זיי לייגן אריין, פשוט פון א ביזנעס פרעספעקטיוו, ווייל זיי קענען פארלירן א געוויסע קלייענטעל אויב לייגן זיי אריין געוויסע עדס.
זיי דערלייגן אסאך געלט מיטן אפזאגן געוויסע עדס? זיכער! די היימישע אויסגאבעס דערלייגן אויך זייער אסאך געלט מיטן אפזאגן עדס וואס זענען נישט פאסיג פאר זייער קלייענטעל למשל בילדער פון קליינע מיידלעך וואס די עמי אדער אפילו די בינה וועלן יא לייגן...
עכ"פ שטעל זיך נישט אוועק ווי כאילו מען מיינט בלויז כבוד שמים מיט איעדע זאך.
(אז מען רעדט שוין, סאיז דא נאך איינער וואס גיבט אונז כסדר דעם זעלבן געפיל, דאס איז אונזער באקאנטע אונטערן חבריא... וואס ווען מען האט עפעס א שטיקל טענה, קומען זיי צו לויפן מיט די "דו ווייסט וויפיל שעות און כוחות מיט שווערע געלטער מיר לייגן אריין אלעס צו קענען מהנה זיין כלל ישראל און דו דערוואגסט זיך נאך חס ושלום צו מהרהר זיין נאך אונז?"...

עכ"פ איך האב שוין צופיל מאריך געווען שלא כדרכי... והוא רחום יכפר עון.

אבער אז מרעדט שוין בגנותם דארפן מען שוין רעדן בשבחם פון די חשובע חברי מערכת וואס טוען בכלליות א הערליכע ארבעט פון וואס מיינע קינדער האבן הנאה דערפון יעדן יום טוב, קיפ איט אפ! דערשרעקט אייך נישט פון די קריטיקירער! אבער ביטע הערט זיי אויס...

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2017 12:32 pm
דורך שטאטסמאן
געדענק איך ווען די קינדערליך איז ארויסגעקומען, זענען אסאך אידן דא געווען ברוגז אויף זיי, "אז א איד מאכט שוין געלט, דארף מען אים שוין נאכמאכען, דארף מען שוין מאכן א קאמפעטישן"!
אינטערעסאנט צו זען ווי קינדליין האט יעצט געטון די זעלבע זאך מיטן ארויסקומען מיט די 'קידעלינגא' אויף ענגליש, ווי זיי זענען געגאנגען אין קאמפעטישן מיט די ענגלישע קינדער מאגאזינען 'ספאטלייט' און 'די סירקל'.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2017 3:09 pm
דורך מנכל
איך האב ווי אייביג שטארק הנאה געהאט פון קינדליין, און איך לכשעצמי זעה נישט קיין פראבלעם מיט אריינלייגן עד"ס, אבער די קינדליין עדס זענען אנדערש פארוואס ווען מהדרין געט ארויס א נייע יוגערט דארף מיין קינד אנהייבן קאללעקטאן רעפפערס? אדער אריינלייגן שמחהלע אין זייערע עדס לדעתי איז דאס שוין אסאך מער ווי א געווענדליכע עד! מען פארלאנגט אז די קינדער זאלן אנטייל נעמען אין זייערע קאמפיינס! איך האב זייער ליב קינדליין און איך האלט אז סתם עדס קענען אריינגיין אבער נעמען עדס און אריינלייגן קינדליין קערקטערס אין דעם איז שוין איבערגעטריבן!

געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2017 3:21 pm
דורך לא לנו
כ'האב נישט קיין פראבלעם מיט עדס, אבער יא ווען לאנגע ארטיקלען ענדיגן זיך מיט עדס. די סוכות אויסגאבע איז געווען כמעט פון אזעלכע סארט, "פאוער עיר", "אדאפט-א-כולל", "מתימידי טאלאנט", (וואס איז אויך געווען פארשפרייט פון זיי א בראשור אין די בתי מדרשים, מיט א מראה מקום "זע אין קינדליין לענגערער אינטערוויו"), "לעמער סידי", "דירנפעלד האנט-שריפט",

געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2017 3:22 pm
דורך shalsheles
די עד פון סאלאמאן פלייש (מיטן בילד פון א טפח׳דיגען סענדוויטש) באלאנגט לכאורה אויך נישט אין אזא פיינע אויסגאבע.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 8:34 pm
דורך יאסעלע
די וואך איז נישט געווען קיין איין עד ב"ה. יישר כח!

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 12:29 am
דורך מאטכע
ווי איז שרעבי ?

ווי זענען די דעקלעך פין די לעצטע 2 וואכן ?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2017 6:53 am
דורך בסד
אפשר איז אים פארגאנגען די אפעטיט?!...

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 6:59 am
דורך moishy56
מאטכע האט געשריבן:ווי איז שרעבי ?

ווי זענען די דעקלעך פין די לעצטע 2 וואכן ?


דא איז פון פרשת נח

געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2017 10:57 pm
דורך ארום די זייגער
EF9955BC-7265-465F-B12E-6633BE849A02.jpeg
EF9955BC-7265-465F-B12E-6633BE849A02.jpeg (223.91 KiB) געזען 5706 מאל

פרשת וירא

געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2017 11:01 pm
דורך shalsheles
איז נאך דא א אינטערעסע אין די ארטיקל ווי עס ווערט אויסגעשפילט א מעשה פון די גמרא? ( דאכט זיך עס איז די לענגסט לויפענדע ארטיקל)

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2017 9:07 am
דורך פריילאך
האמער הנאה אז איינער פרעגט עס. מיינע קינדער זאגן אז זיי ליינען דאס קיינמאל. די טאטע זאגט ער אויף נישט..

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2017 10:26 am
דורך יהיה כן
א הערה, אין די אינטערוויאו פארגאנגענע וואך מיט דעם צפת'ער יונגל שימאן, דערציילט ער דארט מיט גרויס התרגשות [און אויך א בילד] ווי ער איז געווען אויפן ציון פונם אבן עזרא אינעם ביה"ח אין צפת,
עס איז שוין אויפגעוויזן געווארן אויף הונדערט פראצענט אז דאס איז א טעות מעיקרו, דער אבן עזרא ליגט בכלל נישט אין צפת, אין דער דערמאנטער ציון איז פון א צווייטן אינגאנצן,
און אויך דאס וואס ער זאגט דארט אז 'ס'איז אן ענין צו גיין אויף זיין ציון תשעה באב', ווייסעך איך נישט קיין מקור צו אזא 'ענין',
עס ווערט נאר אזויפיל געברענגט [כ'האב עס געזעהן אין ספר קדמונינו], אז מען הערט ביים ציון פון אבן עזרא [אין דארף 'כבול', נישט אין צפת] תשעה באב ביינאכט א קול יללה ארויס קומען פון ציון, [עס ליגט אויך דארט רבי שלמה אבן גבירול]

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 4:01 pm
דורך ohrchodosh
האט איינער די פעקס נומבער פון די קינדליין סובסקריבשאן?

סובסקריפשאן קינדליין

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2017 7:48 pm
דורך שרעבי
ohrchodosh האט געשריבן:האט איינער די פעקס נומבער פון די קינדליין סובסקריבשאן?

סובסקריפשאן
718.673.2428#106
[email protected]

קינדליין פרשת ויצא

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 11:12 am
דורך שרעבי
.

קינדליין וישלח

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 9:00 am
דורך שרעבי
קינדליין שטאב ווערט אויפגענומען ביי הגה"צ אב"ד נייטרא מאנסי. וועלכער גיבט א אינטערוויו איבער די דראמאטעשע לעבנס געשיכטע פון זיין גרויסע פאטער הגה"צ רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ''ל.

רייכער ארטיקל איבער די "סלאוויטא" דרוק

און נאך רייכע ארטיקלען און קאמיקס

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2017 10:50 pm
דורך אדיר איום
איז אפשר א טעות די בילד פון הרה״ח ר׳ הערשל קויפמאן ביי זיידי דערציילט

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 9:50 pm
דורך יאסעלע
די וואך איז דא א פארגרעסערטע אויסגאבע, די ארטיקל וועגן ר' מיכאל בער איז איינס אין די וועלט.

נאך איינער האט באמערקט אין די הערליכע "נ"ך ליין" אז מ'האט געמאלן וויאזוי בין לאדין האלט מלחמה מיט יהושע?... :lol:

כ'האב א אומקלארע בילד געכאפט מיט מיין האלב טויטע פליפ-פאון, אפשר האט איינער א קלארע.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 11:55 am
דורך פעינטער
ווי קען איך אריין שיקן א פיקטשע צו קינדליין?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2017 11:59 am
דורך ויתן לך
עס איז אשאד אז איצי פיצי האט געסטאפט, עס איז געווען א געוואלדיגע ארבעט