מעלות סיון תשע"ד: ארטיקל פונעם יאר!

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

יישר כך פארן אהערברנגען. ממנו ילמדו וכן יעשו.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

לתועלת הלומדים החשובים האב איך אהערגעקראצט דעם ארטיקל במלואו, ליינט און האט הנאה.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

"גוי אחד בארץ" - געדאנקען / א. כ"ץ (מעלות סיון תשע"ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

אין די פארנומﬠנﬠ ערב פסח טעג האט זיך גע'רﬠש'ט אין דﬠר אידישﬠר ניו יארק מיט א מﬠשה'לﬠ וואס איז שוין מסתמא פארגﬠסן גﬠווארן צווישן אלﬠ אלטﬠ נייﬠס, היימישﬠ און פאליטישﬠ, פרייליכﬠ און ליידﬠר טראגישע ווﬠר האט גﬠהאט קאפ און צייט אינמיטן די הﬠפטיגﬠ הכנות צום יום טוב צו דﬠרהﬠרן דﬠם דﬠרהﬠר אונטﬠר דﬠר‏ גﬠשﬠﬠניש, צו דﬠרזﬠן די‏ פראכט וואס שטראלט ארויס צווישן די שורות‏ ווי די שטﬠרנס אין א פינסטﬠרﬠ נאכט?

אלזא, עס רﬠדט זיך פון א פאר תפילין וואס זﬠנﬠן גﬠלﬠגן אין א פשוט’ן זﬠקל אנשטאט אין טלית בייטל, אפשר גרייט‏ צו טראגן צום סופר, אדﬠר נארוואס‏ אפגﬠנומﬠן פון אים. אויסרוימﬠנדיג‏ דﬠם חמץ פון הויז צוזאמﬠן מיט אלﬠ שמאטﬠס און איבריגﬠ חפצים וואס האבן זיך אנגﬠזאמלס איבﬠר'ן יאר, האס איינﬠר פון די קינדﬠר בטﬠות ארויסגﬠווארפן דﬠם זﬠקל אין מיסט ר”ל. ווﬠן דﬠר טאטﬠ האט זיך גﬠכאפט דﬠרויף, איז שוין גﬠווﬠן צו שפﬠטִ דﬠר גארבידזש טראק איז שוין גﬠקומﬠן און אווﬠקגﬠפארן מיט זיינﬠ תפילין.

דﬠר יונגﬠרמאן איז גﬠווﬠן אויסﬠר זיך פון צﬠר. ער האט אנגﬠרופן אן עסקן וואס האט זיך פארבונדן מיט’ן סאניטﬠישן דﬠפארטמﬠנט (רייניגונגס אמט) וויבאלד מﬠן איז גﬠוואויר גﬠווארן אין ווﬠלכן “בית הקברות” מﬠן טראגט די מיסט פון יﬠנﬠם גﬠגנט, האט זיך וויליאמסבורג גﬠשטﬠלט אויף די פיס. מﬠן האט אלארמירט שומרים, חברים, און חסד של אמת, און פינף און צוואנצינ וואלונטירן האבן אלﬠס אפגﬠלאזט און זﬠנﬠן ארויסגﬠפארן צום פלאץ.

די יונגﬠלייט זﬠנﬠן גﬠקראכן איבﬠר די בﬠרג מיסט און גﬠנישטﬠרט צװישן די זﬠקלﬠך וואו מﬠן האט זיי אנגﬠוויזן אז בﬠרך דארט דארף עס זיין. נאך דריי-פﬠרטל שﬠה אין דﬠם אומדﬠרטרﬠגליכן גﬠרוך, איז דﬠר טייﬠרﬠר אוצר גﬠפונﬠן גﬠווארן. די שמחה פון דﬠם בﬠל אבידה און זיינﬠ מיטהﬠלפﬠר איז גﬠווﬠן אומגﬠהויﬠר, און דﬠר אידישﬠר אחדות און שﬠצונג צו א דבר שבקדושה האבן געברענגט א גרויסﬠר קידוש השם.

וויפיל זﬠק מיסט האבן די מלאכים ארויפגﬠטראגן צוזאמﬠן מיט’ן בארדיטשﬠווﬠר’ס קשר”ק יﬠנﬠם ערב פסח? און דא רﬠדט מﬠן נישט פון אידן וואס זיצן באהלה של תורה און ווייסן נישט דﬠם חילוק צווישן אייפּאד און אייפּעד, אבאמא און אסאמא, קﬠמרי און קﬠמרע.‏ דﬠר באשﬠפﬠר האט נאכנישט באנקראטירט מיט זיינﬠ קינדﬠר. א פיין גﬠשﬠפט האט ער זיך איינגﬠהאנדלט, כביכול, מיט’ן “ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי‏ קדוש”.‏

מיר אידן זﬠנﬠן‏ גﬠװאוינט זיך צו קלאפן על חטא. נישט נאר פאר אונזﬠרע אייגﬠנﬠ זינד, נאר אויך פאר די זינד פון אונזﬠרﬠ עלטﬠרן: “אבל אנחנו ואבותנו חטאנו”.‏ זיצנדינ ביים סדר ווי‏ בני מלכים, דﬠרמאנﬠן מיר אונזﬠר גרויסן יחוס: “מתחילה עובדי‏ עבודה זרה היו אבותינו” הרב אביגדור מיללﬠר זצ”ל, דﬠר גרויסﬠר מליץ יושר פון כלל ישראל, לויבט אויס אין יﬠדﬠר‏ גﬠלﬠגנהייט די דורות הראשונים. ליינﬠנדינ צווישן די שורות פון דﬠר תורה. בלויז איין מחלל שבת פון א פאלק פון מיליאנﬠן דורכאויס פﬠרציג יאר אין מדבר! בלויז איין מחרף! ווﬠן נאך איז גﬠווﬠן אזא דור דﬠה?!

ווﬠן מﬠן בליקט דורך די ספרי נ”ך,‏ קﬠן זיך דאכטן אז די תקופה פון בית ראשון איז גﬠווﬠן א קייט פון מלחמות. און אט טרﬠפן מיר אינמיטן דﬠרינﬠן, “ותשקוט הארץ שמונים שנה” - דאס לאנד האט גﬠרוט אכציג יאר. אכציג רואיגﬠ יארן! פיר דורות! איר קﬠנט זיך פארשטﬠלן אן אכציג יﬠריגﬠר איד מיט זיינﬠ קינדﬠר, אייניקלﬠך, און אור- אייניקלﬠך וואס ווייסן נישט פון מלחמות צו זאגן? מישט אביסל פריﬠר: “ותשקוט הארץ ארבﬠים שנה”. אביסל שפﬠטﬠר, ווידﬠר: “ותשקוט הארץ ארבﬠים שנה”, נאך שפﬠטﬠר, נאכאמאל, “ותשקוט‏‏ הארץ ארבﬠים שנה”. װﬠן נאך האבן אידן געהאט אזא גאלדﬠנﬠ תקופה?

די בריטישﬠ שול-קינדﬠר ווייסן קוים פון דﬠר אמﬠריקאנﬠר מרידה וואס האט זיך גﬠﬠנדיגט מיט א מפלה פאר ענגלאנד. די דייטשﬠ און פוילישﬠ קינדﬠר לﬠרנﬠן כמﬠט נישט פון דﬠר צווייטﬠר ווﬠלט קריג וואו זייﬠרﬠ עלטﬠרן האבן גﬠשפילט אזא שﬠנדליכﬠ ראלﬠ. אבﬠר אידישﬠ קינדﬠר לﬠרנﬠן יאר איין יאר אויס פון אלﬠ דורכפאלן פון אונזﬠר היסטאריﬠ, אלﬠ עבירות, מפלות און חורבנות. פארוואס? ווייל די תורה איז נישט א היסטאריﬠ בוך. א היסטאריﬠ בור וואלט גﬠמאכט פון יﬠדן “ותשקוט”‏ א לﬠנגס און א ברײטס. בﬠת די צרות און זינד וואלטן פארהוילן גﬠווארן. אבﬠר די תורה האט אונז וואס צו לﬠרנﬠן מיט‏ יﬠדן פסוק. און מיר קﬠנﬠן זיך לﬠרנﬠן פון אונזﬠרﬠ דורכפאלן פיל מﬠר װי פון אונזﬠרﬠ דﬠרפאלגן. שבﬠ יפול צדיק וקם - זיבן מאל פאלט דﬠר צדיק און שטייט צוריק אויף.

דורות פאלן, גדרים ווﬠרן גﬠבראכן, דﬠר מצב ווﬠרט ערגﬠר און ערגﬠר, ביז דﬠר עולם גיבט זיך א כאפ וואו מﬠן האלט, מﬠן דרייט אויס די לייצﬠס און מﬠן לויפט צוריק צום שויס פון אונזﬠר טאטן אין הימל. אזוי איז גﬠווﬠן מיט מוזיק, אזוי מיט טﬠכנאלאגיﬠ, צניﬠות, כשרות און אנדﬠרﬠ גﬠביטן.

זינגﬠרס האבן פרובירט איבﬠרצושטייגן איינﬠר דﬠם צווייטן מיט זייﬠרﬠ ווילדﬠ שטיקלﬠך, די צוהﬠרﬠר האבן גﬠשלונגﬠן מיט דארשט טאנצדיג‏ צום טאקט פון די “מוזיקים”, און מיר האבן גﬠמײנט אז אזוי ווﬠט מﬠן חלילה פאלן און פאלן ביזן תהום פון הארלﬠם. און דאן איז גﬠקומﬠן א ווﬠנדפונקט. עסקנים האבן נﬠמאכט א רﬠש, רבנים האבן דﬠרווﬠקט דﬠם עולם פונ’ם שדים-טאנץ, און אפילו עמך אידן זﬠנﬠן נמאס נﬠווארן פון די גﬠנגסטﬠרישﬠ זינגﬠרייﬠן. היינט זﬠנﬠן די פאפולﬠרסטﬠ סידיס דוקא די פון ווארﬠמﬠ זמירות, און זינגﬠרס מיט א היימישן, חסידישן טﬠם.

די טﬠכנאלאגיﬠ האט ליידﬠר גﬠקאסט צופיל קרבנות, אבﬠר בﬠסﬠר שפﬠטﬠר איידﬠר קיינמאל. ווﬠן דﬠר עולם האט זיך גﬠכאפט ביים קאפ און גﬠנומﬠן טון למﬠשה, איז עס גﬠווﬠן בכל לבבם ובכל נפשם ובכל מאודם. אין דﬠר צייט וואס טﬠכנאלאגיﬠ שפאנט פאראויס מיט ריזן טריט איבﬠרן גאנצן כדור הארץ, און אין די פרימיטיווסטﬠ און ארﬠמססﬠ לﬠנדﬠר זוכט מﬠן צו‏ דﬠרגרייכן די לﬠצט-מאדﬠל לוקסוס מאשינקﬠלﬠך, זיצט א קלוג און פארמﬠגליך פאלק אינמיטן דﬠם ווﬠלט- צﬠנטﬠר פון פארשריט און מאשינﬠריﬠ און שרייט, “סטאפ!” מיר ווילן נישט מﬠר. גﬠנוג גﬠגאנגﬠן פאראויס אין א פﬠלד פול מיט מינﬠס. מיר גייﬠן צוריק.

אפילו אין צניﬠות, וואס האט אויסגﬠזﬠן ווי א פארלוירﬠנﬠר קאמף אין אמﬠריקﬠ, זﬠט מﬠן א שטארקﬠ אויפוואכונג און ממשות’דיגﬠ שינויים. ווﬠר וואלט זיך גﬠ’חלומ’ט פאר א דור צוריק אז מﬠן ווﬠט זﬠן אין די ווﬠכנטליכﬠ אויסגאבﬠס פול-קאליר רﬠקלאמﬠס פון ספﬠציﬠלﬠ “צניﬠות סטארס”. און שיינﬠ פלאקאטן אין קליידונג נﬠשﬠפטן צו דﬠרמאנﬠן און אויפקלﬠרן הלכות ווﬠגן לﬠנג און ברייט, האלז און ארבל? דאס איז ווייט נישט גﬠנוג, פארשטייט זיך, און פון דﬠר צווייטﬠר זייט זﬠט מﬠן ליידﬠר גרויסﬠ ירידות אויך, אבﬠר אין היינטיגן דור המבול, זﬠנﬠן די גוטﬠ חלקים ממש שטוינﬠנד.

דﬠר פינסטﬠרﬠר מיטל-אלטﬠר איז פאר אונז אידן געווען א תקופה פון גזירות שמד. דאס קריסטנטום האט איינגﬠנומﬠן גאנץ אייראפﬠ, אבﬠר אירﬠ גייסטליכﬠ האבן גﬠוואוסט אז כל זמן דאס אידיש פאלק, דﬠר עם הנבחר, איז‏ נישט מסכים צו זיי, בלייבן זייﬠרﬠ תורות גרונטלאז. דﬠרפאר האבן זיי פארלייגט אזויפיל כוחות אויסצו’שמד’ן אידן ר”ל,‏ מﬠר ווי אלﬠ אנדﬠרﬠ פﬠלקﬠר. אידן זﬠנﬠן דאן גﬠצוואונגﬠן נﬠווארן צו גיין אין קירכﬠ הﬠרן די גלח’ישﬠ רﬠדﬠס, און מﬠן האט באקוקט אויב זייﬠרﬠ אויﬠרן זﬠנﬠן פארשטאפט מיט וואטﬠ. אין יﬠנﬠ צייטן, ווﬠן יﬠדﬠר חדר אינגל איז גﬠווﬠן מﬠר גﬠלﬠרנט ווי דﬠר קﬠנינ און די אדללייט, און די פּויﬠרן זﬠנﬠן גﬠווﬠן ווי צוויי-פיסיגﬠ בהמות, האבן אידן גﬠשפירט דﬠם אתה בחרתנו אין די ביינﬠר. אבﬠר ווﬠן מﬠן לﬠבט שטﬠנדיג אונטﬠר דﬠר דראאונג‏ פון גזירות און גירושים, בלוט בלבולים און שחיטות, און גאנץ אייראפﬠ איז פﬠסט איבﬠרצייגט אז דﬠר איד איז דﬠר מקור פון אלﬠם בייזן אויף דﬠר ווﬠלט עפ”ל, פﬠלט אויס זיך מחזק צו זיין. דﬠרפאר האט מﬠן גﬠנומﬠן דﬠם עלינו לשבח פון ימים נוראימ’דיגן מוסף, און איינגﬠפירט עס צו זאגן נאך יﬠדﬠר תפילה, זיך צו דﬠרמאנﬠן ווי גליקליך מיר זﬠנﬠן און ווי וואויל ס’איז אונזﬠר חלק אז מיר דינﬠן דﬠם איינציגן ג-ט און מיר בוקן זיך נישט צו האלצﬠרנﬠ צלמים. דריי מאל א טאג האט מﬠן זיך גﬠדארפט חזר’ן אז דﬠר באשﬠפﬠר האט אונז חלילה נישט אווﬠקגﬠווארפן, אז דﬠר לאנגﬠר, ביטﬠרﬠר גלות איז נישט קיין “שטראף” פאר’ן לייקﬠנﬠן אין דﬠר הﬠרשנדﬠר רﬠליגיﬠ און איר גרינדﬠר ימ”ש, און אז דﬠר אמת’ﬠר משיח ווﬠט קומﬠן אונז אויסלייזן, וביום ההוא יהיה ה’ אחד ושמו אחד.

אין אזא תקופה לﬠבן מיר יﬠצט, אין א גﬠוויסן זין. אלﬠס איז אפן. די גאנצﬠ ווﬠלט איז איין שטﬠטל. יﬠדﬠ גﬠשﬠﬠניש ווﬠרט בליץ-שנﬠל פארשפרייט, צוזאמﬠן מיט אלﬠמﬠנ’ס מיינונגﬠן און אורטיילן, גוזמאות און שקרים. קלאנגﬠן און גרוסן פון דﬠר דרויסנדיגﬠר ווﬠלט דﬠרגייﬠן צו אונז דורך ווﬠגן און הינטﬠרווﬠגן, און פלוצלונג דﬠרזﬠﬠן מיר זיך דורך די אויגן‏ פון פרﬠמדﬠ. און נישט אלﬠמאל איז דﬠר בליק פאזיטיוו, מילד גﬠרﬠדט. יﬠדﬠר שקר פארמאגט אין זיך עפﬠס אמת,‏ פארשטייט זיך, און מיר ווﬠרן פארשﬠמט און גﬠפאלן ביי זיך. און מיר קלאפן זיך על חטא, ווי אונזﬠרﬠ עלטﬠרן און אור-ע‏לטﬠרן אין אלﬠ דורות.

דאסמאל איז אבﬠר אנדﬠרש.

װﬠן די קריסטן פלעגן אונז ווארפן‏ אין פנים אריין די שטרﬠנגﬠ מוסר רייד פון אונזﬠרﬠ נביאים אנצואווייזן אויף אונזﬠרﬠ עוולות און חסרונות, איז עס גﬠווﬠן א ביטﬠר גﬠלﬠכטﬠר. הﬠרט נאר ווﬠר ס’קומט אונז מוסר’ן! פאר ווﬠמﬠן דארפן מיר זיך שﬠמﬠן, פאר די גﬠמיינﬠ פויﬠרן, די אויסגﬠלאסﬠנﬠ פריצים, די אכזריות’דיגﬠ גלחים? מיר האבן גﬠוואוסט גלייך ווי זיי, און דﬠר עלינו לשבח האט אונז דריי מאל טﬠגליך דﬠרמאנט, אז יﬠדﬠס ווארט פון אט די שרﬠקליכﬠ נבואות איז ביי אונז טייﬠר און הייליג, אז מיר היטן עס ווי אן אויג אין קאפ דורכאויס אלﬠ גלות’ן, ווייל דאס רﬠדט הקב”ה אליין צו זיין גﬠליבט קינד, און אונזﬠרﬠ גוי’שﬠ שכנים שרייﬠן פון קנאה. יא, מיר האבן וואס זיך צו פאררﬠכטן, מיר זﬠנﬠן גרייט אויסצוהﬠרן מוסר, אבﬠר נישט פון אייך. גייט מוסר’ן‏ אייﬠרﬠ חברה וואס שיכור’ן און רויבן און‏ מארדן. מיר ווﬠלן אויסהﬠרן די נביאים, די רבנים, די מגידים, די וואס שטייﬠן הﬠכﬠר פון אונז, נישט די וואס זינקﬠן אין‏ תהום פון תאװת און רשﬠות.

דאסמאל, אבﬠר, איז צוריקנﬠקומﬠן די קללה פון דער השכלה. “מהרסיך ומחריביך ממך יצאו”. מיר ווﬠרן גע’מוסר’ט דורך אונזﬠרﬠ אײגﬠנﬠ, די אווﬠקגﬠפאלﬠנﬠ פון הײמישﬠ שטיבﬠר. און זייﬠרﬠ רייד, ווי פאלש און זינלאז זיי זאלן נאר זיין, ווערן גﬠשלונגען מיט דארשט דורך מיליאנﬠן ליינﬠר און ציקוקﬠר, די אייניקלﬠך פון יﬠנﬠ גלחים און זייﬠרﬠ צוהﬠרﬠר, די תלמידים פון יﬠנﬠ משכילים, רﬠפארמﬠר און‏ משומדים. און אט די ביליגﬠ אויסוואורפן, ווﬠלכﬠ זﬠנﬠן גרייט פאר א פﬠרטל שﬠה “כבוד” צו באגראבן זייﬠרﬠ נאנטסטﬠ אין גﬠטרייסטﬠ אויף א גאנץ לﬠבן, זיי זﬠנﬠן עס נﬠווארן אונזﬠרﬠ מוכיחים?! זיי האבן שוין נישט גﬠטראפן קיין שלﬠכטס ביי זייﬠרﬠ נייﬠ פריינט אז זיי קומﬠן אונז מוסר’ן? יא, מיר ווייסן אז עס זﬠנﬠן דא עוולות און חסרונות, מיר ווייסן אז וויפיל מﬠן טוט איז נאך דא גﬠנוג וואס מתקן‏ צו זיין; מיר זﬠנﬠן גרייט צו הﬠרן מוסר, אבﬠר נישט פון זיי. נישט פון מﬠנטשן‏ וואס זוכן ביי אונז פּראבלﬠמﬠן כדי צו‏ פארﬠנטפﬠרן זייﬠרﬠ שוואכקייטן און‏ פוילקייטן, תאוות און מדות רﬠות.

ווﬠן רבנים און עסקנים זﬠנﬠן מﬠורר אויף אן עוולה, ווﬠן מיר זﬠﬠן אליין אז עפﬠס דארף א תיקון, דארפן מיר עס אננﬠמﬠן מיט דﬠר פולסטﬠר ערנסטקייט און זﬠן עס צו פאררﬠכטן אבﬠר ווﬠן די דﬠרנﬠר אין אידישן וויינגארטן קומﬠן אונז שטﬠכן דארט וואו עס טוט וויי, איז נישט די צייט זיך צו קלאפן על חטא. דא! איז די צייט זיך צו קלאפן אין רוקן. אויף זיי זאגט די משנה, “דﬠ מה שתשיב לאפיקורס”. מיר ענטפﬠרן! נישט דﬠם אפיקורס ווייל ער איז סייווי נישט אינטﬠרﬠסירט אין דﬠם אמת. ער זוכט נאר שמוץ אויף אונז פון אונטﬠר דר’ﬠרד כדי זיך ריינצואוואשן.‏ אבﬠר מיר דארפן וויסן וואס מיר וואלטן‏ אים גﬠﬠנטפﬠרט ווﬠן ער וואלט גﬠווﬠן א שטיקל מﬠנטש, כדי מיר אליין זאלן וויסן‏ דﬠם אמת ביי זיך.

דיינﬠ מחנכים זﬠנﬠן גﬠווﬠן צו שטרﬠנג? אוי וויי. און ווﬠלכﬠ פירות האט ארויסגﬠגﬠבן דﬠר ליבﬠראלﬠר חינוך וואס דו לויבסט אזוי אויס? ווﬠמﬠנ’ס קינדﬠר וואקסן אויף פרייליכﬠר, גﬠזונטﬠר, רייפﬠר בﬠסﬠר - אונזﬠרﬠ אדﬠר זייﬠרﬠ? װי אזוי זﬠﬠן אויס אונזﬠרﬠ פארנאכלﬠסיגטﬠ קינדﬠר (אפשר דו צווישן זיי), און ווי אזוי זﬠﬠן אויס זייﬠרﬠ? דראגס, רציחות, און ערגﬠרס פארשטייסטו, אבﬠר ווﬠן אונזﬠרס א קינד פאלט חלילה א קרבן צו זיינﬠ צרות אדﬠר זיין יצר הרﬠ, מיט פיל מילדﬠרﬠ פאלגן, ביזטו להשמיד ולהרוג אויף אונזﬠרﬠ מחנכים, הא?!

אין טייל רﬠגירונגס שולﬠס טרﬠפט מﬠן ספﬠציﬠלﬠ צימﬠרן וואו גﬠווﬠזﬠנﬠ לﬠרﬠרס פארברﬠנגען א גאנצן טאג, ווייל מﬠן טאר די צוויי-פיסיגﬠ חיות נישט לאזן אין די ד’ אמות פון א קינד, אבﬠר מﬠן קﬠן זיי אויך נישט אפזאגן צוליב זייﬠרﬠ קאנטראקטן. קינדﬠר פארקויפן‏ דראגס איינﬠר פארן צווייטן אפילו אין פריוואטﬠ שולﬠס. קריגﬠרייﬠן באשטייﬠן נישט נאר פון זידלﬠרייﬠן און גﬠשלﬠגן, נאר אויך מﬠרדﬠרליכﬠ קלﬠפ, טויט‏ סטראשונקﬠס ווﬠלכﬠ ווﬠרן צומאל אויסגﬠפירט, און ערגﬠרﬠ גﬠוואלדטאטן. די אוניווﬠרזיטﬠטן זﬠנﬠן נﬠסטן פון זינד, שווינדלﬠרייﬠן זﬠנﬠן מﬠשים בכל יום ביי סטודﬠנטן און פראפﬠסארן, און‏ ווﬠר עס גייט נישט אין שפאן מיט די פארגﬠשריטﬠנﬠ שיטות פון עבודה זרה, גילוי עריות, שפיכת דמים, ווﬠרט אפן‏ גﬠ’רודפ’ט, דﬠרנידﬠרט, באיקאטירט‏ אפילו טﬠראריזירט און ארויסגﬠווארפן. און דו האסט א פראבלﬠם מיט אונזﬠר חינוך, אונזﬠרﬠ חדרים און ישיבות?!

וואס, ס’איז דא אפפאל ביי אונז, צבוﬠ’קﬠס, גנבים, בﬠלי עבירה? אזוי! און ביי דיינﬠ נייﬠ פריינט גﬠפינסטו בלויז עטיק און מאראל? זאג דﬠם אמת, וואו האסטו מﬠר מורא צו גיין, אינמיטן נאכט אין וויליאמסבורג, אדﬠר אינמיטן טאג אין הארלﬠם? אה, אבﬠר דו מיינסט נישט הארלﬠם? פארהאן אויך ארנטליכﬠ, מאראלישﬠ גוים? וואט רﬠדסטו?! צווישן 350 מיליאן אמﬠריקאנﬠר האסטו‏ גﬠטראפן טויזנטﬠר גוטﬠ?! פסססט!‏ און צווישן הונדﬠרט טויזנט פרומﬠ אידן האסטו גﬠטראפן צﬠנדליגﬠר שלﬠכטﬠ?! שרﬠקליך! יﬠצט נﬠם א בליי און מאך דﬠם חשבון. א שיינﬠר פארגלייך, הא?

וואס מורמלסטו דארט, אז מיר ווייסן נישט וואס ס’טוט זיך הינטﬠר אונזﬠרﬠ קוליסן. וויפיל ליידן אדﬠר זינדיגן בשתיקה? און וואס ס’טוט זיך הינטﬠר זייﬠרﬠ קוליסן, וויפיל ליידן אדﬠר זינדיגן נאכמﬠר, ווייסטו יא? דו ווייסט אז די שיידונגס ראטﬠ אין אמﬠריקﬠ האלט שוין ווייט איבﬠר פופציג פראצﬠנט, אבﬠר וואס ס’טוט זיך הינטﬠר’ן טרוקﬠנﬠם נומﬠר, וויפיל טרﬠרן און טראגﬠדיﬠס, וויפיל פארלאזטﬠ פרויﬠן און גﬠפיינינטﬠ קינדﬠר, דאס ווייסטו יא? אויב דאס וואס זיי טוﬠן בגלוי איז אזוי גﬠמיין, וואס טוﬠן זיי שוין בשתיקה?

ניין, מיר בארימﬠן זיך נישט אז מיר זﬠנﬠן בﬠסﬠר ווי די גוים. פון אונז פארלאנגט מﬠן פיל מﬠר. אבﬠר ווﬠר פארלאנגט עס פון אונז, און פארוואס פארלאננט ער עס פון אונו? קדושים תהיו - כי קדוש אני! יא, אין פארגלייך צו אים, כביכול. האבן מיר אן ענדלאזﬠר ווﬠג צו גיין. און טאקﬠ נישט נאר מיט שבת און כשרות, נאר אויך מיט אמת און ערליכקייט צדקה וחסד, וותרנות,‏ שמירת הלשון און אהבת הבריות, ווי די תורה רﬠכנט אויס באלד דﬠרנאך: “לא תגנובו... ולא תשקרו... בצדק תשפוט עמיתך... לא תלך רכיל בﬠמך... לא תﬠמוד על דם רﬠך... לא תשנא את אחיך... לא תקום ולא תטור... ואהבת לרﬠך כמוך...” אבﬠר ווﬠן די וואט זﬠנﬠן ווייט פון קדושה כרחוק מזרח ממﬠרב פארלאנגﬠן פון אונז מﬠר ווי פון זיך און פון זייﬠרﬠ חברים צוזאמﬠן. דארפן מיר זיי עס צוריקװארפן אין פנים אריין: אדרבה, לאמיר מאכן דﬠם פארגלייך - אבﬠר א גלייכﬠר פארגלייך! פרובירט נאר צו מﬠסטן אונזﬠרﬠ בﬠסטﬠ בחורים קﬠגן אייﬠרﬠ ארנטליכסטﬠ צﬠנﬠרלינגען;‏ אונזﬠרﬠ שוואכסטﬠ קינדﬠר קﬠגן אייﬠרﬠ געמיינסטע יוגנטליכע; אונזערע‏ מנהיגים און בני תורה קﬠגן אייﬠרﬠ פירﬠר און גﬠלﬠרנטע; אונזﬠרﬠ פיינﬠ בﬠלי בתים קﬠגן אייﬠרﬠ אנשטﬠנדיגﬠ בירגﬠר. ראו מה בין בני לבן חמי! דאס וואס אונזﬠרﬠ ערגסטﬠ טוﬠן באיסור,‏ טוﬠן אייﬠרﬠ בﬠסטﬠ בהיתר.

ווידﬠר אין מצוות שבין אדם לחברו מיט ווﬠלכﬠ איר טרומפייטﬠרט אזוי, ווﬠר קﬠן זיך פארגלייכן צו כלל ישראל? וואו נאך טרﬠפט מﬠן ארﬠמﬠלייט וואס גﬠבן אווﬠק א צﬠנטל פון זייﬠר גﬠהאלט פאר צדקה? וואו נאך טרﬠפט מﬠן עלטﬠרﬠ פרויﬠן און פארנומﬠנﬠ בﬠלי בתים ארומלויפן אין שפיטﬠלﬠר באזוכן קראנקﬠ? וואו נאך טרﬠפט מﬠן אין א טאג פון משתה ושמחה פילﬠ טויזנטﬠר בגילופינ’דיגﬠ יוגנטליכﬠ וואס ליגן נישט שיכור אין די גאסן, צﬠלאזן זיך נישט אין פארברﬠכן אדﬠר אוממאראלישקייט, און לויפן נאך ארום א גאנצן טאג שאפן אומגﬠהויﬠרﬠ סומﬠס פאר צדקה?! דאס איז זייﬠר פאן. זייﬠר הנאה! ווﬠר רﬠדט פון הצלה, חברים, שומרים. חסד של אמת, און אזויפיל אנדﬠרﬠ וואס טוﬠן אזויפיל מﬠר ווי ראטﬠווﬠן תפילין פון בזיון!

פרובירט נאר צו מאכן א פארגלייך צווישן אונזﬠרﬠ נדבנים און זייﬠרﬠ פילאנטראפן, וויפיל פראצﬠנט פון זייﬠרﬠ פארמﬠגנס זיי פארווﬠנדן פאר וואוילטﬠטיגﬠ צווﬠקן. אונזﬠרﬠ קמצנים אין זייﬠרﬠ קארגﬠ עשירים? אפילו ריקנים שבך מלאים מצוות כרימון!

אבﬠר ניין, דו מוזט פארגלייכן אונזﬠרﬠ ערנסטﬠ צו זייﬠרס בﬠסטﬠ כדי דﬠר קרומﬠר חשבון זאל ווי-עס-איז אויסגעגליכן ווערן. דו זאלסט קﬠנﬠן ווייטﬠר זﬠטיגן דיינﬠ תאוות און זינקﬠן‏ אין תהום פון זינד אומגﬠשטערט.

א פרייﬠר אין ארץ ישראל האט גﬠשימפט אויף פרומﬠ אידן, פרובירנדיג‏ אויפצואווייזן אז מיר זﬠנﬠן נישט בעסﬠר ווי זײ, און אפשר גאר ערגﬠר. “אבﬠר וואס איז מיט אונזﬠרﬠ גדולים?” האט א פרומﬠר איד אים געפרעגט. “וואו טרﬠפסט מﬠן ביי אייך אזﬠלכﬠ מענטשן וואס לﬠבן לשם שמים און גﬠבן זיך‏ אווﬠק אינגאנצן פאר’ן כלל?”

“גﬠרﬠכט,” האט דﬠר פרייﬠר מודה גﬠווﬠן. “דאס איז טאקﬠ א פראבלﬠם.”

טאקﬠ א פראבלﬠם. די גדולים זﬠנﬠן אים מבלבל פון זיין בלבול המח. און כדי‏ צו לﬠזן דﬠם פראבלﬠם, זוכט ער רשﬠים‏ ביי אונז און צדיקים ביי זיי; שלﬠכטﬠ כוונות אין אונזﬠרﬠ גוטﬠ מﬠשים, און גוטﬠ כוונות אין זייﬠרﬠ שלﬠכטﬠ מﬠשים; אלﬠס כדי צו בארואיגן זיין געוויסן, זיין פינטﬠלﬠ איד.

יא, אפילו דﬠר “רשﬠ מה הוא אומר” קומט אויך פון דﬠר גﬠטליכﬠר נשמה וואס איז גﬠווﬠן ביים בארג סיני. דאס איז דﬠר בת קול יוצאת מהר חורב וואס ער‏ פרואווט צו דﬠרשטיקן, ווייל עס מאנט פון אים און פייניגט אים און דﬠרמאנט אים אז ער איז אויך א קינד פונ’ם ממלכת כהנים וגוי קדוש און ער דארף זיך אהיימקﬠרן צו זיין טאטנ’ס פאלאץ.

ﬠס שטייט אין גמרא (ברכות ו.) אז הקב”ה לייגט אויך כביכול תפילין, נאר‏ בﬠת אין אונזﬠרﬠ תפילין שטייט “שמﬠ ישראל ה’ אלקנו ה’ אחד”, שטייט אין‏ זיינﬠ תפילין, “מי כﬠמך ישראל גוי אחד בארץ?‏

רבונו של עולם, דיינﬠ תפילין וואלגﬠרן זיך אין די מיסטן. זוך זיי אויס,‏ רייניג זיי אפ פון דﬠם שמוץ וואס האט זיך אנגﬠקלﬠבט אין זיי, ווייז זיי דיין ליכטיגן פנים, און זיי ווﬠלן װידﬠר אויסשרייﬠן,‏ כאיש אחד בלב אחד, “נﬠשה ונשמﬠ”.‏
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
בעל תוקע
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל תוקע »

ס'איז א פיינע ארטיקל מיט גוטע פוינטס,

אבער די פוינט אז "די וואס קריטיקירען די סיסטעם איז עס ווייל זיי ווילען זיך בארעכטיגען זייערע עבירות, דאס איז נישט אלעמאל אמת",

ס'דא וואס קריטיקירען דעם "סיסטעם" פאר איין און פשוטע סיבה, "ווייל זיי האבען געליטען דערפין !" ,

די אלע תורות אז ביי די גוים איז עכט א סאך ערגער איז טאקע אמת, אבער דער וואס האט געליטען שטייט אים פאר די אויגען נאר וואס ער האט געליטען, אין ער קוקט עס נישט אן מיט א פראפעסארישע בליק, ווי ס'איז "למעשה" ערגער, ס'איז זייער פשוט, ס'טוט אים וויי שרייט ער, אפילו פראפעסאריש איז ער מסתם נישט גערעכט מיט ספעציפישע טאלקינג פוינטס, אבער ער איז גערעכט מיט דעם אז ס'טוט אים וויי, און ער מעג שרייען,

זאגען אז אלע וואס שרייען איז עס נאר ווייל זיי ווילען זיך שפירען גוט מיט זייערע זינד, איז סתם געווארפען זאמט און די אויגען, ווי די בלינדע קאטשקע נישט וועלענדיג קוקען די מציאות אין די אויגען, און פלאפקענען אז "זיי וועלען אונז נישט זאגען קיין מוסר אין זיי ציגלייכען צי גלחים....

ניין דעי קינדער זענען אידישע קינדער, פין היימישע שטובער, מען טאר זיי נישט אוועק ווארפען, מען ברויך אויסהערען וואס זיי זאגען און זיי פרובירען צי העלפען, ס'קומט נישט דא אריין קיין סטאטיסטיק'ס מיט נאמבער'ס, יעדעס אידיש קינד איז א עולם מלא, און טאמער ס'טוט זיי עפעס וויי ברויך מען זיי אויסהערען און זעהן וואס מען קען טאהן בעסער אז ס'זאל נישט געשעהן אזאלכע זאכען,

זיכער איז דא צווישען זיי וואס זענען שוין אזוי ברוגז אז זיי זיכען סתם צי קריטיקירען, אבער ס'דא צווישען זיי אסאך סתם ציבראכענע נשמות, און זיי שרייען עפעס, ס'טוט זיי עפעס וויי, קומט דעי שרייבערין און שרייבט אז מען הערט נישט קיין מוסר נישט פין קיין גוים און נישט פין זיי, אזאלכע שטותים צי שרייבען,

ווען מען הערט אזאלכע קינדער שרייען קעגען דעם סיסטעם, ברויך מען עס נישט נעמען אזוי פערסאנעל, מען ברויך צי וויסען אז עפעס טוט זיי וויי, און מען ברויך פרובירען זיי צי העלפען, און פרובירען צי זעהן וואס מען קען מתקן זיין, נישט זאגען אז זיי זאלען נישט טיילען קיין דעות, און זיי מיינען נאר זינד, און א גוטען פורים, לדעתי איז עס זייער סעלפיש און אומערוואקסען אזוי צי שרייבען,
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

געליינט און איבערגעליינט, געפרעגט און ערהאלטן ענטפערס, ארויסגעשווימען צום גרויסן אפענעם ים אפירזוכן דעם ארטיקל, געליינט רואיג געליינט שטרענג, זיצעדיג און ליגענדיג, אין ספרים שטוב אין ביה"כ.
בין איך דער איינציגסטער וואס כאפט נישט קיין התפעלות פון דעם ארטיקל?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

בעל תוקע.
לדעתי האסטו נישט גרונטלעך אפגעלייענט דעם ארטיקל, מיר דאכצעך אז דו האסט ארויסגענומען דעם טפל פונעם געשרייבעכטס (און ס'איז פארשטענדליך)

איך האב עס אינגאנצן אנדערשט אפגעלערענט, בקיצור, מ'רעדט דא פון די חברה וואס האבן זיך באזעצט אין פרעמדע קרייזן אפגעזען די סיבה פארוואס דאס איז געשען און זיי שיסן פיילן אויף אונזער זייט אז דא געפונען זיך עקעלדיגע, שלעכטע, פארדומטע, רשעות'דיגע מענטשן מיט א פארשטינקענע חינוך וואו מ'פארשקלאפט די קינדער, אבער ביי זיי איז גין-גאלד, זייער וועג פון לעבן לייכט און שיינט.

מיט זיי דארפען אונז זיך נישט פארהערן אדער זיך שעמען.
אוועטאר
בעל תוקע
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל תוקע »

קרעפטיג האט געשריבן:בעל תוקע.
לדעתי האסטו נישט גרונטלעך אפגעלייענט דעם ארטיקל, מיר דאכצעך אז דו האסט ארויסגענומען דעם טפל פונעם געשרייבעכטס (און ס'איז פארשטענדליך)

איך האב עס אינגאנצן אנדערשט אפגעלערענט, בקיצור, מ'רעדט דא פון די חברה וואס האבן זיך באזעצט אין פרעמדע קרייזן אפגעזען די סיבה פארוואס דאס איז געשען און זיי שיסן פיילן אויף אונזער זייט אז דא געפונען זיך עקעלדיגע, שלעכטע, פארדומטע, רשעות'דיגע מענטשן מיט א פארשטינקענע חינוך וואו מ'פארשקלאפט די קינדער, אבער ביי זיי איז גין-גאלד, זייער וועג פון לעבן לייכט און שיינט.

מיט זיי דארפען אונז זיך נישט פארהערן אדער זיך שעמען.


פארוואס "אפגעזעהן די סיבה", קיינער גייט נישט אוועק פין א וועג וואס ער איז געוואוינט און אויפגעוואקסען סתם אזוי, רוב מאל איז ווייטאג אינוואלווד, און מען קען זיי נישט קלאציפירען אלץ "רשעים" און "זינדיגע", זייערע ספעציפישע טענות איז נישט אלעמאל גערעכט, אבער רוב מאל קומט עס פין ווייטאג און נישט פין רשעות, און זיי צי קלאציפירען אלץ רשעים איז נאריש און בת היענה'דיג,

מען דארף נישט אננעמען אלעס וואס זיי זאגען, אבער מען דארף זיי אויך נישט אזוי אוועקמאכען, נאך אלעם זענען קומען זיי פין היימישע שטובער און מוסדות, און מען ברויך פרובירען נעמען אחריות נישט זיי אויסשפייען, און זאגען שלום עלי נפשי,
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

ווייל אויב ווייסטו איז על פי רוב ווייטאג נישט אינוואלווד, אבסעלוטלי נישט, די אלע כופרים אדער אפגעפארענע היינטיגע צייטן פון אונזער לאגער האט גארנישט מיט ווייטאג, באבקעס, ס'איז בהפקירא ניחא ליה, זיי שטייען און שפייען אויף אונז מיט האס און פארענטפערן זייערע זינד ווייל א מלמד האט זיי געשלאגן אין כיתה ח'...

און די אפגעפארענע מיידלעך וואס מ'האט זיי נישט געפייניגט אין חדר נאר ווייל זיי זענען פארדארבן געעווארן פון שלעכטע חברותא אדער פון די טעכנאלאגישע כלים, קומען אהער פון פיינע ווארעמע שטיבער (דארפסט נעמען ?) זיצן אויף זייערע בלאגס צו כ'ווייס וואס און שיסן שנאה אויפ'ן פרומען לעבענס שטייגער, פון דעם רעדט מען דא.

ודי בזה.
לעצט פארראכטן דורך קרעפטיג אום מאנטאג יוני 09, 2014 10:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

שוועמל האט געשריבן:געליינט און איבערגעליינט, געפרעגט און ערהאלטן ענטפערס, ארויסגעשווימען צום גרויסן אפענעם ים אפירזוכן דעם ארטיקל, געליינט רואיג געליינט שטרענג, זיצעדיג און ליגענדיג, אין ספרים שטוב אין ביה"כ.
בין איך דער איינציגסטער וואס כאפט נישט קיין התפעלות פון דעם ארטיקל?


איך קען נישט זאגן אז איך האב עס געליינט אזויפיל מאל און אויף אזויפיל פאזיציעס ווי דו, אבער איך האב אוויך נישט געזען קיין חידושים ממש אין דעם ארטיקל.

א גוטער צי אמעכטיגער ארטיקל איז אזוי ווי א גוטע דרשה, איך האב אמאל געהערט פון (א גוטן..) בעל דרשן, אז א גוטע דרשן האט נישט ממש צוטאן ווי גוט ער רעדט און וואסערע פוינטס ער ברענגט ארויס, נאר אויב רעדט ער וואס דער צוהערער האלט אז ער וואלט ווען געדארפט רעדן פון, ווער רעדט נאך אויב ער ברענגט עס ארויס אין דעם אופן וואס דער צוהערער וואלט ווען געוואלט במחשבתו עס הערן, דאן איז ער ממש געוואלדיג.

די פוינטס פון דעם ארטיקל איז דברים פשוטים וואס מער ווייניגער יעדער פון אונז האט עס ביי זיך אין קאפ, ווען עס קומט א באגאבטע שרייבער(ין) און לייגט עס גוט אראפ באופן מסודר איז דאס אויטאמאטיש גוט.

לגופן של דברים איז דאס אלעס דעמאגאגישע פוינטס און פארענטפערט נישט קיין פראבלעמען ביי אונז, איך זע נישט פארוואס איינער וואס גייט ארום מיט א געקלאפטן געמיט אויף די מ'שטיינס געזאגט "שוידערליכע עוולות" במחנינו, זאל פילן בעסער נאך דעם ארטיקל. חוץ אויב זיין גאנצער פראבלעם און דאגה אין פירסט פלעיס איז נישט צו פארעכטן דברים הצריכים תיקון (בהנחה אז די זאכן זענען באמת צריכים תיקון) נאר וויאזוי ענטפערט מען יענעם אפ מנה אחת אפיים ער זאל ניטאמאל פרובירן נאכאמאל אויפצוברענגען די (ווייטאגליכע) נושא.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
וואס
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס »

מעכטיגע ארטיקל, א מיליאן שכוח'ס גרויזאמער פאר'ן אהערברענגען און אויך פאר "אבערוואס".
שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעבאשנוט »

זייער הנאה געהאט צו ליינען די ארטיקל, שכוח פארן ברענגען אהער
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

מי חכם

איר האלט זיך מיט רעכט פאר א אינטעלעקטועלער מענטש. דאן ביטע זוכט די דעפיניציע פון דעמאגאגיע פאר איר שמירט דאס ארויף אויף עמיצן מיט וועמענס ארגומענטן איר זייט (מעגליך) נישט מסכים.

יענע ארטיקל לייגט יא אראפ א שטארקע קעיס פאר א פערספעקטיוו וויאזוי צו באטראכטן און האנדלען מיט אונזערע חסרונות אויף א אופן וואס איז (לכה"פ לדעתי) האנעסט, אמת'דיג און תורה'דיג. פארשטייט זיך אז הרשות נתונה לחלוק אויף יעדע פוינט עקסטער און אויף די כלליות'דיגע פערספעקטיוו וואס זי בויט אויף, אבער ביטע מיט זאכליכע טענות נישט מיט "נישט קיין חידושים" "פארענטפערט נישט גארנישט" און די צווישן די שורות טענה אז דאס איז נישט געמאכט צו פארענטפערן נאר צו זיך בארואיגן.

בתקוה להבנה
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

מיינע צוויי גראשן? געמאלן וואסער!

איך האב נאר נישט געוואלט סתם אוועקמאכן דעם התפעלות פון די חשוב'ע ניקים דא, האבעך זיך אנגעשטרענגט און געברענגט די טעקסט פונעם ארטיקל, זאל דער עולם זען און דן זיין! און אזויווי אנדערע האבן שוין גענומען די פעדער אין די האנט, וועל איך אויך זאגן ס'מייניגע.

באמת זעט עפעס אויס ווי דער שרייבער(ין) באציט זיך צו עפעס א גרופע וואס האבן זיך גענומען צו די ביינﬠר פין כלל ישראל אויף א נידערטרעכטיגן אופן, און דער שרייבער פרובירט אראפצומאלן דאס לעכערליכקייט אויף א שרייבערישע מהלך, א שטייגער ווי דער הייליגער פיוט "אקדמות".

דער פראבלעם איז אבער ווי בעל תוקע האט שיין ארויסגעברענגט זענען די פוינטס וואס ווערן ארויסגעברענגט אין דעם ארטיקל באזיסלאז, סיי מצד שכל, און סיי תורה'דיג. און בכלל, ווער האט דאס אראפגענאגלט אט דעם מהלך אז מוסר באלאנגט נישט פאר אן אוועקגעפאלענעם?

אדרבה חז"ל האבן אונז געלערנט "קבל את האמת ממי שאומרו!" אויב איז ריכטיג וואס יענער זאגט דאן דארף מען דאס ערנסט נעמען, טאמער נישט איז א שאד די טינט!

יא, ס'ווערן ארויסגעברענגט ריכטיגע נקודות אויך, אבער דאס מיינט נאכנישט אז די אנדערע דרייפערטל ארטיקל - וואס איז בעסיקלי סתם ליצנות - זאגט אונז עפעס.

נאכאמאל! א שיינע ארטיקל, אבער געבויט אויף אינוועליד יסודות!

כ'מיין נישט קיינעם ארונטערצורייסן אבער ס'באדערט מיך אסאך מאל, ווי דאס איז די לעגיטימע מהלך פין מעלות, ארויסצוברענגען א זאך מיט לאנגע צינישע הסברים און דעמאגאגיע מיט אדער אן מקורות חז"ל וכדו', און דער וואס זאגט אדער האלט אנדערש איז אטאמאטיש ידו על התחתונה, ווייל... מעלות האט אזוי געשריבן.

דאנט געט מי ראנג, איך אליין האב זייער הנאה פין געוויסע ארטיקלען אינערהאלב די "מעלות" אויסגאבע, אבער... דאס איז בעיקר נאר די ארטיקלען פון דרויסענדיגע שרייבער בפרט מענער, א שטייגער ווי רב"צ הירש וכדו'.

וער ס'קען "מעלות" פאר אביסל א שטיק צייט, וועט קענען איידענטיפייען דעם קומענדיגן פאראגראף: זיי זענען קיינמאל קיינמאל(!) נישט "אומגערעכט"! וואו נאר א טעות אדער דורכפאל, קומט דערויף א גאנצע הסבר - מיט אדער אן שכל - דאס צו עדזשאסטיפייען, און נאך מיט א תקיפות אז ס'גייט א רויעך!

פאר סאם ריזען האבן זיי זיך אוועקגעשטעלט אלס די פאן טרעגער פין "אויטענטישע אידישקייט", און זיי און נאר זיי זענען די וואס וועלן קענען מקבל זיין משיח צדקנו ווען ער קומט שוין אט אט אן!

באמת פאר ווער ס'ווייסט ווער דער "בעל(ת)" המעלות איז, איז דאס נישט "אזא" גרויסע חידוש. סוכ"ס רעדט מען דא פון נישט מער ווי א פרוי, גראדע טאקע זייער א פרומע שטוב אוועקגעשטעלט, אבער פארט מיט א מיינונג וואס איז אוועקגעשטעלט אביסקעלע אסאך צו שטארק.

את הנלע"ד כתבתי, כ'מיין ס'איז שוין העכסט צייט דאס אויסצושמועסן און כ'בעט דער עולם זאל אננﬠמﬠן די זיך באציען צו די קריטיק אויף א פאזיטיוון אופן, אפשר קען מען דאס אויסקלארן. און אדרבה זאל דער עולם אויסשמועסן דא די "פרא'ס און קאנס" פון דעם סארט מהלך, וירא הקהל וישפוט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

אַבּערוואַס האט געשריבן:מיינע צוויי גראשן? געמאלן וואסער!
פאר סאם ריזען האבן זיי זיך אוועקגעשטעלט אלס די פאן טרעגער פין "אויטענטישע אידישקייט", און זיי און נאר זיי זענען די וואס וועלן קענען מקבל זיין משיח צדקנו ווען ער קומט שוין אט אט אן!

אינטערעסאנט טאקע, אין כמעט אלע ערליכע אידישע שטיבער וואו מ'היט שטארק אויף לייען מאטריאל ווערט נאר מעלות אריינגענומען, זיי האלטן שוין אן יארן לאנג מיט גרויס הצלחה.

גראדע האב איך ליב זייער דרך ווי אזוי זיי מאלן וואסער.

מיר און נאך טויזענטער אנדערע זענען זיך מחיה מיט אזא קלינע אויסגאבע, ס'גייט אביסל צי פרום ? דאס שאדט נישט, טענות וועט מען אלץ האבן.

רוב פון דיין תגובה באציט זיך בכלל נישט צום ארטיקל נאר א זאק מיט קריטיק אויף זייער דרך אין אידישקייט, וואס איז שייך זיך צו טענה'ן.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

אַבּערוואַס האט געשריבן:מיינע צוויי גראשן? געמאלן וואסער!

איך האב נאר נישט געוואלט סתם אוועקמאכן דעם התפעלות פון די חשוב'ע ניקים דא, האבעך זיך אנגעשטרענגט און געברענגט די טעקסט פונעם ארטיקל, זאל דער עולם זען און דן זיין! און אזויווי אנדערע האבן שוין גענומען די פעדער אין די האנט, וועל איך אויך זאגן ס'מייניגע.

באמת זעט עפעס אויס ווי דער שרייבער(ין) באציט זיך צו עפעס א גרופע וואס האבן זיך גענומען צו די ביינﬠר פין כלל ישראל אויף א נידערטרעכטיגן אופן, און דער שרייבער פרובירט אראפצומאלן דאס לעכערליכקייט אויף א שרייבערישע מהלך, א שטייגער ווי דער הייליגער פיוט "אקדמות".

דער פראבלעם איז אבער ווי בעל תוקע האט שיין ארויסגעברענגט זענען די פוינטס וואס ווערן ארויסגעברענגט אין דעם ארטיקל באזיסלאז, סיי מצד שכל, און סיי תורה'דיג. און בכלל, ווער האט דאס אראפגענאגלט אט דעם מהלך אז מוסר באלאנגט נישט פאר אן אוועקגעפאלענעם?

אדרבה חז"ל האבן אונז געלערנט "קבל את האמת ממי שאומרו!" אויב איז ריכטיג וואס יענער זאגט דאן דארף מען דאס ערנסט נעמען, טאמער נישט איז א שאד די טינט!

יא, ס'ווערן ארויסגעברענגט ריכטיגע נקודות אויך, אבער דאס מיינט נאכנישט אז די אנדערע דרייפערטל ארטיקל - וואס איז בעסיקלי סתם ליצנות - זאגט אונז עפעס.


נאכאמאל! א שיינע ארטיקל, אבער געבויט אויף אינוועליד יסודות!

כ'מיין נישט קיינעם ארונטערצורייסן אבער ס'באדערט מיך אסאך מאל, ווי דאס איז די לעגיטימע מהלך פין מעלות, ארויסצוברענגען א זאך מיט לאנגע צינישע הסברים און דעמאגאגיע מיט אדער אן מקורות חז"ל וכדו', און דער וואס זאגט אדער האלט אנדערש איז אטאמאטיש ידו על התחתונה, ווייל... מעלות האט אזוי געשריבן.

דאנט געט מי ראנג, איך אליין האב זייער הנאה פין געוויסע ארטיקלען אינערהאלב די "מעלות" אויסגאבע, אבער... דאס איז בעיקר נאר די ארטיקלען פון דרויסענדיגע שרייבער בפרט מענער, א שטייגער ווי רב"צ הירש וכדו'.

וער ס'קען "מעלות" פאר אביסל א שטיק צייט, וועט קענען איידענטיפייען דעם קומענדיגן פאראגראף: זיי זענען קיינמאל קיינמאל(!) נישט "אומגערעכט"! וואו נאר א טעות אדער דורכפאל, קומט דערויף א גאנצע הסבר - מיט אדער אן שכל - דאס צו עדזשאסטיפייען, און נאך מיט א תקיפות אז ס'גייט א רויעך!

פאר סאם ריזען האבן זיי זיך אוועקגעשטעלט אלס די פאן טרעגער פין "אויטענטישע אידישקייט", און זיי און נאר זיי זענען די וואס וועלן קענען מקבל זיין משיח צדקנו ווען ער קומט שוין אט אט אן!

באמת פאר ווער ס'ווייסט ווער דער "בעל(ת)" המעלות איז, איז דאס נישט "אזא" גרויסע חידוש. סוכ"ס רעדט מען דא פון נישט מער ווי א פרוי, גראדע טאקע זייער א פרומע שטוב אוועקגעשטעלט, אבער פארט מיט א מיינונג וואס איז אוועקגעשטעלט אביסקעלע אסאך צו שטארק.

את הנלע"ד כתבתי, כ'מיין ס'איז שוין העכסט צייט דאס אויסצושמועסן און כ'בעט דער עולם זאל אננﬠמﬠן די זיך באציען צו די קריטיק אויף א פאזיטיוון אופן, אפשר קען מען דאס אויסקלארן. און אדרבה זאל דער עולם אויסשמועסן דא די "פרא'ס און קאנס" פון דעם סארט מהלך, וירא הקהל וישפוט.


האב איך געמיינט אז אבערוואס וועט ממלא זיין דעם חסרון און ארויסברענגען וואס ס'פעלט פון דעם ארטיקל. און ער האט אנגעהויבן אזוי אבער פון דעם אויספיר זעה איך אז ס'שטערט אים אז מעלות איז פאן טרעגער און אז זיי ציען קיינמאל נישט צוריק.

סארי. ס'שוין געווען א אשכול אויף מעלות און זייערע חסרונות. אז איר ווילט קען איך דאס ארויפשלעפן. דאס האט אבער לגמרי נישט קיין שייכות מיט די מעריטס פון דעם ארטיקל.

די איינציגע חלק וואס איר טענה'ט לגופו פון דעם ארטיקל איז די חלק אין באלד. אויף דעם בויט זי אויף א קעיס פון אמירת עלינו און פון דעם אופן וויזוי מ'האט זיך באצויגן אין לויף פון היסטאריע צו שונאים מבחוץ ומבפנים לאפוקי ווען איינער זאגט מוסר אן א כוונה צו טשעפענען. ווילט איר האבן א דעבאטע אויך דעם? כל הכבוד. מ'קען צוזאמען אויסגראדן די זאך. ווילט איר האבן א דעבאטע אויף די מהלך פון מעלות? איז שוין דא א שכול. מ'קען אהין גיין. אבער זאגן אז די גאנצע ארטיקל איז "בעסיקלי סתם ליצנות" זאגט מער אויף די גרעניצלאזע שנאה (קען זיין מיט רעכט, אבער אלענפאלס נישט לענין) צו מעלות ווי עפעס אנדערש.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

אבערוואס שכח פארן אהערברענגן דעם ארטיקל.

לגבי דיינע טענות, האבן שוין אנדערע באטאנט אז מעלות קען טאקע נערווירן מיט זייערע פעסטע מיינונגען אבער דאס האט דאך נישט קיין שייכות צום עצם ארטיקל וואס איז פאר זיך א גאר געלונגען שטיקל.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

יישר כח אלע מגיבים, איך האב טאקע צוזאמﬠן געמישט צוויי זאכן, כ'האב נישט געוואוסט אז ס'שוין דא אן אשכול איבער מעלות בכלליות (אויב עמיצער קען ביטע צוווייזן א לינק). די באלד חלק וואס מילכי האט אנגעצייכנט איז טאקע וואס איז נוגע לעניננו, שכח פאר'ן אויפמערקן.

די ווארט "ליצנות" האב איך גענוצט בעיקר אויף דעם סטיל פין שרייבן, וואס מ'בלאזט אויף א געוויסע זאך גאר מוגזמ'דיג אפי' ס'נישט ממש אמת כדי צו קענען דערנאך חוזק מאכן דערפון. (גראדע האט מעלות לעצטנס געהאט א שמועס ארום דער סארט שרייבעריי, מיט א נאמען דערפאר).

אזוי אויך זענען די פאקטן אין די ארטיקל געבויט און גענויגט הונדערט פראצענט לויט'ן שרייבערס געשמאק! אויף אידיש רופט מען דאס "נומבערס ספין". לדוגמה זייער חינוך איז שוואך, און ממילא איז אונזערס "גאר גוט!" אדער דער פאקט אז צניעות איז ב"ה מורא'דיג פארבעסערט געווארן! (אזוי? גארנישט געהערט דערפון...) מוזיק איז ריין חסיד'יש (הממ... וועלעכע ניגון?), וכו' וכדו'. אלס מיט'ן תנאי אז ס'איז נישט ממש ליינט (אדער יא). כ'אניש קיין געדולד צו צונעמען דעם גאנצן ארטיקל אבער אין דאלערס און סענס איז דאס בערך די בילד.

איי מין, קאם אן! איך גלייך זייער "מעלות" אבער פליז אן די סארט חסרונות, מיר זעט עפעס אויס אז דער ארטיקל איז געצילט קעגן עמיצן וואס איך קען נישט פיגערן און דערום איז מוכשר צו בויען דעם ארטיקל מיט'ן גאנצן שארפקייט בלויז "ווייל איך האלט אזוי" און די פאקטן וועט מען שוין עדזשאסטיפייען לפי הענין.

אדרבה, אויב איינער ווייסט אויף וואס/וועם/מקור דער ארטיקל איז געבויט, זאל ער לאזן וויסן, ואכיר לו טובה ע"ז.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

זאל ער קומען האט געשריבן:א מייסטערהאפטיגע ארטיקל. באמת די ארטיקל אווו די יער. אזוי קנאקעדיג ארויסגעברענגט דעם אידישן שטאלץ וואס מ'טאר קיינמאל נישט פארגעסן.

איך וויל נישט אוועקנעמען דעם עפעקט און דעם גוטן טעם אין מויל פון דעם ארטיקל, אבער ווען היימישע אידן שמועסן צווישן זיך איבער היינטיגע פראבלעמען א שטייגער וואו דא אין אייוועלט, בבחינת אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו, ווייל ס'טוט וויי און מ'וויל אויפטון, איז שוין יא רעלעוואנט וואס די חברה טענה'נען. ווייל בעסער קען מען אייביג ווערן.
מ'טרעפט צענדליגער מאל אין מדרש ווי תלמידים האבן געפרעגט זייער רבי'ן נאכדעם וואס ער האט גוט אפגעענטפערט די טשעפנאקעס, לאלו דחית בקנה רצוץ, לנו מה אתה משיב.

כ'האב דעס געשריבן צוויי טאג צוריק און איך בין אויפמערקזאמט געווארן אז איך האב געמיסט די פוינט…
יעץ ווען כ'האב איבערגעליינט דעם ארטיקל - און אויך די תוכן'דיגע תגובות פון מערערע חשוב'ע מגיבים וועל איך עס נאכאמאל איבערשרייבן.

די נושא איז א מציאות, און ס'האט אויך זייטן וויאזוי מ'באציעט זיך צו דעם מציאות, און די מסקנות וואס ווערן געצויגן פון דעם מציאות.
דער מציאות איז עס ס'מאכט זיך - ס'זאל זיך נישט מאכן - פראבלעמען אין אונזער חינוך סיסטעם (אינדערהיים אין און די ת"ת), און ס'ווערט אלץ פארבעסערט, אבער מיענווייל זענען דא קרבנות פונעם נאכנישט-פארראכטענעם סיסטעם ביז מ'פיקסט עס, אדער צוליב דעם וואס האט ארויפגעברענגט דעם פראבלעם אויפ'ן אויבערפלאך, אבער דער קרבן איז שוין אן עולה... עד כאן.

די געצויגענע מסקנות פון יעדן פראבלעם - ווען עס קומט אויפ'ן אויבערפלאך - דארף ווערן גענומען אין רעכענונג, און מ'דארף טרעפן א לעזונג דערצו. אסאך מאל גייט די לעזונג זיין זייער א שווערער און קאמפליצירטער און אויב ס'איז נישט ממש קיין כלליות'דיגע פראבלעם, נאר אן איינצעלע פאל, וועלן מחנכים ענדערש נישט מישן די קאשע און לאזן ווי עס איז. די געליטענע וועלן אבער געווענליך וואס מער ארויפברענגען דעי אישו וואס יענעם טוט וויי, ביז מ'וועט אים דערהערן. ווען אסאך מענטשן שרייען דעם זעלבן מעסעדזש, הערט מען עס שנעלער. און נישט נאר ווייל זיי שרייען העכער, נאר היות ס'דא מער מענטשן מיט'ן זעלבן פראבלעם איז אן הוכחה איז דער פראבלעם איז טאקע יא מער כלליות'דיג און מ'מוז קעיר נעמען פון דעם אפגעזען די שווערעקייט וואס דאס ברענגט מיט.
די קרבנות אליין אבער ציען נישט אייביג דעי מסקנא. נאר היות נפשו עגומה עליו און ער האט נאך א לעגעטימע תירוץ וועט ער אנשטאט פאררעכטן דעם סיסטעם (און זיך אליין), ענדערש ווערן א פוט-סטעפ (ימ"ש) מיטגליד, און אונז קומען לערנען אז היות דעיס האט געקענט געשען צו אים, איז א "סימן" אז דער "גאנצער" סיסטעם טויג נישט. און ער וועט א גאנץ לעבן דזשאסטיפייען זיין מאוו צו ווערן גוי, ווייל…

יעצט ווערט א פראבלעם. פון איין זייט איז דא א פראבלעם - וואס מ'רעדט פון דעם ביי די מחנכים אין די מיטינגס, און ס'ווארט צו ווערן פארבעסערט. פון די צווייטע זייט אבער שטייט איינער און שרייט אז דער גאנצער סיסטעם טויג נישט, ווייל .. און ער נוצט זיין געשעעניש וואס מיט די איינע פוינט איז ער גערעכט, אבער נישט מיט מסקנא. געשעט אבער ביני לביני א טשטוש המוחין.

און כדי אפצוענטפערן די שרייערס וואס ווילן אויסרייסן אונזער טייערן חינוך דארף מען לערנען מיט אלע קינדער דעם ארטיקל, כדי זיי צו געבן עמיונישן צו קענען אפשלאגן די טענות פון פוט-סטעפערס. אונזער חינוך סיסטעם אז יא גוט, און ווערט כסדר בעסער - רעלאטיוו. פון די אנדערע זייט איז אבער אויך אמת אז די צפעציפישע פראבלעמען וואס האבן רעזולטירט אין די אוועק-געפאלענע פארפלאגטע נשמות - וואס צוליב סיי וועלכע סיבה האבן זיין נעבעך באמת געליטן אינעם סיסטעם, און ס'מוז נישט האבן געווען זייער שולד - דארפן פארראכטן ווערן אז ס'זאל נישט געשען נאכאמאל.

אבער דאס איז נישט וואס אונז דארפן זיי ענטפערן. דאס איז וואס איז דארפן זיך אליין ענטפערן. און דאס איז געווען די ערשטע תגובה מיינע. קוק גוט וועסטו זען אז דו האסט געמיסט מיין פוינט פון די תגובה, און נישט אז איך האב געמיסט די פוינט פונעם ארטיקל. איך האב צוגלייגט אז נאכ'ן הנאה האבן פונעם ארטיקל, בלייבט אבער איבער פאר אונז דא צווישן אונז נאכאלץ דער חיוב פון פאררעכטן וואס ס'איז באמת נישט גוט.

און דער צוגאנג פון די "מעלות" - סיי לגבי קיינמאל נישט מאכן קיין טעות, אדער זייער עקסטרעמיזם - קומט בכלל נישט אריין אין די צדדים פון דעי שאלה.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

אַבּערוואַס האט געשריבן:יישר כח אלע מגיבים, איך האב טאקע צוזאמﬠן געמישט צוויי זאכן, כ'האב נישט געוואוסט אז ס'שוין דא אן אשכול איבער מעלות בכלליות (אויב עמיצער קען ביטע צוווייזן א לינק). די באלד חלק וואס מילכי האט אנגעצייכנט איז טאקע וואס איז נוגע לעניננו, שכח פאר'ן אויפמערקן.

די ווארט "ליצנות" האב איך גענוצט בעיקר אויף דעם סטיל פין שרייבן, וואס מ'בלאזט אויף א געוויסע זאך גאר מוגזמ'דיג אפי' ס'נישט ממש אמת כדי צו קענען דערנאך חוזק מאכן דערפון. (גראדע האט מעלות לעצטנס געהאט א שמועס ארום דער סארט שרייבעריי, מיט א נאמען דערפאר).

אזוי אויך זענען די פאקטן אין די ארטיקל געבויט און גענויגט הונדערט פראצענט לויט'ן שרייבערס געשמאק! אויף אידיש רופט מען דאס "נומבערס ספין". לדוגמה זייער חינוך איז שוואך, און ממילא איז אונזערס "גאר גוט!" אדער דער פאקט אז צניעות איז ב"ה מורא'דיג פארבעסערט געווארן! (אזוי? גארנישט געהערט דערפון...) מוזיק איז ריין חסיד'יש (הממ... וועלעכע ניגון?), וכו' וכדו'. אלס מיט'ן תנאי אז ס'איז נישט ממש ליינט (אדער יא). כ'אניש קיין געדולד צו צונעמען דעם גאנצן ארטיקל אבער אין דאלערס און סענס איז דאס בערך די בילד.

איי מין, קאם אן! איך גלייך זייער "מעלות" אבער פליז אן די סארט חסרונות, מיר זעט עפעס אויס אז דער ארטיקל איז געצילט קעגן עמיצן וואס איך קען נישט פיגערן און דערום איז מוכשר צו בויען דעם ארטיקל מיט'ן גאנצן שארפקייט בלויז "ווייל איך האלט אזוי" און די פאקטן וועט מען שוין עדזשאסטיפייען לפי הענין.

אדרבה, אויב איינער ווייסט אויף וואס/וועם/מקור דער ארטיקל איז געבויט, זאל ער לאזן וויסן, ואכיר לו טובה ע"ז.


די ארגינעלע אשכול איז דא. א ייש"כ פארן אנערקענען די גערעכטיגקייט פון מיין טענה לגבי נישט אויסמישן אייער מיינונג בכלליות צו די נושא פון דעם ארטיקל.

סא זאגט איר לגופן של דברים צוויי טענות.

1) אז קבל את האמת ממי שאמרו און איר האט נישט געטראפן קיין מקור אוועקצומאכן די רייד פון א אפגעפארענעם טאמער איז ער גערעכט בעצם. אויף דעם האב איך בתושח"י געענטפערט אז ס'איז דא מער ווי איין מקור אפצואווארפן די מוסר פון איינער וואס קומט להקניט אבער די נושא איז אפן. אדרבה זאלן די חשוב'ע חברים ממשיך זיין.

2) אז די פאקטן זענען געספינט. דאס איז שוין א פאקטישע שאלה. אני כשלעצמי האלט איך אז זי איז גערעכט מיט די דריי משלים. איר פוינט איז אז ווען די מצב קוקט אויס האפענונגסלאז ווי זאכן ווערן נאר ערגער קומט א התעוררות פון די אנדערע זייט און ס'ווערט בעסער. ביי טעכנאלאגיע איז דאך זיכער דאס געשען און ביי מוזיק איז אויך א נארמאלע זאך היבש מער ווי פאר 15 יאר צוריק אז חתונות זענען ריין פון ווילדע ניגונים (עט ליעסט ביי די חתונות ווי איך גיי...) לגבי צניעות ווייס איך נישט די פאקטן. אלענפאלס איז איר בליק אין דעם זיכער לעגיטים און געשעירט ביי אסאך מענטשן און אין קיין שום פאל נישט קיין ווילדע גוזמאות און ספין וכו'.

זאלער שרייבט אייזן כדרכו. און ער איז כמעט אינגאנצן גערעכט און אט דאס איז טאקע די פוינט פון דעם ארטיקל. מ'קען און מ'דארף זיך אייביג פארבעסערן און וויסן דעם אמת אבער דעם אויסווארף זאל מען מקיים זיין הקהה את שיניו ווי די מאחז"ל לזה דחיתן בקש וכו'. איין זאך נאר, אז לדעתי ווערן תיקונים ווען די פראבלעם רירט אן היימישע. ווילאנג נאר די אויסווארפן שרייען נישט קיין חילוק ווי הויעך און ווי סאך מאכט דאס א פארקערטע רעאקציע ווייל מ'פילט אז מיטן מאכן דעם תיקון גיט מען נאך פאר די "צד הטומאה". טאמער איז דער פראבלעם א אמת'ער, וועט א "היימישער" אדער "אינסיידער" זיך אויך טרעפן מיט דעם פראבלעם און דעמאלס וועט די קול דממה דקה גורם זיין אז די אחראים זאלן זען אז ממוז/מדארף טון.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

נעכטן א דורך געלייענט דעם ארטיקל,
אין אמת׳ן אין בין שוין געוועהן גרייט זיך צו באקלאגן, הלמאי? פארוואס זענען די ״געדאנקען״ ארטיקלען שוין לאנג נישט אונטער דעם/ די שרייבער/ן?...

איך האב נישט וואס צולייגן צו די ווערטער פון דעם גרויזאמער בפתיחת האשכול ותגובותיו בהמשך...

שוועמל, תמיהני עליכם פארשטייט איר נישט דעם מעסעדזש?
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

היינט אנגעקומען צו ליינען דעם אשכול מיט דעם ארטיקל צונאזאם, יישר כח גרויזי פארן צוברענגן צו מיין באוואוסטזיין, און יישר כח בעאבאכטער פארן ארויפברענגן אויפן אויבערפלאך.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

יעצט געליינט

כ'ערווארט נישט קיינע מעסעדזשעס, דער ארטיקל ברענגט ארויס זייער גוט דעם נקודה אז די אלע וואס לויפן אוועק פון אונז (אדער אין געוויסע פעלער וואס מ'האט ליידער ליידער ליידער ליידער ליידע ליידער אויסגעשפיגן) באשולדיגן אונז, אבער מיר קענען זיי צוריקווארפן אין פנים אריין אז דארט ווי זיי זענען געגאנגען פעלט נישט קיין איינע פון דאס וואס זיי באשולדיגן אונז נאר מיט א גרויסן עודף!

ואשנה ואשלש, ליידער זענען דא אסאך וואס מ'האט אויסגעשפיגן, ביודעים ובלא יודעים, בחורים און אינגעלייט וואס איינער האט מיט א שריי אדער שארף ווארט ברבים אדער ענדליכ'ס יענעם דן געווען למיתה רח"ל ואכמ"ל
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוואלדיג »

אַבּערוואַס האט געשריבן: דער פראבלעם איז אבער ווי בעל תוקע האט שיין ארויסגעברענגט זענען די פוינטס וואס ווערן ארויסגעברענגט אין דעם ארטיקל באזיסלאז, סיי מצד שכל, און סיי תורה'דיג. און בכלל, ווער האט דאס אראפגענאגלט אט דעם מהלך אז מוסר באלאנגט נישט פאר אן אוועקגעפאלענעם?
אדרבה חז"ל האבן אונז געלערנט "קבל את האמת ממי שאומרו!" אויב איז ריכטיג וואס יענער זאגט דאן דארף מען דאס ערנסט נעמען, טאמער נישט איז א שאד די טינט!

די אשכול האלט שוין לאנג נאכן עקספייערעישאן דעיט, אבער אזוי ווי איך האב ערשט יעצט דאס אדוכגעליינט וועל איך יעצט רעאגירן

אין דעם ספר הקדוש מכניע זדים למורינו הרב רבי נתן מברסלב זי"ע - וואס ער האט ארויסגעגעגעבן אנטקעגן די משכילים - באציעהט ער זיך צו די טענות וואס די משכילים טוען ארויסריקן קעגן די טראדיציאנאלע אידנטוהם וועלכע האלטן זיך אן צו די מסורה, און די ספרים וועלכע זיי האבן דאן ארויסגעגעבן אנווייזנדיג אויף א צאל ערנסטע פראבלעמען ביי די ערליכע אידנטוהם, ווי קארופציע ביי דאס התמנות הרבנות, און נאך געוויסע זאכן וואס זענען "באמת" געווען פון די דברים הצריכים תיקון

שרייבט ער דארט אויף דעם בלה"ק: אך את זה ראיתי להזכיר שלפעמים נמצא בדבריהם איזה קשיא ומבוכה על איזה הנהגות אשר יש בענין הזה באמת איזה עיוות... כמו, למשל שמקשין על שנמצא רבנים ששוכרין הרבנות וקונים אותה לבניהם בנעוריהם לכבוד ולתפארת לבד, והנה זה עיוות באמת... "אבל מי שם את לץ טמא כזה לדיין ומוכיח" כי הוא בדבריו רוצה להשחית לגמרי חס ושלום... והרי זה דומה למי שמוצא איזה חסרון באיזה בנין נפלא הבנוי על יסודות חזקים ונפלאים, אשר נפלאות הבנין בכלליות ובפרטיות אי אפשר לצייר ולבאר ולשער במח, ובא א' ומחפש ומבקש למצוא בו חסרונות, והוא מחוסר שכל, ומקשה קושיות על כמה דברים, שהם חידושים נפלאים וצריכין לבנין מאוד לנוי ולחיזוק לבנין, והכסיל אשר לא יבינם על מכונם, נדמים לעיוות. ולפעמים מוצא בבנין מה שהוא איזה עיוות באמת, אבל הוא ברוב חסרון דעתו ורוע לבבו אומר שראוי להרוס חס ושלום הבנין הנפלא הזה, הבנוי מאלפים שנים על פי חכמים ונבונים אמיתיים, ולדעתו הרעה וזדון לבו רוצה להרוס ולהשחית ח"ו את הבנין הנפלא הזה ולבנותו עפ"י שטות רוע שכלו, המלוכלך על רפש וטיט, והנמשל מובן ממילא... ואם יש רבנים, שנמצא בהם עיוות, על כל פנים טוב מה שהם חזקים בדת ישראל, וגם העיוות יתוקן ברוב הימים על ידי צדיקים ומנהיגים אמיתיים.

(דערנאך צוברייטערט זיך רבי נתן אז דאס זעלבע איז פארהאן סיי אין רוחניות און סיי און גשמיות, ווען א מענטש האט יסורים און צער פון א געוויסע זאך אין זיין לעבן, געפינט זיך אפט אז ער זאל צוליב דעם וועלן אריבערטוישן און ענדערן די גאנצע זאך (לדוגמא אין חיי הנישואין אדער ביי עניני פרנסה), אבער דער אמת איז אז דער טויש וועט אין מערסטענס פעלער בלויז פארערגערן דעם איצטיגען צושטאנד, און ער וועט זעלבסט חרטה האבן אויף דעם און שרייען צו וואס האט מיר אויסגעפעלט, וואלט מיר נישט בעסער געווען ווען איך בלייב ווען אויף דעם זעלבען שטאנד ווי בעפאר. עיין שם בדבריו החוצבים להבות אש של קנאת ה' צבאות.)

אין דעם זעלבן סגנון איז אויך דא פון פילע גדולי ישראל, וועלכע האבן רעאגירט מיט קאנטער אטאקעס צו די טענות - אויך ווען זיי זענען געווען בארעכטיגטע, און די פראבלעמען זענען געווען פאקטישע - פון אזעלכע עלעמענטען וועלכע זענען געווען יוצאים מן הדת רח"ל, און האבן דאן נישט געזאגט דעם זיי-אויך-באקאנטען משנה "קבל את האמת ממי שאמרו".

פארוואס באמת האבן זיי זיך נישט מייחס געווען מיט א ערנסטקייט צו די ריכטיגע טענות, בלויז פאר די איינציגע סיבה ווייל זיי זענען ארויסגערוקט געווארן דורך פורקי עול און משכילים, קען מען זאגן פארשידענע הסברים, אויב האט איינער עפעס מקורות און הסברים איבער דעם ענין מפי ספרים וסופרים, זאל דאס ביטע ארויפלייגן דא, ויאכלו ענוים וישבעו.
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”