ליינער רעאגירען אויף די צייטונגען פון די וואך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

הפלא ופלא... אויף פאפיר איז מען א קיצוני און אויפן סייט א מעסיגער?... אדער האט מען פשוט שפעטער באשלאסן אז ס'איז "טו פאר".
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

די ערשטע וואך האבן זיי אומפארשעמטערהייט געשריבן דריי "סטודענטן".
לעצט פארראכטן דורך הלשון אום מאנטאג יולי 07, 2014 3:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

למען האמת. "סטודענטן" איז א מאדערענע ווארט פאר "תלמידים". ווען מען רעדט פון אזעלכע וואס זענען נישט חרדיש אויף אונזער שטייגער, שרייבט מען אלס סטודענטן.

אין אונזער פאל רעדט מען טאקע פון אזעלכע, נאר קיינער האט נישט געוואלט שרייבן עפעס וואס זאל מאכן אויסזעהן ווי מען 'קערט נישט' פאר זיי, האט יעדער געדרייט אביסל אהער און אביסל אהין. ס'איז אבער נאכנישט א "אומפארשעהמטע אקט" צו שרייבן סטודענטן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

המדינה כולה רועשת וגועשת. החטיפה הזאת עוררה לא מעט שנאה כלפי סגנון החיים של הנערים והוריהם - בהתגרות מול הערבים וכו'.


ואני שואל, למה חוזרים על הניסוח הכללי של "שלושה בחורי ישיבה"?

הרי הם למדו במוסדות שאינם "ישיבות" במובן הנכון והראוי של המילה.

באחד האתרים פורסמה עדותו של דוד אחד הנחטפים:

פרנקל סיפר על אחיינו, ואמר כי מדובר בתלמיד מחונן.
"נפתלי הוא תלמיד כיתה י"א, באמצע בגרויות", אמר.
"כמו רוב הילדים בכיתה י"א, יש לו המון חלומות לצבא ולאוניברסיטה".



הלב נמצא איתם, הם אחים יקרים.
יהודים אהובים.
גם אם היו לא-שומרי תורה ומצוות, על אחת כמה וכמה שהם כן.
אך נדמה לי שכדאי לשים לב לטרמינולוגיה.


http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp? ... rum_id=771
לעצט פארראכטן דורך להודיע אום מאנטאג יולי 07, 2014 4:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והנה און נון »

דער תהילים איד האט געשריבן:למען האמת. "סטודענטן" איז א מאדערענע ווארט פאר "תלמידים". ווען מען רעדט פון אזעלכע וואס זענען נישט חרדיש אויף אונזער שטייגער, שרייבט מען אלס סטודענטן.

אין אונזער פאל רעדט מען טאקע פון אזעלכע, נאר קיינער האט נישט געוואלט שרייבן עפעס וואס זאל מאכן אויסזעהן ווי מען 'קערט נישט' פאר זיי, האט יעדער געדרייט אביסל אהער און אביסל אהין. ס'איז אבער נאכנישט א "אומפארשעהמטע אקט" צו שרייבן סטודענטן.

ניין, סטודענטן איז נישט מאדערן פאר תלמידים, ס'איז ענגליש פאר תלמידים, מ'שרייבט עס אויף די וואס לערנען אין קאלעזש אדער גוישע סקול.
די זענען געווען בחורים פונקט ווי אונזערע בחורים וואס האבן געלערנט תורה.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

לידיעתך, זייער אזויגערופענע "ישיבה" איז א קאלעדש.

מען לערנט דארט ספארט'ס, אקעדעמיע, און 'אויך' תורה. (איינע פון די "ראשי ישיבה" וואס האבן מספיד געווען, האט דערמאנט לשבח 'בעסקעטבאל' און זיינע אקעדעמישע קענטעניסן).

איך מיין אז דער עולם דאהי האט בכלל נישט געכאפט פון וואס מען רעדט דא, טאקע ווייל קיינער האט נישט געוואלט ס'זאל אויסזעהן ווי ער טוט גרינגשעצן אין אונזער געפיהל פאר סיי וועלכער איד. אבער וויסן מעג מען. מען רעדט דא פון א עכט מאדערענע קרייז. איין בחור איז נספד געווארן דורך א (-)פרענד.
לעצט פארראכטן דורך דער תהילים איד אום מאנטאג יולי 07, 2014 4:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

ב"ה עס שטעלט זיך ארויס אז איך וועפ נאכנישט און איך האב גוט געדענקט אז ער האט געשריבן יוגענטליכע, עס איז היפש א מאדנע זאך צו טוישן שפראך אויפ'ן אנליין ווערסיע.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פון די "וויקלי לינק" די וואך.
אטעטשמענטס
sdbvv.png
sdbvv.png (36.7 KiB) געזען 3748 מאל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

אזא פנים טראגט מען ווען מען קאפי פעיסט http://www.madehow.com/Volume-3/Sand.html#b
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:פון די "וויקלי לינק" די וואך.

בושה תכסה פניהם
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אפשר פאר דעם האט מען געמאכט די קאאליציע....
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

מיללער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:פון די "וויקלי לינק" די וואך.

בושה תכסה פניהם

פאר די קאפי פעיסט?
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

פאר די פעיסט בעיקר
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

די בלאט האט געלייגט די הויפט בילד אויפן דעקל - א בילד פון דער וואס איז נחשד אז ער האט געהארגעט דעם אראבער, קודם איז עס מיר געווען אויפאלענד ווייל די איצטיגע מצב אין א"י איז דאך א סך ערגער און אלע צייטונגען לייגען בילדער פון די מלחמה
נאכדעם כאפ איך מיך אז מיט דער בילד ברויך צו רעדן ווערטער והכול מובן מאליו
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

די וואך האב איך געקויפט די "נייעס באריכט" ערשט פרייטיג, עס איז מיר אינטערסאנט געווען ווי כמעט יעדע איינצעלע נייעס קעפל איז שוין נישט פעליג געווען..

די הויפט נייעס: מדנ"י גרייט זיך אויף אפענסיווע = מדנ"י איז שוין פרייטיג געווען אין עזה
צווייטע נייעס: רוסלאנד מאביליזירט ביים אוקריינע גרעניץ = מער נישט פעליג נאך די אראפשיס פינעם ציווילע פליגער
לעצטע זייט הויפט נייעס {נ"י נייעס}: נ"י יארק גרייט זיך אויף LIR סטרייק = נישט ריכטיג, מען האט שוין אויסגעאמערט א קאנטראקט
און מעיאר דיבלאזיע איז נישט געפארען אויף וואקאציע, אפגעשטיפט צילוב די פאליציי שוסעריי,

http://ditzeitung.com/2743a/index.html#/0
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מחותן האט געשריבן:די וואך האב איך געקויפט די "נייעס באריכט" ערשט פרייטיג, עס איז מיר אינטערסאנט געווען ווי כמעט יעדע איינצעלע נייעס קעפל איז שוין נישט פעליג געווען..

די הויפט נייעס: מדנ"י גרייט זיך אויף אפענסיווע = מדנ"י איז שוין פרייטיג געווען אין עזה
צווייטע נייעס: רוסלאנד מאביליזירט ביים אוקריינע גרעניץ = מער נישט פעליג נאך די אראפשיס פינעם ציווילע פליגער
לעצטע זייט הויפט נייעס {נ"י נייעס}: נ"י יארק גרייט זיך אויף LIR סטרייק = נישט ריכטיג, מען האט שוין אויסגעאמערט א קאנטראקט
און מעיאר דיבלאזיע איז נישט געפארען אויף וואקאציע, אפגעשטיפט צילוב די פאליציי שוסעריי,

http://ditzeitung.com/2743a/index.html#/0

אינטערעסאנט!! ס'דרייט זיך א וועלט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

מחותן דארפסט עס קויפען מיטוואך וועט עס זיין אקטועל.....
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

private האט געשריבן:מחותן דארפסט עס קויפען מיטוואך וועט עס זיין אקטועל.....


אדער ווי איך טוה, ליין נאר די אידישע צייט וועס עס זיין אקטועל שפעטער אויך.... נייעס זעה איך דאך אויף אייוועלט!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

private האט געשריבן:מחותן דארפסט עס קויפען מיטוואך וועט עס זיין אקטועל.....


פערצופאל איז די פולע בלעטער נאטיצען איבער די מלחמה אין עזה פון י. ירושלמי ד.מ. העכסט אינטערעסאנט און ציענד!
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

ער האט נאך איין טעות וואס פאסט בכלל נישט פאר'ן נייעס באריכט

אינעם לעצטן בלעטעל האט ער א קלענערע העדליין: מעיאר דיבלאזיע אפגעפארען אויף לענעגערע וואקציע מיט זיין פאמליע קיין איטאליע ווי שוין געשריבען פריער.. דיבלאזיע האט געקענסעלט זיין וואקאציע צילוב די פאליציי סקאנדאל.. די נייעס באריכט האט אבער געשריבען א קעפעל... "אפגעפארען אויף לענעגערע וואקציע" דאס הייסט אז דער מעיאר איז שוין אין איטאליע.. און אינעם באריכט שרייבט ער טאקע אז דער מעיאר פארט אויף וואקציע, דע קעפעס איז זיך סותר מיטען ארטיקעל.ץץ

עס ווערט ערווארטעט א אויפקלערנוג
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

וואו איז דער וואס האט יענע וואך געמאכט א געלונגענעם סך הכל אויף "די צייטונג"?

אינעם לעצטן נומער איז דא א גוטע ארטיקל איבער די שווארצע ראיאטן אין זי זעכציגער יארן, אסאך אינפארמאציע און א גוטן אריינפיר מיט פערזענליכע געפילן-זכרונות פון ר' אלבערט.

איז טאקע אלבערט זעלבסט דער שרייבער? ווייל די סטייל און שריפט איז עפעס נישו געווען זיינס (אפשר לכתחלה אריבער?)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

:roll:

דערוויילע נישט.....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווער איז מ.ז. שניצלער (משולם זושא בן?) וואס שרייבט די וואך אחן די צייטונג דעם קאלום איבער שוהלען? איז דאס א פערמענאנטע ערזאץ פאר דרעזנער?

א גוטע שריפט און אינטערעסאנטע פאקטן (פארגעסן צו געבן קרעדיט פאר אייוועלט און מורשת חכמי אמעריקא פאר טייל פון די געפונסן)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אויך די קריזיס אין אוקריינא מיטן אראפגעשאסענעם מאלאזיער פליגער שרייבט מ.ז.ש. אין 'די צייטונג'.

ווער איז דאס? אפשר משולם זושא בן הרב ברוך יודא מטשאבא? זייער דעטאלירט און רייך באשריבן און א גוטע פעדער, זאל זיין נייער שטעלע אין די צייטונג זיין מיט הצלחה.

עס גיט צו צום ביז יעצטיגן הויכן קאליווער פון מיין באליבטע די צייטונג און די אידישע צייט.
אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייווישעל »

אין די בלאט בילדער אפּטיילונג פעידזש 21
אטעטשמענטס
20140727_141808-1.jpg
איפה פייוויש?
דא בין איך
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”