בלא בלא בלא האט געשריבן:עס ברויך זיין גאר אינטרעסאנט צו לעזן אן ארטיקל פון אן אייגנארטיגע שילדערונג איבער א שרייבער וואס האט מיטגעלעבט אזא היסטארישע און קרישקבארער זאך. (הגם איך ווייס נישט צו דער נייע שרייבער לוי יאקאב מאכט אזא גוטע ארבעט ווי חנוך, ראזען צו כדומה)
אפגעזען וואו די באלאנגסט; פונקט וואו סעדיר געווען אינטרעסאנט צו ליינען לעצטע וואך די באשרייבונג פון כינוס חב"ד, און אפשר דארף דאס דיר זיין נאך אינטרעסאנטער זייענדיג נענטער צו דא וואו צו חב"ד.
---
עפעס פונקט האט ער די וואך פארשטאנען די טענה פון די ווייב זיינע... יעדער ווייסט דעם ענטפער רבי'לע. - מסתם האסטו לעצטע וואך פארשטאנען די טענה פון דיין ווייב\טאכטער\נעפיו איבער די "א בליק" צו כדומה... אפילו דו שרייבסט אז דו באלאנגסט יא דארט...
---
לאמיר קודם אנפאנגען מיט דיין נאמען.... בלא בלא בלא.... און קענסט צולייגן נאך אפאר.....
אקעי צוריק צום ענין.
קודם ווער ס'ווייסט נאך נישט פון מיין אלע תגובות דא כ'בין גאר א שטארקע חסיד פון מהרז"ל. פינטל
יעצט קודם צום באשרייבונג כ'מוז זאגן אז לוי יאקאב האט אראפגעלייגט א מעסיוו מעסיוו זשאב אזוי רייך באשריבן, און די הויפט זאך איז אז ס'איז נישט געשריבן פארטייאיש..נישט קיין איין ווארט וואס פאמפט די חסידות.. פשוט באשריבען זייער שיין אלע קרישקעלעך ארום און ארום. געמיינט אז ער איז נאר א פשוטע אפענע שמועסער...
אבער מיט דעם אלעם האלט איך אז ס'בלאנגט נישט פאר די מאמענט צו באשרייבן א זאך וואס נאר א חלק עולם גייט הנאה האבן דערפון.. ווי למשל אויב מען גייט מאכן די הויפט מאמענט צו באשרייבן פאפא, הגם כ'האב גארנישט קעגן פאפא, גיי איך נישט האבן וואס צו ליינען יענע וואך. און באצאלט האב איך שוין פון אנהייב יאר.. איי חב"ד ? יא כ'האלט אז דאס האט יעדער איינער הנאה געהאט דאס איז א זאך וואס האט נישט מיט קיין חסידות אדער פארטיי..
--
יעצט צוריק צום עיקר טענה אקעי נעם אראפ מיין ווייב כ'האב פשוט געוואלט זאגן אז די טאנע הער איך שוין וואך איין וואך אויס נאר יעצט האט מיר עס געכאפט..
צונעמען א מענטש'ס פנים און עס אויסשפריייטען אויף די גאנצע דעקל (יא אפילו מיין רבי....) איז זייער פראסט און עקעלדיג... מ'קען אפציילן וויפיל האר יענער האט אא"וו.. (געדענק איך אז ביי די בילד פון עלאן דערשאוויטץ האב כ'באטראכט וויפיל לעכער זיין פנים האט....

) איך בין נייגעריג צו איינער האלט אנדערש...
איך מיין אז קיין איין אנדערע אידישע מאגעזין לייגט נישט אזלעכע דעקלעך (אפילו אויב מען לייגט פון א מענטש לייגט מען פון די גאנצע מענטש און נישט אריינגעזאמט און פארצוף...)