מעלות סיון תשע"ד: ארטיקל פונעם יאר!

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

מעלות סיון תשע"ד: ארטיקל פונעם יאר!

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג יוני 08, 2014 4:36 pm

ווען מען נעמט מיך ווען צו רעיטען ארטיקלעך וואלט איך גערעיט דעם דאזיגן ארטיקל אלץ דער ארטיקל פונעם יאר, און מעגליך פונעם יאר-צענדלינג.

פארוואס? פשוט, ווייל ווען איך זעה כסדר דיסקאסיעס איבער אונזער "סיסטעם" קרוכט דאס מיר אויף די געהירן, און קיינמאל האב איך נישט געקענט אנכאפן דעם שפיץ וואס ארויסצוברענגען, און אפילו ווען איינער וואס טראכט די זעלבע ווי מיר פראבירט דאס ארויסצוברענגען רעדט ער מער בדרך דרש ווי איינער בדרך פשט. און איך גלייב אז איך בין נישט דער איינציגסטער. דעריבער מוז איך אייביג אננעמען א שטילשווייגעניש, און דער המון עם נעמט אן אז מדשתקי רבנן אדער מען ענטפערט נישט גלייך צום פונקט שמע מינה אז זיי זענען מודה אז "עפעס איז ראנג" מיט'ן סיסטעם. און איך האב זיך נישט וואס צו דינגען דערויף, ווייל איך בין נישט קיין פלאקערדיגע חסיד פונעם סיסטעם אלץ א פעקעדזש דיעל - פונקט ווי איך בין א מתנגד פון די "נישט סיסטעם" סיסטעם. איז ממילא?

די ארטיקל האט 2 בלעטער בעפאר דעם וואס איך האב נישט ארויפגעלייגט ווייל דארט רעדט ער אויך בדרך דרש.

אבער די צוויי בלעטער וויקל איך אצינד איין אין א פלעשל, איך מאך עס גוט צו, איך גיי צום גרויסן אקעאן, איך שיס דאס אריין אינעם ענדלאזן וואסער, און זאל עס שווימען און שווימען, די אלע וואס וועלן מיך אפשטעלן מיט פראגעס און ספיקות וועל איך שיקן קיין ים הגדול צו טרעפן דעם ענטפער, און איך וועל זיך ווייטער אידענטיפיצירן אלץ א אמת'ער שטאלצער חסידישער איד, כאטש איך זוך וואו איך קען מיך פארבעסערן.

(דרוקט צו זעהן גרעסער)

Mallos1.png

Mallos2.png
לעצט פאראכטן דורך גרויזאמער אום זונטאג יוני 08, 2014 4:46 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג יוני 08, 2014 4:38 pm

גרויזי, האסט מיר געמאכט אריינסיינען, בלויז פארן צולייגן אז כ'האב געהאט אין מיינד, שבועות ביים הפסקה בין סעודה לסעודה ליינענדיג דעם ארטיקל, צו מגיב זיין דא דאס זעלביגע..

א דאנק פארן אריינסקענען!
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » זונטאג יוני 08, 2014 4:42 pm

יא מעכטיג
גיי מיר עס נאך אי"ה היינט קויפן
ישר כח גרויזי!
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג יוני 08, 2014 4:45 pm

די שרייבערין ליינט זיכער נישט דא
אבער איך וויל איר זאגן א גרויסן שכח
איך האב מיך באלעקט די פינגער מיטן ארטיקל
זאל נאר זען אנצוהאלטן מיט ארטיקלען בדומה
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » זונטאג יוני 08, 2014 4:46 pm

איך אויך געליינט, זייער גוט געשריבן און הנאה געהאט

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » זונטאג יוני 08, 2014 4:53 pm

ווער איז דער געלונגענער שרייבער?
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג יוני 08, 2014 4:55 pm

א מייסטערהאפטיגע ארטיקל. באמת די ארטיקל אווו די יער. אזוי קנאקעדיג ארויסגעברענגט דעם אידישן שטאלץ וואס מ'טאר קיינמאל נישט פארגעסן.

איך וויל נישט אוועקנעמען דעם עפעקט און דעם גוטן טעם אין מויל פון דעם ארטיקל, אבער ווען היימישע אידן שמועסן צווישן זיך איבער היינטיגע פראבלעמען א שטייגער וואו דא אין אייוועלט, בבחינת אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו, ווייל ס'טוט וויי און מ'וויל אויפטון, איז שוין יא רעלעוואנט וואס די חברה טענה'נען. ווייל בעסער קען מען אייביג ווערן.
מ'טרעפט צענדליגער מאל אין מדרש ווי תלמידים האבן געפרעגט זייער רבי'ן נאכדעם וואס ער האט גוט אפגעענטפערט די טשעפנאקעס, לאלו דחית בקנה רצוץ, לנו מה אתה משיב.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

דיעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:12 pm

תגובהדורך דיעל » זונטאג יוני 08, 2014 4:57 pm

שוין לאנג נישט הנאה געהאט פון מעלות.
ווען איך האב געליינט דעם ארטיקל האב איך געטראכט: נאך א מזל איך האב נישט געקענסעלט די סובסריפשאן 2 יאר צוריק.
עס לוינט צו קויפן 10 יאר מעלות פאר דיע איין ארטיקלץ
נאדיר א דרינע ;l;p-

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » זונטאג יוני 08, 2014 5:02 pm

די מעלות דייט מיט א מעלה ארויף
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » זונטאג יוני 08, 2014 5:04 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:א מייסטערהאפטיגע ארטיקל. באמת די ארטיקל אווו די יער. אזוי קנאקעדיג ארויסגעברענגט דעם אידישן שטאלץ וואס מ'טאר קיינמאל נישט פארגעסן.

איך וויל נישט אוועקנעמען דעם עפעקט און דעם גוטן טעם אין מויל פון דעם ארטיקל, אבער ווען היימישע אידן שמועסן צווישן זיך איבער היינטיגע פראבלעמען א שטייגער וואו דא אין אייוועלט, בבחינת אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו, ווייל ס'טוט וויי און מ'וויל אויפטון, איז שוין יא רעלעוואנט וואס די חברה טענה'נען. ווייל בעסער קען מען אייביג ווערן.
מ'טרעפט צענדליגער מאל אין מדרש ווי תלמידים האבן געפרעגט זייער רבי'ן נאכדעם וואס ער האט גוט אפגעענטפערט די טשעפנאקעס, לאלו דחית בקנה רצוץ, לנו מה אתה משיב.

ליין גוט דורך דעם ארטיקל, דער שרייבער ברענגט ארויס אקוראט דאס.
צווישן אונז דארפן מיר וויסן אז ס'איז אלעמאל דא וואס צו פארבעסערן, אבער ווען די אוועקגעפארענע עלעמענטן קומען אונז מוסר'ן דארפן מיר ארויסקומען מיט א שטאלצקייט.

יישר כח גרויזאמער פאר דעם הערליכן שטארקן ארטיקל!

וועק איז טאקע דער שרייבער דערפון?

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » זונטאג יוני 08, 2014 5:21 pm

יא יא!
כהאב אויך באמת הנאה געהאט פון דעי ארטיקעל

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג יוני 08, 2014 5:29 pm

אוי דאס שניידט שטיקער! יישר כוח פארן ברענגען

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » זונטאג יוני 08, 2014 5:36 pm

רעיטינג: A-1 / א' מצוין.
די ארטיקל האב איך דאס ערשטע געלייענט און געשמועסט דערפון די וואך ביים טיש מיט אלע פיטשעווקעס, דאס האט מיר געגעבן שטאף פאר א שעה צייט פאר מיינע קינדער.
A MUST READ

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » זונטאג יוני 08, 2014 5:38 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:א מייסטערהאפטיגע ארטיקל. באמת די ארטיקל אווו די יער. אזוי קנאקעדיג ארויסגעברענגט דעם אידישן שטאלץ וואס מ'טאר קיינמאל נישט פארגעסן.

איך וויל נישט אוועקנעמען דעם עפעקט און דעם גוטן טעם אין מויל פון דעם ארטיקל, אבער ווען היימישע אידן שמועסן צווישן זיך איבער היינטיגע פראבלעמען א שטייגער וואו דא אין אייוועלט, בבחינת אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו, ווייל ס'טוט וויי און מ'וויל אויפטון, איז שוין יא רעלעוואנט וואס די חברה טענה'נען. ווייל בעסער קען מען אייביג ווערן.
מ'טרעפט צענדליגער מאל אין מדרש ווי תלמידים האבן געפרעגט זייער רבי'ן נאכדעם וואס ער האט גוט אפגעענטפערט די טשעפנאקעס, לאלו דחית בקנה רצוץ, לנו מה אתה משיב.

אוי וויי, ווי ידיד האט שוין געשריבן האסטו פארפעלט דאס וויכטיגסטע פונקט פונעם ארטיקל.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג יוני 08, 2014 5:40 pm

פון א חשוב'ע ניק אין אישי:

האסט מזל איך האב זיך פארגונמען שבועות נישט צו שרייבן אין קרעטשמע פאר 2 וואכן, ווייל ווען נישט וואלט איך דיר אויסגעכאפט די אשכול... איך האב נעכטן געליינט די ארטיקל און געקושט יעדעס ווארט.


און מיין תשובה:

חאחחא.. די פאפירן אין די מעלות זענען לעצטנס צו ווייעך צו קענען סובל זיין א קיש אויף יעדעס ווארט.

יישר כח :)
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג יוני 08, 2014 5:47 pm

קרעפטיג האט געשריבן:
זאל ער קומען האט געשריבן:א מייסטערהאפטיגע ארטיקל. באמת די ארטיקל אווו די יער. אזוי קנאקעדיג ארויסגעברענגט דעם אידישן שטאלץ וואס מ'טאר קיינמאל נישט פארגעסן.

איך וויל נישט אוועקנעמען דעם עפעקט און דעם גוטן טעם אין מויל פון דעם ארטיקל, אבער ווען היימישע אידן שמועסן צווישן זיך איבער היינטיגע פראבלעמען א שטייגער וואו דא אין אייוועלט, בבחינת אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו, ווייל ס'טוט וויי און מ'וויל אויפטון, איז שוין יא רעלעוואנט וואס די חברה טענה'נען. ווייל בעסער קען מען אייביג ווערן. מ'טרעפט צענדליגער מאל אין מדרש ווי תלמידים האבן געפרעגט זייער רבי'ן נאכדעם וואס ער האט גוט אפגעענטפערט די טשעפנאקעס, לאלו דחית בקנה רצוץ, לנו מה אתה משיב.

אוי וויי, ווי ידיד האט שוין געשריבן האסטו פארפעלט דאס וויכטיגסטע פונקט פונעם ארטיקל.

דער אוי וויי איז נישט אזוי גרויס. 1. איך האב מיט דעם אנגעהויבן. 2. איך קען עס שטענדיג איבערליינען.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג יוני 08, 2014 5:50 pm

אויב איך מעג פרעגן, אויף וואס האט זיך דער ארטיקל באצויגן, איז געווען עפעס ספעציעל אין זייערע בלוגס לעצטענס?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3719
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג יוני 08, 2014 5:59 pm

איך ליין זעלטן די מעלות אבער איך האב עס פונקט יעצט געליינט דעם ארטיקעל און איך טאקע זייער הנאה געהאט וויאזוי זי ענטפערט אפ די אלע נושרים.

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » זונטאג יוני 08, 2014 6:01 pm

אמע טויגט טויגמען
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג יוני 08, 2014 6:01 pm

שוועמל האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן, אויף וואס האט זיך דער ארטיקל באצויגן, איז געווען עפעס ספעציעל אין זייערע בלוגס לעצטענס?


מעלות וועט זיך נישט אראפלאזן און מוחה זיין אויף בלאגערס ווען זיי פאוסטען עפעס. דער ארטיקל הייבט זיך אן מיט די נייעס'ל אז היימישע אינגעלייט האבן זיך אראפגעלאזט צום סאניטאציע דעפארטמענט דאמפינג יארד צו זוכן אפאר תפלין אין וויליאמסבורג, און פון דארט ציט עס א שטריק ביז צו די צוויי בלעטער וואס איך האב אראפגעבראכט.

די שרייבערקע איז לכאורה די ארויסגעבערקע פון די מעלות אליינס.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » זונטאג יוני 08, 2014 6:07 pm

זי האט געצויגן איר ארטיקל אויף די נייעס וואס איז פארגעקומען לעצטענס מיט'ן פארלוירענע תפילין אין מיסט, וואו אידן וואס פארשטייען יא א חילוק צווישן אייפאון און אייפאד און צווישן אבאמא און אסאמא... (חברים, שומרים) האבן גענישטערט אין די גארביזש דערפאר.
זי ענדיגט מיט א ברכה אז דער באשעפער זאל ארויסנעמען זיינע פארפאלנענע קינדער.. אמן. מ'האקט

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » זונטאג יוני 08, 2014 6:08 pm

גרויזאמער ביסט א גוטער אגענט פאר די מעלות, דאנקאייך
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג יוני 08, 2014 6:08 pm

וואס זענען אירע טענות, האט מען נישט געטארט זוכן?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג יוני 08, 2014 6:10 pm

קיין שום טענות
אדרבה ברענגט ארויס די מוראדיגקייט דערפון
און קומט צו וואסערע וואוילע פאלק השם פארמאגט
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » זונטאג יוני 08, 2014 6:13 pm

נישטא קיין טענות אינעם גאנצן ארטיקל.
די תפילין מעשה איז א טפל בכלל, נישט וועגן דעם האט עס גרויזאמער אהער געברענגט.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט