"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

מי כעמך
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

תגובהדורך מי כעמך » זונטאג דעצמבער 08, 2019 4:25 pm

געליינט מאמענט די וואך און מורא'דיג הנאה געהאט, לוי יאקאב האט געמאכט א עקסעלענט דזשאב, אלס איינער וואס איז נישט דארט געווען איז עס געווען זייער אינטרעסאנט צו ליינען, עס איז גאר גוט באשריבן און זיין זאלץ און פעפער געמישט מיט הומאר איז געוואלדיג, קריטיק דארפעך אבער אויך געבן אז עס איז באשריבן גאנץ און קורצן עס וואלט נישט געשאדט ווען ער שרייבט ווען מער דזשורנאליסטישע קרישקעלעך, ווי מען רופט עס.
בכלל האלטעך אז מאמענט וואלט געמעגט צולייגן נאך אזא לכה''פ צוואנציג זייטן יעדע וואך אז דער 5 דאללער זאל זיך אויסצאלן סיי פאר די לאנגע פרייטאג צונאכטס און סיי פאר די לאנגע מוצאי שבת.
אזוי אויך די ארטיקל פון דער בערלינער רבי איז גאר אינטרעסאנט און דראמאטיש, אויב וואלטן אזעלעכע ארטיקלען געווען א אפטער גאסט וואלט איך געווען א קביעות'דיגע מאמענט ליינער.
אז מ'איז פארבינדען פון אויבן פאלט מען נישט פון אונטען 10x(כרובים עליונים)

אוועטאר
אנליין סעלער
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:29 pm
לאקאציע: ראשו ורובו אין עמעזאן

תגובהדורך אנליין סעלער » זונטאג דעצמבער 08, 2019 4:44 pm

געליינט שבת, זייער א שיינע ארבעט געמאכט, די פליגער חלק האט מיך געמאכט לאכן אפאר מאל אינמיטן, זייער זיס אראפגעלייגט אוון אריזשינעל א בילד פון א פליגער געפאקט מיט הונדערטער חסידישע סאטמארער אידן וואס זענען הייפער פארנדיג צו זייער רבי׳ן, און מאכן מנינים מיט אפיעלס אין די לופטן

די שקל הטהור חלוקה גאר הערליך געשילדערט, מיט די שמחה ביי די ארץ ישראלדיגע מוסדות, די חלק וויאזוי מ׳האט מכבד געווען די ״אמעריקאנע״ זייער אינטרעסאנט געוען

טאקע נאכן ליינען אזויפיל דעקונג און נייעס און באריכטן און בילדער אין די אויסגאבעס די לעצטע פאר וואכן, איז געווען געשמאק צו ליינען א פרישע פערספעקטיוו פון א זייטיגע קוקווינקעל וואס נעמט זייער שיין צוזאם די גאנצע היסטארישע נסיעה און די קידוש ה׳ וואס איז ארויסגעקומען פון דעם

דיסקלעימער: איך בין נישט א מאמענט ליינער יעדע וואך, סאו איך נעם נישט א שטעלונג איבער די מאגאזין גופא. גקויפט נאר די וואך צו קוקן די סאטמאר באשרייבונג און זייער הנאה געהאט.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג דעצמבער 08, 2019 4:48 pm

eller האט געשריבן:
בלא בלא בלא האט געשריבן:עס ברויך זיין גאר אינטרעסאנט צו לעזן אן ארטיקל פון אן אייגנארטיגע שילדערונג איבער א שרייבער וואס האט מיטגעלעבט אזא היסטארישע און קרישקבארער זאך. (הגם איך ווייס נישט צו דער נייע שרייבער לוי יאקאב מאכט אזא גוטע ארבעט ווי חנוך, ראזען צו כדומה)
אפגעזען וואו די באלאנגסט; פונקט וואו סעדיר געווען אינטרעסאנט צו ליינען לעצטע וואך די באשרייבונג פון כינוס חב"ד, און אפשר דארף דאס דיר זיין נאך אינטרעסאנטער זייענדיג נענטער צו דא וואו צו חב"ד.

---

עפעס פונקט האט ער די וואך פארשטאנען די טענה פון די ווייב זיינע... יעדער ווייסט דעם ענטפער רבי'לע. - מסתם האסטו לעצטע וואך פארשטאנען די טענה פון דיין ווייב\טאכטער\נעפיו איבער די "א בליק" צו כדומה... אפילו דו שרייבסט אז דו באלאנגסט יא דארט...


---

לאמיר קודם אנפאנגען מיט דיין נאמען.... בלא בלא בלא.... און קענסט צולייגן נאך אפאר..... :wink:
אקעי צוריק צום ענין.
קודם ווער ס'ווייסט נאך נישט פון מיין אלע תגובות דא כ'בין גאר א שטארקע חסיד פון מהרז"ל. פינטל
יעצט קודם צום באשרייבונג כ'מוז זאגן אז לוי יאקאב האט אראפגעלייגט א מעסיוו מעסיוו זשאב אזוי רייך באשריבן, און די הויפט זאך איז אז ס'איז נישט געשריבן פארטייאיש..נישט קיין איין ווארט וואס פאמפט די חסידות.. פשוט באשריבען זייער שיין אלע קרישקעלעך ארום און ארום. געמיינט אז ער איז נאר א פשוטע אפענע שמועסער...
אבער מיט דעם אלעם האלט איך אז ס'בלאנגט נישט פאר די מאמענט צו באשרייבן א זאך וואס נאר א חלק עולם גייט הנאה האבן דערפון.. ווי למשל אויב מען גייט מאכן די הויפט מאמענט צו באשרייבן פאפא, הגם כ'האב גארנישט קעגן פאפא, גיי איך נישט האבן וואס צו ליינען יענע וואך. און באצאלט האב איך שוין פון אנהייב יאר.. איי חב"ד ? יא כ'האלט אז דאס האט יעדער איינער הנאה געהאט דאס איז א זאך וואס האט נישט מיט קיין חסידות אדער פארטיי..
--
יעצט צוריק צום עיקר טענה אקעי נעם אראפ מיין ווייב כ'האב פשוט געוואלט זאגן אז די טאנע הער איך שוין וואך איין וואך אויס נאר יעצט האט מיר עס געכאפט..
צונעמען א מענטש'ס פנים און עס אויסשפריייטען אויף די גאנצע דעקל (יא אפילו מיין רבי....) איז זייער פראסט און עקעלדיג... מ'קען אפציילן וויפיל האר יענער האט אא"וו.. (געדענק איך אז ביי די בילד פון עלאן דערשאוויטץ האב כ'באטראכט וויפיל לעכער זיין פנים האט.... :roll:) איך בין נייגעריג צו איינער האלט אנדערש...
איך מיין אז קיין איין אנדערע אידישע מאגעזין לייגט נישט אזלעכע דעקלעך (אפילו אויב מען לייגט פון א מענטש לייגט מען פון די גאנצע מענטש און נישט אריינגעזאמט און פארצוף...)

Big deal

אוועטאר
שפע רב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 5:53 pm

מאמענט איז שוין געווען אויסגעגאנגן אין מיין געשעפט. ווען וועלן זיי זיך אויסלערנען אז פאר א יום טוב אדער נאך א גוטע נסיעה דארף מען 'נאך' מער?...






























.
לעצט פאראכטן דורך שפע רב אום מאנטאג דעצמבער 09, 2019 9:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
די דיזיינער
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 28, 2015 10:36 pm
לאקאציע: Boro Park

תגובהדורך די דיזיינער » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 7:16 pm

זייער נישט שיין צו שרייבען פרעזנדליך אויף א שרייבער,נאך דערצו ווען סאיז זיין ערשטע גרויסע אריטקעל.

נאך דערצו וואס סאיז נישט אזוי שלעכט ווי די מאכט עס

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 8:01 pm

די דיזיינער האט געשריבן:זייער נישט שיין צו שרייבען פרעזנדליך אויף א שרייבער,נאך דערצו ווען סאיז זיין ערשטע גרויסע אריטקעל.

נאך דערצו וואס סאיז נישט אזוי שלעכט ווי די מאכט עס

איך האב אראפגענומען מיין תגובה לאור די פילע אישי'ס וכו'

איך וויל קלאר מאכן מיין שטעלונג:

לוי יאקאב זעהט אויס ווי א נייע שרייבער און ער האט אי"ה ריזיגע פאטענטשול.

אבער אזא ארטיקל קומט ענדערש אראפצוגעבן מער א רוחניות'דיגע און תוכנ'דיגע איבערבליק פון אזא נסיעה, די קרישקעלעך ווי פארענטשעס, ערעפלאן, טועמיה, וויפיל מענטשן, וכו' וכו' איז זייער אינטערעסאנט פאר א בונעס, אבער פאר אזא ערנסטע נסיעה קומט מער א דשורנאליסטישע אבער תורה'דיגע בליק וואס דאס טוט פארשטעלן.

נאכאמאל איך מאך נישט אוועק דעם שרייבער, איך גלייב ער האט צוגעשטעלט וואס מ' האט פארלאנגט פון איהם...
סוף מעשה במחשבה תחילה.

טראק דרייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 8:06 pm

חושב איך האלט ווי דיר. לוי האט זייער גיט געשריבן, אבער די ברענגסט ארויס שטארקע נקודות.
איך גלייב אז לוי האט אויסערגעווענליכע שרייב קוואליפיקאציע'ס, ער האט געשריבן א אייזערנע ארטיקל, און ער זאל טאקע ממשיך זיין מיט די עבודת הקדוש, און אי"ה ביי זיין קומענדיגע באשרייבונג זאל ער אין אכט נעמען די נקודות וואס חושב שרייבט.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

שלשה אחים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

לבלר #14- כסלו תש״פ

תגובהדורך שלשה אחים » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 12:10 pm

חודש׳ליכע תורה זשורנאל ״לבלר #14״ לחודש כסלו איז בייגעלייגט אינעם ״מאמענט״ פעקל פון היינטיגער וואך
צוגעלייגטע
לבלר 14 - כסלו תש״פ.jpeg
לבלר 14 - כסלו תש״פ.jpeg (385.51 KiB) געזעהן 2317 מאל

שלשה אחים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

מאמענט פר׳ וישלח תש״פ

תגובהדורך שלשה אחים » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 12:33 pm

שוד ושבר בגבולינו: קדושי זשערסי סיטי

דרכי אבילות --- אליהו יואל גליק באזוכט די זשערסי סיטי גאסן אין דעם פינסטערן דינסטאג ביינאכט

דם ואש --- ר׳ יוסף בערגער: "מ׳האט געהערט קולות פון הויך-אקטיווע שיסערייען ביז צו מיין דירה"

פנים אל פנים מיט'ן מלאך המוות --- אוד מוצל מאש ר׳ דוד לאקס שילדערט זיין נס הצלה אין גראסערי

יום המר והנמהר --- כראנאלאגישע שעה-ביי-שעה באריכט פון דעם שווארצן דינסטאג לסדר הרגו לפי חרב
צוגעלייגטע
מאמענט וישלח תש״פ.jpeg
מאמענט וישלח תש״פ.jpeg (283.78 KiB) געזעהן 2286 מאל

שלשה אחים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

מאמענט פר׳ וישב תש״פ

תגובהדורך שלשה אחים » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 1:59 pm

מאמענט פר׳ וישב תש״פ
צוגעלייגטע
מאמענט וישב תש״פ.jpeg
מאמענט וישב תש״פ.jpeg (415.41 KiB) געזעהן 1912 מאל

שלשה אחים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

מאמענט פר׳ מקץ-חנוכה תש״פ

תגובהדורך שלשה אחים » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 2:04 pm

מאמענט פר׳ מקץ-חנוכה תש״פ


מאמענט מקץ תש״פ.jpeg
מאמענט מקץ תש״פ.jpeg (538.15 KiB) געזעהן 1903 מאל



פארגרעסערטע מענטל העלט זשורנאל ״נפשי #26״ לחודש טבת, בייגעלייגט אינעם ״מאמענט״ פעקל פון היינטיגער וואך


נפשי טבת תש״פ.jpeg
נפשי טבת תש״פ.jpeg (382.07 KiB) געזעהן 1903 מאל

הרב דפה
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:27 pm

תגובהדורך הרב דפה » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 2:38 pm

דער ווערטהיימער איז נישט פון המספיק?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 3:42 pm

הרב דפה האט געשריבן:דער ווערטהיימער איז נישט פון המספיק?

נעוואדע. דער Comfort Health איז א Offspring פון המספיק.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » מיטוואך דעצמבער 25, 2019 2:08 am

איך קען קוים ווארטן צי לעזן רב גליק׳ס ארטיקל די וואך!

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » זונטאג דעצמבער 29, 2019 10:19 am

אינטרעסאנט אז ער שרייבט קיין ווארט נישט פון דער הויפט רב פון סקרענטאן הרב מיללער.......

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » זונטאג דעצמבער 29, 2019 1:02 pm

היבש אינטערסאנט רב בערגער׳ס ארטיקל, ציהט א פאראלעל פון די מייסדי הישוב אין א״י (נישט געוויסט רוב פון די פרטים) צו די מייסדים פון דזשערסי סיטי.
אויך די ארטיקל איבער סקרענטאן איז זייער שיין.
דער גליק האט א זעלטן געשמאקער שפראך.
לעצט פאראכטן דורך shalsheles אום מאנטאג ינואר 06, 2020 9:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג דעצמבער 29, 2019 7:52 pm

הרב גליק איז א זאפטיגע שרייבער, סתם פאר די נייגעריקייט ווי איז ער געווען ביז לעצטענס? ער שרייבט אין נאך אויסגאבעס? אויב יא וועלכע?
סוף מעשה במחשבה תחילה.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 1:14 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:הרב גליק איז א זאפטיגע שרייבער, סתם פאר די נייגעריקייט ווי איז ער געווען ביז לעצטענס? ער שרייבט אין נאך אויסגאבעס? אויב יא וועלכע?

איך מיין אז ער פלעגט שרייבן יעדע יו"ט פאר א בליק.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

הרב דפה
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 19, 2018 12:27 pm

תגובהדורך הרב דפה » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 2:04 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:הרב גליק איז א זאפטיגע שרייבער, סתם פאר די נייגעריקייט ווי איז ער געווען ביז לעצטענס? ער שרייבט אין נאך אויסגאבעס? אויב יא וועלכע?

איך מיין אז ער פלעגט שרייבן יעדע יו"ט פאר א בליק.

יא, ער האט געהאט די אויסגאבע פון צפת, און פון אנטווערפן.

יודישער
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 02, 2018 10:54 pm

תגובהדורך יודישער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 3:33 pm

הרב דפה האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:הרב גליק איז א זאפטיגע שרייבער, סתם פאר די נייגעריקייט ווי איז ער געווען ביז לעצטענס? ער שרייבט אין נאך אויסגאבעס? אויב יא וועלכע?

איך מיין אז ער פלעגט שרייבן יעדע יו"ט פאר א בליק.

יא, ער האט געהאט די אויסגאבע פון צפת, און פון אנטווערפן.

גראדע אקעגען הרב ש"ש זילבער קימט ער נישט אריין אזוי גוט.
#מייןאפיניען

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 3:40 pm

היסטאריע איז זילבער בעסער. באשרייבן א לעבעדיגע באזוך איז גליק בעסער.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

יודישער
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 02, 2018 10:54 pm

תגובהדורך יודישער » מאנטאג דעצמבער 30, 2019 4:15 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:היסטאריע איז זילבער בעסער. באשרייבן א לעבעדיגע באזוך איז גליק בעסער.

חוץ פין די חומר האט ער א מוראדיגע א געשמארע פעדער נישט אזוי קינדעריש...
כעלל מסביר זיין וואס איך מיין:
גליק פאקט ארויס אלע שרייבערישע טאלס אין איין זאץ

שלשה אחים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

מאמענט פר׳ ויגש תש״פ

תגובהדורך שלשה אחים » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 12:55 pm

מאמענט פר׳ ויגש תש״פ
צוגעלייגטע
מאמענט ויגש תש״פ.jpeg
מאמענט ויגש תש״פ.jpeg (504.76 KiB) געזעהן 668 מאל

איש מבקש
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 10:21 am

מאמענט פר׳ ויגש תש״פ

תגובהדורך איש מבקש » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 1:06 pm

קוקט אויס שיין

איז דא א שמועס מיט דער רבי? עס שטייט נישט אויפן דעקל
איך בין א מבקש.
איי פארוואס איז מיין ניק 'איש מבקש' נישט סתם מבקש?, ווייל א ניק 'מבקש' איז שוין געווען בעפאר!

אוועטאר
חנוך
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 3:09 pm

מאמענט האט אנגעהויבן ארויסקומען דינסטאג אנשטאט מיטוואך?


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט