קובץ "הגיבורים" פאר בחורים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

קובץ "הגיבורים" פאר בחורים

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:27 pm

לעצטענס ערשיינט א קובץ מאנאטליך ספעציעל פאר בחורים מיטן נאמען "הגיבורים".
איך זעה זיי האלטן שוין ביי קובץ ג' דעם חודש אב.

זיי האבן אינהאלטרייכע דרשות פון ראשי ישיבה, חידות ושאלות בעניני הלכה ועוד.
זיי האבן אויך הסכמות.

פון בליקן אינעם קובץ האב איך נישט געקענט דערגיין וואס פונקטליך זייער ציהל איז, אולי א רעזאולטאט פונעם כינוס השקפה פאר בני הישבות צו ארבעטן אויף השקפה?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:38 pm

עס איז שוין א קובץ נאך בעפאר יענע כינוס, זעט אויס זיי האבן זיך יעצט צוגעכאפט צום כינוס

וואס איז פשט פון אזויפיל חברי מערכת רבנים חשובים?
עס קוקט אויס זייער א גיטע זאך

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 5:45 pm

געזעהן. אין ערשטן בליק אויסגעזען גאנץ אינטערעסאנט. ציהל? פשוט, דער בחור דארף תוכן צו ליינען, אסאך בחורים זענען נישט בר הכי צו האקן שטיקער איבער די גמ' לילה ויום... מאידך איז דא אסאך אסאך שטותים צו ליינען, נו, זאלן זיי ליינען לייכטע זאכן זאל שוין זיין תוכן אינאיינוועגס #צאינה-וראינה
צוגעלייגטע
hagiborim.jpeg
hagiborim.jpeg (76.66 KiB) געזעהן 1813 מאל
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
קוקא-קולא
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 23, 2012 6:26 pm

תגובהדורך קוקא-קולא » דאנארשטאג אוגוסט 21, 2014 10:59 pm

נישט קיין חודשליכע זאך נאר יעדע האלבע יאר
גאר א געשמאקע זאך פאר פיינע און עווערידזש בחורים

קנאקעדיגע שרייבערס וואס רילעיטן צו בחורים
איך קען א בחור וואס איז נהפך לאיש אחר נאר דורך דעים (ער האט זיך אויך פריוואט געשרובן מיט זיי)

גאר אסאך השקפה וואס פאדערט בעקונג פון ערענסטע הסכמות,

אדרבה כמותם ירבו בישראל
די שעלפס און ספרים געשעפט זענען פול מיט ספרים, פאר יונגערלייט אדער פאר אנדערע מצבים און לעבן
א בחור בפרט היינטיגע צייטן דארף זייער אסאך...
אם אין הבדלה דעת מנין

צייטונג
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 30, 2014 2:03 pm

תגובהדורך צייטונג » דינסטאג יוני 30, 2015 8:38 pm

א פרישער קובץ ערשינען לכבוד דעם זומער, כה לחי!
א געוואלדיגע ארבייט, הויפענס מיט עצות און חיזוק פאר די בחורים און די טאטעס צוגלייך.

אוועטאר
משה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am

תגובהדורך משה כהן » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 3:22 pm

ערשיינט שוין מער נישט?
פארוואס?!
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 3:39 pm

לפי ידיעתי איז עס צוליב וואס דער אנפירער האט אנגענומען א העכערן פאסטן, וועלכע געבט אים נישט קיין צייט צו טון אין דעם, אויב א צווייטער וועט זיך אריינלייגן דערין, וועט ער -דאכט זיך- גערן מיטארבעטן און העלפן.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
משה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am

תגובהדורך משה כהן » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 7:43 pm

נו, אפשר לייג מיר זיך אריין?...
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 11:22 pm

דו קענסט זיך ווענדן צו אים, ער וועט דיר געבן די אנווייזונגען וואס און ווי אזוי צו טון, איך וואונטש דיר שוין גרויס הצלחה.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

סידיראם
שר האלף
תגובות: 1686
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » פרייטאג מארטש 16, 2018 12:31 am

עס איז טאקע א שאד אז עס ערשיינט נישט. עס איז געווען אן אויסטערלישע חיזוק אין שטארקע "בוסט" אין אידישקייט פאר כמה בחורים, גאר אסאך האבן ממש געשעפט שטיקער חיות פון די קובצים. עס וואלט געווען א מצוה גדולה דאס צוריק מחדש זיין.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט