קלארשטעלונג פון די הנהלה בנוגע וואס איז ערלויבט צו שטעלן אין דעם אשכול און וואס נישט:
◄ ווייז ספוילער
ליידער מאכט זיך כסדר אז געוויסע אויסגאבעס פרובירן צו שיקן א מעסעדזש צו א צד שכנגד מיט אראפרייסערישע קעפלעך, און וויבאלד מיר פארמאגן דא אן אשכול וואס ערלויבט ארויפצושטעלן דעקלעך, קומט אויס אז טעמעס וועלכע זענען בעצם פארבאטן ביי אונז, ווערן אריינגעשטופט פון אן הינטער טירל.
מיר האבן שוין פרובירט צו מעקן, שוין פרובירט צו לאזן - אונטער'ן לעגיטימען אויסרייד פון "מיר נעמען נישט קיין אחריות אויפ'ן תוכן ה'דעקל", אבער מיר שפירן אז מען מוז מאכן א שטיקל קלארע פאליסי דערוועגן.
אשר על כן, מהיום והלאה וועט גילטן דער פאלגנדער כלל:
1. א דעקל וואס פראפאגאנדירט אייגענע לייסטונגען און שטעלונגען (אפילו מיט זעלבסט פאבריצירטע פאקטן), אן אראפרייסן א צווייטן, וועט טאלערירט ווערן
2. א דעקל וואס רייסט אראפ א צווייטן, וועט אראפגענומען ווערן (בעסער געזאגט: זאל מען בכלל נישט ארויפשטעלן - סיידן מען פארמעקט די פראוואצירנדע ווערטער)
3. וויבאלד הא גופא קען זיין מוטל בספק, רעזערווירט די הנהלה די רעכט אליינס צו באשליסן וועלכע דעקל פאלט אין וועלכע קאטעגאריע
והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל ואמרו אמן
הויכפונקטן: נייע קאמיקס פראיקעט "כי היא חכמתכם", (וועלכע קומט אנשטאט די "יארצייט קאמיקס" וועלכע איז ערשינען פאר כמעט 5 יאר) די פראיקעט אינהאלט אין זיך קורצע מעשיות (נישט פארזעצונגען) פון די חכמת התורה פון גדולי ישראל, באגלייט מיט א קורצע ביאגראפיע איבער דער צדיק, געשריבן דורך מרת איינהארן און געמאלן דורך דער וועלס בארימטער מעלער ר' דוד גאלדשמיט.
קובא: ר' משה קליין רעכט אפ א באזוך אין די קאמאניסטישע לאנד "קובא", און ברענגט לעבעדיגע בילדער און גריסן פון דעם לאנד, באגלייט מיט אסאך אינטרעסאנטע ידיעות.
בדרך המלך: מאמענט׳ס לוי יאקאב באגלייט די היסטארישע און מלכות׳דיגע רייזע פון כ״ק אדמו״ר מהרי״י מסאטמאר שליט״א אינאיינעם מיט טויזנטער חסידים קיין ארץ ישראל --- שמועסן מיט ארץ-ישראל׳דיגע מנהלי המוסדות און אן אריינבליק אין די ״שקל הטהור״ אימפעריע וואס האט אין די לעצטע זיבן יאר פארטיילט אומגעפער דרייסיג מיליאן דאלאר פאר אלע ערליכע מוסדות וועלכע נעמען נישט קיין ציוניסטישע תמיכה חסידים שילדערן הרגשים און אנעקדאטן זיך צוריקערענדיג פון דער נסיעה: הרה״ח ר׳ יושע ארי׳ מאשקאוויטש, הרה״ח ר׳ אברהם ברוין און הר״ר שלמה יעקב גרינפעלד --- ויהי ימי קידוש השם
טמיר ונעלם: ווער איז דער חסידישער רבי וואס איז אטאקירט געווארן דורך דייטשע זשאנדארן און איז דערנאך געווען אין געראנגל מיט די נאציס? האבן די נאציס מצליח געווען צו פארווישן זיינע שפורן? און וואו איז דער רבי אהינגעקומען? --- אהרן פעדער פון ׳מורשת חכמי אמעריקע׳ פרובירט צו דערגרינטעווען די אידענטיטעט פון רבי יונה פרענקעל און אלע דעטאלן ארום דער אומבאקאנטער העכסט-דראמאטישער געשיכטע, וועלכע ערשיינט יעצט צום ערשטן מאל אין פולע דעטאלן
פינחס האפפמאן: ערשטע אימפּיטשמענט אין אמעריקאנער געשיכטע --- משה לאנדא: אן עלי׳ פאר 5,800 בלאט! --- עכטע נייעס: טראמפ און טאריפס --- הרב שלום יעקב וואזנער: די שיטה פון הרב אהרן פרידמאן אדער הרב שרגא פליישמאן? --- אליהו יואל גליק: א שמועס מיט׳ן שפיגל --- ישעי׳ ווייספעלד: אינוועסטמענט אדער ארויסגעווארפן געלט? --- הרב חיים אבראהאם: ארטיקלען פון ארכיוון --- לוי יאקאב: דער גנב אלס שומר --- זכרי' מאנן: א מתנה פון מיין כתה ב' מלמד --- יוסי געשטעטנער: ניין, ״זיי״ זענען נישט גערעכט!