בלאט 1 פון 69

הערשל פר"מ זאגט די נייעס אויף קול מבשר

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2007 7:54 pm
דורך בראנפן
דעם זונטאג פארנאכטס האט הערשל פר"מ געזאגט די נאכמיטאג נייעס אויף קול מבשר איז עס געווען צודערזאך ?

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2007 9:38 pm
דורך קרעמער
1. ער רעדט נישט פליסיג ווי א נייעס באריכטער, נאר ווי אן אנאליזירער.
2. ער האט נאר גערעדט פון וועלטליכע נייעס, נישט קיין לאקאלע.
3. פאר א טויש איז עס גאנץ פיין.

געשריבן: דינסטאג יולי 03, 2007 9:42 am
דורך שוועמל
וואס איז געשען מיט ווידער?

געשריבן: דינסטאג יולי 03, 2007 10:35 am
דורך abimlaibt
עפעס איז געשעהן צונעם?

געשריבן: דינסטאג יולי 03, 2007 11:39 am
דורך דארפסמאן
ער האט געוואלט זען וואס דער עולם אינעם קרעטשמע האלט פינעם טויש

געשריבן: זונטאג יולי 08, 2007 7:35 pm
דורך בראנפן
מוצאי שבת זאגט ער נייעס געמישט מיט אנאליזן

קול מבשר נייעס

געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2014 1:35 pm
דורך משה יענקל
ווער האט באמערקט?

קול מבשר האט געטוישט די נייעס אפטיילונג ביי 1-1 פון די מעין מעניו

1-1-1 איז פאר טעגליכע נייעס
1-1-2 איז פאר אלגעמיינע נייעס

מיט די #קנעפל גייט מען צוריק צו א פריערדיגע נייעס.

געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2014 1:42 pm
דורך יאפין
יעדער וואס הערט קול מבשר מיינעך האטעס באמערקט...

געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2014 3:07 pm
דורך בוידעם
אין אנדערע נייעס האט די שטאט ראט געמאלדן אז בעדפארד עוו. אין וויליאמסבורג גייט געטוישט ווערן פון א 2 וועי צו א 1 וועי....

געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2014 3:19 pm
דורך עקבי הצאן
ס'איז געווען א געוואלדיגע פאזיטיווער טויש, מחמת כמה מעלות טובות, קודם כל מעלדט ער דאך סייווי נישט די נייעס פון מיין טעגלאשע רבי, פון אנדערע רבי'ס גייט מיך נישט אן, אזוי קען איך הערן אין קורצן די וועלטליכע נייעס, ועוד מ'קען הערן די נייעס פון די פריערדיגע טעג, אויך טוט ער מער אפטער אפדעיטאן אינעם טאג.

יישר כח ר' זלמן פארן צולייגן קאפ וויאזוי צו מאכן דער עולם זאל בעסער און בעסער קענען הנאה האבן.

געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2014 5:03 pm
דורך א טענצל!
ר' זלמן א יישר כח פארן טויש ס'איז גאר גוט. חוץ פון דעם וואס ס'איז צוגעקומען אן אפשאן צו הערן די נייעס וואס מ'האט פארפאסט.

לויט מיר מעג אבער זיין נאך א טויש.
מיר גייט גאנץ ווייניג אן די עקאנאמיע, סטאק מארקעט, ריקאלס אויף קארס, פראצענטן געשטיגן פון מייקראסאפט וכדו' איך בין אינטרעסירט אין וועלטליכע נייעס, איראן, חיזבאלא, טעראר, סיריע, רוסלאנד אוקריינע וכו' אפשר קען מען מאכן אן עקסטערן קעסטל פאר עקאנאמישע נייעס והמסתעף, און עקסטער פאר וועלטליכע און אלגעמיינע נייעס.

געשריבן: מיטוואך יוני 18, 2014 8:37 pm
דורך מצב כללי
א טענצל! האט געשריבן:ר' זלמן א יישר כח פארן טויש ס'איז גאר גוט. חוץ פון דעם וואס ס'איז צוגעקומען אן אפשאן צו הערן די נייעס וואס מ'האט פארפאסט.

לויט מיר מעג אבער זיין נאך א טויש.
מיר גייט גאנץ ווייניג אן די עקאנאמיע, סטאק מארקעט, ריקאלס אויף קארס, פראצענטן געשטיגן פון מייקראסאפט וכדו' איך בין אינטרעסירט אין וועלטליכע נייעס, איראן, חיזבאלא, טעראר, סיריע, רוסלאנד אוקריינע וכו' אפשר קען מען מאכן אן עקסטערן קעסטל פאר עקאנאמישע נייעס והמסתעף, און עקסטער פאר וועלטליכע און אלגעמיינע נייעס.


אפיציעל גיט יוסי געשטעטנער איבער די עקנאמישע נייעס אויף קעסטל 1-1-7 אבער די וויכטיגע נייעס זאגט זלמן אויך אויף מעין נייעס קנעפל.

געשריבן: מאנטאג יוני 23, 2014 5:59 pm
דורך פיטום
נייער ביזנעס אפטיילונג, גאר רייך!

געשריבן: מאנטאג יוני 23, 2014 6:14 pm
דורך עקבי הצאן
פיטום האט געשריבן:נייער ביזנעס אפטיילונג, גאר רייך!

וועלכע קנעפל?

געשריבן: מאנטאג יוני 23, 2014 6:16 pm
דורך פיטום
3 פון די מעין מעניאו - און דערנאך 4: ביזנעס און עקנאמיע

געשריבן: מיטוואך יוני 25, 2014 5:08 pm
דורך א טענצל!
מ'מעג שוין מאכן אן עקסטערע "אנטיסעמיטיזם אפטיילונג", ווער ס'וועט וועלן הערן במשך יעדע שעה\מינוט\רגע פון א פרישע אנטיסעמיטישע אטאקע\אויסברוך\וואנדאלן\גראפיטי וואס איז געשען אין וויליאמסבורג\בארא פארק\פראנקרייך (כמובן), לעיקוואוד\ וכו' זאל קענען דרוקן דעם קנעפל און זיך מחי' זיין חדשים לבקרים.

פארוואס פאר א גוט יאר ווען מ'דרוקט דעם בולעטין קנעפל דארף 90% פון די נייעס זיין איבער די נארישע אומוויכטיגע אטאקעס?! (כ'רעד נישט ווען א שעדליכער פארשוין דרייט זיך אין גאס און מ'דארף אינפארמירן ס'ציבור, כ'רעד אלגעמיין)

געשריבן: מיטוואך יוני 25, 2014 5:35 pm
דורך למעלה משבעים
פיטום האט געשריבן:נייער ביזנעס אפטיילונג, גאר רייך!

נישט באמערקט? viewtopic.php?f=91&t=22873

געשריבן: זונטאג יוני 29, 2014 2:23 pm
דורך פיטום
קול מבשר עפענט א נייע אפטיילונג אויף 4 -8 פון די מעין מעניו ווי מען וועט קענען הערן די קעמפ נגונים יעדן מיטוואך פון די קעמפס

געשריבן: זונטאג יוני 29, 2014 8:04 pm
דורך private
פיטום האט געשריבן:קול מבשר עפענט א נייע אפטיילונג אויף 4 -8 פון די מעין מעניו ווי מען וועט קענען הערן די קעמפ נגונים יעדן מיטוואך פון די קעמפס

דא שמיסט מען פין דעם נושא
viewtopic.php?f=18&t=23389&view=unread#unread

געשריבן: זונטאג יוני 29, 2014 8:19 pm
דורך עקבי הצאן
קול מבשר האט אנגעהויבו צו שיקן טוויטער אפדעיטס איבער פרישע סחורה אויפן סיסטעם.

זייער טוויטער נאמען איז Kolmavaser@

ס'איז א פראקטישע זאך, העלמיר זעהן ווילאנג ס'וועט אנהאלטן.

געשריבן: פרייטאג יולי 11, 2014 9:44 am
דורך משה יענקל
קול מבשר מעלדט נישט קיין שום נייעס בעפאר ארום 9 צופרי.
#אינטערסאנט

געשריבן: פרייטאג יולי 11, 2014 9:48 am
דורך דער תהילים איד
אלא מאי קוקט אויס אז ער איז א איד וואס דאוונט שחרית.

ווען ער עסט סאפער ווייסעכניש, ווען ער רעדט מיט קאסטומער'ס ווייסעכניש, ווען ער גייט צו שמחות ווייסעכניש, סוי כאטש דאס...

געשריבן: פרייטאג יולי 11, 2014 9:56 am
דורך משה יענקל
:lol:
דער תהילים איד האט געשריבן:אלא מאי קוקט אויס אז ער איז א איד וואס דאוונט שחרית.

ווען ער עסט סאפער ווייסעכניש, ווען ער רעדט מיט קאסטומער'ס ווייסעכניש, ווען ער גייט צו שמחות ווייסעכניש, סוי כאטש דאס...

געשריבן: פרייטאג יולי 11, 2014 1:33 pm
דורך לכתחילה אריבער
דער תהילים איד האט געשריבן:אלא מאי קוקט אויס אז ער איז א איד וואס דאוונט שחרית.

ווען ער עסט סאפער ווייסעכניש, ווען ער רעדט מיט קאסטומער'ס ווייסעכניש, ווען ער גייט צו שמחות ווייסעכניש, סוי כאטש דאס...

און ווי אזוי ער הייבט אויף "יעדע" טעלעפאון קאל אויף זיין סעל!!!

געשריבן: פרייטאג יולי 11, 2014 7:31 pm
דורך וועלט
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:אלא מאי קוקט אויס אז ער איז א איד וואס דאוונט שחרית.

ווען ער עסט סאפער ווייסעכניש, ווען ער רעדט מיט קאסטומער'ס ווייסעכניש, ווען ער גייט צו שמחות ווייסעכניש, סוי כאטש דאס...

און ווי אזוי ער הייבט אויף "יעדע" טעלעפאון קאל אויף זיין סעל!!!

חוץ ווען נישט, פארשטייט זיך.