מאמענט מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

געמאכט יעצט א שנעלע זוך, און כ'בין סופרייזט אז ס'טאקע נישט ארויפגעקומען אז מ'זאל האבן גערעדט דערפון דא.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:עניוואן מיט א לינק צו זיין בלאג ווי ער רעדט דערפון?


ער האט עס געהאט אויפן טאפ פעיזש עדווערטייזט אויף זיין בלאג ווער עס וויל מיטקומען פאר די לעצטע 6 חדשים אדער מער

איך קען א חסידישער יונגערמאן פון בארא פארק וואס איז געפארן דערויף

ער האט בעסיקלי געקענט נעמען א 2 מיליאן אדער מער עימעקס פוינט פון דיר אנשטאט קעש און ער האט עס פארקויפט האט עס געקאווערט די איבער 10 אלפים פער מענטש .
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

ווישוואש האט געשריבן:געמאכט יעצט א שנעלע זוך, און כ'בין סופרייזט אז ס'טאקע נישט ארויפגעקומען אז מ'זאל האבן גערעדט דערפון דא.


זייער אסאך אינטערסאנטע נושאים דארט מען נישט דערפון דא , עס הייסט אידישע וועלט פאר א סיבה ... עס איז נאך אלע מעשות פיין היימיש דא
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:איז נאך ערגעץ געווען באריכטעט איבער זייער רייזע קיין אנטארטיקע, אדער ס'איז טאקע געווען עקסקלוסיוו פארן מאמענט?

רעדט ר' דניאל דערפון אויף זיין בלאג?


געווען פאריגע וואך אן אינטערוויא אין די וואך באגלייט מיט בילדער.
אבער איך גלייב אז דא איז עס אסאך לענגער באשריבן.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

מיסטעריעז האט געשריבן:חלק א'

חלק ב'

ער האלט נאך ביים אויפשטייגן אויפן שיף.

דאנקע שעהן!
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:חלק א'

חלק ב'

ער האלט נאך ביים אויפשטייגן אויפן שיף.

דאנקע שעהן!

די לייוו טריפ-רעפארט אשכול אויף די פארומס:

https://forums.dansdeals.com/index.php? ... ;topicseen
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

moneyMINDED האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:געמאכט יעצט א שנעלע זוך, און כ'בין סופרייזט אז ס'טאקע נישט ארויפגעקומען אז מ'זאל האבן גערעדט דערפון דא.


זייער אסאך אינטערסאנטע נושאים דארט מען נישט דערפון דא , עס הייסט אידישע וועלט פאר א סיבה ... עס איז נאך אלע מעשות פיין היימיש דא

ווען איך האב ווען דעמאלס די געלט, וואלט איך לכאורה (נדנ..) מיטגעפארן. כ'ווייס נישט וואו היימישקייט קומט דא אריין.

וואטעווער.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

אויף קול מבשר האבן זיי געהאט א איטערוויו מיט איהם, דאכט זיך מיר
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

פעטער שמואל האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט עקסקלוסיוו: מיין נסיעה קיין אנטארקטיקע! שניי און אייז, פענגווינען און וואלפישן, ים-לייבן און פייגל, הימל און בערג און פינף א האלב מיליאן סקווער מייל פון פארשנייטע וויסטענישן – מיט א גרופע פון פינף מנינים אידן אין שפיץ פון דעם פאטאגראפיסט משה הערשקא — דער איניציאטאר פון דער נסיעה קיין אנטארקטיקע שילדערט די אטעם-פארכאפנדע ערפארונגען פון וויילן אויפ'ן ווייסן קאנטינענט אין יענעם עק וועלט. פארשריבן און דאקומענטירט דורך ״בן מנחם״

זיי מיר מוחל! הרב אהרן יצחק אייזנבערג שילדערט וויאזוי די "עושה שלום" ארגאניזאציע העלפט אידן זיך איבערבעטן און שיקט א מנין אידן צו א קבר פון א נפגע

די היסטארישע שול אין פילאדעלפיע: א באזוך אין ביהמ"ד "קהל בני אברהם (אנשי) מרוסיא", וואו דער בארימטער הרב דוב אריה לעווינטאהל ז״ל האט געדינט אלס רב, זייענדיג איינער פון די באקאנטסטע און איינפלוסרייכסטע רבנים על אדמת אמעריקע הארט פאר'ן קריג

אבד חסיד: א טרער אויפן פרישן קבר פון הרה"ח הישיש מו"ה יצחק שלמה האפמאן ז"ל --- המחנך הרב שלום יעקב וואזנער: זיי שטארק און באווייז דיין שוואכקייט! --- הרב שבתי פריעד: א מלמד אין בעט --- סודות פון רבי טובי׳ מאיר: דער צעשטערטער ניטל שלאף --- שבת אין שפיטאל: ערפארונגען און טיפס ביים וויילן אין שפיטאל במשך שבתים און ימים טובים -- "פריזאן רעפארם" לעקציעס --- מיינונג-ארטיקל פון אחד הרבנים: האבן מיר ווידער אמאל פריצייטיג אנגעקלאגט? --- צווייטער טייל: די "שלאכט פון די באלדזש" --- און נאך!

דער הויכער איז ר' משה הערשקא א חשובער יונגערמאן פון מאנסי. דער נעבן אים איז ר' דניאל אלף - בעסער באקאנט אלס @דענסדיעלס

ווער איז דער דענסדיעלס?
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

Dansdeals.com
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

איך שעץ זייער די ארטיקל איבער לב טהור (ס'באצאהלט?) ס'איז טאקע וויכטיג קודם צו מברר זיין ביי דעת תורה און טראכטן מיט שכל פארן פאורטיילן די אידן (א חלק פון די ארעסטירטע) וואס זענען מעגליך אומשילדיג.

הגם איך פארשטיי אז ס'קען קומען א קעגן-רעאקציע און גורם זיין א שטורעם, אבער דאך פיל איך אז ס'איז געשריבן געווארן אויפריכטיג און ס'איז אחריות'דיג עס אראפצושרייבן און פארשפרייטן.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

געוואלדיג האט געשריבן:אויף קול מבשר האבן זיי געהאט א איטערוויו מיט איהם, דאכט זיך מיר

וואו קען מען דאס טרעפן?
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

חושב מחשבות... האט געשריבן:איך שעץ זייער די ארטיקל איבער לב טהור (ס'באצאהלט?) ס'איז טאקע וויכטיג קודם צו מברר זיין ביי דעת תורה און טראכטן מיט שכל פארן פאורטיילן די אידן (א חלק פון די ארעסטירטע) וואס זענען מעגליך אומשילדיג.

הגם איך פארשטיי אז ס'קען קומען א קעגן-רעאקציע און גורם זיין א שטורעם, אבער דאך פיל איך אז ס'איז געשריבן געווארן אויפריכטיג און ס'איז אחריות'דיג עס אראפצושרייבן און פארשפרייטן.


מחללי שבת בפרהסיא קומט זיך נישט קיין שום לימוד זכות.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

משהלע האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:איך שעץ זייער די ארטיקל איבער לב טהור (ס'באצאהלט?) ס'איז טאקע וויכטיג קודם צו מברר זיין ביי דעת תורה און טראכטן מיט שכל פארן פאורטיילן די אידן (א חלק פון די ארעסטירטע) וואס זענען מעגליך אומשילדיג.

הגם איך פארשטיי אז ס'קען קומען א קעגן-רעאקציע און גורם זיין א שטורעם, אבער דאך פיל איך אז ס'איז געשריבן געווארן אויפריכטיג און ס'איז אחריות'דיג עס אראפצושרייבן און פארשפרייטן.


מחללי שבת בפרהסיא קומט זיך נישט קיין שום לימוד זכות.

לעניית דעתי איבער די לב טהור׳ס, מוואלט ווען געדאפט מאכן א עפענטליכע מושב בי״ד ווי פראמינענטע רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן זאלן גובה עדות זיין פון געליטענע, אזוי אויך אויסהערן פון אלע צדדים און ארויס געבן א פסק פאר׳ן ציבור.
סוכ״ס קומט מען צום היימישן עולם נאך געלט, און לויט טייל איז א איסור צו שטיצן און לויט טייל א מצוה
זאל יעדער וויסן מהנעשה והנשמע און די דעת תורה דערביי.
גוטן טאג/אווענט
על "טעם וריח" אין להתווכח
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדיג »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:אויף קול מבשר האבן זיי געהאט א איטערוויו מיט איהם, דאכט זיך מיר

וואו קען מען דאס טרעפן?

איני יודע, איך האב נאר געהערט די התחלה, איך מיין אויף 114
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

געוואלדיג האט געשריבן:אויף קול מבשר האבן זיי געהאט א איטערוויו מיט איהם, דאכט זיך מיר

נישט מיט אים נאר מיט איינעם משה פאשקעס פון א״י וואס איז געווען אויף די נסיעה.
העכסט אינטערסאנט.
ביי נומבער 3-1-1897
1חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 23, 2011 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1חכם »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:איז נאך ערגעץ געווען באריכטעט איבער זייער רייזע קיין אנטארטיקע, אדער ס'איז טאקע געווען עקסקלוסיוו פארן מאמענט?

רעדט ר' דניאל דערפון אויף זיין בלאג?


Part 3

https://www.dansdeals.com/points-travel ... bos-earth/
להתודע ולהגלות
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2017 4:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להתודע ולהגלות »

חושב מחשבות... האט געשריבן:איך שעץ זייער די ארטיקל איבער לב טהור (ס'באצאהלט?) ס'איז טאקע וויכטיג קודם צו מברר זיין ביי דעת תורה און טראכטן מיט שכל פארן פאורטיילן די אידן (א חלק פון די ארעסטירטע) וואס זענען מעגליך אומשילדיג.

הגם איך פארשטיי אז ס'קען קומען א קעגן-רעאקציע און גורם זיין א שטורעם, אבער דאך פיל איך אז ס'איז געשריבן געווארן אויפריכטיג און ס'איז אחריות'דיג עס אראפצושרייבן און פארשפרייטן.

גערעכט חושב רעדט צו די זאך
אפשר ברענגסטו ארויף א בילד פונעם ארטיקל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

שטארק הנאה געהאט פונעם אנטארקטיקע ארטיקל.

שיין געשריבן, אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו!
האלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2015 5:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלט »

יש ברירה האט געשריבן:שטארק הנאה געהאט פונעם אנטארקטיקע ארטיקל.

שיין געשריבן, אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו!

גא"מ נישט צו לאנג אבער גאר אינטערסאנט און אינפארמאטיוו
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

גאר שטארק הנאה געהאט פונעם ארטיקל אט אזאלכע ארטיקלעןן ערווארטן מיר צו זעהן שכוח א דאנק
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

משהלע האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:איך שעץ זייער די ארטיקל איבער לב טהור (ס'באצאהלט?) ס'איז טאקע וויכטיג קודם צו מברר זיין ביי דעת תורה און טראכטן מיט שכל פארן פאורטיילן די אידן (א חלק פון די ארעסטירטע) וואס זענען מעגליך אומשילדיג.

הגם איך פארשטיי אז ס'קען קומען א קעגן-רעאקציע און גורם זיין א שטורעם, אבער דאך פיל איך אז ס'איז געשריבן געווארן אויפריכטיג און ס'איז אחריות'דיג עס אראפצושרייבן און פארשפרייטן.


מחללי שבת בפרהסיא קומט זיך נישט קיין שום לימוד זכות.

יא אר מיססינג דע פוינט, פארשטייט זיך אז איינמאל די פאקטן זענען באשטעטיגט האט עס א אנדערע הלכה. מען רעדט נאך בעפאר כמעט קיינער האט געהאט באשטעטיגטע פאקטן זענען מענטשן אויפגעשפרינגען מיט קאנקלוזיעס, החלטות, און אורטיילן.

צו דעם האט זיך דער שרייבער באצויגן און איך גיב איהם דעם פולסטן קרעדיט.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

להתודע ולהגלות האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:איך שעץ זייער די ארטיקל איבער לב טהור (ס'באצאהלט?) ס'איז טאקע וויכטיג קודם צו מברר זיין ביי דעת תורה און טראכטן מיט שכל פארן פאורטיילן די אידן (א חלק פון די ארעסטירטע) וואס זענען מעגליך אומשילדיג.

הגם איך פארשטיי אז ס'קען קומען א קעגן-רעאקציע און גורם זיין א שטורעם, אבער דאך פיל איך אז ס'איז געשריבן געווארן אויפריכטיג און ס'איז אחריות'דיג עס אראפצושרייבן און פארשפרייטן.

גערעכט חושב רעדט צו די זאך
אפשר ברענגסטו ארויף א בילד פונעם ארטיקל

גא"מ, ניתי ארטיקל וניחזי!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שוין געווען דא, און שוין פארמעקט געווארן.
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

איידער איר קויפט די מאמענט די וואך זאלט איר באשליסן אויב איר זענט גרייט צו צאלן פאר א האלבע אינטערוויא, מאמענט האט די וואך ווידעראמאל עובר געווען אויף גניבת דעת און פובליצירט בלויז א האלבע אינטערוויא!
זייט פארזיכטיג מיר האבן אייך געווארנט...
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”