"עמי" - וועכנטליכע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

Naftule
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מאנטאג מאי 29, 2017 10:36 pm

איז די משפחה בעסער? ליינט מען עס ביי אונז אזוי שטארק ווי עמי?

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג מאי 29, 2017 10:39 pm

די משפחה איז יעצט פיל בעסער, ניין זיכער נישט

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מאנטאג מאי 29, 2017 11:05 pm

יש ברירה האט געשריבן:די לעצטע עטליכע וואכן איז כמעט נישטא וואס צו ליינען אין די עמי, נישטא קיין אינפארמאטיווע אינטערסאנטע ארטיקלן ווי אמאל כ'ווייס נישט וואס האט פאסירט

די גאנצע מאגאזין באשטייט פון א הקדמה און א עפילאג און קיין מעשה אינמיטן

טורקס האלט נאך דעם מאגאזין עטוואס העכערן וואסער, אן אים וואלט איך גלייך געגאנגען צו די עים אפטיילונג דארט איז גראדע יא דא אינטערסאנטע סחורה

די John Loftus ערשט האנטיגע שפיאנאזש ארטיקלען איז עפעס אוועקצומאכן?

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » מאנטאג מאי 29, 2017 11:08 pm

[*]
shalsheles האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:די לעצטע עטליכע וואכן איז כמעט נישטא וואס צו ליינען אין די עמי, נישטא קיין אינפארמאטיווע אינטערסאנטע ארטיקלן ווי אמאל כ'ווייס נישט וואס האט פאסירט

די גאנצע מאגאזין באשטייט פון א הקדמה און א עפילאג און קיין מעשה אינמיטן

טורקס האלט נאך דעם מאגאזין עטוואס העכערן וואסער, אן אים וואלט איך גלייך געגאנגען צו די עים אפטיילונג דארט איז גראדע יא דא אינטערסאנטע סחורה

די John Loftus ערשט האנטיגע שפיאנאזש ארטיקלען איז עפעס אוועקצומאכן?

א בעל דמיון שאין כדגמתו

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מאנטאג מאי 29, 2017 11:28 pm

אבער נאך ווי....
פארגאנגענע וואך האט ער געמאכט א געמויזעכץ פון טראמפ-קאמי, אז עס איז ״מעגליך״ אז קאמי האט געקאלט טראמפ בדווקא פון מערילענד און נישט פון וואשינגטאן ווייל דארט איז אומלעגאל צו רעקארדירן טעלעפאן געשפרעכן אזוי וועט ער אים שפעטער אנקלאגן און נאך דמיונות אשר לא שזפתם אוזן.

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » פרייטאג יוני 02, 2017 6:08 pm

יש ברירה האט געשריבן:די לעצטע עטליכע וואכן איז כמעט נישטא וואס צו ליינען אין די עמי, נישטא קיין אינפארמאטיווע אינטערסאנטע ארטיקלן ווי אמאל כ'ווייס נישט וואס האט פאסירט

די גאנצע מאגאזין באשטייט פון א הקדמה און א עפילאג און קיין מעשה אינמיטן

טורקס האלט נאך דעם מאגאזין עטוואס העכערן וואסער, אן אים וואלט איך גלייך געגאנגען צו די עים אפטיילונג דארט איז גראדע יא דא אינטערסאנטע סחורה

געמיינט איך בין דער איינציגסטער...

איך פלעג זיין א פייערדיגע שטיצער פון די עמי. למעשה פלעג איך מיך טרעפן לייענען די זעלבע 3 קאלומס, שית טויב, טוירקס (אויך היבש אויפגעבלאזן זינט ער איז סיניאר ווייט הויז וואטעווער...) און די עים...


איך האב אפיציעל געטוישט צו די צייטונג

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6615
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג יוני 02, 2017 6:28 pm

און אין מאמענט אשכול נוצט מען די עמי אלס משל וויאזוי א אינהאלטסרייכע מאגאזין קוקט אויס, יענעם׳ס גראז איז גרינער...
וואו איז דָוִי?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5148
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג יוני 02, 2017 6:39 pm

לאמיר זעהן אויב די עמי וועט מאכען א ערשטע בלעטל פון די רדיפת הדת פון יודישע קינדער אין ארץ ישראל.

איך וויל זעהן די בילד פונעם יונגעל אויפען ערשטען בלעטל, מילא די משפחה גייט עס נישט טוהן זיי זענען דאך טייל אין די מעשי רשע אבער די עמי?!
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוי אוי אוי
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 09, 2017 1:15 pm

תגובהדורך אוי אוי אוי » מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 11:13 pm

נישט ארויסגעקומען די וואך ?

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 11:58 pm

Don’t think so

משה שטינקאוויטש
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה שטינקאוויטש » זונטאג אוקטובער 01, 2017 12:02 am

Coming a major ami on sukos, was doing some work in their office a few weeks ago
And they where very busy with the sukkot valume saw the hard work that goes into
The making of a sukos ami,

ל.רוזן
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 11:07 am

תגובהדורך ל.רוזן » זונטאג אוקטובער 01, 2017 6:23 pm

Ami has a section about Gazeiris Hagiyus
with Rav Dovid Soloveitchik
MK Yisrael Eichler
Justice Tzvi Tal on recent Bagatz ruling

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » זונטאג אוקטובער 01, 2017 6:44 pm

איז טורקס געווען אין נארט קארעא?

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » זונטאג אוקטובער 01, 2017 7:18 pm

shalsheles האט געשריבן:איז טורקס געווען אין נארט קארעא?

וואס פאלט דיר ביי?

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » זונטאג אוקטובער 01, 2017 8:04 pm

אויפן דעקל שטייט Ami goes inside North Korea

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » זונטאג אוקטובער 01, 2017 8:08 pm

shalsheles האט געשריבן:אויפן דעקל שטייט Ami goes to North Korea

inside nk
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 5:49 pm

shalsheles האט געשריבן:איז טורקס געווען אין נארט קארעא?

א צווייטער שרייבער האט דארט באזוכט
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 7:08 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:
shalsheles האט געשריבן:איז טורקס געווען אין נארט קארעא?

א צווייטער שרייבער האט דארט באזוכט

עפעס חידושים?

שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2016 7:01 pm

תגובהדורך שטאטסמאן » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 11:03 pm

גאנץ אינטערעסאנט, די ארטיקל איז צוטיילט אין אפאר חלקים, דאס איז נאר די ערשטע חלק.
איך ווייס באמת נישט צו ער האט געמעגט אהין פארן, ע"פ הלכה, א לאנד ווי מ'קען אים איינזעצן אפילו ווען ער ווייסט נישט וואס ער האט שלעכטס געטון. ער שרייבט אליין אינמיטן אז ער האט געטראכט אז ס'איז א הלכה'דיגע שאלה.
בכל אופן, הייבט ער אן צו פארציילן אז גלייך אין אנפאנג האט ער זיך פארפלאנטערט וועגן זיין תפלין. מתחילה האט ער פרובירט צו באהאלטן אז ער איז א איד, אבער נאכדעם וואס זיי האבן זיך איינגע'עקשנט אז זיי ווילן עס אויפשניידן און קוקן וואס סליגט אינעווייניג, אדער מוז ער עס לאזן ביי זיי ביז ער גייט אהיים, האט ער זיי געזאגט אז ער איז א איד. בקיצור, נאך אסאך שתדלנות איז אים געלונגען צו האלטן מיט זיך די תפלין.

ער איז געגאנגען מיט א גרופע פין כינעזע ביזנעסלייט, אבער ער האט באקומען אן עקסטערע טור גייד וואס קען ענגליש, אבער ער ווייסט נישט צו ס'איז באמת געווען א טור גייד אדער איינער וואס זאל האלטן אן אויג אויף אים.

דארטן אין נארט קאריע איז דער מנהג אז ווען טוריסטן קומען אן מוזן זיך קודם גיין צו א פלאץ וואס דארט איז דא צוויי סטאטוע'ס פון די פאריגע צוויי פירער'ס זייערע, און מ'לייגט דארטן בלומען ביי זייער פוס און מ'ביקט זיך דארטן. די שרייבער האט מורא געהאט אז דער גרעניצט זיך מיט עבודה זרה, האט ער זיך פארענטפערט אז ער קען זיך נישט בייגן יעצט ווייל זיין רוקן טוט אים ווייל פין די לאנגע וועג.
נאכדעם האט אים זיין טור גייד געהייסן אויסטון זיין קעפ, ווייל עס איז נישט קיין כבוד פארנט פין זייערע פירער, האט ער עס אויסגעטון. האט ער אים געזאגט אז ער זאל אויסטון זיין קאפל אויך, האט אים געזאגט אז דאס קען ער נישט אויסטון.
אויפן וועגן ארויס פון דארטן זאגט אים זיין טור גייד " ס'דא אן אויסדרוק, אין רוים פיר דיך אויף ווי א רוימער, א גאסט מוז רעספעקטירן די קולטור פין זיין גאסט געבער. ווייזן דיס-ריספעקט פאר די אייביגע פירער איז אן ערענסטע זאך, ס'איז אויך איליגעל.

די באס טראגט זיי צום האטעל, און מ'לאזט אראפ נאר אים מיט זיין טור גייד. אויפן פראגע ווי די אנדערע גייען, האט ער אים געענטפערט אז די אנדערע האבן באצאלט ווייניגער באקומען זיי א שוואכערע האטעל.
ער קומט אריין אין האטעל זעט ער נאר האטעל ארבעטער, אבער סתם מענטשען זעט ער נישט פאר זיינע אויגן. ער גייט אריין אין עלעוועיטער. אויפן וועג ארויף באמערקט ער אז ס'איז נישט דא קיין נומער פינף. דערמאנט ער זיך אז ער האט אמאל געליינט אז אויף די פיפטע שטאק זיצן חברה און מ'האלט אן אויג אויף יעדעם, און מהערט אויך אונטער אלעס אין יעדע צימער.
זיין טור גייד באגלייט אים ביז זיין צימער, און ער ווארנט אים אן אז ער זאל ארויסגיין צו סאך ווייטער פון די טיר פון די האטעל, ווייל ער קען נישט די לאנד און די שפראך און ער וויל נישט אז ער זאל זיך פארלירן. אויך זאגט ער אים אז ס'געווען דא אן אמעריקאנער וואס האט נישט געפאלגט וואס איך האב אים געזאגט, ער האט זיך ארומגעדרייט אין די שטאט, גענומען בילדער פון וואס מ'טאר נישט, געטון זאכן וואס מ'טאר נישט און ער איז נאכדעם געווען אין ערענסטע פראבלעמען.

ער גייט אריין צו זיך אין צימער, דאווענט, לייגט זיך אריין אין בעט אויסגעמידעד מיטן האפענונג צו כאפן א שטיקל שלאף, אבער די מחשבות האבן אים אנגעפאנגן נאגן.ער הייבט אן טראכטן איבער דער וואס זיין גייד האט אים געזאגט אז ער האט געטון עפעס אומ-לעגאל. פונקט היינט צופרי פארן ארויספארן האט ער גערעדט מיט איינעם וואס איז שוין געווען אמאל באזוכען אין נארט קאריע, און יענער האט אים געזאגט "די ערשטע זאך איז, נישט באליידיגן זייער פירער, זיי וועלן נישט פארשטיין און נישט פארגעבן, ס'איז בעסער נישט צו רעדן ווייל די גייסט אפילו נישט וויסן אז דו האסט זיי באליידיגט", און דא קום איך און ברעך די ערשטע זאך. ווער ווייסט וואס מרעדט יעצט דארטן אויף מיר אין די פיפטע שטאק. יעצט בין איך דא אין די האטעל, און ווי ווייט איך שאץ, בין איך דא איינער אליין אין א האטעל פין 600 צימערן. טעלעפאון האב איך נישט, צוואנציג פאר אויגן קוקען מיך נאך די גאנצע צייט.
אבער איך געב מיך א כאפ, אז כ'בין נישט איינער אליין, די באשעפער איז מיט מיר, בידו אפקיד רוחי מורמעלט ער זיך אונטער, טראכטענדיג אז די תפילה פארט יעצט דורך די ווענט פין די פיפטע שטאק, "ואם רוחי גויתי, ה' לי ולא אירא".

און די עיקר איז אז איך האב מיין תפילין מיט מיר.

המשך יבוא אין די קומענדיגע אויסגאבע[ס] אי"ה.
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2460
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 1:24 am

Thanks

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 1:37 am

ער שרייבט אויך וויפיל ער האט געדארפט באהאלטן פון זיי אז ער איז חלילה נישט קיין זשורנעליסט, נאר א בלויזער טוריסט, וויבאלד עס קען אים קאסטן ביטער טייער. קיין זשורנאליסט טאר נישט אריינקומען דארט אין לאנד. (געליינט אין בקהילה סוכות, פונעם זעלבן שרייבער).

אגב, געליינט אין עמי די ארטיקל פון מרן הגר"ד סאלאווייציק ולהבדיל ישראל אייכלער און טל איבערן גזירת הגיוס, איך ווייס נישט וויאזוי זיי/ער שעמט זיך נישט צו שרייבן אז ער האט אים קיינמאל נישט אויסגעזאגט פאר ראש ישיבה און די איבריגע פאליטיקאנטן אז דער אינטערוויו גייט פובליצירט ווערן. ער האט אים איינגערעדט אז עפעס א רב אין אמעריקע (אויך געזאגט א נאמען פארן ר"י, דער נאמען איז געהיט אין רעדאקציע...) האט אים געשיקט אויסצוגעפינען אינפאו אויפן גזירת הגיוס.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 1:41 am

אגב, איך געדענק נישט אויב כ'האב שוין געשריבן אדער נישט. איך האב דורכגעליינט כמעט אלע מאגאזינען אויף אלע שפראכן דעם יום טוב. עמי איז אריינגעקומען דאס שטערקסטע וואס מעגליך אזוי ווי די פאריגע ימים טובים. אלע סארט ארטיקלן, זייער שיין אהערגעשטעלט. שאנכאי, פארגעסענע סוכות אין פוילין, גיוס, קארעא, א נחת געווען צו ליינען.
(אגב גלייב איך נישט אז זיי האבן א קאמענטירער אדער ליינער דא אויף אייוועלט פון זייער סטעף...)
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דינסטאג אוקטובער 10, 2017 9:12 am

יאיר גאלד האט געשריבן:(אגב גלייב איך נישט אז זיי האבן א קאמענטירער אדער ליינער דא אויף אייוועלט פון זייער סטעף...)

פארוואס יא? זייערע קונדן עפ"י רוב דרייען זיך נישט דא.

אויפצוהאלטן א באצאלטע שרייבער אויף אייוועלט לויט זיך נאר פאר לאקאלע וואלן אין בלומבערג/דזש. סיטי אדער אויב איר זענט די עקזעקיוטיוו פונעם מאמענט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג אוקטובער 15, 2017 1:53 pm

יאיר גאלד האט געשריבן:ער שרייבט אויך וויפיל ער האט געדארפט באהאלטן פון זיי אז ער איז חלילה נישט קיין זשורנעליסט, נאר א בלויזער טוריסט, וויבאלד עס קען אים קאסטן ביטער טייער. קיין זשורנאליסט טאר נישט אריינקומען דארט אין לאנד. (געליינט אין בקהילה סוכות, פונעם זעלבן שרייבער).

אגב, געליינט אין עמי די ארטיקל פון מרן הגר"ד סאלאווייציק ולהבדיל ישראל אייכלער און טל איבערן גזירת הגיוס, איך ווייס נישט וויאזוי זיי/ער שעמט זיך נישט צו שרייבן אז ער האט אים קיינמאל נישט אויסגעזאגט פאר ראש ישיבה און די איבריגע פאליטיקאנטן אז דער אינטערוויו גייט פובליצירט ווערן. ער האט אים איינגערעדט אז עפעס א רב אין אמעריקע (אויך געזאגט א נאמען פארן ר"י, דער נאמען איז געהיט אין רעדאקציע...) האט אים געשיקט אויסצוגעפינען אינפאו אויפן גזירת הגיוס.

דער הורוויץ איז גוט משוגע!! ער האט מיר ארויסגענומען מיין נשמה ביי דער זיך נישט ביקן און אויסטון דער קאפל...אבער עס איז פיין... (ער שרייבט אנהויב אז דער עמי מערכת האט נישט עכט געוואלט אים לאזן און ער האט עס געטון אליינס און אין היינדסייט איז עס נישט געווען קיין ריכטיגע החלטה און ער עצה'ט יעדן אנקעגן דעם...)

פאר אייכלער שטייט נישט אז ער איז נאר געקומען בשם יענער רבי, ער זאגט אים נאר אינמיטן אויף עפעס ספעציפיש אז יענער וויל וויסן. ביים ראש ישיבה טוט ער עס טאקע ממש אזוי (ער וועט דאך נישט וויסן אז עס איז פאבליק...) אבער למעשה פאריגע מאל האט אים דער ר"י (לכה"פ אויב שרייבט ער אמת...) דייקא געהייסן צו פארשפרייטן זיין מיינונג און ווייגעשריי, סאו עס איז אים מסתם ניחא.

פיין הנאה געהאט פון דער גאנצער פעקל (וויפיל איך בין אנגעקומען, ווייט פון האלב...), טורקס מיט זיינע clichés איז גוט און קריעיטיוו ווי רוב מאל, גיוס איז אינפארמירנד, די וויזיטן צו שאנכיי טשערנאביל און נארט קאריע זענען פיין, דער מרדכי ציבין ארטיקל איז מאדנע אבער אינטערסאנט..., און וואס נישט... אה דזשאן לאפטאוס דמיון'ט שוין איבער אנדערעס דמיונות...
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1265
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » זונטאג אוקטובער 15, 2017 6:12 pm

יאיר גאלד האט געשריבן:אגב, איך געדענק נישט אויב כ'האב שוין געשריבן אדער נישט. איך האב דורכגעליינט כמעט אלע מאגאזינען אויף אלע שפראכן דעם יום טוב. עמי איז אריינגעקומען דאס שטערקסטע וואס מעגליך אזוי ווי די פאריגע ימים טובים. אלע סארט ארטיקלן, זייער שיין אהערגעשטעלט. שאנכאי, פארגעסענע סוכות אין פוילין, גיוס, קארעא, א נחת געווען צו ליינען.
(אגב גלייב איך נישט אז זיי האבן א קאמענטירער אדער ליינער דא אויף אייוועלט פון זייער סטעף...)



איך האב אויך דורכגעליינט אלעס אלעס, די עמי איז לכאורה די שטערקסטע, די ענגלישע משפחה אויך געווען מאסיוו, אבער די עמי איז נאכאלס געווען נומער איין.

דער אייזיק הוראוויץ איז א מייסטער דזשורנאליסט! סיי אין טשערנאביל און סיי אין צפון קארעא (דער דעמאקראטישער רעבופליק..)
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט