"קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

אין די קומענדיגע קינדליין

תגובהדורך שרעבי » פרייטאג יוני 22, 2018 3:11 pm

...
צוגעלייגטע
דודטשע.jpg
דודטשע.jpg (467.64 KiB) געזעהן 1871 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין בלק

תגובהדורך שרעבי » זונטאג יוני 24, 2018 10:03 am

הויכפונקטן:
ר' דו'טשע דער פעדלער, א נייע קאלירפולע קאלום פאר יונג און אלט.
פון בודאפעסט קיין בארא פארק, א שמועס מיט הרה"ח ר אפרים אורבאן הי"ו
און רייכע קאלומען און מעשיות

אין די קומענדיגע וואכן ערווארט נאך חידושים בעזרת השם אין די ראמען פון קינדליין
צוגעלייגטע
IMG_20180624_095729_267.jpg
IMG_20180624_095729_267.jpg (363.06 KiB) געזעהן 1778 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין פרשת פנחס

תגובהדורך שרעבי » זונטאג יולי 01, 2018 9:22 pm

.
צוגעלייגטע
179.JPG
179.JPG (134.51 KiB) געזעהן 1611 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1047
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מאנטאג יולי 02, 2018 10:31 am

אינטערעסאנט ווי קיינער שרייבט נישט דא איבער די פרישע גאר רייכע קאלומ'ס וואס קינדליין האט זיך לעצטנס אזוי מיר-ניש-דיר-ניש ערווארבן...

קודם איז עס ארויף מיט פרישע 8 זייטן א וואך, אבער זייטן! קודם האט מען די קאלום וואס גייט שוין אן א שטיקל צייט פון המחנך הרב חיים הערש מענדלאוויטש, ווי יעדע וואך איז דא זייער זייער שיינע חסידישע מעשיות מיט א מוסר השכל, ס'איז זייער א באלערנדע און געוואלדיגע ארטיקל, מיט וואס משפחת יאסעלע הקטנים עם הגדולים זענען זיך מחי'.

די קאלום "צען זאכן" איז צוגעקומען, זייער אינטערעסאנט באגלייט מיט הערליכע בילדער און קנאקעדיגע פאקטן, דער שרייבער הרב האפפמאן איז ווערד א מעדאל, ס'איז נישט נארמאל ווי געשמאק און אינטערעסאנט דאס איז, קודאס! דאס איז אויסער זיינע מעכטיגע און ציענדע נפלאות הבריאה ארטיקלען.

אויך די אינטערעסאנטע "היסטאריע" קאלום איז געווארן אויסגעברייטערט צו דאפלט, און אויב איז עס ביז היינט געווען זייער אינטערעסאנט, איז עס יעצט "צוויי מאל אזויפיל", ווייל ס'איז דאך דאפלט פון די שיינע סחורה.

ואחרון חביב, די "פעדלער" ארטיקל, ס'איז בלויז די צווייטע וואך וואס איך לייען עס, אוי איז דאס גוט! רייך, אינטערעסאנט, באלערנד, און שיין דעזיינט, ס'איז עפעס נישט נארמאל גוט, יוניק און אויסטערליש געשמאק געשריבן! דער פרישער שרייבער ישעי' ווייס איז א שטערן במלוא מובן המילה, א שאד אז ער איז ערשט יעצט אנגעקומען...

די נייע קאמיקס פון דוד גולדשמיד איז אויך עפעס נישט אוועקצומאכן, ס'דערמאנט פון די הערליכע ביכער וואס ער האט ארויסגעגעבן אין די סעריע "אלי און גאלד" וואס זענען אלע זייער דראמאטיש, אינטערעסאנט, און אנגעפאקט מיט ידיעות. (דאס איז בנוסף פון די ר' יונתן אייבשיץ קאמיקס וואס איז מייסטערהאפטיג).

כה לחי מערכת קינדליין, גייט ווייטער אן מיט די הייליגע, הערליכע און ערליכע ארבעט, פון וואס טויזנטער קינדער, בחורים, אינגעלייט, מידל עידזש אידן, זיידעס, און אין די ווייבער שול, זענען זיך וועכנטליך מהנה!
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מאנטאג יולי 02, 2018 11:41 am

יעפס, מיטגעהאלטן אלע שינויים לטובה, און משפחת זאפטי דערקוויקט זיך אויך דערמיט!

אבער איין פרט האסטע פארגעסן צו דערמאנען, אז ס'נישט ארויף אין פרייז, קאסט נאכאלץ 5.99 כאטש ס'איז אזויפיל צוגעקומען...

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2724
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג יולי 02, 2018 12:13 pm

נייגעריג:

די נייע "פעדלער" קאלום איז א "פארזעצונג", אדער יעדע וואך אן ארטיקל בפני עצמו?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

תגובהדורך tech yid » מאנטאג יולי 02, 2018 12:16 pm

איך זעה אויפן דעקל אז מען האט אריינגעברענגט ר' הערשל פריעדמאן, פיינע נייעס!
הק׳ טעקעלע

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

תגובהדורך שרעבי » מאנטאג יולי 02, 2018 12:38 pm

הלשון האט געשריבן:נייגעריג:

די נייע "פעדלער" קאלום איז א "פארזעצונג", אדער יעדע וואך אן ארטיקל בפני עצמו?

ניין, קיין פארזעצונג
עס איז א בילדער-ארטיקל מיט דער נייער כאראקטער "ר' דו'טשע דער פעדלער" וועלכער פארט ארום די וועלט און באזוכט פארשידענע פלעצער, יעדע וואך א פרישע באזוך

און עס קומט נאך חידושים בקרוב בעזרת השם
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין מטו"מ

תגובהדורך שרעבי » זונטאג יולי 08, 2018 9:31 am

.
צוגעלייגטע
IMG_20180707_235004_982.jpg
IMG_20180707_235004_982.jpg (299.26 KiB) געזעהן 1191 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג יולי 08, 2018 9:35 am

אמת על טעם וריח אין להתוכח

אבער מיט די קאלם ר' דודטשע דער פעדלער
האט מיר עפעס נישט געכאפט נישט מיר אין נישט מיין גאנצע משפחה
אפשר מיט די צייט האף איך וועט יא זיין מער אינטערסאנט

אבער חוץ פין דעם איז אלעס מורא'דיג אין געוואלדיג
כה לחי
参考专家

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג יולי 08, 2018 12:02 pm

tech yid האט געשריבן:איך זעה אויפן דעקל אז מען האט אריינגעברענגט ר' הערשל פריעדמאן, פיינע נייעס!

פיין. אבער אביסל אויבערפלעכליך.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1798
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג יולי 08, 2018 12:03 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:מיט די קאלם ר' דודטשע דער פעדלער
האט מיר עפעס נישט געכאפט נישט מיר אין נישט מיין גאנצע משפחה
אפשר מיט די צייט האף איך וועט יא זיין מער אינטערסאנט

אבער חוץ פין דעם איז אלעס מורא'דיג אין געוואלדיג
כה לחי

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » זונטאג יולי 08, 2018 12:15 pm

דער רבי אשר הכהן פרידמאן איז אויסערגעווענליך.

בויער
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2018 7:44 pm

תגובהדורך בויער » זונטאג יולי 08, 2018 12:43 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:אמת על טעם וריח אין להתוכח

אבער מיט די קאלם ר' דודטשע דער פעדלער
האט מיר עפעס נישט געכאפט נישט מיר אין נישט מיין גאנצע משפחה
אפשר מיט די צייט האף איך וועט יא זיין מער אינטערסאנט

אבער חוץ פין דעם איז אלעס מורא'דיג אין געוואלדיג
כה לחי

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג יולי 08, 2018 2:19 pm

shalsheles האט געשריבן:דער רבי אשר הכהן פרידמאן איז אויסערגעווענליך.


אוודאי אין אוודאי
אין מיינע אויגן איז דאס פין די שענסטע קאלום... מלא תוכן וטעם
אזוי אויך די היסטארטישע סיפורים פין הרב קוואדראט - איז זייער געוואלדיג
参考专家

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג יולי 08, 2018 2:26 pm

א שאד אז ר' משה רייזמאנ'ס ארומרייזן די וועלט ארטיקלען עקזעסטירט נישט מער
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: ווי יא

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג יולי 08, 2018 2:28 pm

תרנגול האט געשריבן:א שאד אז ר' משה רייזמאנ'ס ארומרייזן די וועלט ארטיקלען עקזעסטירט נישט מער


אמת
איך האב מיר באלעקט די פינגער'ס מיט דעם ארטיקלעך
הלוואי קומט עס צוריק
参考专家

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג יולי 08, 2018 2:33 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:א שאד אז ר' משה רייזמאנ'ס ארומרייזן די וועלט ארטיקלען עקזעסטירט נישט מער


אמת
איך האב מיר באלעקט די פינגער'ס מיט דעם ארטיקלעך
הלוואי קומט עס צוריק

לכאורה מיין בעסטע ארטיקל געווען אין קינדליין
אזוי אויך די נפלאות הבריאה ארטיקלען פון די חיות (ווענדט זיך ווער דער שרייבער איז געווען - די פריערדיגע שרייבער איז געווען עפעס אויסנאם גוט!)
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין דברים חזון

תגובהדורך שרעבי » זונטאג יולי 15, 2018 10:50 am

אינטערוויו מיט הרה"ח הישיש ר' ניסן לעזער שליט"א מבאבוב
הינטער די קוליסן איבער די ניגונים פון דער קדושת ציון מבאבוב הי"ד לרגל די יארצייט
ר' דו'טשע פעדלער באזוכט שפאניע
און נאך....
צוגעלייגטע
IMG_20180715_104505_704.jpg
IMG_20180715_104505_704.jpg (266.64 KiB) געזעהן 856 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1394
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » זונטאג יולי 15, 2018 12:41 pm

WOW די דעקל!!

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין "בית דין פראיעקט"

תגובהדורך שרעבי » מאנטאג יולי 16, 2018 8:27 pm

.
צוגעלייגטע
Screenshot_20180716-202616.jpg
Screenshot_20180716-202616.jpg (706.77 KiB) געזעהן 680 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין בית דין פראיעקט פרטים

תגובהדורך שרעבי » מאנטאג יולי 16, 2018 8:29 pm

.
צוגעלייגטע
IMG_20180716_202843_990.jpg
IMG_20180716_202843_990.jpg (214.5 KiB) געזעהן 679 מאל
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1394
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג יולי 16, 2018 8:31 pm

אין די קינדליין די וואך ?

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1715
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג יולי 16, 2018 8:54 pm

אדער יא האט געשריבן:WOW די דעקל!!

רט.

דער דעקל איז א פיעס אוו ארט!
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » מאנטאג יולי 16, 2018 10:08 pm

צולייגער האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:WOW די דעקל!!

רט.
דער דעקל איז א פיעס אוו ארט!

הערליך!
ווער האט דאס געמאלן?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט