"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך טראמבאן » דינסטאג מאי 26, 2020 2:27 pm

בלא בלא בלא האט געשריבן:ענדיגן מסכתות הש"ס א דאנק "מיט ראמני'ס" פארלוסט?... סאונדט פאני

לכאורה האט זיך דער אינגערמאן ארויסגעלאזט פון פאליטיק נאכן ראמני פארלוסט

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר חמש מאות
תגובות: 540
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך בלא בלא בלא » דינסטאג מאי 26, 2020 3:02 pm

טראמבאן האט געשריבן:
בלא בלא בלא האט געשריבן:ענדיגן מסכתות הש"ס א דאנק "מיט ראמני'ס" פארלוסט?... סאונדט פאני

לכאורה האט זיך דער אינגערמאן ארויסגעלאזט פון פאליטיק נאכן ראמני פארלוסט

הייסט כ'קענמעך נאך זעצן לערנען נאך טראמפ'ס ווידערערוויילונג....?
מייניש כ'ווייס נישט וואו כ'שטיי איין, כאניש קאנאנוג;

יין שרף
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 13, 2013 10:56 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך יין שרף » מיטוואך מאי 27, 2020 10:20 am

די מאמענט איז שוין אין די געשעפטן?

ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1417
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך ליבלעך » מיטוואך מאי 27, 2020 10:22 am

יא

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1735
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך ממש אזוי » מיטוואך מאי 27, 2020 11:16 am

ליבלעך האט געשריבן:די ר׳ מרדכי גנוט אינטערוויו זאל בעסער זיין געשריבן דורך א גוטן שרייבער... שוין לאנג וואס איך וויל לייענען אן אינטערוויו מיט אים.


איז וויבאלד דו ווילסט שוין לאנג ליינען אן אינטערוויו מיט אים, דארף עס זיין בעסער געשריבן דורך א גוטן שרייבער?

איר רעדט נישט צום דבר ר׳ איד. חוץ מזה עס גרעניצט זיך מיט אומ׳גוטע מידות צו געבן אזא מאך אוועק מיט די הענט איינעם׳ס שווערע הארעוואניע.

מבהיל על הרעיון ווי סעלפיש מענטשן קענען זייין.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
היטשינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך היטשינער » מיטוואך מאי 27, 2020 11:27 am

איך האף אז עס וועט אנקומען קיין א"י פאר יו"ט איך מוז ליינען וואס אלי' יואל האט צו שרייבן אויף די משוגעים פון קדיתא.
אין מקוה צו גיין, אפי' עס איז נישט ריין, דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך מאי 27, 2020 11:34 am

ממש אזוי האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:די ר׳ מרדכי גנוט אינטערוויו זאל בעסער זיין געשריבן דורך א גוטן שרייבער... שוין לאנג וואס איך וויל לייענען אן אינטערוויו מיט אים.


איז וויבאלד דו ווילסט שוין לאנג ליינען אן אינטערוויו מיט אים, דארף עס זיין בעסער געשריבן דורך א גוטן שרייבער?

איר רעדט נישט צום דבר ר׳ איד. חוץ מזה עס גרעניצט זיך מיט אומ׳גוטע מידות צו געבן אזא מאך אוועק מיט די הענט איינעם׳ס שווערע הארעוואניע.

מבהיל על הרעיון ווי סעלפיש מענטשן קענען זייין.

וואו האט ער אוועק געמאכט? ער האט סך הכול געזאגט אז ער האפט אז עס איז א גוטע שרייבער, ער האט נישט געזאגט אז עס איז נישט.

איך כאפ נישט דיינע טענות.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1735
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך ממש אזוי » מיטוואך מאי 27, 2020 12:06 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:די ר׳ מרדכי גנוט אינטערוויו זאל בעסער זיין געשריבן דורך א גוטן שרייבער... שוין לאנג וואס איך וויל לייענען אן אינטערוויו מיט אים.


איז וויבאלד דו ווילסט שוין לאנג ליינען אן אינטערוויו מיט אים, דארף עס זיין בעסער געשריבן דורך א גוטן שרייבער?

איר רעדט נישט צום דבר ר׳ איד. חוץ מזה עס גרעניצט זיך מיט אומ׳גוטע מידות צו געבן אזא מאך אוועק מיט די הענט איינעם׳ס שווערע הארעוואניע.

מבהיל על הרעיון ווי סעלפיש מענטשן קענען זייין.

וואו האט ער אוועק געמאכט? ער האט סך הכול געזאגט אז ער האפט אז עס איז א גוטע שרייבער, ער האט נישט געזאגט אז עס איז נישט.

איך כאפ נישט דיינע טענות.


אה. זיינע ווערטער האבן אויסגעקוקט זייער נעגאטיוו און האבן געגעבן דעם רושם ווי ער האט עס שוין געקויפט און ער גיט זיינע צוויי טייערע צענט אויף דעם ארטיקל.
יעצט אז איך ליין עס איבער זע איך אז תרתי משמע, און מען קען זיך טועה געווען. איך בעט איבער דעם חשובן איד.
אלנפאלס, נאך די לעצטע פאר וואכן פון הערליכע קאנסטראקטיווע קריטיק וואס עס האבן זיך דא געגאסן ווי פליסיגע וואסערן ווייזט אויס אז פחזתי כמים צו קומען צום מסקנא אז נאך איינער לייגט ארויס זיינע פערל'דיגע מחשבות.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך צד תמות » מיטוואך מאי 27, 2020 12:19 pm

איז דא נאך ספרים פון הגאון הגדול ר' מרדכי גנוט? חוץ די לוח.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5498
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך eller » מיטוואך מאי 27, 2020 1:09 pm

eller האט געשריבן:ווי די אנדערע שוין ערווענט, אונז זעמיר א וועכענטליכע ליינער פון דאשקע לדאשקע, געווענליך האב איך 90 פראצענט הנאה פון די מאמענט.
די וואך פיל איך ממש ווי עס איז נישט ווערד געווען דאס 5 טאלער פאר דעם, קען זיין אז וויבאלד כ'בין נישט קיין באבובער האט מיר נישט אינטערסירט די געשיכטע פונעם משב"ק, (אויב אזוי קען איך אויף פארשטיין ווען פאר א באבובער אינטערסירט נישט זאכן פון די סאטמארע קהילה.) און כ'ווייס נישט פארוואס די וואך האב כ'געפילט אז די מאמענט איז מיר נישט געווען מער ווי 10 פראצענט אינטערסאנט.
כ'פיל אז אמאל איז די מאמענט געווען היבש אינטערסאנטער...

די שבועותדיגע מאמענט נאכן אדורך בלעטערן זעהט עס אויס גאר אינטערסאנט.
א דאנק פארן אונז צושטעלן די וואך אזא רייכע אויסגאבע.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
שלמה מולכו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:18 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך שלמה מולכו » מיטוואך מאי 27, 2020 2:24 pm

היטשינער האט געשריבן:איך האף אז עס וועט אנקומען קיין א"י פאר יו"ט איך מוז ליינען וואס אלי' יואל האט צו שרייבן אויף די משוגעים פון קדיתא.

אלי׳ יואל ווערט משוגע פאר נאטור,
ער האט אמאל געשריבן א גאנצע ארטיקל ווי ער האט אריינגעמופט אין א וואלד פאר אפאר טעג.

כ׳האב נעכטן געליינט די ארטיקל, ער שרייבט זייער פאזיטיוו,
מיט אזעלכע אויסדרוקן, ווי גן עדן התחתון, הלואי קען איך דא בלייבן פאר אייביג, און נאך.
אויב זעסטו אין מיין תגובה סיי וועלכע, טשעפע, פליק, אדער אויסדרוק, וואס קען וויי טוען א צווייטן, זאלסטו וויסן אז אדער דו האסט נישט פארשטאנען וואס איך זאג, אדער האב איך נישט געוואוסט אז איינער גייט ווערן וויי געטוען פון מיינע ווערטער.

אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך שרייב » מיטוואך מאי 27, 2020 6:48 pm

די וואך איז די מאמענט א קנאק
שכח' פאר די מאמענט שטאב
איך האב שטארק הנאה
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2522
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך מאי 27, 2020 7:36 pm

נאכנישט געליינט דעם בעיר דוד ארטיקל אבער דאס ברענגט ארויף דעם טעם פון פיינע פאפיטאס.... איינער איז מיט מיר?

!want to be good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך !want to be good » דאנארשטאג מאי 28, 2020 1:35 pm

נקודהלע האט געשריבן:
!want to be good האט געשריבן:איך האב זייער ליב בכלליות די מאמענט, עס איז זייער אפן און ברייט.....

ס'דא א"ג ברייטקייט וואס קומט פון שמאלקייט... אד"ז פארקערט
אז מ'געט א קינד א באקס מעטשעס צו טון דערמיט וואס ער וויל, קומט עס נישט פון ברייטקייט
"עולם הזה האבן אונזערע אידן" (די רבי זכותו יגן עלינו, אויסדריקענדיג אמאל: "עולם הבא גלייבן מיר אז ס'שטייט אין די משנה כל ישראל יש להם חלק, אבער עולם הזה האבן נאר אונזערע אידן..." נאכן צוזאמהערן זייערע צרות ביים פראווענען)

(קלארשטעלונג: מיינע ווערטער זענען נישט מיוחד אויף די מאגעזין, נאר מער אויף די תגובה... ס'איז נוגע גאר אסאך)



דיסקלעימע''ר
די אלע משלים זענען טאקע נאר משלים! ביטע נישט אנהייבן א ויכוח וועגן די משלים!
איך ברענג פשוט ארויס די צוויי סארט מענטשן. יישר כח!

די אייבערשטער האט באשאפן 2 סארט מענטשן,

דער ערשטע סארט איז בטבע איינער וועלכע האט ליב צו באלאנגען אין זיין חסידות, זיין בית המדרש, וכו', און עס וועט אים קיינמאל נישט בייפאלן צו גיין צו א צווייטע אדמו''ר - נישט ווייל ער האלט נישט פון אים, נאר דאס איז זיין תכונת הנפש. אזוי אויך וועט ער נאר פארן אין קאנטרי דארט ווי מען פירט זיך צו פארן שוין 60 יאר.... ער וועט נאר שיקן זיינע בחורים אין די ישיבה פון זיין פארטיי אפילו עס הינקעט אינטער - פשוט ווייל ער האלט אז די מעלות פון ''זיין אין די סיסטעם'' וועגט איבער די חסרונות וואס די ישיבה זאל נאר האבן. ער וועט נאר האבן אין שטוב תולדות פון זיין אדמו''ר,

ווידער דער צווייטער איז איינער וועלכע בטבע אפילו ער האט זיין רבי, שול, וכו', וועט ער נאך אלץ ארומלויפן צו זעהן אלע אנדערע גדולי ישראל, ער וועט פארן יעדע זומער אין א אנדערע סטעיט, ער וועט גיין דאווענען אין עטליכע שולן... ער וועט שיקן זיינע קינדער אין ישיבות וועלכע ער האלט עס איז גוט פאר זיי אפילו עס איז נישט בנשיאות זיין פארטיי, ער וועט קויפן אויך תולדות פון די אנדערע גדולים צב''ש מנחת יצחק, טשעבין'ע רב, הרב וואזנער, וכדומה להן.

קיינער פון די צוויי איז נישט שלעכט אדער גוט, עס איז פשוט א תכונת הנפש. לאמיר געבן א משל די הייליגע ריבניץ'ער זצ''ל, לויט ווי עס קוקט אויס ביים ציון יעצט קען מען מיינען אז בחייו האט ער געהאט 1000 אידן ביי יעדע טיש... אבער די וואס געדענקען.... ווי וואס ווען..... רוב סאטמאר'ע אידן האבן זייער דביקות צו צדיקים זיי געשטיפט זיך צו ווייקן ביים רבי'ן ז''ל, רוב פאפא אידן האבן זיך געדרייט ביי פאפא רב ז''ל, אא''ו. יא עס זענען געווען אסאך וואס זייער דביקות צו צדיקים + זייער תכונת הנפש האט זיי געשטיפט צו יא גיין זיך דרייען ביים ריבניץ'ער.

דער ''סיסטעם מענטש'' ווען ער הערט אז זיין ברודער/שכן שיקט זיינע בחורים צו א צווייטע ישיבה ער ''קען'' עס נישט פארשטיין, זיין טבע שרייט אז מען טאר דאס נישט טון!
ווידער דער צווייטער סארט מענטש ווען ער זעט זיין ברודער שיקט יא אין די חסידות ישיבה אפילו ווען עס איז נישט די בעסטע, דאס קען ''ער'' נישט פארשטיין....

פאר די ערשטע סארט מענטש איז דא די קהילה ליין, די קהילה גליונות, און די קהילה צייטונג.
ווידער די אנדערער פאר אים איז דא די מאמענט! ער איז זיך מחייה דערמיט.....

אויב איינער שפירט די מאמענט איז נישט פאר אים, נישט קיין פראבלעם! איינער האט ליב אייסקריעם, און איינער טשולענט. ולא פליגי! הא לן והא להו.


דיסקלעימע''ר
די אלע משלים זענען טאקע נאר משלים! ביטע נישט אנהייבן א ויכוח וועגן די משלים!
איך ברענג פשוט ארויס די צוויי סארט מענטשן. יישר כח!
נישט פארגעסן! די שומר ישראל איז אונזער'ס א נאנטע קרוב!

גרויסע עם הארץ
שר האלף
תגובות: 1740
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג מאי 28, 2020 1:56 pm

אין די נפשי האב איך וואס צו קוקן אויף די לינקע זייטן?
הריוח של הנשמה הוא, ששלחה ד' ב"ה למקום גדודי חיות ואריות, ולחמה עמם, והצילה עצמה. וזהו תכלית ביאתה ועוצם גבורתה בעבודת השם.
(חפץ השם, מס' שבת קנב:)

טוה נישט מארגן וואס די קענסט טוהן היינט

אויב ווילט איר אז איך זאל ענטפערן אויף אייער תגובה ציטיר מיר

נשמת השכל
שר האלף
תגובות: 1357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך נשמת השכל » זונטאג מאי 31, 2020 2:48 am

!want to be good האט געשריבן:די אייבערשטער האט באשאפן 2 סארט מענטשן,

און אויך דריי און פיר, אא"וו...
איך בין אזוי "שטארק" אז איך האב אפילו נישט קיין פראבלעם צו זיין "שוואך"...

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 634
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך טישטוך » זונטאג מאי 31, 2020 3:02 am

די מאמענט פון שבועות איז זייער זייער אינטערסאנט, ארויף עטליכע שטאפלען פון די פריערדיגע וואכן.

עס האט זיך אמת'דיג אויסגעצאלט.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך פ' לך לך » זונטאג מאי 31, 2020 5:11 pm

מיט די פאלגענדע שורות ווייס איך נישט צו איך בין גערעכט, אדרבה זאגטס מיר.
די אינטערוויא מיט מרת כ. איז לענ"ד א פרישע פירצה ביהדות החרדית, איך געדענק נישט אז עס זאל האבן געווען אין סיי וועלכע היימישע צייטונג אדער מאגאזין אן אפיציעלע אינטערוויא מיט א פרוי, אויסער ווען דאס געפינט זיך אין א פרויען אפטיילונג. דאס איז א נייע דערהער א נייע דרגה אין נידעריגקייט צו ווי מען האט זיך אראפ געלאזט.
אויך אינעם נפשי איז דא אן אפיציעלע ארטיקל פון א פרויען טעראפיסט. דאס איז אן עולה וואס דארף אדרעסירט ווערן מבעוד מועד. מען שרייבט אפיציעל ארויס די פולע נעמען פון די פרויען אן קיין בושה, ווער ווייסט ווי דאס וועט זיך אפשטעלן, מען הייבט אהן ביי א פרוי פון א חסד ארגעניזאציע והותרה הרצועה פאר סיי וועלכע פרוי צו לאזן הערן איר מיינונג.
און די עולה איז פון ביידע זייטן, סיי פונעם מאגאזין און סיי פון דער וואס האט געגעבן דעם אינטערוויא. א פרוי זאל זיך אפיציעל ארויס צו געבן אן אינערוויא פאר אן אויסגאבע וואס איז געווידמעט אויך פאר פאר מענער און פאר בחורים? קען מען דען נישט ארויסשטעלן קיין מאן וואס זאל זיין די ווארטזאגער? לענ"ד פאדערט דאס אן התנצלות.


א קאמפלימענט דארף מען אויך געבן. די שבועות אויסגאבע איז געווען גאר תוכן'דיג, מלא וגדוש, גדוש ומלא, אפילו די אינטערוויא איז אויך זייער אינטערסאנט געווען, והעולה על כולם איז דער שמועס מיט הרב גענוט, אבער ס'דארף זיין אויסגעהאלטן בצניעות ובהשקפה.
לעצט פאראכטן דורך פ' לך לך אום זונטאג מאי 31, 2020 5:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מנחם נחום
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך מנחם נחום » זונטאג מאי 31, 2020 5:18 pm

פ' לך לך האט געשריבן:מיט די פאלגענדע שורות ווייס איך נישט צו איך בין גערעכט, אדרבה זאגטס מיר.
די אינטערוויא מיט מרת כ. איז לענ"ד א פרישע פירצה ביהדות החרדית, איך געדענק נישט אז עס זאל האבן געווען אין סיי וועלכע היימישע צייטונג אדער מאגאזין אן אפיציעלע אינטערוויא מיט א פרוי, אויסער ווען דאס געפינט זיך אין א פרויען אפטיילונג. דאס איז א נייע דערהער א נייע דרגה אין נידעריגקייט צו ווי מען האט זיך אראפ געלאזט. אויך אינעם נפשי איז דא אן אפיציעלע ארטיקל פון א פרויען טעראפיסט. דאס איז אן עולה וואס דארף אדרעסירט ווערן מבעוד מועד. מען שרייבט אפיציעל ארויס די פולע נעמען פון די פרויען אן קיין בושה, ווער ווייסט ווי דאס וועט זיך אפשטעלן, מען הייבט אהן ביי א פרוי פון א חסד ארגעניזאציע והותרה הרצועה פאר סיי וועלכע פרוי צו לאזן הערן איר מיינונג.
און די עולה איז פון ביידע זייטן, סיי פונעם מאגאזין און סיי פון דער וואס האט געגעבן דעם אינטערוויא. א פרוי זאל זיך אפיציעל ארויס צו געבן אן אינערוויא פאר אן אויסגאבע וואס איז געווידמעט אויך פאר פאר מענער און פאר בחורים? קען מען דען נישט ארויסשטעלן קיין מאן וואס זאל זיין די ווארטזאגער? לענ"ד פאדערט דאס אן התנצלות.

בכלל ווי איז געהערט געווארן אז פרויען זענען בראש פון ארגינעזעשאנס? קען זי נישט ארויסשטעלן א מאנספערזאן וואס זאל עומד זיין בראש?

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך לא לנו » זונטאג מאי 31, 2020 5:22 pm

פ' לך לך האט געשריבן:מיט די פאלגענדע שורות ווייס איך נישט צו איך בין גערעכט, אדרבה זאגטס מיר.
די אינטערוויא מיט מרת כ. איז לענ"ד א פרישע פירצה ביהדות החרדית, איך געדענק נישט אז עס זאל האבן געווען אין סיי וועלכע היימישע צייטונג אדער מאגאזין אן אפיציעלע אינטערוויא מיט א פרוי, אויסער ווען דאס געפינט זיך אין א פרויען אפטיילונג. דאס איז א נייע דערהער א נייע דרגה אין נידעריגקייט צו ווי מען האט זיך אראפ געלאזט.
אויך אינעם נפשי איז דא אן אפיציעלע ארטיקל פון א פרויען טעראפיסט. דאס איז אן עולה וואס דארף אדרעסירט ווערן מבעוד מועד. מען שרייבט אפיציעל ארויס די פולע נעמען פון די פרויען אן קיין בושה, ווער ווייסט ווי דאס וועט זיך אפשטעלן, מען הייבט אהן ביי א פרוי פון א חסד ארגעניזאציע והותרה הרצועה פאר סיי וועלכע פרוי צו לאזן הערן איר מיינונג.
און די עולה איז פון ביידע זייטן, סיי פונעם מאגאזין און סיי פון דער וואס האט געגעבן דעם אינטערוויא. א פרוי זאל זיך אפיציעל ארויס צו געבן אן אינערוויא פאר אן אויסגאבע וואס איז געווידמעט אויך פאר פאר מענער און פאר בחורים? קען מען דען נישט ארויסשטעלן קיין מאן וואס זאל זיין די ווארטזאגער? לענ"ד פאדערט דאס אן התנצלות.

כ'מיין סאיז שוין געווען אזאנס אין מאמענט, ביים אשת חבר כולל חצות,

פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך פ' לך לך » זונטאג מאי 31, 2020 5:24 pm

מנחם, דאס איז נישט קיין טענה, דאס איז א זאך וואס געשעט במציאות. (איך וויל נישט מאריך זיין כדי נישט צו פארפירן די אשכול און א צווייטן ריכטונג וואס האט נישט מיטן מאמענט).
לא לנו, דארט איז כאטש אביסל אנדערש אז עס איז נישט געווען קיין אפיציעלע פערזאן, מיט א נאמען וכו'

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך לא לנו » זונטאג מאי 31, 2020 5:44 pm

פ' לך לך האט געשריבן:מנחם, דאס איז נישט קיין טענה, דאס איז א זאך וואס געשעט במציאות. (איך וויל נישט מאריך זיין כדי נישט צו פארפירן די אשכול און א צווייטן ריכטונג וואס האט נישט מיטן מאמענט).
לא לנו, דארט איז כאטש אביסל אנדערש אז עס איז נישט געווען קיין אפיציעלע פערזאן, מיט א נאמען וכו'

ביי א ציבורישע פרוי איז נישט אזוי אויפפאלד
כ'שטעל מיר פאר ווען שרה שארמאשער וואלט היינט געלעבט וואלטן אלע אויסגאבעס געהאט שמועסן מיט איר.

קענטאקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך קענטאקי » זונטאג מאי 31, 2020 8:29 pm

לא לנו האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:מנחם, דאס איז נישט קיין טענה, דאס איז א זאך וואס געשעט במציאות. (איך וויל נישט מאריך זיין כדי נישט צו פארפירן די אשכול און א צווייטן ריכטונג וואס האט נישט מיטן מאמענט).
לא לנו, דארט איז כאטש אביסל אנדערש אז עס איז נישט געווען קיין אפיציעלע פערזאן, מיט א נאמען וכו'

ביי א ציבורישע פרוי איז נישט אזוי אויפפאלד
כ'שטעל מיר פאר ווען שרה שארמאשער וואלט היינט געלעבט וואלטן אלע אויסגאבעס געהאט שמועסן מיט איר.


שרה שארמאשער איז געווען א צווייטע זאך, ס'איז אין בדומה לה.
אפשר אז ס'עצעך מאכן נאך א פרוי וואס דרייט זיך געהעריג צווישן מענער, וועט מען דעמאלטס רעדן..

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2522
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג מאי 31, 2020 9:43 pm

לא לנו האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:מיט די פאלגענדע שורות ווייס איך נישט צו איך בין גערעכט, אדרבה זאגטס מיר.
די אינטערוויא מיט מרת כ. איז לענ"ד א פרישע פירצה ביהדות החרדית, איך געדענק נישט אז עס זאל האבן געווען אין סיי וועלכע היימישע צייטונג אדער מאגאזין אן אפיציעלע אינטערוויא מיט א פרוי, אויסער ווען דאס געפינט זיך אין א פרויען אפטיילונג. דאס איז א נייע דערהער א נייע דרגה אין נידעריגקייט צו ווי מען האט זיך אראפ געלאזט.
אויך אינעם נפשי איז דא אן אפיציעלע ארטיקל פון א פרויען טעראפיסט. דאס איז אן עולה וואס דארף אדרעסירט ווערן מבעוד מועד. מען שרייבט אפיציעל ארויס די פולע נעמען פון די פרויען אן קיין בושה, ווער ווייסט ווי דאס וועט זיך אפשטעלן, מען הייבט אהן ביי א פרוי פון א חסד ארגעניזאציע והותרה הרצועה פאר סיי וועלכע פרוי צו לאזן הערן איר מיינונג.
און די עולה איז פון ביידע זייטן, סיי פונעם מאגאזין און סיי פון דער וואס האט געגעבן דעם אינטערוויא. א פרוי זאל זיך אפיציעל ארויס צו געבן אן אינערוויא פאר אן אויסגאבע וואס איז געווידמעט אויך פאר פאר מענער און פאר בחורים? קען מען דען נישט ארויסשטעלן קיין מאן וואס זאל זיין די ווארטזאגער? לענ"ד פאדערט דאס אן התנצלות.

כ'מיין סאיז שוין געווען אזאנס אין מאמענט, ביים אשת חבר כולל חצות,

אינטערוויו מיט מרת רובאשקין

Clm
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: "מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

תגובהדורך Clm » זונטאג מאי 31, 2020 10:48 pm

איך מעג זאגען מיין מיינאג אויף די מאמענט די וואך אדער נאר פאזעטיוו מעג מען?


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט