"קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אוקטובער 01, 2017 12:21 pm

יאיר גאלד האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:
שרעבי האט געשריבן:מיט פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס
אז די העכסט פאפולערע אויסגאבע "צוריק-צו-וועגס" חלק ג' איז ערשינען די טעג


*די "צוריק-צו-וועגס" ווערט פארקויפט עקסטער פאר $5.50,
(עס ווערט נישט בייגעלייגט אין די קינדליין ווי ביז איצט)

זיך ביליג געמאכט דערמיט לדעתי.
זיך אויפגעבויעט אויף די ליינער און יעצט אז דו ווילסט ווייטער ליינען באצאל.
טשיפ

די גאנצע איידיע מתחילה האט זיך געהערט זייער מאדנע, אריינצולייגן אזויפיל געלט, קאפ און מוח און אלעס אריינלייגן אין אן אויסגאבע וואס פארמאגט כמעט נישט קיין אדווערטייזמענטס, פאר זיבן דאלער... עס איז היבש איבערגעטריבן אזויפיל צו אינוועסטירן אין דעם.
הכלל, ווילאנג איך האב הנאה געהאט דערפון פארן זעלבן פרייז - געגאנגען, איינמאל איך דארף דאס שוין צוקויפן לאז איך מיינס אין געשעפט פאר א צווייטן. קיין טענות קען איך אבער נישט האבן אויף קיינעם...

עס איז נישט מאדנע. די קינדליין איז נישט ממש יעדע וואך ווערט זיין פרייז. ס׳איז דא וואכן וואס עס איז ״נו שוין״ ווי מ׳זאגט ביינונז. איז נארמאל אז אנדערע וואכן זאל זיין מער אז דאס זאל עס באלאנסירן.
איך גלייב אז מיין קונטרס׳ל וועט אויך בלייבן אין געשעפט פאר אנדערע הנאה צו האבן

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג אוקטובער 01, 2017 12:24 pm

יאפ, דערווייל ליגט נאך מיינס אויך אין געשעפט
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג אוקטובער 01, 2017 12:26 pm

שרעבי האט געשריבן:פארגרעסערטע יו"ט אויסגאבע

יום כיפור אין אמבולאנס שמועס שמעקט אביסל פון אל תפתח פה לשטן, נאכ'ן האבן עטליכע הצלה-רופן דעם יו"ט ביהמ"ד הג' ק"י.

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » זונטאג אוקטובער 01, 2017 2:00 pm

וואס האט פאסירט מיט זייער שטרענגע פאלעסי פון נישט לייגן קיין עד'ס?! איך האב מורא אז איך וועל נישט קענען באנייען מיין סובסקריבשאן. מיינע קינדער ווערן אנגערייצט מיט פרעסעריי וכדומה, נישט דאס איז געווען די ציל פון די חינוך אויסגאבע.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

זעירא דמן חבריא
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:34 am

תגובהדורך זעירא דמן חבריא » זונטאג אוקטובער 01, 2017 2:09 pm

ברוך שכוונתי! געטראכט דאס זעלביגע ווען כ'האב עס דורכגעקוקט...

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » זונטאג אוקטובער 01, 2017 2:20 pm

געלעגער האט געשריבן:עס איז נישט מאדנע. די קינדליין איז נישט ממש יעדע וואך ווערט זיין פרייז. ס׳איז דא וואכן וואס עס איז ״נו שוין״ ווי מ׳זאגט ביינונז. איז נארמאל אז אנדערע וואכן זאל זיין מער אז דאס זאל עס באלאנסירן.


פאר קינדער?
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » זונטאג אוקטובער 01, 2017 2:29 pm

זעהט אויס אז אן עדווערטייזמענטס קען א אויסגאבע נישט אנגיין.

שבתי בוים
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » זונטאג אוקטובער 01, 2017 2:30 pm

וואס מיינט ווערד די פרייז?
דער עולם ערווארט וועכנטליך א יום טוב מאגאזין פאר די פאר אפגעריסענע גראשן פון וועלכע ס'בלייבט א מינימאלע פראפיט פאר ווער ס'קען די מארקעט.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אוקטובער 01, 2017 2:36 pm

יאסעלע האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:עס איז נישט מאדנע. די קינדליין איז נישט ממש יעדע וואך ווערט זיין פרייז. ס׳איז דא וואכן וואס עס איז ״נו שוין״ ווי מ׳זאגט ביינונז. איז נארמאל אז אנדערע וואכן זאל זיין מער אז דאס זאל עס באלאנסירן.


פאר קינדער?

געוויס.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג אוקטובער 01, 2017 2:56 pm

שבתי בוים האט געשריבן:וואס מיינט ווערד די פרייז?
דער עולם ערווארט וועכנטליך א יום טוב מאגאזין פאר די פאר אפגעריסענע גראשן פון וועלכע ס'בלייבט א מינימאלע פראפיט פאר ווער ס'קען די מארקעט.

ערשטענס, לפעמים קען דער יום טוב מאגאזין זיין פיל מיט נישט ווערדפולע ארטיקלען, ווי למשל פאריאר גאנצע בלעטער איבער די גרויסע חסידות, די סייז פון די חסידות און ווי די רבי וואינט, וכו' ס'האט נאר געפעלט די פיקטשער פון די קאר, דאס איז אויסער די נארישע פאליטיק וואס ליגט דערין. יא לפעמים איז עס נישט ממש ווערט די געלט, אבער אוועראלל יא.

צוויטענס די יום טוב מאגאזין איז דאך נישט מיטגעקומען...
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » זונטאג אוקטובער 01, 2017 3:01 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:וואס מיינט ווערד די פרייז?
דער עולם ערווארט וועכנטליך א יום טוב מאגאזין פאר די פאר אפגעריסענע גראשן פון וועלכע ס'בלייבט א מינימאלע פראפיט פאר ווער ס'קען די מארקעט.

ערשטענס, לפעמים קען דער יום טוב מאגאזין זיין פיל מיט נישט ווערדפולע ארטיקלען, ווי למשל פאריאר גאנצע בלעטער איבער די גרויסע חסידות, די סייז פון די חסידות און ווי די רבי וואינט, וכו' ס'האט נאר געפעלט די פיקטשער פון די קאר, דאס איז אויסער די נארישע פאליטיק וואס ליגט דערין. יא לפעמים איז עס נישט ממש ווערט די געלט, אבער אוועראלל יא.

צוויטענס די יום טוב מאגאזין איז דאך נישט מיטגעקומען...

וויפיל ביילאגעס ווילסטו כדי עס זאל הייסן א יו"ט מאגאזין?
145 (אן עדס) פאר 6.99 איז נישט גענוג?

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג אוקטובער 01, 2017 5:55 pm

טויגליכער איד האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
שבתי בוים האט געשריבן:וואס מיינט ווערד די פרייז?
דער עולם ערווארט וועכנטליך א יום טוב מאגאזין פאר די פאר אפגעריסענע גראשן פון וועלכע ס'בלייבט א מינימאלע פראפיט פאר ווער ס'קען די מארקעט.

ערשטענס, לפעמים קען דער יום טוב מאגאזין זיין פיל מיט נישט ווערדפולע ארטיקלען, ווי למשל פאריאר גאנצע בלעטער איבער די גרויסע חסידות, די סייז פון די חסידות און ווי די רבי וואינט, וכו' ס'האט נאר געפעלט די פיקטשער פון די קאר, דאס איז אויסער די נארישע פאליטיק וואס ליגט דערין. יא לפעמים איז עס נישט ממש ווערט די געלט, אבער אוועראלל יא.

צוויטענס די יום טוב מאגאזין איז דאך נישט מיטגעקומען...

וויפיל ביילאגעס ווילסטו כדי עס זאל הייסן א יו"ט מאגאזין?
145 (אן עדס) פאר 6.99 איז נישט גענוג?

בלעטער אן תוכן מאכען נישט א יום טוב מאגאזין

און די תוכנ'דיגע בלעטער קאסטן עקסטער

די נעקסטע קינדליין ניק גייט זיין גערעכט מיט וואס ער זאגט, כל טוב...
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

תגובה

תגובהדורך שרעבי » זונטאג אוקטובער 01, 2017 6:41 pm

בעצם ערב יום טוב איז נישטא קיין צייט פאר שרייבערייען. אבער היות איך זע אז דער עולם דא איז אזוי 'פארווייטאגט' עד כדי כך אז מען מאכט צייט צו שרייבן תגובות אין די מערסט-אנגעצויגענע זמנים ווי ערב יום הקדוש, מוצאי יוה"ק און ערב סוכות, ממילא איז דאך א סימן אז קינדליין האט דא צושטערט די מנוחת הנפש פון מאנכע אידן דא אין אייוועלט. דעריבער כדי צוריקצוברענגען די מנוחת הנפש האב איך אפגעשטעלט אלע טרדות און זיך געזעצט ענטפערן.

מיר וועלן זיך נעמען קודם צום שערוריה פון די "צוריק-צו-וועגס" חלק ג',
מערכת קינדליין איז א חידוש פון די ערשטע רגע עד היום הזה. מאכט קיינעם נישט נאך. פארקויפט געניאלע רעיונות וואס קיינעם פאלט נישט ביי. שפארט נישט אויף קוואליטעיט. קארגט נישט אויף ריינקייט און האלט זיך צו אירע הויכע סטאנדארטן אפילו אויב זיי דערלייגן דערויף געלט.
בעצם וואלטן זיי יום טוב גארנישט געדארפט צולייגן, א שטייגער ווי אידישע ליכט, דער שטערן, מעלות, און נאך פילע אויסגאבעס וועלכע לייגן גארנישט צו 'ווייל' ס'איז יום טוב.
איי פארוואס לייגן א טייל מאגאזינען יא צו חומר לכבוד יום טוב? זייער פשוט. אין דעם סעזאן פון יום טוב ווערן די צייטונגען אנגעפולט מיט גאנצע בערג פון אדוועטייזמענטס, און כדי די לייענער זאלן נישט האבן קיין טענות אז מען דארף זוכן ארטיקלען מיט לעכט צווישן די פילצאליגע רעקלאמעס, לייגט מען צו עטוואס מער לייען מאטעריאל.
לפי זה וואלט קינדליין רואיג געקענט זיצן און אייך ברענגען א געהעריגע קינדליין פאר'ן געווענליכן פרייז פון 6 דאלער מיט 56 זייטן, און שלום על ישראל.
אבער קינדליין וויל דאך געבן סערוויס, וויסנדיג אז די קינדער האבן נישט וואס צו לייענען 2 אדער 3 טעג יום טוב. דעריבער שטרענגן זיי זיך אן, און זענען משקיע דמי"ם תרתי משמע צו ברענגען הוספות און ביילאגעס אפילו זיי האבן נישט קיין צענטל עדס (דאס אויך נישט) וואס אנדערע צייטונגען האבן יום טוב, און די עדס וואס זיי האבן שוין יא, דעקט נישט קיין קומץ וואס די ביילאגעס קאסטן.
איך בין געווען שאקירט ארויפצוקומען אין אפיס צו זען ווי די חברי המערכת האבן פשוט אוועקגעגעבן גאנצע נעכט כדי צו ברענגען נאך סחורה. מ'רעדט נישט דא פון סתם געקייט לופט. נאר רייכע און געניאלע חידושים און רייכע קאמיקס (נישט איבערגעטיישט פון אנדערע שפראכן, נאר פריש באשטעלטע סחורה פאר טאפ-מאני), א שטייגער ווי מוצאי ראש השנה זענען געזעסן קרוב צו א מנין אידן פון מוצאי ביז שחרית צום גדלי' מיט די ווייסע זאקן און געארבעט... וכהנה וכהנה.
דערפאר איידער מען שרייט, קומט זיך זיי צום אלעם ערשטן א דאנק פאר'ן צושטעלן מער חומר בשעת וואס זיי דערלייגן דערויף יעדן יום טוב. און די חומר קומט נישט צופיס. אין דעם ליגט גרויס געלט און אסאך ארבעט מיט מסירת נפש.

צוריק-צו-וועגס
עטליכע חדשים איידער דעם לעצטן יום טוב פסח, איז קינדליין אויפגעקומען מיט א געניאלן אייגארטיגן רעיון פון אראפפארן קיין אייראפע מיט א שטאב פון שרייבער, פאטאגראפירער וכו'... צו ברענגען פאר'ן עולם עפעס וואס קיין איין איינציגער צייטונג\אויסגאבע אויף אידיש האט דערווייל נאכנישט געברענגט. זיי האבן נישט געשפארט קיין געלט, כח און מח אז דער רעיון זאל זיין א מעכטיגער קנאק, און יעדער - יונג ווי אלט זאלן דערפון הנאה האבן און קונה זיין. ויקרא שמו בישראל, "צוריק-צו-וועגס".
ביי די נסיעה האבן די שרייבער פון קינדליין צוזאמען געשטעלט סחורה פאר כאטש 10 קונטרסים, אבער ווי פארשטענדליך איז אפילו איין קונטרס גאר גאר קאסטבאר. מ'האט קודם געגעבן איין צוריק-צו-וועגס פאר א מתנה, נישט פארגעסן: דאס איז געווען גאר גאר א טייערע מתנה!
ל"ג בעומר איז געקומען די צווייטע געלעגנהייט פאר אזא טייערע מתנה.

צוריק-צו-וועגס- די עגמת נפש
אבער דא האט זיך ארויסגעשטעלט א גרויסע עגמת נפש. ווען דער ציל פון קינדליין איז "קינדער" און די אויסגאבע האט בעיקר מחיה געווען די ערוואקסענע. טאקע אויך א מיעוט קינדער האבן הנאה געהאט, אבער בעיקר איז דאס געווארן לייען מאטעריאל פאר 'ערוואקסענע'.
איידער דעם יום טוב, האבן די חברי מערכת זיך געטראפן אין א דילעמע. פון איין זייט האט מען דא משקיע געווען שווערע געלטער אין א פראיעקט און נישט צו נוצן איז ממש א שאד פאר די השקעה. ווידער מצד השני איז דער ציל פון די "ביילאגעס" אז די "קינדער" זאלן האבן וואס צו טוען יום טוב, וואס די גרויסע מערהייט פון זיי, איז "צוריק-צו-וועגס" נישט קיין ביילאגע... יא נוצן אדער נישט נוצן?
האט קינדליין באשלאסן ארויסצוגיין פון זייער ביז יעצטיגן וועג און טוישן פלענער. מען האט באשלאסן אז מיט צער גייט מען מוזן לייגן אין א זייט די צוריק-צו-וועגס, און צוזאמען שטעלן פון פריש א קינדערישע ביילאגע.
כדרכם, זענען זיי אויפגעקומען מיט אויסטערלישע חידושים און הערליכע קאמיקס פאר טייער געלט, און דאס געגעבן פאר די קינדער, ויקרא שמו בישראל "סוכה-קליין".
פיין, אבער צוריק-צו-וועגס מה תהא עליה? דער עולם איז דאך שוין געווארן נייגעריג אויף די היסטארישע אויפדעקונגען און מיסטערהאפטיגע בילדער. געבן אלס א דריטע ביילאגע בחנם איז בעצם זעלבסטמארד פון א פינאנציעלן שטאנדפונקט - ווי ערווענט איז די ביילאגע אזוי אויך א געהעריגער לאָך. זאל מען פרינטן נאך א ביילאגע בחינם און נאכדערצו אזא קאסטבארע ביילאגע?
דעריבער האט מען באשלאסן לטובת הענין דאס צו פרינטן אלס א באזונדערע אויסגאבע און עס פארקויפן באזונדער.
קיינער דא האט נישט געפלאנט צו בא'עוולה'ן דעם ציבור, סך הכל זוכט מען צו געבן וואס מער.

יעצט נאכ'ן ארויסהאבן א פולקאם בילד, לייענט די תגובות:
געלעגער זארגט זיך אז קינדליין זאל נישט זיין "טשיפ":
געלעגער האט געשריבן:זיך ביליג געמאכט דערמיט לדעתי. זיך אויפגעבויעט אויף די ליינער און יעצט אז דו ווילסט ווייטער ליינען באצאל. טשיפ


גבריאל האלט שוין אז מעיקר הדין קומט זיך עס אים:
גבריאל האט געשריבן:די "צוריק -צו-וועגס:" איז א קינדליין פראיעקט? אויב יא קומטס זיך עס פאר די מעמבערס אומזינסט מיטן גאנצן פעקל. לדעתי.


אלד וויליאמסבורג האט גאר שאדן פון די סובסקריבשאן:
[/i]
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:בפרט מעמבערס, וואס מען האט אויפגעסיינט מיט די הדגשה אז מען קריגט די קינדליין מיט עוד ועוד, און דערווייל נישטא קיין הוספה אויב עפעס איז עס א חסר.


אלד וויליאמסבורג זעט נישט דעם ביילאגע "סוכה-קליין":
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: ערשטענס, לפעמים קען דער יום טוב מאגאזין זיין פיל מיט נישט ווערדפולע ארטיקלען, ווי למשל פאריאר גאנצע בלעטער איבער די גרויסע חסידות, די סייז פון די חסידות און ווי די רבי וואינט, וכו' ס'האט נאר געפעלט די פיקטשער פון די קאר, דאס איז אויסער די נארישע פאליטיק וואס ליגט דערין. יא לפעמים איז עס נישט ממש ווערט די געלט, אבער אוועראלל יא. צוויטענס די יום טוב מאגאזין איז דאך נישט מיטגעקומען...


טשיפ? עס איז נישט קיין "פארזעצונג" מעשה אז דו ביסט געצוויננגען דאס צו קויפן, עס איז סך הכל "נאך" באשרייבונגען. וואס עפעס זאל א גאנצע גרופע יונגעלייט ארבעטן גאנצע נעכט און דו זאלסט עס באקומען בחינם?
און פארוואס פארשטייט הרב גבריאל אז ער האט קונה געווען לעתיד אלע ארבעט וואס קינדליין גייט פראדוצירן מעתה ועד עולם? אלס וואס "קומט דיר דאס"?
הרב אלד וויליאמבסורג, דיין טענה וועגן מעמבערס, לכאורה ביסטו נישט קיין מעמבער, ווייל די מעמבערס באקומען אזוי: ביליגערע פרייז. דעליווערט צו די טיר (דארף נישט לויפן קויפן). באקומען 2 טייערע סידי'ס וואס יעדעס איינע קאסט געלט (וואס וואקסט נישט אויפ'ן בוים) און עס גייט קומען נאך מתנות. וואו איז דער "חסר"?
אין די בלעטער פאראיאר, איז נישט געווען קיין שום פאליטיק. מען האט געדעקט יעדע קהלה, און מען האט זיך טאקע געלערנט אז וויפיל מען פרובירט צו דעקן און מכבד זיין וועט מען נישט זיין צופרידן. דעריבער קוקט דאס יאר, איז טאקע נישטא קיין איין קהלה\חצר געדעקט.
דאס אז איר האלט אז ס'איז נישט ווערד די געלט, הרשות נתונה צו באשליסן וואס איר ווילט, און קיינער צווינגט אייך נישט צו קויפן. ב"ה קינדליין האט דער גרעסטער בעיס פון צופרידענע לייענער וואס האלט ב"ה אין איין שטייגן כן ירבו בעזר השם, ווייל זיי זענען משקיע געלט און כח יעדע וואך פון פריש מיט רייכע סחורה ווי ערקלערט פריער.

אצינד בנוגע אדווערטייזמענט:

1) קינדליין האט זיך קיינמאל נישט מתחייב געווען נישט צו לייגן אדווערטייזמענטס.
2) קינדליין זאגט אפ אסאך עדס וואס זענען נישט אויסגעהאלטן כאטש זיי דערלייגן דערויף גאר אסאך.
3) אין פרינציפ איז קינדליין נישט קיין חסיד פון אדוועזטיימענט בכלליות און דערפאר זעט מען כמעט נישט קיין אדוועטייזמענטס.
אבער ווען עס קומט אן א "יום טוב סעזאן", מוז מען צוקומען דערצו, וויבאלד די הוצאות זענען אומגעהויער גרויס, און כדי צו קענען לעבן און אנגיין מיט די עבודת הקודש איז מען געצוואונגען צו נעמען אדוועטייזמענטס.
ווייל אויב נישט וואלט עס אפילו מיט 10 דאלער אן אויסגאבע זיך אויך נישט געדעקט, און דאן וואלט איר געווען די ערשטע צו שרייען פארוואס מ'רייסט ארויס נאך אפאר דאלער פון נעבעכדיגע עלטערן. כדי דאס צו באלאנסירן האבן זיי בכובד ראש אנגענומען א קליינער צאל (גיבט א קוק וויפיל עדס פילן אן אנדערע גליונות, בבחי' פרוץ מרובה...) פון אדווערטייזמענטס, כדי דער לאך זאל כאטש נישט זיין אזוי גרויס.

אט לייענט וואס קינדליין האט געשריבן מיט א יאר צוריק אויף א בריוו וואס איז אריינגעקומען צו די מערכת:

לכבוד המערכת החשובה קינדליין,
צום אלעם ערשטן, וויל איך מיך באדאנקען פאר אייער הערליכע רייכע אויסגאבע, ממש מען קען רואיג זאגן "אין בדומה לו", ס'איז נישט געווען און עס איז נישטא נאך אזא שיינע אויסגאבע ווי קינדליין. איך בין זייער זייער צופרידן פון אזא רייכער אינהאלטספולער גליון, איך גיב עס פאר מיינע קינדער מיט א רואיגקייט וויסנדיג אז דאס איז ממש סולת נקיה.
יעצט קום איך צו, צו וואס איך וויל זאגן און ארויסברענגען. אין דעם קינדליין פון פרשת וישב האב איך געזען עפעס וואס האט מיך זייער געשטערט. איך מיין דא די "אדווערטייזמענטס". איינע פון די געוואלדיגע מעלות פון קינדליין איז, אז עס האט נישט קיין שום אדווערטייזמענטס. די וואך האב איך געעפנט דעם קינדליין, און איך זעה זיך פלוצלונג מיט א פארפלייצונג פון עדס. איך האלט אז דאס נעמט אוועק פון אייער ריינקייט, און פון אייער הויכן ניווא צוליב אסאך טעמים. נישט ח"ו אז די עדס זענען נישט מיט גוטער תוכן ח"ו, נאר עס איז פשוט נישט דאס פלאץ אז קינדער זאלן באשליסן וואס מיר זאלן קויפן וכו',
איך וויל אייך זייער שטארק בעטן, אז מען זאל דאס נישט נאכאמאל טוען אין דער צוקונפט. איר דארפט זען שטארק אנצוהאלטן אייער הויכער ניווא, ריינקייט און ערליכקייט.
א גרויסן דאנק פאר אלעם, און דער אויבערשטער זאל אייך געבן סייעתא דשמיא אויף ווייטער.
בכבוד רב,
הלל וו.


תשובת המערכת:
מיר באדאנקן זיך זייער פאר אייער הערה, און אייערע חיזוק ווערטער.
גלייכצייטיג וועלן מיר אויסנוצן די געלעגנהייט קלארצושטעלן אפאר נקודות:
1) ראשית, בדרך כלל האט אונזער גליון בכלל נישט קיין עדס. עס קען אדורכגיין וואכן און חדשים וואס עס זאל אפילו איין עד אויך נישט אריינגיין, וואס דאס איז עפעס וואס מיר קענען זאגן איז כמעט נישטא כדוגמתו, אז אזא גרויסער גליון פון דעם קאליבער זאל זיך באגיין אן עדס.
2) דאס ברענגט אונז צום צווייטן פונקט. אונזער אויסגאבע איז טאקע הערליך שיין, אינהאלטסרייך און פון העכסטן קוואליטעט אין אלע הינזיכטן. אבער כדי אנצוקומען אהין, זענען דא אומגעהויערע קאסטן פון די בעסטע שרייבער און מגיהים, די מערסטע טאלאנטנפולע מעלער און אויסגעצייכנסטע גראפיקער. ווער עס איז נאר עטוואס אביסל באקאנט קען זיך אליין מאכן דעם חשבון פון וואס מ'רעדט דא. צו ערצייגן יעדע איינציגע אויסגאבע קאסט אונז שווערע ממון מיט דמים.
3) כדי צו דעקן די ריזיגע הוצאות מוזן מיר טוען איינס פון די צוויי זאכן. אדער בעטן 8 דאלער פאר א קינדליין - א זאך וואס א גרויסער טייל פון עלטערן קענען זיך פשוט נישט ערלויבן. אדער מפעם לפעם וועלן מיר מוזן אננעמען א מינימאלע צאל אויסגעהאלטענע עדס. כאטש מיר דארפן גאר שטארק אנקומען צום הכנסה פון די עדס, און מ'לויפט אונז נאך דערמיט פון אלע זייטן, דאך זאגן מיר דאס קאטעגאריש אפ. אפילו אין די געציילטע זמנים ווען מיר שטעלן דאס יא אריין, איז עס נאר אזוינס וואס איז קלאר אויסגעהאלטן פון יעדע זייט. אלע עדס וואס ווערן יא אריינגעלייגט, גייען אדורך די שטרענגע אויגן פון אונזערע מחנכים וואס מאכן זיכער אז די עדס זענען טאקע ריין און אויסגעהאלטן. יעדע זאך וואס האט נאר א צל של ספק פון סיי וועלכן צד, אז עס איז אפשר נישט אויסגעהאלטן הונדערט פראצענט און אונזערע מחנכים האלטן אז עס 'דארף' נישט אריינגיין, 'וועלן' מיר נישט אריינשטעלן. עס איז נישט קיין נפקא מינה מיט וואס פאר א פרייז דאס זאל נישט קומען. למעשה זאגן מיר אפ פילפאכיג מער אדווערטייזמענטס ווי וואס מיר לייגן יא אריין. מיר האבן שוין אזוי מקריב געווען גאר גרויסע שווערע געלטער און מיר פלאנען ווייטער צו גיין אויף דעם וועג בעזרת השי"ת.
4) ווי געזאגט מוזן מיר פון צייט צו צייט אריינלייגן עדס. פרשת וישב און מקץ, איז די צייט ווען אסאך פירמעס קומען ארויס מיט פרישע קינדער ביכער אדער שפילצייג לכבוד חנוכה. ממילא האבן מיר געהאט עטליכע עדס.
5) צום שלוס. איר דארפט אייך נישט זארגן. מיר גייען ווייטער אויף דעם וועג, און עס וועט נישט זיין אזויפיל עדס בקביעות.


א גוט יום טוב און א גוט יאר!
צוגעלייגטע
ads.jpg
ads.jpg (471.14 KiB) געזעהן 2589 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 01, 2017 6:51 pm

אזוי ווי ס'איז ערב יו"ט האב איך נישט קיין צייט צו ליינען אזא לאנגע תגובה... כ'בין עניוועיס נישט אינטערסירט וואס ענק פארענטפערן זיך, כ'לאז ענק גערן מאכן געלט (אויב ענק מאכן), סוכ"ס פראבירן ענק צוצושטעלן וואך איין וואך אויס הערליכע חומר עטה"ק, שטייצעך אמאל געלונגט עס בעסער און אמאל נאך בעסער, צוריק צו וועגס האב איך זיכער געמאכט אז מען קויפט אפילו פאר די וועכנטליכע אויסגאבע... די אדווערטייזמענטס האט מיר נאר געשפרינגען אביסל צו שטארק אין די אויגן טאקע פאר דעם ווייל מ'איז נישט אזוי צוגעוואוינט דערצו יעדע וואך, פון מיין זייט בין איך גראדע געווען צופרידן אז ס'איז דא א שיינע פאר אדווערטייזמענטס אזוי זאלן מיר נישט פארלירן אזא אויסגאבע, ווי אויך פון מיין זייט וואלט ענדערשער געווען אז יעדע וואך זאל זיין עטוואס מער אדווערטייזמענטס (כ'האב נאך קיינמאל נישט געקויפט אן אייטעם ווייל מיינע קינדער האבן עס געזעהן אדווערטייזט ערגעץ... ששש כ'האף די אדווערטייזערס זעעו עס נישט) העכטסענס ווען ס'וועט קומען יו"ט מיט אביסל מער אדווערטייזמענטס וועט עס נישט אויסקוקן אזוי פאני (יתכן כ'וועל ביי א קומענדיגע געלעגנהייט לייענען די לאנגע תשובת המערכת, ואתכם הסליחה...)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אוקטובער 01, 2017 7:18 pm

יא דורך געליינט און הנאה געהאט. געענטפערט צום זאך און איך פארשטיי אייך.
אביסל מאכט מיר נערוועז דאס שפילן כאילו מ'איז א לשם מצוה אויסגאבע וואס איז ממש דא צו סערווירן דעם ציבור און קוועטשט קוים ארויס צום לעבן. אבער איי געס אזוי גייט עס היינט

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » זונטאג אוקטובער 01, 2017 7:26 pm

נאך פאר די הערליכע לאנגע קלארע תגובה פון שרעבי (ווייטער אין בדומה, א אויסגאבע זאל זיך אזוי הערליך פרעזענטירן דא אויף אייוועלט) האב איך געהאלטן אז קינדליין איז 100% גערעכט סיי בנוגע די עקסטערע צוריקצווועגס אויסגאבע און סיי בנוגע אדווערטייזמענטס. א ישר כח פארן צושטעלן טאפ קוואליטי סחורה אויף די היימישע אידיש. כה לחי!
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
knowledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 12, 2012 11:51 am

תגובהדורך knowledge » זונטאג אוקטובער 01, 2017 7:32 pm

ס'זעהט אויס אז די היימישע ציבור האט זיך איינגעוואונט אז מ'וויל האבן אלסדונג, און פון די בעסטע.. אבער מיט איין תנאי עס זאל נישט קאסטן...

"קינדליין" איז א אויסגאבע וואס ממש אין כדוגמתו, זייערע ארטיקלן איז גינגאלד, ציכטיג, אינפארמאטיוו, און העכסט אויסגעהאלטן! עס איז נישט קיין מצות, נישט קיין אתרוג, עס איז נישטא קיין חיוב עס צו קויפן... לויט די קוואַליטעט וואס עס פארמאגט איז עס ווערט די פרייז וואס זיי בעטן.. דאס צומערשט האט עד'ס אדער נישט איז נישט אונזער דאגה.. אדרבה זאל ער רייך ווערן דערפון, אויב וועט מען קוועטשן און דרוקן וועלן מיר דאס אויכעט פארלירן.. אסאך געלונגענע שרייבער זענען געבליבן מיט די טינט אין זייער פענע צוליבן ווערן אונטערגצאלט...

דער בדחן
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » זונטאג אוקטובער 01, 2017 7:44 pm

אפשר זאל בינגא ארויסגעבען ליין מאטריאל פאר 1.99$

איך געב גערעכט פאר קינדליין

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג אוקטובער 01, 2017 8:15 pm

איך גיב גערעכט פאר שרעבי מיט (כמעט...) יעדעס ווארט.

איך וואלט ענדערש געהאט נאך אפאר אדווערטייזמענטס און זיי זאלן ווייטער קענען צושטעלן אזעלכע וואונדערבארע סחורה וואך איין וואך אויס.

עס קומט זיך זיי גאר אסאך קרעדיט פאר דעם אויסגאבע, מלא תוכן, הערליך שיין, יעדעס איינציגסטע וואך, זיי האבן מיך נאך קיינמאל נישט דיסעפוינטעט, (און איך מיין טאקע קיינמאל, "קיין" איין וואך נישט) און זיי פילן אן די קעפ פון די קינדער מיט אביסל תוכן, אנשטאט די אלע שטותים והבלים מיט וואס געוויסע אנדערע אויסגאבעס טוען זיך ספעציאליזירן.

און לגבי דעם באזונדערן "צוריקוועגס", ס'שמעקט מיר טאקע נישט אזוי שטארק אז זיי האבן עס נישט מיטגעשיקט מיט דעם סובסקריפשאן, אבער פונקט אזוי שמעקט מיר נישט ווען די געז סטעישאן בעט מיר דריי דאלאר פאר געז, אדער די גראסערי בעט מיר דריי דאלאר פאר א מילך, אבער דאס איז וואס עס קאסט, און איך מוז לעבן מיטן מציאות אז מאטעריאל און מענטשליכע ארבעט קאסט געלט, און אויב גייען זיי צוליב דעם מער נישט מאכן אזעלכע הערליכע ווערק, זאלן זיי יא בעטן א נארמאלן פרייז און מיר וועלן עס אי"ה קויפן.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג אוקטובער 01, 2017 8:51 pm

הרב שרעבי,

יישר כח פארן ענטפער.

גראדע בין איך יא א מעמבער, (חוץ צוויי מאל וואס ס'איז נישט אנגעקומען) בין איך זײַער צופרידן מיט די סערוויס. (סתם אזוי געווען א נארישע קאמענט...) ניין, איך דארף נישט "לויפן קויפען", מיין גראסערי דעליווערט פאר פרי, נאר גראדע יא צופרידן אז עס קומט מאנטיג און נישט מיטוואך.
די צוויי סידיס ליגען ביי מיר אין לעדל און ווארטן אויפן טאג איך זאל זיי נעמען אין אפיס און ארויפלייגען אויף די סענסע אז די קינדער זאלן דאס קענען הערן.

לגבי די צוריק-צו-וועגס ארטיקל, איך האב נישט געוויסט דאס איז גאר פאר טאטעס, די קינדער האבן געוואלט קויפן די אויסגאבע, און אויפן פראגע פון מה היום מיומיים אונז צאל מיר אלץ מעמבער. בין איך געוואר געווארען אז ס'איז איז דא נאך פארטס וואס מען דארף צוקויפען,

אין אלגעמיין זעה איך נישט די קינדליין, ווייל ביז שבת איז עס שוין פרוץ מרובה על העומד, גראדע א גוטע זאך אז די קינדער באלעקן זיך דערמיט. איך זעה נישט פארוואס טאטעס זאלן ליינען קינדליין, עס איז א הערליכע אויסגאבע פאר קינדער, פאר מיר איז נישטא דארט קיין חידושים.

די חסידות פראיעקט איז געווען ליידיג פון תוכן, אז מען וויל באשרייבען די שורש פון יעדע חסידישע גזע פיין, אבער די חצוניות פון חסידות איז נישט ווערט די בוים וואס מען האט געשניטן דערפאר, קיין שום אנדערע צייטונגען און אויסגאבעס קויף איך טאקע נישט, (חוץ די 'קינדערליך' מפעם לפעם).

לגבי עדס, איך האלט אז די קינדליין זאל אריינלייגן עדס, יעדע אויסגאבע טוט עס, עס איז פארט פון די אינקאם פון אן אויסגאבע.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 12:59 pm

תגובהדורך שיק יונגל » זונטאג אוקטובער 01, 2017 9:03 pm

די יום כיפור אויסגאבע האט געהאט אסאך עדס און געקאסט מיט 1.00 דאללאר מער. עס האט נישט אויסגעקוקט ווי עס האט אפילו מער בלעטער ארטיקלען פון א געהעריגע וואך. האט איינער אפשר געציילט די בלעטער חומר?
איך האלט גראדע זיי זאלן נעמן מער עדס פארשטייציך אויסגעהאלטענע. עס איז דא גענוג און נאך למשל ציצית ספרים תפילין בייטלעך אד"ג. די לעצטע וואכן האט אויך געקענט זיין פון ד' מינים און סוכות אא"וו. עס קען זיין עדס פאר ערוואקסענע אויך. רוב עלטערן ליינען דאך עס סיי ווי. און נאכלאזן אביסל די פרייז און אוודאי נישט ארויפגייו מיט 1 דאללאר יו"ט

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1376
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » זונטאג אוקטובער 01, 2017 9:55 pm

פארבינדן האט געשריבן:נאך פאר די הערליכע לאנגע קלארע תגובה פון שרעבי (ווייטער אין בדומה, א אויסגאבע זאל זיך אזוי הערליך פרעזענטירן דא אויף אייוועלט) האב איך געהאלטן אז קינדליין איז 100% גערעכט סיי בנוגע די עקסטערע צוריקצווועגס אויסגאבע און סיי בנוגע אדווערטייזמענטס. א ישר כח פארן צושטעלן טאפ קוואליטי סחורה אויף די היימישע אידיש. כה לחי!

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אוקטובער 01, 2017 10:06 pm

קודם ייש"כ שרעבי פארן ענטפערן און זיך אזוי שיין ערקלערן, ביי מיר איז די צוריקצווועגס פון איין זייט אן א. ג. ווייטאג אז מ'דארף עקסטער צאלן, הלמאי איך בין דאך א מעמבער, אבער מאידך גיסא מיין איך אז איך וועל פרעגן מיינע קינדער אויף לכבוד יו"ט צו איך זאל קויפן עפעס א קאמיק ביכל, אדער דער ביכל פון קינדליין, וועלן אלע בעטן די ביכל פון קינדליין, נו אזוי וואלט איך געצאלט מינימום 20 א ביכל וואס מ'ליינט דורך יו"ט עטליכע מאל און ס'גייט אין קלאזעט, און אזוי צאל איך 5.99 א ביכל וואס מ'גייט קוקן די זעלבע יו"ט, נו זאגט אליין האב מיר נישט פארדינט?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25663
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוקטובער 01, 2017 11:49 pm

פארבינדן האט געשריבן:נאך פאר די הערליכע לאנגע קלארע תגובה פון שרעבי (ווייטער אין בדומה, א אויסגאבע זאל זיך אזוי הערליך פרעזענטירן דא אויף אייוועלט) האב איך געהאלטן אז קינדליין איז 100% גערעכט סיי בנוגע די עקסטערע צוריקצווועגס אויסגאבע און סיי בנוגע אדווערטייזמענטס. א ישר כח פארן צושטעלן טאפ קוואליטי סחורה אויף די היימישע אידיש. כה לחי!

גם אני מצטרף, געקויפט די צוריק צו וועגס לחזק, און א צופרידענע גאלד מעמבער א גאנץ יאר.

יישר כחכם

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג אוקטובער 01, 2017 11:52 pm

האמיר אינאכט גענומען די אנאנסען און גראד געטראכט אז אויף צו אנגיין מוז מען אויך האבען א איינגאבע אין צוגאב צו די אבאנענטן. די צוריק צו וועגס האמיר ניטאמאל געקלערט אז דאס איז א טייל פון קינדליין אויסגאבע פאר די זעלבע פרייז, און בעצם קומט קינדליין'ן א דאנק פאר געבן אומזיסט די פריערדיקע צוויי מאהל.
בוי זיך זעלבסט


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט