"דער שטערן" - חודש'ליכער מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 8:05 pm

יא זעקס דאללער שטום איך צו אבער נישט מער!

אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

תגובהדורך גולש » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 8:06 pm

האט דאך "דער בליץ" יא עפעס אויפגעטון...

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 8:27 pm

גולש האט געשריבן:האט דאך "דער בליץ" יא עפעס אויפגעטון...



איך בין גראדע נישט קיין חסיד פון פול-קאליר אויסגאבע. "דער שטערן"האט זיך אויסגעצייכנט מיטן צושטעלן קוואליטעט אויף א פשוט'ן רואיגן פארמאט וואס איך האב זייער געגליכן.

וואס דער בליץ האט יא אויפגעטאן איז דאס אז אין די לעצטע חדשים האט דער שטערן געהאט גוטע באמבאסטישע ארטיקלען אזש זיך צום פאסמאקעווען. איך האף אז ער וועט אנהאלטן דערמיט.

ר' שמעון, מיר גלייכן אייער שריפט.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 9:10 pm

איינער האט א בילד?
Normal is just a setting on the washing machine

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 9:37 pm

[quote="איך בין גראדע נישט קיין חסיד פון פול-קאליר אויסגאבע. "דער שטערן"האט זיך אויסגעצייכנט מיטן צושטעלן קוואליטעט אויף א פשוט'ן רואיגן פארמאט וואס איך האב זייער געגליכן.

וואס דער בליץ האט יא אויפגעטאן איז דאס אז אין די לעצטע חדשים האט דער שטערן געהאט גוטע באמבאסטישע ארטיקלען אזש זיך צום פאסמאקעווען. איך האף אז ער וועט אנהאלטן דערמיט.

ר' שמעון, מיר גלייכן אייער שריפט.[/quote]
אבער ווען design & print מאכט די גראפיקס איז דאך גאר עפעס אנדערש

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 9:42 pm

גולש האט געשריבן:האט דאך "דער בליץ" יא עפעס אויפגעטון...

דו ביזט נאך ניי דא, אבער איך וויל דיר מעלדן אז מען דארף אכטונג געבן ווען מען שרייבט וועגן "דער בליץ".....

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 10:23 pm

איך עגרי מיט שמערי בערי. לדעתי איז דאס נישט דער בעסטע שריט, על כל פנים פאר די ביז איצטיגע ליינער'ס.
איך פארשטיי אז זיי ווילן ציהען מער קאסטומערס אבער די ארגינאלקייט און די פשוט'קייט פונעם ביז איצטיגן שטערן האט געהאט א באזונדערע חן. עס האט געצייגט אז גארנישט אויסער רייכע ארטיקלן שפילן דארט א ראלע. אבער איינמאל גראפיקס ווערט אויך א מחותן דא, גיבט דאס דעם ליינער א בליק ווי עפעס וואס מען דארף אויפבלאזן צו קענען פארקויפן און די אויסגאבע באקומט א שטיקל 'ווילדע' פנים.

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 10:50 pm

"דער שטערן" האט אויך צובאקומען צוויי נייע קאלומס:
1) "ארום דער וועלט - נייעס וואס איר האט מעגליך פארפאסט". דאס איז אדאפטירט געווארן פון דעם "זמן".
2) "חייקל ענטפערט". איבערגענומען פון "צייטשריפט" וואס האט זיך קענטיג אפגעשפארט אין די לעצטע וואכן.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג סעפטעמבער 07, 2010 1:12 am

איך האב נייעס פאר אייך. דאס גיין אויף קאליר האט דירעקט נישט געהאט מיט ציען נייע קאסטומערס, פארקערט, יעצט אז די אנדערע האבן זיך פארמאכט איז ער דאך דער איינציגסטער אויפן מארק, וואלט ער סייווי צובאקומען קאסטומערס, און עס האט אים נישט אויסגעפעלט די איבריגע הוצאה. עס האט געהאט איין חשבון, די אדווערטייזער. זייער אסאך פירמעס האבן געזאגט אז כדי זיך צו אדווערטייזן דארט ווילן זיי עס זאל זיין דוקא קאלירט, און נאכן באקומען גענוג אזעלכע בקשות, זענען זיי געקומען צו די החלטה אז מצד אדווערטייזינג וועט זיך זיי דאס לוינען. דעצאל.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דינסטאג סעפטעמבער 07, 2010 2:09 am

איך האב אויך קודם געטראכט אזויווי שמערי. אבער נאכן עס זעהן האט זיך געטוישט מיין מיינונג. עס איז זייער שיין אזויווי, און עס איז נישט צו רעשיג און שרייעדיג.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

WSPU
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 11:38 pm

תגובהדורך WSPU » דינסטאג סעפטעמבער 07, 2010 2:50 am

why did the tzeitshrift closed down ?

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דינסטאג סעפטעמבער 07, 2010 8:29 am

טהור-עיניים האט געשריבן:איך האב נייעס פאר אייך. דאס גיין אויף קאליר האט דירעקט נישט געהאט מיט ציען נייע קאסטומערס, פארקערט, יעצט אז די אנדערע האבן זיך פארמאכט איז ער דאך דער איינציגסטער אויפן מארק, וואלט ער סייווי צובאקומען קאסטומערס, און עס האט אים נישט אויסגעפעלט די איבריגע הוצאה. עס האט געהאט איין חשבון, די אדווערטייזער. זייער אסאך פירמעס האבן געזאגט אז כדי זיך צו אדווערטייזן דארט ווילן זיי עס זאל זיין דוקא קאלירט, און נאכן באקומען גענוג אזעלכע בקשות, זענען זיי געקומען צו די החלטה אז מצד אדווערטייזינג וועט זיך זיי דאס לוינען. דעצאל.

ביסטו אזוי זיכער מיט דעם? ווי ווייט איך ווייס, אין וויאזוי עס איז משמע פון זיין הקדמה טוט ער דאס יא צוריקצובאקומען די אויבערהאנט אין די סטיל מאגאזינען, אגב לשיטתך אז ער טוט עס בלויז פאר די אדווערטייזער וואלט ער געקענט טון אזוי ווי מעלות/ליכטיגע היים אין לייגן קאלערדיגע עדס אין פראנט אין דעטסאל

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10971
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג סעפטעמבער 07, 2010 9:09 am

אבי.גערעדט האט געשריבן:ביסטו אזוי זיכער מיט דעם?

חחחח.....

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג סעפטעמבער 07, 2010 10:34 am

די טענה אז פול קאליר נעמט אוועק פון די רייכקייט איז נישט אינגאנצן אמת. 'משפחה' און די אנדערע מאגאזינען וועלעכע זענען פול קאליר זענען גאר אונהאלטרייך. עס איז פשוט דער סטייל אדער ווי טהור עניים שרייבט, אז ער האט שוין סייווי גענוג פול קאליר עד'ס לוינט שוין צו גיין די גאנצע פול קאליר.

קארל. איך טראכט אז א "נייעס קאלום" (נייעס פון ארום די וועלט) איז נישט קיין גרויסע אויפטו אויב רעדט מען פון איינמאל א חודש. עס וועט זיין זייער אלטע נייעס.

אויסערליך איז דאס גיין פול קאליר א מעלה און עס מאכט עס נאר רייכער און שענער. ער האט דאס מסתם געזעהן ביי די 'זמן' אויסגאבע און דערפאר האט ער דאס אדאפטריט צום שטערן אויך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג סעפטעמבער 07, 2010 10:52 am

וואס מיר באדערט ביי פול קאליר איז די ווייעכע פאפיר וואס מאכט עס אויקוקן ווי בלויז נאך א מאגאזין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » דינסטאג סעפטעמבער 07, 2010 11:09 am

צייטליך האט געשריבן:קארל. איך טראכט אז א "נייעס קאלום" (נייעס פון ארום די וועלט) איז נישט קיין גרויסע אויפטו אויב רעדט מען פון איינמאל א חודש. עס וועט זיין זייער אלטע נייעס.

דער קאלום איז נישט סתם נייעס, נאר געווענליך טשיקאווע געשיכטעלעך וועלכע זענען אינטערעסאנט צו לייענען אפילו א יאר שפעטער.

צייטליך האט געשריבן:ער האט דאס מסתם געזעהן ביי די 'זמן' אויסגאבע און דערפאר האט ער דאס אדאפטריט צום שטערן אויך.

שמעון ראלניצקי איז אויך דער ארויסגעבער פון "זמן".

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג סעפטעמבער 07, 2010 11:21 am

ליין איבער וואס ער האט געשריבן:

ער האט געזעהן ביי (זיין) זמן אויסגאבע אז ס'מאכט עס רייכער און שענער, האט ער עס קאפירט ביים שטערן.
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג סעפטעמבער 14, 2010 1:11 pm

אגב. דער א.ד. תגובה וואס איך האב געשריבן איז געווען נאך פארן קויפן. איך האב עס איינגעהאנדעלט ערב יו"ט און א גרויס חלק האב איך שוין דורכגליינט. סיי די צוגעקומענע זאכן ווי די אינטערסאנטע נייעסלעך און דער קליינטשיגער מיט פארגרעסערונגס-גלאז זענען זייער גוט. עס הייבט זיך די חודש אן א פרישע שפאנדע פארזעצונג און אויך ענדיגט זיך די חודש די באקאנטע פארזעצונג איבער די מלחמה אין אפגאניסטאן.

אבער בעיקר וויל איך ארויסברענגען אז די קאלירטע פאפירן און שיינע גראפיק געט גאר אסאך צו. (חוץ איר רייכער אינהאלט, ספעציעל דעם חודש)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

תגובהדורך טראכט גוט וועט זיין גוט » דאנארשטאג סעפטעמבער 16, 2010 1:12 pm

כהאב מיך איינגעהאנדלט דער שטערן און יא ס'קוקט טאקע אויס אסאך שענער און רייכער.

כהאף נאר אז סקאסט זיי נישט צופיל מער ווייל ווי מהאט דא געשמועסט גלייב איך אז די געווענליכע קלייענטעל פון די שטערן גייט נישט אן "צו" שטארק צו ס'קאלירט צי נישט.

אגב דאס אז די צייטשריפט האט זיך אויך פארמאכט מאכט די בליץ מיט שטערן אלס די עקסקלוסיוו קאמפעטישאן אין די אידישע מאגאזין מארקעט. נא העמיר זעהן וואס וועט זיך אויסקאכן. דאס איז זיכער אז דער עולם ליינערס שטייען אין די זייט און האט הנאה.....
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » דאנארשטאג סעפטעמבער 16, 2010 3:01 pm

ווילאנג "צייטשריפט" האט עקזיסטירט האט מען געקענט געפינען קוואליטעט לייען-מאטעריאל אין צוויי אידישע אויסגאבעס. יעצט אז דאס איז שוין נישטא איז "דער שטערן" געבליבן איינער אליין.
אז "דער בליק" וואלט ווען נאך עקזיסטירט וואלט "דער בליץ" אפשר געקענט טראכטן אז ער פרובירט צו קאנקורירן מיט איינעם. יעצט אז דאס איז שוין אויך נישטא ווייס איך נישט ווער עס קען ווערן אנגערופן די "קאמפעטישאן" פון "דער בליץ".

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג סעפטעמבער 16, 2010 3:15 pm

קארל, מאכסט אזוי אוועק דעם המספיק גאזעט? הרב שניטצלער איז פארט א ריזיגער שרייבער!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג סעפטעמבער 16, 2010 3:46 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:קארל, מאכסט אזוי אוועק דעם המספיק גאזעט? הרב שניטצלער איז פארט א ריזיגער שרייבער!

אמת אז אייזיק שניצלער איז א מייסטער שרייבער (אגב קארל, איך בין נייגעריג צו זעהן דיין אפשאצונג אויף אים) אבער עס קומט נישט אריין אויב די רעדע איז קאמפעטישן וויבאלד דאס קאסט נישט קיין פעני און עס קומט אן פריי פאר יעדעם אויף די פאסט.

איך וויל אבער בעטן אז דער עולם זאל נישט רעדן דא פון קיין קאמפעטישן און נישט פארגלייכן איינס צום צווייטן. אין די פארגאנגענהייט האט דאס שוין איבערגעדרייט אונזער קרעטשמע און עס פעלט בכלל נישט אויס.

יישר כח.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » דאנארשטאג סעפטעמבער 16, 2010 6:33 pm

צייטליך האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:קארל, מאכסט אזוי אוועק דעם המספיק גאזעט? הרב שניטצלער איז פארט א ריזיגער שרייבער!

אמת אז אייזיק שניצלער איז א מייסטער שרייבער (אגב קארל, איך בין נייגעריג צו זעהן דיין אפשאצונג אויף אים)

גערעכט! אייזיק שניצלער איז א גאר גוטער שרייבער; זיינע זאפטיגע אנאליזן אין "דער בלאט" אונטער'ן פסעוודאנים "ש.י. לעבאוויטש" זענען באמת געווען מתוקים לחיך. דער "המספיק גאזעט" איז טאקע אויך אן אויסגאבע פון גאר הויכן קוואליטעט.

אין א לעצטיגן אישית'ל אין וועלכן עמיצער האט זיך בארימט אז א געוויסע היימישע צייטונג ווערט "נאר בעסער אין דעם הינזיכט פון גוטע שרייבער, און זיי זענען אסאך בעסער ווי אמאל," האב איך געענטפערט (איך האב דא ארויסגענומען דעם נאמען פון דער צייטונג):
מיט דעם וועל איך מיר מוזן מחולק זיין אז "דער ..." ווערט נישט בעסער. איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט און צי דו געדענקסט די ערשטע יארן פון דעם "..." (מען דארף נישט זיין צו אלט דערפאר), אבער אין אנפאנג האט "דער ..." באזיצט די סאמע בעסטע שרייבער - די וועלכע זענען נאך עד היום פון די בעסטע. א שטייגער ווי ראלניצקי, גלויבער, שניצלער און נאך.
נאך עטליכע יאר זענען זיי אלע אוועקגעגאנגען צוליב דעם וואס מען האט זיי נישט "אפרישיעיטעד" ווי עס דארף צו זיין, דאך האט זיך אנגעפאנגען די ירידה פון "דער ...".
אויף וויפיל איך בליק דערין, האב איך בכלל נישט באמערקט קיין שינוי לטובה; פארקערט, איך האלט אין איין באמערקן נייע משוגעת'ן און קינדערישקייטן וועלכע פאסן מער פאר די "פורים צייטונגען" וואס די א.ג. שרייבער האבן ארויסגעגעבן נישט לאנג צוריק אין [א געוויסע ישיבה גדולה].

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11779
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 16, 2010 7:55 pm

קארל איך שטיי שוין צוואנציג מינוט און איך ברעך מיך קאפ צו כאפן פון וועלכע צייטונג דו רעדסט.
ס'גייט נישט.. אפשר מיינסטו די בינה?
שיק מיר און אישית אויב האב איך עס ריכטיג.

אוועטאר
גולש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2010 10:07 pm

תגובהדורך גולש » דאנארשטאג סעפטעמבער 16, 2010 8:00 pm

ער מיינט לכאורה מעלות, ווי ראלניצקי פלעגט שרייבן שלום בית ארטיקלען אא"וו..
נישט אזוי
לעצט פאראכטן דורך גולש אום דאנארשטאג סעפטעמבער 16, 2010 11:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט